חוקי סדום אין אמעריקא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:03 am

דריידל האט געשריבן:
פרוזדור האט געשריבן:רעדענדיג פון סדום. איז דא געזעץ אין אסאך סטעיטס און לעצטענס אויך אין ניו יארק אז אויב ביסטו שולדיג איבער 10 אלפים אין סטעיט טעקסעס, סוספענדירט מען דיין דרייווערס לייסענס. ומה ענין שמיטה אצל הר סיני. תיקו. און איצט זענען זיי אזוי צופרידן פון די רשעות אז זיי גייען עס אנהייבן אפילו ביי בלויז 5 אלפים.


נעכטן האט פרעזידענט אבאמא געסיינט א פרישע געזעץ וואס וועט אנאלירן די פאספארט פאר איינער וואס האט איז שילדיג כאטשיג פופציג אלפים פאר די IRS.

שיין שיין. מען קען שוין לכבוד דעם ווערן אויס בירגער אויך, אדער מען מוז בלייבן א בירגער אן א פאספארט (איינגעשפארט בלע"ז)?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:06 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:מלחות של חסד

נישט כסד?

מעגליך אלס מלשון מלח סדומית...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:11 am

מלח סדומית?...

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:13 am

מיסטי, איינער האטעך שוין געזאגט אז דו האסט א אינטערעסאנטע קאפ?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:19 am

איינער?! הלואי...

ערנסט גערעדט, וואו קומט עס אריין דא?... (אין א זייטיג נאטיץ, פארדעם איז עס דאך פארדעקט...)

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:22 am

נאטינג ספעשל, איך גלייך דיינע המצאות
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:07 am

איז דא ערגעץ פונקטליכע גיידליינד ווי אלט דאס קינד דארף זיין אים צו מעגן לאזן אליינס אויפן גאס.

קוקט אויזףס אז מ'קען ארעסטירן האלה ווילי
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:24 am

סמארט גאי האט געשריבן:איז דא ערגעץ פונקטליכע גיידליינד ווי אלט דאס קינד דארף זיין אים צו מעגן לאזן אליינס אויפן גאס.

קוקט אויזףס אז מ'קען ארעסטירן האלה ווילי

אויפן גאס ווייסעך נישט, אינדערהיים אליינס רעקאמענדירן די ניו יארק'ער אינסטאנצן אז דאס קינד זאל זיין אמווייניגסטענס 12-13:
http://ocfs.ny.gov/main/cps/faqs.asp

פון אביסל ארומקוקן קומט אויס אז פון צען יאר איז עס שוין קאנסידערט א נארמאלע זאך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:44 am

סמארט די שרייבסט אזוי אומקלאר אז די גאווערמעט זאל נישט אויפכאפן דיין תגובה?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:48 am

צירוק צום פאריגע נושא האט שוין זאלצי אנגעהויבן זאגן, פאר 10 און העכער איז דא איין פארם IRS Form 8300, נאכדעם איז דא א צווייטע פארם איך געדענק נישט אויסעוווענדיג די נומבער וואס די באנק דארף אויספילן טאמער איזעס קלענערע נומבערס אבער מער פון איינמאל

יעצט, די פארם פון 10+ ווערט אויסגעפילט הונדרעטער טויזענטער מאל און קיינער קוקט עס נישט אן, אבער די צווייטע פארם איז א אנדערע נושא, ווייל די פארם פילט די באנק אויס ווען זיי שפירן אז ס'איז דא עפעס באהאלטן, ממילא קומט אויס אז די IRS קוקט נאר אויף די צווייטע פארם

סיכום: ענדערש לייג אריין 12 אויפאיינמאל ווי 3 איינמאל היינט און איין מאל מארגן

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

גוט מארגן. ברוכים הבאים צו "סטראקטשארינג" געזעצן

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג דעצמבער 06, 2015 11:31 am

קיינער לייענט טאקע נישט מיין אונטערשריפט?
איר מיינט אז פעטער שמואל איז נאר נעכטן געווארן א באנק רויבער?
עס ארבעט אזוי:
די געזעץ זאגט אז א דעפאזיט פון העכער צען אלפים ברויך מען באריכטן, ד.ה. אויספילן אסאך פעיפער ווארק וכו'. אויב דו דעפאזיט'ס ווייניגער, מוזטו נישט, אבער דאן הייסט דאס סטראקטשארינג און די IRS וועט בארויבן דיין געלט.
משל למה הדבר דומה: אויב דו פארסט שנעלער פון 55 מ.פ.ש. באקומסטו א ספידינג טיקעט. אויב דו פארסט ווייניגער, באקומסטו א טיקעט ווייל דו האסט זיך ארויסגעדרייט פון כאפן א טיקעט!
אבער ס'איז א גוטע געזעץ, ווייל ס'איז געצילט קעגן דראג לאנדערערס אדער עפעס...

אפיציעל זאל עס הייסן אז די IRS האט געטוישט זייער רעגירונג-ערלויבטע-רויבעריי התנהגות, אבער גיי דערצייל עס פאר דעם נעבעכדיגן מענטש וועלכער האט געארבעט 13 יאר זיך אנצוזאמלען אפאר דאלער און די IRS האט עס צוגערויבט אין 13 מינוט, און זיי האבן אים ניטאמאל אנגעקלאגט! צוגערויבט און פארטיג!

לייענט די לינקס אין מיין אונטערשריפט, וועט איר זעהן ווי אזוי די רעגירונג, לאקאל, סטעיט און פעדעראל, בארויבט אמעריקאנע בירגער רעכטס און לינקס, איבערהויפט אויף די הייוועיס (הייוועי ראבערי כפשוטו), און גיבט קיינעם נישט קיין דין וחשבון. דאס איז אלעס טייל פון די א.ג. "וואר אן דראגס", אבער למעשה שטאפן די פאליציי די אייגענע טאשן מיט ביליאנען דאלארן רויב, אלעס פון די הארעוואניע פון פשוטע אמעריקאנער.

די 'פאונדינג פאטערס" האבן רעוואלטירט פאר פיל קלענערע עוולות.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג דעצמבער 06, 2015 12:10 pm

דעפאזיטן איינמאל אדער צוויי מאל א חודש 3 צו 4 מאות קעש הייסט אויך סטראקטשארינג?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג דעצמבער 06, 2015 5:33 pm

איך גלייב נישט. עטליכע אלפים לכאורה יא.
היינטיגע צייטן איז די זיכערסטע ארט ווארשיינליך דארט וואו דער זיידע האט עס געלייגט: "אונטער'ן מאטראץ"...

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 12:51 am

איינער פארמאגט א טייערע הויז אין מאנהעטן, ער וואוינט דערינען, און א חלק דערפון פלעגט ער פארדונגען פאר עטליכע נעכט פאר טוריסטן, קומט די סיטי און קנס'ט אים, ווייל ס'קעגן די געזעץ וואס לויט נישט פארדינגן קיין דירות אויף קורצע טערמינען כדי ס'זאל זיין לאנג טערמינגע הייזער אויף די מארקעט.

The owners of a landmark, five-story mansion on East 76th Street have been slapped with $8,000 in summonses for advertising one of the city’s most luxurious short-term rentals just three blocks from the home of former Mayor Mike Bloomberg.

It was the second time since January 2016 that Claudio Guazzoni dei Zanetti and wife Julia Zanetti — who live on the top floors of the $26 million town house off Central Park — have been socked by city inspectors.

Using homes as hotels anywhere in this city is illegal and potentially dangerous,” said Christian Klossner, director of the Mayor’s Office of Special Enforcement. “We will continue to crack down on bad actors that profit by taking permanent housing units off the market.”


Most tenants describe the pair as top-notch hosts and gush about the proximity to the park and shopping on Madison Avenue, not to mention the daily maid and laundry service included at no ­extra cost.

Bloomberg lives three blocks away, on East 79th Street.

State law forbids short-term rentals in multiple-unit buildings for fewer than 30 days unless the owner is also living in the rented unit. The law was amended last year to make it a violation to even ­advertise such rentals.

Reached by phone, Guazzoni insisted his rentals are legal because they’re for at least 30 days.

“They take a shotgun approach and go after anybody who’s advertising any rental,” he told The Post. “It’s one of those things where you have to go in and prove yourself innocent, which is a waste of time. They figure a lot of folks won’t show up and pay the fines.”


In December, Guazzoni was instructed to pay a $1,600 fine for offering “transient occupancy” in a January 2016 violation — but only after he fought the charge.


גיי פארשטיי, ס'זייער אייגענע הויז, זיי צאלן מסתמא אפאר הונדערט אלפים טעקס א יאר, און זיי זענען נישט בעה"ב אויף זייער אייגן הויז צו מאכן געלט דערויף כדי עס צו קענען עפארדען?

ווי אויך זארגט זיך די שטאט זייער שטארק אז ס'זאל זיין אזעלכע טייערע לאנג טערמינעגע רענטעלס.

כ'שוין גארנישט די פארפאלק, מסתם פעלט זיי נישט קיין געלט, אבער די געדאנק און די חוצפה פון די רעגירונג איז העכער מיין דעת...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 11:06 pm

עכט באלאגט דאס אינעם נאו יארק׳ע נייעס אשכול, אבער באמת קען יענע גאנצע אשכול אריינגעשליידערט ווערן אהער.

לענינינו, עס איז פארגעשלאגן געווארן א ביל אינעם סיטי האל פון סדום נאו יארק וואס וועט העכערן דעם ביז יעצטיגן פארקינג טיקעס שטראף פון $115 צו $175. דאס קומט אויס ארום 20% פון די עוורידזש וועכענטליכע געהאלט וואס א נאו יארק סיטי איינוואוינער מאכט.

דאס איז דער ערשטער טייל פונעם ביל. דער צווייטע טייל איז אז יעדע נאו יארק׳ע איינוואוינער וואס וועט באריכטן פאר די שטאט קאר׳ס וואס זענען איליגעל געפארקט, וועלן קריגן 25%, אדער ארום $45 ״קאמישאן״.. אויפן חשבון פון דעם אומשילדיגער דרייווער וואס איז ס״ה ארויס פאר רגע קויפן א קאווע אינמיטן זיין שווערע ארבעט.

דער אומדערהערטער ביל איז ארויפגעברענגט געווארן דורך די עקסנים אינטערסירטער קאנדידאט קאנסיל מעמבער סטיוו לעווין, וואס טוט פארטרעטן און דערטרעטן די וויליאמסבורג געגענט, און טוט דערמיט נאכקומען זיין פארשפרעכונג צו העלפן דעם עולם מאכן געלט. מיט דעם געזעץ געבט דאס א געלעגענהייט פאר הארץ׳לאזע מענטשן צו מאכן פרנסה בניקל.

קאנסיל מעמבער לעווין איז שוין נישט קיין נחשון מיט די מסירה׳דיגע פרנסה געלעגענהייטן, א קורצע צייט צוריק איז אינעם סיטי האל דסדום אדורך א ביל וואס אסר׳ט צו לאזן קאר׳ס גיין מער ווי עטליכע מינוט אהן דעם וואס דער פערד זאל עס ניצן צו פאהרן. און פייפערבלאזער׳ס וואס באריכטן פאר די שטאט אזאנע פארלעצער קריגן אויך א קאמישאן. די שטאט האט זינט דער ״פראגראם״ איז אריין אין קראפט, שוין פאקטיש פארטיילט 186 טויזענט טאלער פאר מוסרים, און לויט א געוויסע חשבון געראטעוועט 9 ווייסע בערן פון דערטראנקן ווערן אין די וואסערן ארום ארקטיק.

- א אנגעווייטאגטער וואס שעלט אבער וואויט דארט.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך פרא-חסיד » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 11:12 pm

;l;p- ;l;p-
סאציאליזם בתפארתו.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 11:14 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
- א אנגעווייטאגטער וואס שעלט אבער וואויט דארט.


שעלט נישט אויף דיר, שעלט אויף די עסקנים וואס האבן עם אריין געוועלט קעגן די צד שכנגד.

ביידע וועי טשאדי דיינע תגובות ברענגט צו שמייכלען, שכח קום אריין מע אופט

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך שרייב-פעדער » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 11:19 pm

ווייסעך נישט צו ס'געהערט דא, אבער אויב קען מען דא אויסגיסן די ווייטאג, ווילעך אויך.
ווי באקאנט זענען דא אין די סיטי פילע באס סטאפס, וואס זענען פארבאטן דארטן צו פארקירן, אלעס כדי די סיטי באסעס זאלן האבן ווי זיך צו שטעלן, און נישט אויפהאלטן די טרעפיק.
כדי צו אינפארסירן די טובת הציבור, צו לאזן די סיטי באסעס דארטן זיך שטעלן, טיילט מען טיקעטס לרחצה ווען איינער וואגט זיך נאר צו שטעלן ביי א באס סטאפ.
אבער די ווייטאג איז, אז די באסעס באמיען זיך נישט צו שטעלן אויף די באשטימטע באס סטאפ, נאר רוב מאל וועט די באס זיך אפשטעלן אינמיטן גאס און לאזן א לאנגע שורה פון קארס פייפן, און אין פוצה פה ומצפצף.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 21, 2020 11:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עכט באלאגט דאס אינעם נאו יארק׳ע נייעס אשכול, אבער באמת קען יענע גאנצע אשכול אריינגעשליידערט ווערן אהער.

לענינינו, עס איז פארגעשלאגן געווארן א ביל אינעם סיטי האל פון סדום נאו יארק וואס וועט העכערן דעם ביז יעצטיגן פארקינג טיקעס שטראף פון $115 צו $175. דאס קומט אויס ארום 20% פון די עוורידזש וועכענטליכע געהאלט וואס א נאו יארק סיטי איינוואוינער מאכט.

דאס איז דער ערשטער טייל פונעם ביל. דער צווייטע טייל איז אז יעדע נאו יארק׳ע איינוואוינער וואס וועט באריכטן פאר די שטאט קאר׳ס וואס זענען איליגעל געפארקט, וועלן קריגן 25%, אדער ארום $45 ״קאמישאן״.. אויפן חשבון פון דעם אומשילדיגער דרייווער וואס איז ס״ה ארויס פאר רגע קויפן א קאווע אינמיטן זיין שווערע ארבעט.

דער אומדערהערטער ביל איז ארויפגעברענגט געווארן דורך די עקסנים אינטערסירטער קאנדידאט קאנסיל מעמבער סטיוו לעווין, וואס טוט פארטרעטן און דערטרעטן די וויליאמסבורג געגענט, און טוט דערמיט נאכקומען זיין פארשפרעכונג צו העלפן דעם עולם מאכן געלט. מיט דעם געזעץ געבט דאס א געלעגענהייט פאר הארץ׳לאזע מענטשן צו מאכן פרנסה בניקל.

קאנסיל מעמבער לעווין איז שוין נישט קיין נחשון מיט די מסירה׳דיגע פרנסה געלעגענהייטן, א קורצע צייט צוריק איז אינעם סיטי האל דסדום אדורך א ביל וואס אסר׳ט צו לאזן קאר׳ס גיין מער ווי עטליכע מינוט אהן דעם וואס דער פערד זאל עס ניצן צו פאהרן. און פייפערבלאזער׳ס וואס באריכטן פאר די שטאט אזאנע פארלעצער קריגן אויך א קאמישאן. די שטאט האט זינט דער ״פראגראם״ איז אריין אין קראפט, שוין פאקטיש פארטיילט 186 טויזענט טאלער פאר מוסרים, און לויט א געוויסע חשבון געראטעוועט 9 ווייסע בערן פון דערטראנקן ווערן אין די וואסערן ארום ארקטיק.

- א אנגעווייטאגטער וואס שעלט אבער וואויט דארט.

:P :P ;l;p-
א ביטערע געלעכטער..
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:10 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
- א אנגעווייטאגטער וואס שעלט אבער וואויט דארט.


שעלט נישט אויף דיר, שעלט אויף די עסקנים וואס האבן עם אריין געוועלט קעגן די צד שכנגד.

ביידע וועי טשאדי דיינע תגובות ברענגט צו שמייכלען, שכח קום אריין מע אופט



קודם שעלטן א איד איז א דאורייתא

און עס געפעלט מיר ווי גראד זענען די עסקנים שולדיג ווי גלייך ווער עס האט געוועלט פאר אים 3 יאר צוריק איז יעצט שולדיג אויף די געזעץ און נישט נאר יעצט נאר ביז זיין טויט וועלן די ׳עסקנים׳ זיין שולדיג און ווי גלייך זיין קעגנער דעמאלטס וואלט יעצט געווען בעסער (אויב דו געדענקסט ווער עס איז געווען ודו״ק)


עפן דיר אויף די אויגן און קוק וואס עס גייט פאר אין די סיטי וואס די גאנצע סיטי ווערט פאר כאפט דורך קארטעז און אירע שותפים און היות אונזערע ׳קלוגע׳ יונגעלייט גייען נישט וואוטן ווייל מען מוז דאך שעלטן די עסקנים במילא האבן זיי נישט קיין שום טשענס צו בלייבן אויפן בענקל נאר מיטן זיך צושטעלן צו די לינקע ליבעראלן

אנשטאט שעלטן אידן וואס זענען עוסק בצרכי ציבור, שעלט די עליטע ווטס זענען נזהר נישט צו העלפן א צווייטען הן במישרין דורך עסקנות און הן בעקיפין דורכן נישט גיין וואוטן.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:15 am

Civil forfeiture.

רח״ל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:18 am

איך באמערק יעצט עס פעלט א ״נ״. געמיינט צו שרייבן ״וואוינט״.

איך גיי שטומען געהעריג, כ׳האב ס״ה דערציילט די מציאות הדברים.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך sheetrock » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:43 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:ווייסעך נישט צו ס'געהערט דא, אבער אויב קען מען דא אויסגיסן די ווייטאג, ווילעך אויך.
ווי באקאנט זענען דא אין די סיטי פילע באס סטאפס, וואס זענען פארבאטן דארטן צו פארקירן, אלעס כדי די סיטי באסעס זאלן האבן ווי זיך צו שטעלן, און נישט אויפהאלטן די טרעפיק.
כדי צו אינפארסירן די טובת הציבור, צו לאזן די סיטי באסעס דארטן זיך שטעלן, טיילט מען טיקעטס לרחצה ווען איינער וואגט זיך נאר צו שטעלן ביי א באס סטאפ.
אבער די ווייטאג איז, אז די באסעס באמיען זיך נישט צו שטעלן אויף די באשטימטע באס סטאפ, נאר רוב מאל וועט די באס זיך אפשטעלן אינמיטן גאס און לאזן א לאנגע שורה פון קארס פייפן, און אין פוצה פה ומצפצף.

גא"מ דאס איז א שרעקליכע אוממענטשליכקייט. און די זעלבע איז מיט די USPS ץ, זיי שטעלן זיך לעצטענס מיט זייערע טראקס אזוי אז זיי בלאקן די גאנצע גאס און זיי נעמען זיך האקן זייער סענדווידזש. איי פאר צו נאך א 50 פיס קענסטו זיך שיין אריינפארקן? ריק דיך כאטש צו נענטער צו די געפארקטע קארס? גאאארנישט.
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:58 am

די רעדע איז פון "חוקי סדום", נישט מישן מיט באגיין פעלערן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: חוקי סדום אין אמעריקא

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 12:59 am

טשאדי, דערמאנסט מיר אין דעם אשכול
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Kollel, masmid, Toyota, דברים אלו, זזה, יוסף פריעדמאן, למדנו חוקיך, מטעמים, משה בן יעקב, שתקן און 32 געסט