נייע עפארדעבעל האוזינג אין ב"פ דורך אגודת ישראל.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 10:48 pm

יונה כהן האט געשריבן:שכויח פאר מיינע געטרייע צוהערער פארן מאכן מיך אויפמערקזאם אויך דעם אשכול.

לכבוד דעם עולם דא האט קול מבשר מסכים געווען ארויף לייגען א לינק צו קענען דאונלאדען דעם אודיא פייל פון דעם גאנצען אינטערוויו פון גוגל דרייוו. ישמעו ענוים וישמחו!

http://goo.gl/7E2mlB

דער וועב סייט (וואס האט באגרענעצטע אינפארמאציע) פון דער דעוויזיע פון אגודת ישראל http://www.homeprogram.org

אויב איינער האט מער פראגעס קען מען מיר שרייבען אן אימייל און איך וועל פרובירן שיקען צום ריכטיגען אפיס

yrapaport@agudathisrael.org

דער אינטערוויו אויף קול מבשר איז אריבערגעריקט געווארן צו די אינטערוויוס סעקשען נאמבער 1135
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

תגובהדורך וואס איז » פרייטאג ינואר 02, 2015 10:12 am

יונה כהן האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:איך בין אלל אין פאר ווער סקען צושטעלן אפילו 'איין' עפארדעבל דירה, אבער רעאליסטיקלי, לאמיר זיך נישט פאפן, אפילו וועסט אויפבויען 300 דירות און אוועקגעבן בחינם, האסטו נישט אנגעהויבן צו אטאקירן דעם פראבלעם,
די אלע זאכן טוען נאר דיסטרעקטן פון רעדן פון אמת'ע סאלושענס,


לאו דוקא

איינע פון די גרויסע מטרה'ס און בענעפיטן פון די פריריגע פּראיעקטן פון סעבּקו איז געווען נישט נאר צו צושטעלן דירות פאר ביליג, איר גרעסערע מטרה איז געווען צו סטעבּעלייזן דעם געגענד, ווי עס איז דערמאנט אין דעם שמועס באריכות. איצט איז דער מטרה אפשר א ביסל אנדערש, דהיינו נישט נאר וואס מ'שטעלט צו דירות, מ'פארברייטערט אויך דעם געגענד און דאס איז גורם אז אנדערע משפחות זאלען וועלען און קענען קויפען און אינוועסטירן אין הייזער ארום דעם דעוועלופמענט ווי עס האט פאסירט פון פריער מיט אנדערע דעוועלופמענטס.

און עס געפונען זיך שוין ציביסלעך היימישע משפחות דארט ארום, א דאנק (עכ"פ א חלק) צוליב די באוואוסטע פלענער פון בויען דארט די נייע אגודה דירות.

כיהודה ועוד לסמארט_גאי

300 ביליגע דירות וועלן נישט סטאביליזירן די היינטיגע ב"פ, און אודאי נישט די 68 דירות פון וואס מ'רעדט דא.

ס'קומט קרעדיט פאר יעדן וואס טוט, און 68 ביליגע נארמאלע-סייז דירות מיינט 68 אידישע משפחות מיט א רואיגערן מנוחת הנפש. אבער קיין לעזונג צום ברענענדיגן פראבלעם איז עס ווייט נישט. אפשר א דיסטרעקשאן, וכנ"ל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג ינואר 02, 2015 10:18 am

ביטע...! איר ענפערט אן ליינען וואס יענער שרייבט, איר טראכט אז יונה כהן ווייסט דען נישט וואס איר ווייסט אז 86 דירות איז א שפיי וואס ב״פ דארף?!

ליינט איבער, ער טענהט אז די דירות וועט סטעבעלעזייען די פאר גאסן אז מער מאנטשן זאלן זיך אהין ציען און אויסברייטערן אין יענע געגענעט, דעטס איט, און ער האט א שטארקע פוינט.

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

תגובהדורך וואס איז » פרייטאג ינואר 02, 2015 10:23 am

איך פארשטיי אז ער זאגט ביידע, סיי סטאביליזירן געגנט און סיי פרייזן. און דערויף האב איך געשריבן כנ"ל

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג ינואר 02, 2015 10:24 am

מחותן האט געשריבן:ביטע...! איר ענפערט אן ליינען וואס יענער שרייבט, איר טראכט אז יונה כהן ווייסט דען נישט וואס איר ווייסט אז 86 דירות איז א שפיי וואס ב״פ דארף?!

ליינט איבער, ער טענהט אז די דירות וועט סטעבעלעזייען די פאר גאסן אז מער מאנטשן זאלן זיך אהין ציען און אויסברייטערן אין יענע געגענעט, דעטס איט, און ער האט א שטארקע פוינט.

דאס איז לכאורה א זאך וואס גייט עניוועי געשעהן משום דוחק המצב, און די נייע דעוועלאפמענט איז זיכער נישט 'גורם' צו דעם, "אפשר" העלפט עס צו,

אונטערשטע שורה, איך בין זייער דאנקבאר פאר די אגודה פאר'ן אוטערנעמען דעם פראיעקט, אבער לענ"ד זאלן זיי ענדערש אינוועסטירן זייערע כוחות אויפן גרעסערען פראבלעם, ווי איידער זיין פארנומען אזויפיל יאר מיט "68 דירות"
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:53 pm

גוט געזאגט. אזא ארגאניזאציע מיט אזוי פיל קשרים וואלט טאקע געמעגט מער טון אין דעם ברענענדיגן פראבלעם לתועלת הציבור.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג ינואר 02, 2015 1:53 pm

כאילו זיי האבן אלעס אפגעשפארט און נאר דאס געטאן! אבי צו טרעפן וואס צו קריטיקירן יעדע זאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג ינואר 02, 2015 2:24 pm

אבי צו קריטיקירן די קריטקירערס. לאזן אונז לעבן, דאס איז וואס מיר טוען, קריטיקירן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

באס דרייווער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 22, 2013 11:47 am

תגובהדורך באס דרייווער » פרייטאג ינואר 02, 2015 4:18 pm

איך בין געווען שאקט צו הערן אז 'מיין' קינדוואז געגענט (15 און 40) איז געווארן אידיש דורך א מעשה יחיד פונעם אומפארגעסליכן חשוב'ען עסקן ר'משה שערער... איך געדענק נאך ווען מען האט געציטערט פון די ריזיגע צוויי מיט די פיר פיסיגע הונט..

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג ינואר 04, 2015 1:01 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כאילו זיי האבן אלעס אפגעשפארט און נאר דאס געטאן! אבי צו טרעפן וואס צו קריטיקירן יעדע זאך.

ווער קריטיקירט ???

איך בין זייער דאנקבאר פאר זיי!!

איך האב נאר ארויסגעברענגט אז דאס האט נישט קיין שום שייכות צו א סאלושען,

ווען די אגודה זאל עפענען א 'חתונה רעליעף פאנד' און טיילן $100 ( אפילו $500) פאר יעדע אפליקאנט, וואלט עס געהאט עפעס ארויסגעהאלפן צו סאלווען דעם פראבלעם אז די בעיר מינימום קאסט פון חתונה מאכן א קינד איז ארום $50,000 ??? ניין!!

וואלט מען זיי דאנקבאר געווען ?? זיכער!!
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » מאנטאג ינואר 05, 2015 3:43 pm

מ'קען טענה'ן אז באמת יעדער איז דא גערעכט .

מ'דארף אבער געדענקען א פאר פאקטען.

אגודת ישראל פון אמעריקע איז א נאשענעל ארגאניזאציע מיט אפיסעס אין 27 סטעיטס. עס איז בכלל א מאדנע זאך אז אגודה זארגט זיך בכלל פאר "בּארא פארק", אין נישט פאר אנדערע געגענדן ווי עס וואוינען ב"ה פרומע אידען אין ניו יארק סיטי\סטעיט, שוין אפגערעדט פאר פרומע אידען וואס וואוינען אין ניו דזערסי, פלורידא, שיקאגו, לאס אנגלס, וכו' וכו'.

נאר וואס דען, סעפּקו איז א 'דיוויזיע' פון אגודת ישראל וואס איז רעלאטיוו זייער אלט, ווען אגודת ישראל איז געווען אן ארגאנאזאציע וואס האט בעיקר געדינט אידען וואס האבען געוואוינט אין דעם ניו יארק געגענד, און סעפּקו האט א היסטורישע רעכט צו האלטן איז זיי האבען א גרויסען חלק אין ראטעווען דעם חלק פון בארא פארק.

אודאי נאך 30 יאר, ווען דער גאנצער שטאט האט אן אנדערע צורה און אונזער ציבור איז מורא'דיג זיך בלע"ה צו וואקסן, איז גרינג צו זאגען אז ס'וואלט ממילא אזוי געשען. אבער מי יודע? געדענקט איינער איסט ניו יארק, אדער בראונסוויל? בכלל, א גרויס חלק פון בארא פארק באשטייט באמת פון פליטים פון קראון הייטס, עס איז געווען א סאטמאר תלמיד תורה דארט, באבוב, בעלז וויזניץ וכו' שולען און אלע היימישע אידען זענען פון דארט 'מיטאמאל' אנטלאפן.

מ'דארף נישט איבערגיין די היסטוריע איבער דעם קאמפף אז מ'טאר נישט איבער לאזען דעם געגענד. אבער למעשה האט מען עס יא פארלאזט און דער אידישער ציבור בכלל האט אן געוואוירען דארט ממון ודמים. דאס אז היינט איז קראון הייטס סטאביל איז נישט קיין ענטפער אויף די מורא'דיגע שאדענס דאס אנטלויפען האט געקאסט פאר טויזענטער אידען.

דער קאלווער-על פראיעקט איצט, איז שוין אין פלאן 20 יאר. עס זענען פארהאן זייער א סאך אומאייגענעמע סיבות פארוואס דער פראיעקט האט זיך אזוי לאנג געצויגען. אבער דער פאקט אליין אז מ'האט געוואוסט אז דאס קומט, איז גענוג געווען אז אידען זאלען זיך פארשפרייטן דארט. און איצט, חוץ דעם עצם מעלה פון ביליגע דירות פאר די וואס וועלען זוכה זיין אונעם גורל, מאכט עס אויף מעגליכקייטען פון אינפרא-סטראקטור אינוועסטמענט, צו איז דאס א ביהמ"ד, א מקוה, א פרנסה וכו' וכו' ס'איז א שטארקע התחלה. און דאס וועט אי"ה צוברענגען נאך קויפער פון דירות און אויך דעוועלאפמענט אין די ארומיגע גאסען און די קומענדיגע יארן.

פארוואס אגודה טוט נישט מער?
ווער עס האט אויסהערט דעם אינטערוויו אויף קול מבשר האט געהערט פון הרב אברהם דזאפי אז אגודת ישראל וויל מיט דעם פראיעקט מאכען א מוסטער ווי אזוי מ'קען לעגאל נאכמאכן אזעלעכע פראיעקטן און אנדערע געגענדען און אין אנדערע סטעיטס.

האוזינג איז געווארן זייער א שווערע נושא בפרט ווען זייט 30 יאר איז שוין צוגעקומען אן א שיעור געזעצען און אויך קאורט פסקים איבער דיסקרימינאציע. ס'איז פארשטענדליך אז אן ארגאנעזאציע וואס איז א ספּאנסער פון א פּראגראם מוז שטרענג אפהיטן דעם געזעץ, און מער וויכטיג, עס מוז אויך אויסקוקען למראית עין פון די פּרעססע און פאר דעם פּאבליק אלס יושר'דיג פאר אלע. סוף כל סוף זענען אלע אזעלעכע פראיעקטען אונגעוויזען אויף דעם גוטען ווילען פון פאליטישענס.

און נשיאת חן ביי די רעגירונג, איז גאר וויכטיג. א סאך איז אויך תלוי אין די טראוסט וואס א פאליטישען האט צו דעם ספאנסערינג ארגאנעזאציע אז זיי וועלן זיך אויספירען ארענטליך מיט יושר, און ב"ה אגודת ישראל האט טאקע דעם גוטען שם וואס קומט דא גוט צום נוצען.

סעפּקו איז מער ווי סתם נאר דעוועלאפערס פון דירות
ווי מ'קען הערן אין דעם אינטערוויו, סעפקו קען העלפן און טוט העלפן בעלי בתים קויפען דירות, אדער אנצוהאלטען צו א דירה וואס מ'האלט ביים פארלירען צוליב א מארגעדש, העלפען מיט בענק צו פארהאנדלען הנחות, כל מיני עצות והדרכות וואס זיי העלפען יעדען טאג משפחות מיט פינאנציעלע עצות. זיי שטייען גרייט צו העלפען א יעדען, און מ'רעדט אידיש און מ'איז מסביר אלעס. מ'קען אויך באקומען הילף פאר א דאון פּעימענט וכו' פאר סיי וועלכע געגענד. און איבער די יארען האט מען טאקע שוין געהאלפען מאות ואלפים.

דאס אלעס וואס איך שרייב דא, קען מען זען אפט אין עדס וואס סעפּקו לייגט אריין אין אידיש'ע צייטונגען, ס'איז מיר א חידוש אז ווען איך זאג עס פאר מיינע באקאנטע זענען זיי אפט מאל סורפּרייזד,
פארוואס?
גיי ווייס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 05, 2015 5:09 pm

א שיינעם דאנק פאר די ווערטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 05, 2015 9:06 pm

גארנישט געוואוסט איבער זיי, עלמיר גיין נאכזוכן אביסל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:44 am

טאמער קויף איך א הויז, קען איך עס פארקויפן א יאר שפעטער פאר פולע פרייז? וויזוי ארבעט דאס?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:36 pm

יעצט גערעדט צו זיי, זיי זאגן אז פאר א יאר מיט האלב איז נישט דא קיין אפליקעשנס, מינומום אינקאם איז 50 מעקס איז 110, די פרייז גייט זיין 450-500 פאר יעדעם די זעלבע נישט קיין חיליק אין אינקאם, הייזער גייט מען נישט קענען אריינמאפען פאר צוויי יאר

בקיצור איך קען ווייטער זיכען צו קויפן א הויז, ביי די וועי פארשטיי איך נאכנישט וואס דאס האט מיט די גאווערמענט, אז איך האב איבריגע 50 מיליון דולר און איך קען באשטיין צו בויען דירות פאר קאסט פרייז, קען איך אויך בעטן די אמאונט און איך פארליר נישט גארנישט, זעה איך נישט ווי די גאווערמענט ספאנסארט געלט דא, ס'קאסט נישט מער ווי 450-500 צו בויען אזא הויז, נאכדערצו אז די שטח קאסט גארנישט, בסך הכל געבן זיי דא די שטח און זיי גייען נאך צירוקמאכען אפאר דולר דא

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:12 pm

גוגל האט געשריבן:טאמער קויף איך א הויז, קען איך עס פארקויפן א יאר שפעטער פאר פולע פרייז? וויזוי ארבעט דאס?

ס'ארבייט (בערך) אזוי, אויב צאלט מען פאר די דירה $500,000 און די סובסעדי וואס די שטאט גיט (למשל)איז $150,000, וויל די שטאט זאלסט דארט וואוינען (למשל) 15 יאר, אויב אבער ביז 5 יאר ווילסטו אוועק מופען דארפטו צוריק צאלען די גאנצע $150,000 , נאך 5 יאר גייט אראפ 10% יערלעך.

דא האט איר א דיד פון א סובסיידיזט קאנדא.
http://a836-acris.nyc.gov/DS/DocumentSe ... 2200462002
לעצט פאראכטן דורך יום אחד אום דינסטאג ינואר 20, 2015 12:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג ינואר 19, 2015 7:34 pm

טענקס, אבער אויב איז עס ווי איך האב געזאגט אז די געלט פון די קונים קאווערד די בויען, איז וואס סובסעדייד די שטאט דא?

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:07 am

וועלקאם צי גאווערמענט, אגודה דארף מאכן געלט אלע פאלעטישאןס די צייטונגען וואס גייען אדווערטייזען ועוד,ועוד ועוד קיינער ארבייט נישט אימזינסט, ווידער ביי א פריוואטער בויער איז נישטא די הונדרעט שותפים.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:52 am

שוין ביז א יאר האלב איז נישטא וואס צו טראכטען פון דעם סייווי, וועלן מיר אדערוויילע טראכטען פון בעסערע זאכן

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:54 am

Is there a minimum household size to be eligible?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג ינואר 20, 2015 1:06 am

זיי האבן מיר געפרעגט, האסטעך נאר איין קינד פארוואס דארסטו 4-5 בעדרומס??? האבעך איר געענטפערט, וואס גייט דיר אן אז איך וויל וואונען ברייט?!?! ביסיידס זאג איך איר ביז מען וועט זיין פערטיג קענעך נאך האבן א דרילינג ממילא איז דיין קשי' נישט שווער

איך פארטיי אבער אז זיי גייען ענדערש זיכען צו געבן פאר גרעסער משפחות, אבער כאב נישט קיין געהעריגע ענטפער

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:03 pm

היינטיגע לוח הציבור
Untitled.png
Untitled.png (200.57 KiB) געזעהן 451 מאל

זעמיר געגאנגען צי די לינק
http://www.nyc.gov/housingconnect
האמיר געטראפען אסאך אנדערע אבער נישט די
איינער מיט אינפא ווי אזוי איך דארף עס טרעפן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:36 pm

אויב כ'האב גוט געליינט דארף מען עס אהין "אריין" שיקן, באקומען א אפליקעישאן דארף מען ביי סעבקא. אויב ביזט אין בארא פארק מעגליך לוינט זיך אריבער צו כאפן פערזענליך, אויף 18 עוו. ביי איסט 5 קום נישט מארגן ווייל איך פלאן צו גיין ס'וועט זיין גילוי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:42 pm

איר וואוינט אפשר אין ב'פ
מסתם זעה איך דיר יעדן טאג, ניין?

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:21 pm



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנטי לינקער, דברים אלו און 24 געסט