אט איז א שטיקל נייעס וואס מאכט העדליינס אין די טעג אבער איך האב נישט געטראפן אז מ'זאל רעדן דערפון דא.
דעם פארגאנגענעם שבת פרשת תצוה-זכור, ולמספרם פעברואר 20, ארום 12:45 מיטאג צייט האט זיך United Airlines פלייט נאמבער 328 ארויסגעלאזט פון די די Denver Int'l Airport אין דענווער, קאלאראדא פלאנענדיג א 9 שעה'יגע רייזע קיין האנאלולו. עטליכע מינוט נאכן זיך הייבן, ווען די עראפלאן איז געווען ארום 12,000 פיס אין די לופטן האבן די פאסאדזשירן פלוצלינג געהערט א הויכע זעץ, ווען זיי האבן דערשראקענערהייט ארויסגעקוקט פון די רעכטע ווינדאו האבן זיי - צו זייער גרויס שרעק - געזעהן ווי די רעכטע Engine ברענט!
די פילאטן האבן זיך דערשראקענערהייט פארבינדן מיט די Air traffic control אין דענווער און פארלאנגט אז זיי ווילן זיך צוריקקערן צום עירפארט, די קאנטראל טאוער האט זיי געאפפערט אז זיי קענען תיכף צוריקומען דורך סיי וועלכע ראנוועי זיי ווילן, אבער די פילאטן האבן נאך געדארפט אפאר מינוט אין די לופטן איבערצוגיין די עמערדזשענסי פראטאקאלן (א פליגער קען פליען נאר מיט איין ענדזשין), נאך עטליכע מינוט האבן זיי זיך טאקע צוריקגעקערט און געלאנדעט זיכערערהייט אן קיין שאדן די צו קיינע פון די 241 נפשות, פון וועלכע 231 זענען געווען פאסאדזשירן און 10 פון די מאנשאפט.
די פאסאדזשירן האבן באריכטעט אז די פילאטן און די מאנשאפט האבן געטוהן גאר א גוטע ארבעט מיטן האלטן דעם עולם די רואיגסטע שייך אין אזעלכע מאמענטן, און די לעצטע אויסרוף פון די מאנשאפט איז אייגנטליך געווען "אפגעזעהן פון וואס איר וועט דערציילן איבער די אינצידענט איז קלאר אז אין יונייטעד צילן מיר אייך צו האלטן די זיכערסטע מעגליך אזויווי איר האט זיך אליין געקענט איבערצייגן היינט".
פאלגנד איז א ווידיאו וואס איינע פון די פאסאדזשירן האט אפגעכאפט.
אונטן אויף די ערד האט די אינצידענט געמאכט א היפשע מהפיכה ווען גרויסע שטיקער פון די ברוכווארג זענען געפאלן איבער א שטעטל Broomfield, Colorado. שטיקלעך פון די ברוכווארג זענען שוין געפונען געווארן אזוי ווייט ווי א מייל אפגערוקט פון איין עק ביז די אנדערע. די גרעסטע שטיק איז געפאלן אין די לאט פון אן איינוואוינער, וועלכער האט זיך געטראפן מיט די גאנצע רים הארט פאר זיין טיר. די פאליציי אין Broomfield האט געזאגט אז זיי זענען פארפלייצט געווארן מיט רופן פון באריכטן איבער שטיקלעך ברוכווארג און האבן עווענטועל געדארפט ארויסלייגן א מודעה מ'זאל מער נישט רופן 911 מיט די באריכטן.
נאר מיט נסים איז קיינער אונטן אויך נישט געשעדיגט געווארן.

- 210220171559-03-flight-returns-debris-colorado-0220-exlarge-169.jpg (44.35 KiB) געזעהן 1019 מאל
די NTSB וועלכער איז די אגענטור וואס איז אחראי אויף אויספארשן טראנספארטאציע אינצידענטן אין אמעריקא, איז תיכף אריינגעקומען און פירן יעצט דורך א גרינטליכע אויספארשונג.
די ערשטע זאכן אויף וואס מ'קוקט ביי די אויספארשונג זענען די פליגער און די engine.
די פליגער איז א Boeing 777-200 וועלכער איז שוין אין דינסט זייט 1994 איז בלויז די פיפטע 777 וואס איז פראדוצירט געווארן. 26 יאר איז נישט אומגעווענליך פאר א עראפלאן, און איז נישט קיין ריזיקע אויף די סעיפטי פון א פלייט.
די 777 סארט האט נישט קיין ערנסטע סעיפטי אישוס אויף איר רעקארד, די מער ערנסטע אינצידענטן וואס האבן פאסירט מיט א 777 זענען געווען
די פארלוירענע מאלאזיע פליגער, און
די אראפגעשאסענע מאלאזיע אין אוקריינע.
נאך איין אינצידענט מיט 3 פאטאליטעטן אין סאן פראנציסקאו איז געווען די שולד פון די עירליין און דעם פילאט. אלזא, קיין איינס פון די אינצידענדטן קענען נישט צוגעשריבן ווערן צו די שולד פון די פליגער גופא.
אבער ווען מ'קוקט אויף די engine הייבן זיך די ברעמען. די PW4000 סארט האט אין פאריגן דעצעמבער געצווינגן א יאפאנעזע פליגער צו א עמערדזשענסי לאנדונג, און נאך א ענדזשין פון די סארט האט אין דעם זעלבן טאג ווי די UA328 אינצידענט עקספלאדירט אויף א 747 פליגער אין האלאנד וואו ברוכווארג האט געשעדיגט צוויי אויף די ערד.
דאס האט שוין תיכף געברענגט קשיות פון אלע ריכטונגען אויב די ענדזשין האט א פראבלעם וואס האט הערשט יעצט אנגעהויבן ארויסקומען.
אבער וואו גאוסט-גלויביגע ווערן דערשראקן איז, ווען מ'קוקט וויאזוי די פאסאדזשירן האבן למעשה דערגרייכט זייער ציהל. יונייטעד האט צוגעשטעלט א פלייט פאר די געשטראנדעטע פאסאדזשירן פון דענווער (ווער ס'האט נאך געוואלט פליען), אן אנדערע 777 וועלכע האט זיי געברענגט צום ציהל ארום 6 שעה שפעטער ווי געפלאנט.
די אינטערעסאנטע חלק איז אז די צווייטע פליגער איז די פיפטע 777 וואס איז פראדוצירט געווארן - אויך אין 1994, און די רעגיסטראציע נאמבער (אזויווי די VIN פון א קאר) פון די צוויי עראפלאנען זענען זייער ענליך, די רעגיסטראציע נאמבער פון די ארגינעלע פליגער איז N772UA און די רעפלעיסמענט וואס איז למעשה געפלויגן איז N773UA.
יא, נאך איין קלייניקייט, די צווייטע פליגער האט אין 2018 געהאט עפעס א אינצידענט ווען ס'איז געפארן ערגעץ. וואו ווילסטו וויסן? אה… קיין האנאלולו. וואס ס'איז געשעהן פרעגסטו? אה… עפעס א קלייניגקייט, די רעכטע ענדזשין האט אראפגעלאזט ברוכווארג אינמיטן וועג!
פאלגנד איז א ווידיאו פון די 2018 אינצידענט.
די אויספארשונג גייט אן, די FAA האט געהייסן מ'זאל אינספעקטן אלע פליגער מיט די סארט ענדזשין, יונייטעד האט שוין געמאלדן אז זי האט "געגראונד" אלע פון די סארט פליגער (עטליכע 50 אין צאל), די UK האט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף אלע פון די סארט אריינצוקומען אין אירע לופט רוימען און די סטאקס פון Boeing און פון Raytheon Technologies (די קאמפאני וואס פראדוצירט די ענדזשין) זענען געפאלן איטליכער מיט איבער 2 פראצענט היינט.
די גאנצע זאך פעלט בכלל נישט אויס פאר Boeing נאך וואס זיי זענען נארוואס ארויסגעקראכן פון זייער סומאטוכע מיט די 737 מעקס, עקספערטן און אינוועסטירער קוקן ארויס צו זעהן וויאזוי זאכן גייען זיך אנטוויקלען און אויב דאס קען האבן א לאנג-טערמיניגע אפפעקט אויף די קאמפאני.