אדיר איום האט געשריבן:מען האט געבויט א נייע ביהמ״ד אין קלויזענבארג ת״ת אויף בעדפארד עוו
פאר די ת"ת קינדער?
נא_שכל האט געשריבן:אז מהאט ארויפגעברענגט דעם אשכול ווי קען מען נישט ערווענען די רענאוואציעס וואס קומען פאר אין סאטמאר בית המדרש אויף קליימר סט., אויפן אויבערשטען שטאק האט מען אלעס ארויסגעפליקט מקורה לתקרה, מען מאכט עס אינגאנצען איבער אזוי ווי אלע נייערע בתי מדרשים, מ'שמועסט אז דאס אלעס קומט צו פארדאנקען ר' דוד לייבוש יאקבאוויטש וואס דאווענט דארט און ער איז מנדב די גאנצע געבויעכטס, ווי אויך הייסט עס אז ס'גייט זיין פערטיג אנהייב קומענדיגע יאר אויף ווערן ר' דוד לייבוש מאכט חתונה זיין זון.
הלשון האט געשריבן:נא-שכל:
חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?
כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא
בענאק האט געשריבן:הלשון האט געשריבן:נא-שכל:
חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?
כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא
ר' דוד לייבוש בויעט איבער דעם בית המדרש, ער מאכט עס יעצט לכבוד די חתונה פון זיין זוהן.
אזוי ווי דער ביהמ"ד איז זייער א פארנומענע פלאץ, אויך לעצטענס האט זיך דארט אריינגעצויגן א ניער סניף פון דער כולל. האט ער געצאלט דריי מאל די פרייז וואס עס וואלט געדארפט קאסטן, אז די גאנצע ארבעט מתחילה ועד סוף זאל געמאכט ווערן אין די צוויי חדשי הזומער. ווען מען קומט אהיים גייט אלעס זיין גרייט בעז"ה.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:דוכט זיך אז די מוירטל און ליע גארדענס שולן, איז פון א ירושה פון זיין טאטען
און וואס טוען אנדערע מיטן ירושה?
מיסטעריעז האט געשריבן:ביהמ"ד הגדול - 14 הופפער סט. גייט אריבער רענאוואציעס.
מען אינסטאלירט ענדליך געהעריגע עירקאנדישענינג אינעם היכל, און דערפאר ענדערט מען אביסל די אויסזעה פון דער דאך, ווי עס קוקט מיר אויס גייען די צוויי - ביז יעצט אפענע - ביעמס אויפן דאך ווערן באדעקט.
אויך האט מען רענאווירט די בתי כסאות אויף צד צפון, די קאוט רום איז אויפגעבראכן, ועוד, ונזכה ונראה.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, גוט זאגער, הויעך, פרישע קוגל און 61 געסט