נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:21 am

קען איינער קומען מיט פאקטן און נאמבערס

וויפיל שטימען זענען געווענטליך דא אין טאון אוו רעמעפאו?
וויפיל שטימען איז אונזער עולם ביכולת ארויסצוברענגען?
פארוואס טאקע גייען די טאון אוו רעמעפאו טעקסעס ארויף באין פוצה פה?
פארוואס איז דא אזאלעכע הימלשרייענדע סקול טעקסעס?
וואו דארפן מיר באקומען קאנטראל בכדי צו האבן א ווארט און אפשטעלן די אומדערהערטע טעקס רויבערייען?
וואס איז דאס א ווארד סיסטעם, און מיט וועלכע לעגאלע רעכט פירן זיי דאס איין?
וועלכע ענטיטי און וועלכע אינדיווידואלן שטייען אינטער דעם ווארד סיסטעם?
פארוואס ווערט גארנישט געטון צו אדרעסירן די באמבעדירטע ראודס?
פארוואס ווערט די טרעפיק ערגער און ערגער אן קיין שום פעולת עס צו אדרעסירן?

אוועטאר
אדלער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך אדלער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:19 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:קען איינער קומען מיט פאקטן און נאמבערס

100% איינשטימיג וואס עס גייט פאר אין טאון אף רעמעפא איז א הימל געשריי, עס איז נישטא קיין שום דין וחשבון, און דער עולם פאפט אריין.

מי יתן והיה, מאנסי זאל האבן אמת'דיגע עסקנים וואס קענען עפעס אויפטוהן פארן ציבור.

עס איז באמת אומדערהערט אין א פלאץ וואס וואינען אזויפיל אידן זאל זיין אזוי אומבאלומפערט.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:27 am

נקודהלע האט געשריבן:פארוואס שטיצן אן אנטיסעמיט? פארוואס קען מען נישט האבן איינער וואס האט אונז ליב און וויל נידערן די טעקסעס?

ביי רוב קאנדידאטן קען מען פרעגן די קשיא: פארוואס שטיצן אן אנטיסעמיט, קאומאו איז עפעס בעסער? און מיט וואס ביזטו פארזיכערט אז די אנדערע קאנדידאטן זענען נישט (אמאל איז דזעפי געווען א פריינד) עד דעי איז אויך געווען א רשע און ווי עס קוקט אויס האט ער פיין מיטגעארבעט מיט אונז אין די יעצטיגע קריזיס.

ווען די טאון לייגט ווען ארויס זייער באדזעט פאר א וואוט און מ'קען עס אראפ שטימען גייט פאר רוב עולם נישט אן ווער ס'זיצט אויפ'ן בענקל, אבער וויבאלד זיי טוהן דאס נישט, האט מען נישט קיין ברירה און דער וואס לויפט דארף וויסען אז ער איז גארנישט אזוי פארזיכערט מיט זיין בענקל ווייל דער קענגענדע קאנדידאט האט באקומען א טיטל "אן אנטיסעמיט".

ביי די פריערדיגע פארמעסט אין טאון, האט וועבער באקומען בערך 6500 וואוטס ווייניגער פון ספעקט, לויט די רעזאלטס פון די יעצטיגע וואלען, איז דא גרויסע טשענסעס ער זאל עס מאכען. ס'איז א פאזיציע וואס מ'וועלט איבער א יעדע 3 יאר מיין איך, במילא איז די ריסק זייער מינימאל, און רובא דרובא איינוואוינער גייען נאר פארדינען דערפון.

בעצם וואס קען מען דערלייגען? קיין זאוניניג גייט ער סייווי נישט קענען טוישען, און אפשר גייט ער אויסקלינען נאך אביסעל קאראפשען וואס איז געבליבען פון סט. לאורנס צייטען? איך ווייס צו ס'איז דא, איך ווייס אבער אז זיין אג'ענדא איז קלאר צו מאכען א געזינטע און נארמאלע באדזעט.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:50 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:קען איינער קומען מיט פאקטן און נאמבערס

וויפיל שטימען זענען געווענטליך דא אין טאון אוו רעמעפאו? לעצטע 3 עלעקשינס איז געווען צעווישען 22 און 26 טויזענט שטימען
וויפיל שטימען איז אונזער עולם ביכולת ארויסצוברענגען? אמת׳דיג? 35 אלפים זיכער, במציאות? 20 טויזענט מעקס.
פארוואס טאקע גייען די טאון אוו רעמעפאו טעקסעס ארויף באין פוצה פה? ס׳איז פוצה פה, פאראיאר האט די טאון זיך נישט דערוואגט צו העכערען די טעקסעס.
פארוואס איז דא אזאלעכע הימלשרייענדע סקול טעקסעס? ווייל ראקלענד קאונטי האט הויעכע טעקסעס, אויך ווייל די הייזער זענען טייער. קוק מיין תגובה דא ווי איך פארגלייך די 8 סקול דיסטריקטס אין ראקלענד קאונטי
וואו דארפן מיר באקומען קאנטראל בכדי צו האבן א ווארט און אפשטעלן די אומדערהערטע טעקס רויבערייען? ווענדט זיך וואס, סקול אין די סקול באורד (ווי מען האט שוין קאנטראל כמעט 10 יאר), טאון אין טאון (דארט האט מען קאנטראל דורך פריינטליכע גוים שוין עכ״פ 8 יאר)
וואס איז דאס א ווארד סיסטעם, און מיט וועלכע לעגאלע רעכט פירן זיי דאס איין? לאנגע תירוץ איך וועל ענטפערען נאך די ציטריט
וועלכע ענטיטי און וועלכע אינדיווידואלן שטייען אינטער דעם ווארד סיסטעם? די NAACP האט עס שטארק געשטיצט.
פארוואס ווערט גארנישט געטון צו אדרעסירן די באמבעדירטע ראודס? יעדער גאס האט אן אנדערע בעה״ב, (ווילעדזש, טאון, קאונטי, סטעיט), מילא דארף מען יעדער גאס פרעגען באזונדער
פארוואס ווערט די טרעפיק ערגער און ערגער אן קיין שום פעולת עס צו אדרעסירן? פעולת ווערען געמאכט, נאר נישט גענוג, פארוואס? ווייל, די דעוועלפערס גייט נישט אן אז ס׳איז דא טרעפיק, ווי לאנג ער מאכט זיין געלט.

לגבי די ווארד סיסטעם, איז אזוי, איסט ראמאפאו האט 9 מיטגלידער אויף די סקול באורד, ביז היינט, פלעגט יעדער יאר לויפן 3 קאנדידאטען פאר א 3 יאר טערמין, און די גאנצע דיסטריקט האט געוואוט פאר די קאנדידאט, מען פלעגט אלץ זיכער מאכן אז מען זאל שטעלען 1 גוי ביי יעדער עלעקטשין, אזוי אז עס זאל נישט זיין בלויז אידן אין די באורד. פארשטייט זיך אליין, אז קיין איין גוי האט נישט געקענט געווינען די וואלן איבער די גאנצע דיסטריקט, חוץ אויב ער האט באקומען די שטיצע פון די אידן.

עס איז דא א געזעץ, וואס לאזט נישט מאכן קיין דיסטריקטס וואס שליסט אויס א מינארטי פון קענען געווינען, די NAACP איז געקומען אין קאורט, און גע׳טענה׳ט אז קיין שווארצע קען נישט געווינען קיין זיץ, אונטער די יעצטיגע סיסטעם, מילא פארלעצט די היינטיגע סיסטעם די געזעץ, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל טוישען צו א ווארד סיסטעם, דאס הייסט אז די סקול דיסטריקט זאל צוטיילט ווערען אין 9 ווארדס, און אין יעדער פון זיי זאל מען לויפען, 3 פון די ווארדס וועלען מוזן זיין אין געגענטער ווי שווארצע קענען געווינען.

די לעגעלקייט דערפון, האט די NAACP גע׳טענה׳ט איז אזוי, כאטש וואס ווען מען האט אוועקגעשטעלט די סיסטעם איז דאס נישט געווען קעגן די שווארצע, אבער כהיום יום שליסט עס יא אויס די שווארצע, און מילא דארף מען טוישען די סיסטעם, נאך האבן זיי גע׳טענה׳ט אז אפילו עס איז נישט דא קיין ראסיזם, די עצם פאקט אז אידן ווילן שניידען די סקול בודזשעט און טעקסעס ככל היותר, און עס גייט זיי נישט אן אויב די קוואליטעיט פון די סקול גייט שוואכער ווערען לכבוד דעם, און די שווארצע ווילן אז די קוואליטעיט פון די סקול זאל ארויפגיין, אפגעזען וויפיל די טעקסעס גייען ארויף גיין, דאס אליין איז גענוג צו פארלעצען די אנטי-ראסיזם געזעץ, די קארט האט זיי געגעבען גערעכט אויף ביידע טענות, און זיי האבן געווינען די קעיס, מילא פארדעם ריקט מען זיך צו א ווארד סיסטעם.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:15 am

בבקשה האט געשריבן:.

א ריזיגן שכויעך פארן ענטפערן אזוי קלאר און דייטליך
אויב מעג איך פאלאוען אפ

פארוואס טאקע האט די רעפאבליקען געפירטע ראקלענד קאונטי הויעכע טעקסעס?

סאיז זעלבסטפארשטענדליך אז די טענה פון די שווארצע האט נישט קיין הענט און קיין פיס, דו קענסט נישט נוצן די טעקס פון די רוב פאר עפעס וואס די רוב האט נישט קיין שום ניצן דערפון און נאך צונעמען זייער וואוטינג רעכט...., און בכלל פארוואס קענען אלע אנדערע סקול דיסטריקטס מענידזשן מיט אסאך קלענערע באדזשעטס און טעקסעס? מקען גיין אין קאורט איבער די ווארד סיסטעם? וואס איז די פראצעדור?

בנוגע די ציבראכענע ראודס, די טאון און די ווילידזש טוען דען וואס זיי דארפן? לאמיר ארויסלאזן די ראודס וועלכע האבן מיט די קאונטי און די סטעיטס

בנוגע די טרעפיק, וואס פונקטליך האט מען געטון צו פארבעסערן די טרעפיק?

נאך א קשיא, אויב שייך צו מסביר זיין, ווי אזוי אפעקטירט אונז דאס צוטיילן מאנסי און צוויי זיפ קאודס? וויאזוי קען מען דאס צוריק טוישן?
--------

יעצט די באדעם ליין קשיא, וואס קען מען בדרך הטבע טון צו טוישן די מצב אז די איינוואוינער אין מאנסי זאלן האבן די בעסיק אמעריקאנע רעכט זיך צו אליין גאווערנערן?

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:40 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:א ריזיגן שכויעך פארן ענטפערן אזוי קלאר און דייטליך
אויב מעג איך פאלאוען אפ

פארוואס טאקע האט די רעפאבליקען געפירטע ראקלענד קאונטי הויעכע טעקסעס? איך ווייס נישט, יכול להיות אז גאנץ ניו יארק איז טייער, איך האב בלויז געקוקט אויף ראקלענד

סאיז זעלבסטפארשטענדליך אז די טענה פון די שווארצע האט נישט קיין הענט און קיין פיס, דו קענסט נישט נוצן די טעקס פון די רוב פאר עפעס וואס די רוב האט נישט קיין שום ניצן דערפון און נאך צונעמען זייער וואוטינג רעכט...., און בכלל פארוואס קענען אלע אנדערע סקול דיסטריקטס מענידזשן מיט אסאך קלענערע באדזשעטס און טעקסעס? מקען גיין אין קאורט איבער די ווארד סיסטעם? וואס איז די פראצעדור?

בנוגע די ציבראכענע ראודס, די טאון און די ווילידזש טוען דען וואס זיי דארפן? לאמיר ארויסלאזן די ראודס וועלכע האבן מיט די קאונטי און די סטעיטס

בנוגע די טרעפיק, וואס פונקטליך האט מען געטון צו פארבעסערן די טרעפיק?

נאך א קשיא, אויב שייך צו מסביר זיין, ווי אזוי אפעקטירט אונז דאס צוטיילן מאנסי און צוויי זיפ קאודס? וויאזוי קען מען דאס צוריק טוישן?
--------

יעצט די באדעם ליין קשיא, וואס קען מען בדרך הטבע טון צו טוישן די מצב אז די איינוואוינער אין מאנסי זאלן האבן די בעסיק אמעריקאנע רעכט זיך צו אליין גאווערנערן?

בנוגע די סקול בארודס, איך ווייס נישט צו דאס איז ספעציפש צו ראקלענד, צו ס׳איז גאנץ ניו יארק אזוי, איך האב בלויז געקוקט אויף די ראקלענד סקול באורדס ווייל זיי זענען די נענסטע אין די שכינות.

בנוגע די טענה פון די שווארצע, ער טענה׳ט אז ס׳איז דא א דריטעל איינוואוינער וואס ווילן הויעכע שטייערען און זיי באקומען 0 ווארט, כאשט זיי זענען א דריטעל פון די וואוט, צום סוף וועט די ווארד באמת גארנישט טוישען, סה״כ וועט די באורד זיין איינגעטיילט 6 אידן און 3 שווארצע, און די אידן וועלען אלעמאל האבן די רוב. די איינציגסטע געווינס וואס די שווארצע האבן יא, אז זיי וועלען האבן א קול, אז אויב די באורד וועט פארשלאגען עפעס גאר שלעכט פאר די סקולס, וועלען זיין 3 באורד מיטגלידער וואס וועלן קענען מסביר זיין פאר די 6 אידן אז דאס איז גאר שלעכט פאר די שווארצע, אויב זיי וועלען האבן א זאכליכע טענה, וועלען די אידן זיי נאכגעבען. באמת אין סופפערן סקול דיסטריקט איז פארקערט, די אידן האבן דארט בערך א דריטעל וואוטס, און זיי האבן נישט קיין שום מיטגליד אין די באורד, און די טעקסעס זענען 85% העכער פון די טעקסעס אין איסט ראמאפאו, מילא וואלט מען געקענט אויך פארלאנגען א ווארד סיסטעם און באקומען 2-3 מיטגלידער אויף די באורד, אבער לענ״ד לוינט זיך נישט, ווייל ביז אפאר יאר קען מען האבן מער וואוטס דארט ווי די גוים.

בנוגע פארוואס אנדערע סקול דיסטריקס מענידזשן מיט ווייניגער געלט, בין איך נישט אזוי זיכער אז דאס איז אמת, כ׳האב עס נישט נאכגעקוקט אבער איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דאס איז אמת, זיי זענען זיכער פיל בעסער ווי סאפפערן סקול דיסטריקט.

בנוגע די ציבראכענע ראודס, ניין די טאון טוהט נישט גענוג, די ווילעדזשעס ווענדט זיך ווי א ווילעדזש. אויב די ווילסט דאן גאס זאל פארראכטען ווערען, דאן הייב אויף א טעלעפאון און קלינג איינעם, אדער די ווילעדזש, אדער די טאון, אדער די קאונטי, אויב די ווילסט דוקא, פארבינד דיך מיט אן עסקן ער זאל דיר העלפען (דא וועסטו קענען זעהן ווער די אמת׳ער עסקנים זענען, און ווער זענען נאר דא צו העלפען די דעוועלפערס).

צוטיילען מאנסי אין זיפ קאודס האט לכאורה נישט קיין שום אפעקט, סך הכל וויאזוי די מעיל ארבייט.

צום באדדעם ליין קשיא, וואס מען קען טוהן? מען דארף וויסן אז א גרויס חלק פון די פערזערוו שטימען זענען נישט קיין שונאי ישראל, זיי שטימען בלויז קעגן טרעפיק און אווערדעוועלפמענט, איך רעד בלויז פון די מענטשען וואס שטימען פאר זיי, די אנפירער פון פערזערוו און זייערע קאנדידאטען זענען רובם ככולם אנטי סעמיטען, אבער פונקט ווי אונז שטימען בע״כ לטובת די דעוועלעפער כדי נישט צו האבן קיין אנטיסעמיט אין אפיס, אזוי זענען דא הונדרעטער גוים וואס שטימען בע״כ פאר אן אנטיסעמיט כדי נישט צו האבן איינער וואס שטיצט אווערדעוועלפמענט אין אפיס. לענ״ד דארפ׳ן אפאר אינגערלייט זיך אריינלייגען, אנקניפען א קשר מיט די גויים וואס זענען נישט קיין אנטיסעמיטען אבער ווילן נישט קיין אווערדעוולעפמענט, און צוזאמען מאכן א דריטע פארטיי פאר מאנסי.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 12:57 pm

פאקטען בנוגע די פארגעשלאגענע 2021 רעמעפאו טאון בוזשעט.

די פארגעשלאגענע בוזשעט גייט שניידן 6 מיליאן דאלער און אויסגאבן, און טעקס גייט אראפ גיין פאר א "טייל" איינוואוינער, אבער געוויסע הוצאות וואו גארביזש, ריסייקלינג, פאליס, אמבולנס, סוער, לייטינג, וואסער וכדומה זענען ארויף אין קאסט גייען א טייל איינוואוינער זעהן א העכערונג אין זייער טעקס ביל.

און וואס ווענדט זיך אויב די טעקס גייט ארויף, אדער אראפגיין דאס יאר?

ווענדט זיך וואו מען וואוינט, הייזער וואס זענען אין א פולע סערוויס וויליזש גייט די טעקס אראפגיין, הייזער וואס זענען אין א האלבע סערוויס וויליזש גייט טעקס נאר אביסל אראפגיין, און הייזער וואס זענען נישט אין קיין שום וויליזש גייט די טעקס ארויפגיין.

פאר עסעסד וועליו פון $50,000

• מאנסי נישט וויליזש +$193.61
• ספרינג וואלי -$140.56
• סאפערן -$133.13
• מאנטיבעלאו -$4.76

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 1:20 pm

א קריאה יוצאת צו אלע חברים דא, אויב האט איר א פראבלעם אז טעקס גייט ארויפגיין אין געוויסע געגענטער אין מאנסי, ביטע נישט זיצן אויף אייוועלט און זיך רעגן, נאר אויפהייבן א טעלעפאון צום טאון סופערווייזער און לאזט הערן איינער מיינונג אז איר זענט קעגן יעדע טעקס העכערונג פאר די unincorporated part of Ramapo, אזוי אויך קענט איר לאזן וויסן אז אין אזא שווערע צייט זענט איר קעגן רעיסעס פאר עלעקטעד אפישעלס.

די נומבער צום סופערווייזערס אפיס איז. 845-357-5100. Ext 202

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 1:45 pm

דא איז די בודזשעט http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... Budget.pdf

דער וואס האט אקסעס צו זום, און וויל אריינרעדן אין דעם בודזשעט, מארגען ניין אזייגער צופרי, גייט מען מאכן א טאון מיטינג צו באשטעטיגען די בודזשעט, מען וועט קודם אויסהערען יעדער וואס וויל זיך לאזן הערען.

אויב די ווילסט רעדען ביים מיטינוג דארפסטו שיקן אין אימעיל צו osherovitzs@ramapo.org מיט דיין נאמען, אדדרעס און אימעיל אדדרעס ביז א האלב שעה פאר די מיטינג פאנגט זיך אן.

די לינק פאר די זום

https://ramapo-ny-gov.zoom.us/j/8330145 ... d5UXQ0dz09

Meeting ID: 833 0145 9864
Password: 025665

מען קען אריינרופן אויף דעם נומבער
Phone Number: 1 929 436 2866

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 1:51 pm

א ריזיגן יישר כח @פומפדותא און @בבקשה

קיינער וויל נישט סתם זיך אפרעדן
מוויל פשוט וויסן אינפארמאציע און טון די מינימאלע השתדלות וואס איז שייך פארן יחיד צו טון

שירו לו
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שירו לו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 1:55 pm

קהל עמק תפילה טשערקאס גייט בויען א נייע בית המדרש הארט נעבן די עקזיסטירנדע ביהמ"ד אויף קאלווערט
Capture.PNG
Capture.PNG (425.2 KiB) געזעהן 730 מאל

sharp
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך sharp » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:00 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:
sharp האט געשריבן:Does anyone know where to pick up the leaf bags?

אין עירמאנט אינעם ווילעזש-זאל.

אין אנדערע דערפער ווייסעך נישט

Thanks

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:49 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ווי מיר האבן שוין אנגעצייגט דא פאר און נאך די וואלן, איז כמעט נישט מעגליך געווען פאר וועבער עס צו מאכן. קלוג זענען געווען די קהילות וואס האבן געשטיצט רייכלין מעלניק.

אבער אפילו איבער דזשעפי האב איך מיך געזארגט. מ'האט גערעדט פון איבער 14,000 עבסענטי'ס, און זי מוז האבן 80% דערפון צו געווינען. און הגם אויבנאויף זעט אויס ווי זי קען עס נישט עררייכן, איז אבער מיר נישט קיין חידוש אויב יא. א דעמאקראט אין א דעמאקראטישע דיסטריקט קען גרייכן היי יאר 80%. דעריבער אויב שטעלט זיך ארויס נאכן ציילן אלע עבסענטי'ס אז זי האט טאקע פארלוירן איז עס גאר גינסטיגע נייעס.

מעלניק גייט זיין פאראויס מיט איבער 7 טויזענט שטימען?
אויב נישט, וואלט מאנסי געקענט אנטשיידן דעם פארמעסט.

איצטער האלט ער פאראויס ביי גענוי 7,005 שטימען, נאכנישט געענדיגט ציילן.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:05 pm

אין אנדערע נייעס האט יוסל ביידען געוואונען ראקלענד קאונטי מיט 2,611 שטימעס.

אוועטאר
אדלער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך אדלער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:57 pm

די שאלה וועגן טעקסעס, איז נישט וויאזוי די טאון אסעסט וכדומה, נאר פארוואס אין די וועלט דארפן זיי אזויפיל געלט?

ווי גייט די אלע געלט?

ווער בענעפירט אז עס דא הויכע טעקסעס? די פאבליק ווייל זיי באקומען בעסערע סערוויסעס? אדער עס גייט פאר איבערגעטריבענע פעיראלל וכדומה.

איך מיין אז רוב מענטשן אין מאנסי האבן נישט קיין בלאסן אהנונג פארוואס מען צאלט אזוי טייער... איז דא א לעגעטימע ענטפער אדער עס איז סתם נוסח מאנסי ווי יעדער גייט זיך זיין וועג.....

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:23 pm

אדלער האט געשריבן:די שאלה וועגן טעקסעס, איז נישט וויאזוי די טאון אסעסט וכדומה, נאר פארוואס אין די וועלט דארפן זיי אזויפיל געלט?

ווי גייט די אלע געלט?

ווער בענעפירט אז עס דא הויכע טעקסעס? די פאבליק ווייל זיי באקומען בעסערע סערוויסעס? אדער עס גייט פאר איבערגעטריבענע פעיראלל וכדומה.

איך מיין אז רוב מענטשן אין מאנסי האבן נישט קיין בלאסן אהנונג פארוואס מען צאלט אזוי טייער... איז דא א לעגעטימע ענטפער אדער עס איז סתם נוסח מאנסי ווי יעדער גייט זיך זיין וועג.....

די 2021 בוזשעט איז 117 מיליאן דאלער, 42 מיליאן גייט צו די פאליס, יעצט קוק דא וואס מען טוהט מיט די איבריגע 75 מיליאן

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:18 pm

בבקשה האט געשריבן:בנוגע פארוואס אנדערע סקול דיסטריקס מענידזשן מיט ווייניגער געלט, בין איך נישט אזוי זיכער אז דאס איז אמת, כ׳האב עס נישט נאכגעקוקט אבער איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דאס איז אמת.

דו ווייסט טאקע נישט?? יעדער ווייסט אז ראקלענד האט פון די טייערסטע טעקסעס אין אמעריקע!!!

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:24 pm

פומפדותא האט געשריבן:
אדלער האט געשריבן:די שאלה וועגן טעקסעס, איז נישט וויאזוי די טאון אסעסט וכדומה, נאר פארוואס אין די וועלט דארפן זיי אזויפיל געלט?

ווי גייט די אלע געלט?

ווער בענעפירט אז עס דא הויכע טעקסעס? די פאבליק ווייל זיי באקומען בעסערע סערוויסעס? אדער עס גייט פאר איבערגעטריבענע פעיראלל וכדומה.

איך מיין אז רוב מענטשן אין מאנסי האבן נישט קיין בלאסן אהנונג פארוואס מען צאלט אזוי טייער... איז דא א לעגעטימע ענטפער אדער עס איז סתם נוסח מאנסי ווי יעדער גייט זיך זיין וועג.....

די 2021 בוזשעט איז 117 מיליאן דאלער, 42 מיליאן גייט צו די פאליס, יעצט קוק דא וואס מען טוהט מיט די איבריגע 75 מיליאן

איך פארשטיי נאכנישט די שווערע פאליציי אנוועזנהייט... אנלעס דאס איז אויכעט קאנסידערט א מין פארעם פון טעקס..

כמיין, זינט ווען דארף א נארמאלע שטאט א גאנצע ארמיי וועלכע יושב'ן אפ בחורין ובסדקין אלעס צו כאפן א טרעפיק פארלעצער

עפן אמאל אויף וועיז וועסטו זעהן אז אין די געגנט ארום דיר קענען זיך צומאל געפינען 3-4 פאליציאנטן, סאיז אבנארמאל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:19 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:

Omg

Defund the police.

:lol:

You’re welcome
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:20 am

יאפ. דיפאנד די טרעפיק פאליס. די ליבעראלע האבן געוואלט טוהן די פארקערטע...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:23 am

יא יא, אזוי ווי די קאנסערוואטיווער מאנסיער וואס זענען אנטקעגן שיצן די ענווייראמענט, ביז עס קומט צו זיך אליין למשל די סיזענס לעיק, דארט שטערט אים ווען מען דאמפט גארבעזש.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:26 am

האסט מיך נישט פארשטאנען. כ"ע צווישען אונז איז מודה אז מען ברויך דיפאנדען די טראפיק פאליציי. די ךיבעראלע ווילן דיפאנדען די געהעריגע פאליציי און געבען מער פאר די טרעפיק פאליציי.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re:

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:31 am

סטיטשינער האט געשריבן:האסט מיך נישט פארשטאנען. כ"ע צווישען אונז איז מודה אז מען ברויך דיפאנדען די טראפיק פאליציי. די ךיבעראלע ווילן דיפאנדען די געהעריגע פאליציי און געבען מער פאר די טרעפיק פאליציי.

אין מאנסי איז פארהאן טרעפיק פאליס?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:38 am

ניין, אבער די געהעריגע פאליציי איז אווערסטעפד וויבאלד זיי דארפן כאפען טרעפיק פארלעצן אויך. מ'קען רואיג שניידן אפאר דשאבס אנע דעם אז עס זאל פארשווערערען די טעגליכע הלוך ילך חוץ פון די טרעפיק חלק.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re:

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:44 am

סטיטשינער האט געשריבן:ניין, אבער די געהעריגע פאליציי איז אווערסטעפד וויבאלד זיי דארפן כאפען טרעפיק פארלעצן אויך. מ'קען רואיג שניידן אפאר דשאבס אנע דעם אז עס זאל פארשווערערען די טעגליכע הלוך ילך חוץ פון די טרעפיק חלק.

#defundthepolice

דאס מיינט דיפאנד דע פאליס.
טיפיקל אני ואפסי מענטעליטי, ווען עס איז ביי מיר איז עס אוקיי.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 987שלום און 23 געסט