אומרוען און אטאקעס אין א"י; קאנסטענט אפדעיטס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מאי 18, 2016 10:33 am

דורכן נאכט זענען 16 פאלעסטינער סוספעקטס אינוואלד אין די לעצטיגע טעראר אטאקעס ארעסטירט געווארן אין די מערב ברעג.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך מאי 18, 2016 2:08 pm

פריער האבן זיך צעפיפן די סירענעס אין דרום מדי"נ, ווארנענדיג איבער א פליענדיגן ראקעט.

למעשה האט צה"ל באשטעטיגט אז ס'איז געווען א פאלס אלארעם און קיינע ראקעטן זענען אריינגעפלויגן אין מדי"נ.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 6:35 am

דורכן נאכט זענען 2 פאלעסטינער סוספעקטס ארעסטירט געווארן אין די מערב ברעג.

*

פאלעסטינע נייעס קוועלער האבן באריכטעט היינט אינדערפרי אז צה"ל זעלנער האבן געשאסן צו פאלעסטינע פארמערס אין די געגענט פון נג'אר און אבו רידה אין מזרח עזה, נישט באריכטעט געווארן אויף קיין פאטאליטעטן.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:06 pm

א 16 יעריגע פאלעסטינער פון שועפט וואס איז ארויף אויף א באס פון שועפט קיין שער שכם איז פארדעכטיגט געווארן דורך די פאליציי ביי די לייט טרעין נעבן שועפט, די פאליציי האבן אים אראפגענומען פונעם באס און אים אויסגעטשעקט און געטראפן אויף אים א מעסער, דער פאלעסטינער האט מודה געווען אז ער איז געווען אויפן וועג אויסצופירן א שטעכעריי אטאקע אין שער שכם.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג מאי 19, 2016 7:34 pm

ס'פריידט צו הערן ווען מ'כאפט די רוצחים צייטליך. אבער וואס איז טאקע פשט, וויאזוי כאפן זיי אויף ווער איז פארדעכטיגט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » דאנארשטאג מאי 19, 2016 7:47 pm

אן אריין גיין אין ציונות
ווערן די חברה געלערנט ווי אזוי אויפצוכאפן פארדעכטיגע מענטשן

נארמאל א מענטש וואס וויל אויספירן א אומ'געווענליכ'ע זאך פירט זיך אויף נישט ווי יעדן, ווי די וועלט זאגט "אויף דעם גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל" ער האט מורא אז מ'זעהט אויף אים, און דעריבער לויפן אים די אויגן אין די אויגן לעכער, און זיין בלוט קאכט, אזוי אז מענטשן וואס זענען טרענירט אויף דעם, קענען אויפכאפן אז דער איז אביסל פארדעכטיגט
און פארגעס נישט, די ציונים האבן ליידער פיל עקספיריענס אין דעם (68 יאר און מער נעבעך)

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג מאי 19, 2016 7:48 pm

די פאליציי איז געלערנט צו קענען אידענטיפיצירן פארשוינען מיט שלעכטע כוונות. אויפן גנב ברענט דאס היטל! דאס זענען פון די א"ב פון די טרענירונג פון געזעץ היטער
פארשטייט זיך ס'איז ווייט פון הונדערט פראצענט עפעקטיוו.

אפס, קמח האסט מיך אויסגעכאפט

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » דאנארשטאג מאי 19, 2016 7:49 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:אפס, קמח האסט מיך אויסגעכאפט

אנטשולדיג נישט געמיינט פערזענליך

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 5:33 am

3 מאלאטאוו קאקטעיל'ס זענען געווארפן געווארן אין חברון דורך פאלעסטינער דורכאויס שבת.

*

א צה"ל זעלנער איז לייכט פארוואונדעט געווארן פון א שטיינער ווארפעריי נעכטן מוצ"ש אין כפר סעיר נעבן תקוע אין גוש עציון.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 8:14 am

2 פאלעסטינער סוספעקטס זענען ארעסטירט געווארן דורכן נאכט איינער אין כפר מזרע אל קבלייה נעבן רמאללה און דער צווייטער אין כפר צוריף נעבן בית לחם.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » זונטאג מאי 22, 2016 1:13 pm

אן אראבישער טעראריסט האט אנגעהויבן צו שיסן אויף אן איזרעילי באס אינעם גוש עציון געגענט נעכטן נאכט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מאי 22, 2016 1:29 pm

ער האט שוין געענדיגט?...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 23, 2016 1:37 am

9 פאלעסטינער סוספעקטס זענען ארעסטירט געווארן דורכאויס די נאכט אין די מערב ברעג.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג מאי 24, 2016 3:25 pm

באס נומער 140 איז אטאקירט געווארן מיט שטיינער דורך א גרופע פאלעסטינע נעבן די חיזמא געגענט.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג מאי 24, 2016 4:03 pm

איזרעילי מיט פאלעסטינע אוטאריטי האבן ארעסטירט איבער 60 פאלעסטינע חברה פאר "אינסייטמענט" ד"ה אויפרייצן די מאסן דורך זייערע פעיסבוק פאוסט'ס.

לאך לאך
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2016 8:48 pm

תגובהדורך לאך לאך » דינסטאג מאי 24, 2016 9:52 pm

נייעסלעך האט געשריבן:2 ראקעטן זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה, ס'איז דרוכגעפאלן און אויפגעריסן נאך אינעם עזה טעריטאריע, אומבאוואוסט איבער פארווואנדעטע יעצט.

ארבעט נישט

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך מאי 25, 2016 4:48 pm

4 ראקעטן זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה אריין קיין מדי"נ, די סירענעס האבן זיך נישט אנגעצינדן און איינס האט געלאנדעט אין אן אפענע שטח אין דרום פונעם לאנד, קיינע פארוואונדעטע זענען באריכטעט געווארן.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מוצ"ש מאי 28, 2016 6:41 pm

5 ראקעטן זענען ארויסגעשאסן געווארן שבת ביינאכט פון עזה קיין מדנ"י, 3 זענען געפאלן נאך אין עזה טעריטאריע און די 2 אנדערע האבן אויפגעריסן ביים ארויפשיס אין עזה.

די אג'נאד בית אל-מקדס טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די ראקעטן און געזאגט אז זיי וועלן נישט אויפהערן ווילאנג כאמאס הערט נישט אויף צו ארעסטירן זייערע מענטשן און שטערט זיי פון אפטוהן זייערע אקטיוויטעטן אין עזה.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג מאי 29, 2016 1:38 am

פארוואס אבער שיסען אויף מד"י אויב די ציהל איז כאמאס?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 29, 2016 8:50 am

ווייל די אידן זענען אלע מאל שילדיג

אונז זענען מען אלע מאל דער כפרה הינדלעך
参考专家

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג מאי 30, 2016 1:06 pm

שטעכעריי אין תל אביב
צוגעלייגטע
photo_2016-05-30_13-00-02.jpg
לעצט פאראכטן דורך פאליק אום מאנטאג מאי 30, 2016 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג מאי 31, 2016 6:28 am

דורכן נאכט זענען 6 פאלעסטינער סוספעקטס אינוואלד אין די לעצטיגע אומרוען ארעסטירט געווארן אין די מערב ברעג.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג יוני 05, 2016 4:59 pm

א פלאש באמבע איז געווארפן געווארן אין ריכטונג פון א מיליטערישע פאזיציע אין חברון, ס'זענען נישט פארהאן קיין שאדנס אדער געשעדיגטע.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג יוני 05, 2016 5:20 pm

א סענזאציע איז אנטשטאנען ווען א מדנ"י פאליציי אפיציר האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיט אן איסלאמישע פאן ביי א ראלי פון די מוסלעמענע ראמאדאן אינעם דערפל טובא זנגרייה אין גליל, פון די פאליציי געבט מען איבער אז די געשעעניש איז אונטער אויספארשונג.
צוגעלייגטע
CkI0b7QWEAAVYVt.jpg
דער פאליציי אפיציר מיטן איסלאמישן פאן

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג יוני 05, 2016 5:37 pm

וואס איז דאס א "איסלאמישע" פאן? א פאלעסטינא פאן אדער א כאמאס פאן?
פאר קריטיק דריקט דא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט