ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:27 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:אפילו אויב איר וואוינט יא זאל מען דאס איבער לאזן פאר א דעת תורה צו זאגן

פון מהרי"י מסאטמאר ביים עצרת התעוררות אין קרית יואל
און מהר"א מסאטמאר האט דאכצעך מיר מעורר געווען איבער דעם זעלבן ענין חוה"מ

איש ואשה שזכו שכינה שרוי' ביניהם, א אידישע שטוב איז א מקדש מעט, איז מען זוכה צו השראת השכינה. א בחינה פון יראה כל זכורך את פני ד' אלקיך מיט'ן צלם אלקים, פונקט ווי עס איז דא א צלם אלקים ביי מענער – אזוי ווי דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מ'דארף מחנך זיין די קינדער מיט'ן צלם אלקים - איז שייך א צלם אלקים אויף אלע ביי פרויען, ביי די נשים צדקניות, א פרוי דארף זעהן צו האבן דעם צלם אלקים, אז א פרוי פארבט זיך דאס פנים פארלירט זי דעם צלם אלקים, קיינער קען נישט זאגן אז זיין באבע אדער זיין עלטער באבע האט זיך געפארבט, א פרוי דארף צו גיין מיט די זעלבע אויסקוק אזוי ווי עס האבן אויסגעזעהן אונזערע דורות פריער. אזוי ווי עס איז דא ביי מענער א צורה מיט א צלם אלקים, אזוי איז דא ביי די נשים אויכעט, און צוצוקומען אז עס זאל זיין א השראת השכינה אין שטוב איז תלוי אינעם צלם אלקים סיי פונעם מאן און סיי פון די פרוי.
אויב א פרוי פארבט זיך איז זי זיך מיט דעם מדמה צו די פחותים שבאומות, דאס איז גורם מ'איז מכשיל אידישע קינדער, מען איז א ריכטיגע מכשיל ומחטיא את הרבים מיט דעם וואס מ'פארבט זיך.
ובפרט איז דער ענין נוגע ווען עס קומט צו שמחות, מ'מאכט חתונה קינדער און מ'איז מתפלל מ'זאל קענען אויפשטעלן א שטוב פון השראת השכינה, מען זאל אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות און די דורות זאלן זיין נאמנים לד' ולתורתו, אז ס'זאל זיין א מקום השראת השכינה אז מען פארבט זיך דאס פנים ווארפט מען אראפ פון זיך דעם צלם אלקים, ווי קען מען טראכטען איין רגע אז מ'פארבט זיך די פנים און עס זאל זיין השראת השכינה? דאס איז א ענין פון בגדי שחץ, דאס איז א ענין פון שחץ, פון גוי'אישקייט, פון מעורר זיין ראיות אויף זיך. אז מען האט אוועק גענומען א אידישע מאמע בשעת לידה, בשעת זי האט געברענגט א קינד אויף די וועלט, איז דאס טייטש אז מען מאנט פון אידישע מאמע'ס, האטס רחמנות אויף ענקערע שטובער, אידישע קינדער שטעלטס ענק אוועק, זעטס זאלט קענען מגדל זיין ענקערע קינדער ס'זאל זיין שטובער וואס ס'זאל זיין ראוי פאר השראת השכינה, און דארט וועט זיין אלע ברכות וואס עס איז דא אויף א פלאץ ווי עס איז דא א השראת השכינה!
מ'הערט ליידער אז עס איז דא בשולי המחנה, א פרצה אז מען איז זיך רח"ל מיקל אין די ענין פון אפשערן די האר ווי אזוי עס דארף צו זיין, יעדער וויייסט וויפיל דער רבי זי"ע האט די הייליגע נאכט יום הקדוש געוויינט אויף דעם וואס עס איז דא נשים וואס זענען זיך מיקל אין דעם אין די חומרא וואס שטייט אין זוהר הקדוש אויף דעם ענין, און ווי די גמרא זאגט, אז קמחית האט זוכה געווען צו זיבן קינדער כהנים גדולים, ווייל 'מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי', היתכן, הימצא כזאת? ס'זאל קענען זיין אזא מין זאך אז נשים זאלן קענען מיקל זיין אין אזא זאך? מען ווייסט דאך די רבי האט געזאגט מ'רופט דאס 'ביי האר' ס'איז נישט ביי האר ס'איז וויי האר! אלע צרות וואס עס איז דא קומען פון דעם.


וועמעס לשון איז דאס, מהר"א אדער מהרי"י מסאטמאר?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:39 pm

יערסלוב האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:ברוך דיין האמת: בארה"ב נפטר בשבת האחרונה הרה"ח רבי דוד וסרטיל ז"ל, מזקני וחשובי חסידי גור בברוקלין
ואביו של כ"ק האדמו"ר מרימנוב שליט"א מבורו פארק - והוא בן 89 בפטירתו.

המנוח ז"ל, נין ונכד צאצא לבעל ה'בני יששכר' מדינוב זיע"א, נולד בעיירת סוניק בגליציה, שם היה גרעין חזק של חסידות באבוב אליה השתייך.

לפני מלחמת העולם השנייה עבר להתגורר בפולין ולאחר מכן נשלח לסיביר שם היה עם הרבי ר' איצקל מפשעווארסק זיע"א אליו התקרב. לאחר המלחמה חזר לעיירת לודז' ובהמשך הגיע לפאריז שם התקרב שוב לר' איצקל והיה אף כותב הקוויטלא'ך של הרבי.

בהמשך הגיע ר' דוד לארה"ב והתיישב בשכונת ויליאמסבורג בברוקלין, שם התקרב לאדמו"ר רבי ישראל מבלאזוב זצ"ל ור' דוד היה בעל תפילה בבית מדרשו.

כשהרבי מבלאזוב עבר להתגורר בבורו פארק, התקרב לחסידות גור והיה ממתפללי השטיבל בשכונה ואף שלח את בניו ללמוד במוסדות החסידות.

ארונו בדרכו לארץ הקודש והוא ייטמן בירושלים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
.
unnamed.jpg (113.7 KiB) געזעהן 2657 מאל

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:49 pm

שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר מרדכי שטערנפעלד ז"ל מחשובי חסידי קאשוי אין בארא פארק.

לויה וועט ארויסגיין 1:00 פון ביהמ"ד אמונת ישראל אויפן וועג קיין קרית קאשוי.

יוצ"ח

הרה"ג רבי יהושע שליט"א מו"ץ ב'בארא פארק מרבני כולל טארטיקוב
ר' דוד יודא - ב"פ
ר' יצחק אהרן - ק"י
ר' משה יונה - ב"פ
ר' נחום יואל - בלומינג גראוו

חתנו ר' עזריאל פעקעטע - ב"פ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18698
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:57 pm

סידיראם האט געשריבן:וועמעס לשון איז דאס, מהר"א אדער מהרי"י מסאטמאר?


פארפלאנטערט האט געשריבן:פון מהרי"י מסאטמאר ביים עצרת התעוררות אין קרית יואל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:59 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר מרדכי שטערנפעלד ז"ל מחשובי חסידי קאשוי אין בארא פארק.

לויה וועט ארויסגיין 1:00 פון ביהמ"ד אמונת ישראל אויפן וועג קיין קרית קאשוי.

יוצ"ח

הרה"ג רבי יהושע שליט"א מו"ץ ב'בארא פארק מרבני כולל טארטיקוב
ר' דוד יודא - ב"פ
ר' יצחק אהרן - ק"י
ר' משה יונה - ב"פ
ר' נחום יואל - בלומינג גראוו

חתנו ר' עזריאל פעקעטע - ב"פ


האב איך אים גיט געקענט, פלעגט זיך דרייען אין אמונת ישראל. געווען א זעלטן טייערע איידעלע איד, א שיינע תלמיד חכם און עובד השם. חבל על דאבדין.

נאך געווען א אינגע מענטש. נישט געווען געזינט צו וואס?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:00 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר מרדכי שטערנפעלד ז"ל מחשובי חסידי קאשוי אין בארא פארק.

לויה וועט ארויסגיין 1:00 פון ביהמ"ד אמונת ישראל אויפן וועג קיין קרית קאשוי.

יוצ"ח

הרה"ג רבי יהושע שליט"א מו"ץ ב'בארא פארק מרבני כולל טארטיקוב
ר' דוד יודא - ב"פ
ר' יצחק אהרן - ק"י ובלכתך בדרך טעיפ [סי די] קאמפאני
ר' משה יונה - ב"פ
ר' נחום יואל - בלומינג גראוו

חתנו ר' עזריאל פעקעטע - ב"פ
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:04 pm

סידיראם האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר מרדכי שטערנפעלד ז"ל מחשובי חסידי קאשוי אין בארא פארק.

לויה וועט ארויסגיין 1:00 פון ביהמ"ד אמונת ישראל אויפן וועג קיין קרית קאשוי.

יוצ"ח

הרה"ג רבי יהושע שליט"א מו"ץ ב'בארא פארק מרבני כולל טארטיקוב
ר' דוד יודא - ב"פ
ר' יצחק אהרן - ק"י
ר' משה יונה - ב"פ
ר' נחום יואל - בלומינג גראוו

חתנו ר' עזריאל פעקעטע - ב"פ


האב איך אים גיט געקענט, פלעגט זיך דרייען אין אמונת ישראל. געווען א זעלטן טייערע איידעלע איד, א שיינע תלמיד חכם און עובד השם. חבל על דאבדין.

נאך געווען א אינגע מענטש. נישט געווען געזינט צו וואס?


די ביטערע מחלה ל"ע אנטדעקט געציילטע חדשים צוריק, דאכצעך ער איז געווען אין די סוף 60 אדער פריע 70 יארן.

אוועטאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:06 pm

זענען די שטערנפעלד'ס לויים? [נכדי החוזה?]

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:17 pm

יהיה כן האט געשריבן:זענען די שטערנפעלד'ס לויים? [נכדי החוזה?]

יא.

איי איז דאס געווען א זעלטענע צדיק, שלא מדורינו כלל!

אוועטאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:18 pm

פעלעד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:זענען די שטערנפעלד'ס לויים? [נכדי החוזה?]

יא.

איי איז דאס געווען א זעלטענע צדיק, שלא מדורינו כלל!

אפשר רעכנט איר אויס זיין יחוס ביזן חוזה זי"ע בא"ב

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:29 pm

דוכט זיך מיר אז זיין ווייב איז שוין אויך נישט מיט אונז ל"ע ,
זוכט איר דוי?

בארואיגט-אייך
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
לאקאציע: ביי די ביזנעס מיטינג

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 09, 2018 4:43 pm

כאפט א פחד, די אינגערמאן קען איך פערזענדליך, פריילעך אין גוטמאטיג אייביג, קיינמאל נישט געטשפעט א פליג, אזוי עקסיירעט געווען מיט די שמחה, וויאזוי קענען זיי דאס אויסהאלטן?
אין די טאטע פון די אינגעמאן ר' יצחק א טייערער פערזאן אין דא צו אזאנ'ס מיטהאלטן,
מען טאר נישט פארגעסן די חסדים פונעם הייליגן טאטע אין הימל דא אין ביי אנדערע פעלער ל"ע, ווי ער שענקט אריין אזוי פיל כוחות פאר די פאמעלי אין אזא צייט, זיי זאלן דאס קענען דערהייבן,
אין א ווארט פאר די אלע וואס פילן וויכטיג צו נעמען די לייצע'ס אין די האנט אריין אין ארויס ברענגען הרגשים מעמקי לב דורך די שופר אין זייערע הענט ביים רייכן וועלטל הנקרא אייועלט בבחינת דברי התעוררות ותוככות,
סע' איז זייער חשוב, אבער דא איז נישט די פלאצט פאר דעם, איר קענט צוגיין צו אייער דיין/רב/רבי, אין בעטן אז ביים נעקסטן פרק פארלערנען זאל ער מעורר זיין איבער די לעצטע טראגעדיעס,
זיי האבן אן אחריות וואס מען מעג יא זאגן אין וואס נישט, וואס הייסט מעורר זיין אין וואס הייסט געדרייט א קאפ,
זיי זענען דא פארדעם, זיי קענען מבחין זיין אין אופלערנען אין מבין זיין דבר בתוך דבר,
ביידעוועי אז מען רעדט שוין איז גוט צו וויסן די פוינט אז:
געדענק איך אז ווען מע איז געווען אין ישיבה איז ל"ע געשען א נאנטע טראגעדיע צווישן אונז, ממש מיטגעהאלטן פון איין מינוט צום צווייטן יצאית נשמה,
געדענק איך ווי איין חכם האט גענימען די לייצעס אין די האנט אריין אין אונגעהויבן צו ווייזן פקחות אין ארום געגאנגען קאמפיינען פאר א געוויסע קבלה טובה,
איינער האט געהאנגען צעטלעך, א צווייטער געווארן שטום פון איין מינוט צום צווייטן מקיים זיין תענית דבור, א דריטער מיט עפענען א רציפות כולל,
אבער מע האט עם זייער שנעל אופגעשטעלט, דאס באלאנגט אבסעלוטלי פאר א רבנישע אוטורעטעט, האט דער מנהל געשריגן.
איינער א חושבע רב האט געהאלטן א דרשה נאך יענע וואך אין ארויס געברענגט א נקודה,
אז אלעס וואס מען זאגט יעצט אדער וואס מען איז זיך מקבל גייט אונהאלטן פון תענית אסתר ביז שושן פורים,
ווארט 30 טעג אין בארואיגט-אייך אין ביז דעמאלצט וועסטו האבן די קאפ אויפן פלאצט, וויסן וואס יא צו טין אין וואס איז שווער פאר דיר וכו',
וואס זאל איך אייך זאגן שוין איבער 10 יאר פון יענע מעשה, אין ווייטער יעדן טאג ב"ה מיט א פרישקייט מקיים זיין יענע קבלה לעיו נשמת ידידי ע"ה ווי כאילו עס איז מיין ערשטע טאג,
בשורות טובות.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג אפריל 09, 2018 4:50 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:כ
סע' איז זייער חשוב, אבער דא איז נישט די פלאצט פאר דעם, איר קענט צוגיין צו אייער דיין/רב/רבי, אין בעטן אז ביים נעקסטן פרק פארלערנען זאל ער מעורר זיין איבער די לעצטע טראגעדיעס,
זיי האבן אן אחריות וואס מען מעג יא זאגן אין וואס נישט, וואס הייסט מעורר זיין אין וואס הייסט געדרייט א קאפ,
זיי זענען דא פארדעם, זיי קענען מבחין זיין אין אופלערנען אין מבין זיין דבר בתוך דבר,

מתוך דברי 'בארואיגט אייך' משמע, אז א יעדע זאך וואס דער דיין/רב/רבי זאגט, איז עם עס מחייב און פירט עס באלד אויס, אבער ליידער זענען פיל מענטשן וואס דעם דיין וכו' הערן זיי נישט אויס, אבער ווען מ'קרעכצט צוזאמען איבער א טראגעדיע, קענען זיי יא דערהערן נקודות.

די ווערטער פון יענעם מנהל זענען נישט שייך אהער, ס'איז א גרויסער חילוק צווישן יונגע בחור'לעך און ערוואקסענע מענטשן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

בארואיגט-אייך
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
לאקאציע: ביי די ביזנעס מיטינג

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 09, 2018 4:53 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:כ
סע' איז זייער חשוב, אבער דא איז נישט די פלאצט פאר דעם, איר קענט צוגיין צו אייער דיין/רב/רבי, אין בעטן אז ביים נעקסטן פרק פארלערנען זאל ער מעורר זיין איבער די לעצטע טראגעדיעס,
זיי האבן אן אחריות וואס מען מעג יא זאגן אין וואס נישט, וואס הייסט מעורר זיין אין וואס הייסט געדרייט א קאפ,
זיי זענען דא פארדעם, זיי קענען מבחין זיין אין אופלערנען אין מבין זיין דבר בתוך דבר,

מתוך דברי 'בארואיגט אייך' משמע, אז א יעדע זאך וואס דער דיין/רב/רבי זאגט, איז עם עס מחייב און פירט עס באלד אויס, אבער ליידער זענען פיל מענטשן וואס דעם דיין וכו' הערן זיי נישט אויס, אבער ווען מ'קרעכצט צוזאמען איבער א טראגעדיע, קענען זיי יא דערהערן נקודות.

די ווערטער פון יענעם מנהל זענען נישט שייך אהער, ס'איז א גרויסער חילוק צווישן יונגע בחור'לעך און ערוואקסענע מענטשן.

בחורים אין עלטער פון 20 יאר!

אוועטאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 5:03 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:כאפט א פחד, די אינגערמאן קען איך פערזענדליך, פריילעך אין גוטמאטיג אייביג, קיינמאל נישט געטשפעט א פליג, אזוי עקסיירעט געווען מיט די שמחה, וויאזוי קענען זיי דאס אויסהאלטן?
אין די טאטע פון די אינגעמאן ר' יצחק א טייערער פערזאן אין דא צו אזאנ'ס מיטהאלטן,
מען טאר נישט פארגעסן די חסדים פונעם הייליגן טאטע אין הימל דא אין ביי אנדערע פעלער ל"ע, ווי ער שענקט אריין אזוי פיל כוחות פאר די פאמעלי אין אזא צייט, זיי זאלן דאס קענען דערהייבן,
אין א ווארט פאר די אלע וואס פילן וויכטיג צו נעמען די לייצע'ס אין די האנט אריין אין ארויס ברענגען הרגשים מעמקי לב דורך די שופר אין זייערע הענט ביים רייכן וועלטל הנקרא אייועלט בבחינת דברי התעוררות ותוככות,
סע' איז זייער חשוב, אבער דא איז נישט די פלאצט פאר דעם, איר קענט צוגיין צו אייער דיין/רב/רבי, אין בעטן אז ביים נעקסטן פרק פארלערנען זאל ער מעורר זיין איבער די לעצטע טראגעדיעס,
זיי האבן אן אחריות וואס מען מעג יא זאגן אין וואס נישט, וואס הייסט מעורר זיין אין וואס הייסט געדרייט א קאפ,
זיי זענען דא פארדעם, זיי קענען מבחין זיין אין אופלערנען אין מבין זיין דבר בתוך דבר,
ביידעוועי אז מען רעדט שוין איז גוט צו וויסן די פוינט אז:
געדענק איך אז ווען מע איז געווען אין ישיבה איז ל"ע געשען א נאנטע טראגעדיע צווישן אונז, ממש מיטגעהאלטן פון איין מינוט צום צווייטן יצאית נשמה,
געדענק איך ווי איין חכם האט גענימען די לייצעס אין די האנט אריין אין אונגעהויבן צו ווייזן פקחות אין ארום געגאנגען קאמפיינען פאר א געוויסע קבלה טובה,
איינער האט געהאנגען צעטלעך, א צווייטער געווארן שטום פון איין מינוט צום צווייטן מקיים זיין תענית דבור, א דריטער מיט עפענען א רציפות כולל,
אבער מע האט עם זייער שנעל אופגעשטעלט, דאס באלאנגט אבסעלוטלי פאר א רבנישע אוטורעטעט, האט דער מנהל געשריגן.
איינער א חושבע רב האט געהאלטן א דרשה נאך יענע וואך אין ארויס געברענגט א נקודה,
אז אלעס וואס מען זאגט יעצט אדער וואס מען איז זיך מקבל גייט אונהאלטן פון תענית אסתר ביז שושן פורים,
ווארט 30 טעג אין בארואיגט-אייך אין ביז דעמאלצט וועסטו האבן די קאפ אויפן פלאצט, וויסן וואס יא צו טין אין וואס איז שווער פאר דיר וכו',
וואס זאל איך אייך זאגן שוין איבער 10 יאר פון יענע מעשה, אין ווייטער יעדן טאג ב"ה מיט א פרישקייט מקיים זיין יענע קבלה לעיו נשמת ידידי ע"ה ווי כאילו עס איז מיין ערשטע טאג,
בשורות טובות.

ס'שטייט אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, מען מעג צווישן זיך שמועסן עפעס ערנסטערס, באלאנגט נישט דווקא פאר א רבנישע אויטאריטעט,
ס'יז ניש געפערליך אז איינער איז מעיר אז מען דארף זיך פארבעסערען, אלס א רעליגיעזער איד וועלכער גלייבט אין שכר ועונש, מעג מען א טראכט טאן על מה יצא הקצף, ווער נישט אזוי צילאזט פון אביסלע מוסר רייד

כל טוב
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:15 pm

בד״ה אשת הרה״ח ר׳ הערש מיילעך ווערצבערגער שליט״א ראה״ק סאטמאר מאנסי

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:47 pm

כל טוב האט געשריבן:בד״ה אשת הרה״ח ר׳ הערש מיילעך ווערצבערגער שליט״א ראה״ק סאטמאר מאנסי

בת מי?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

פארטראכטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:34 pm

בעל דעת האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:בד״ה אשת הרה״ח ר׳ הערש מיילעך ווערצבערגער שליט״א ראה״ק סאטמאר מאנסי

בת מי?


ר' יוסף שאול הערשקאוויטש ע"ה

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:51 pm

שרעקעדיג
צוגעלייגטע
IMG-20180409-WA0090.jpg
IMG-20180409-WA0090.jpg (126.99 KiB) געזעהן 1231 מאל

אוועטאר
זזה
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:07 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:שרעקעדיג

דאס הארץ צוגייט
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 09, 2018 11:54 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:שרעקעדיג

הארצרייסנד!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:37 am

פלגי מים ירדו עיני

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:41 am

דער רבי קוקט אויס שטארק איבערגענומען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מנטריאל
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:57 am

תגובהדורך מנטריאל » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:37 am

צל עובר האט געשריבן:דער רבי קוקט אויס שטארק איבערגענומען.

אוואדי

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:53 am

ער האט אויסגעשאסן אין א געוויין אינמיטען בענטשען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: john, private, איש האשכולות, הערשקא, זזה, יש ברירה, לעבט אין לאכט, מנטריאל, משה צימערינג, צווייפעל און 52 געסט