נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יוני 24, 2020 11:07 am

בערל עושר האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איז די HAVESTREW פארק אפן אין דיזע טעג?

ניין
היינט דארט געוועהן עס איז אפן אבער נישט די גליטשערס סווינס וכדומה מען קען זיצן אויף די בענק און פארברענגן ביים וואסער


יישר כח

וויפיל אזייגער זענט איר געווען? איז עס געווען פול אדער ליידיג?

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2768
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך יוני 24, 2020 11:55 am

הענדימען האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:זשאו לענטאל, במשך זיינע 47 יאר האט מען קיין סאך פון איהם נישט געהאט,

שקר

איך מוז מיך אנטשולדיגן פאר פומפדותא

כאטש זיין ראי' איז נישט ריכטיג איז זיין פוינט נאכאלץ ריכטיג

אפילו אויב די פאליטישענס דעליווערן נישט אזוי סאך. קודם איז ער נישט קעגן אונז און למעשה האט ער דאך עפעס דעליווערט און פארדינט אונזער וואוט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

משהלע
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יוני 24, 2020 3:42 pm

Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יוני 24, 2020 3:52 pm

משהלע האט געשריבן:Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

מקור?
וויפיל זענען באשטעלט געווארן, וויפיל זענען שוין צוריק, און וויפיל פון זיי דעמאקראטישע.

דא שטייט 3393
https://preserve-ramapo.com/in-the-race ... -district/
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מיטוואך יוני 24, 2020 4:05 pm

משהלע האט געשריבן:Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

וואס מיינט גרויסע צרות???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יוני 24, 2020 4:17 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

מקור?
וויפיל זענען באשטעלט געווארן, וויפיל זענען שוין צוריק, און וויפיל פון זיי דעמאקראטישע.

דא שטייט 3393
https://preserve-ramapo.com/in-the-race ... -district/


קאונטי האט מיר געזאגט פריער. איך ווייס נישט וויפיל זענען דעמאקראטישע.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יוני 24, 2020 4:33 pm

משהלע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

מקור?
וויפיל זענען באשטעלט געווארן, וויפיל זענען שוין צוריק, און וויפיל פון זיי דעמאקראטישע.

דא שטייט 3393
https://preserve-ramapo.com/in-the-race ... -district/


קאונטי האט מיר געזאגט פריער. איך ווייס נישט וויפיל זענען דעמאקראטישע.



22,636 Issued - 10,574 checked in. More mail in house, pending check in.

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך יוני 24, 2020 4:39 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Sweet גייט לכאורה פארלירן. בערך פופצן טויזנט עבסענטיס זענען שוין אריין געקומען אין ראקלענד, כמעט נישט היימישע.

גרויסע צרות.

מקור?
וויפיל זענען באשטעלט געווארן, וויפיל זענען שוין צוריק, און וויפיל פון זיי דעמאקראטישע.

דא שטייט 3393
https://preserve-ramapo.com/in-the-race ... -district/


דאס איז א ריפאסט פון אן ארטיקעל וואס איז געשריבען געווארען א טאג בעפאר די וואלען, ס׳איז מסתם אריינגעקומען נאך ביז היינט.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך יוני 24, 2020 4:41 pm

בערל עושר האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איז די HAVESTREW פארק אפן אין דיזע טעג?

ניין
היינט דארט געוועהן עס איז אפן אבער נישט די גליטשערס סווינס וכדומה מען קען זיצן אויף די בענק און פארברענגן ביים וואסער

כהאב געמיינט נאר אין די היימישע געגנטער איז פארמאכט?

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יוני 24, 2020 4:58 pm

נאך איינער האט געשריבן:
בערל עושר האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איז די HAVESTREW פארק אפן אין דיזע טעג?

ניין
היינט דארט געוועהן עס איז אפן אבער נישט די גליטשערס סווינס וכדומה מען קען זיצן אויף די בענק און פארברענגן ביים וואסער

כהאב געמיינט נאר אין די היימישע געגנטער איז פארמאכט?

מיינסט צו זאגן אז טאקע נאר ביי די היימישע איז אלעס אפען...
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:49 am

די שכנים בארואיגען זיך אז לפחות די נייע שכנים וועלען נישט ניצען קיין געז-פאווערד בלאוער מאשין פאר די בלעטער (א געזעץ וואס איז לעצטנס אריין אין קראפט אין נייעק) ווייל די חסידים קערן נישט אויף זייער לאון...
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (97.76 KiB) געזעהן 1221 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13586
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:51 am

ווער עס איז היימיש מיט הרהגה"צ ר' חיים פלאהר שליט"א ווערט געבעטען
דאס פרעגען

דובי'ס א פען
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך דובי'ס א פען » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:15 pm

דברים כדרבונות איבער די "חכמים" וועלכע האבן "געוויזען" פאר די עסקנים נעכטן...
האסט טענות? סאו וועם פונקטליך האסטו אפגעטוען דערפאר?

יוסי געשטעטנער: https://t.co/YgmsSvYUkc

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:58 pm

איז שוין דא רעזאלטאטן פון די וואוטס?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:40 pm

TAG האט געשריבן:די שכנים בארואיגען זיך אז לפחות די נייע שכנים וועלען נישט ניצען קיין געז-פאווערד בלאוער מאשין פאר די בלעטער (א געזעץ וואס איז לעצטנס אריין אין קראפט אין נייעק) ווייל די חסידים קערן נישט אויף זייער לאון...


Ed Day.
So predictable.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:58 pm

גראדע איז עס א חידוש פאר עד דעי, געווענליך גייט ער אויך מיט'ן קאפ אין וואנט, און דא זאגט ער פאר זיינע קאליגעס, עטס זענטס געגאנגען מיט'ן קאפ אין וואנט, עטס דארפסט זיך צוזאם רעדן, ווייל די רעזאלטס איז אסאך ערגער.
משהלע האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:די שכנים בארואיגען זיך אז לפחות די נייע שכנים וועלען נישט ניצען קיין געז-פאווערד בלאוער מאשין פאר די בלעטער (א געזעץ וואס איז לעצטנס אריין אין קראפט אין נייעק) ווייל די חסידים קערן נישט אויף זייער לאון...


Ed Day.
So predictable.

Zeltzer
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Zeltzer » דאנארשטאג יוני 25, 2020 2:28 pm

ERz9N7sXsAEWpdv.jpg
ERz9N7sXsAEWpdv.jpg (529.91 KiB) געזעהן 869 מאל

משהלע
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:27 pm

אוי...

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך Waukesha » דאנארשטאג יוני 25, 2020 6:31 pm

דובי'ס א פען האט געשריבן:דברים כדרבונות איבער די "חכמים" וועלכע האבן "געוויזען" פאר די עסקנים נעכטן...
האסט טענות? סאו וועם פונקטליך האסטו אפגעטוען דערפאר?

יוסי געשטעטנער: https://t.co/YgmsSvYUkc


איך וויל דורכגיין יוסי'ס טענות איינס ביי איינס.

קודם כל איך מיט מיין ב"ב זענען געגאנגען שטימען, און דירעקט פאר סוויט און שלייפער.

זיין עיקר טענה איז, פארוואס די ליבערעלס זענען ארויסגעקומען אין די אידן נישט, די פשוט'ער ענטפער איז, אז די ליבעראלען האבן געמאכט א געט אוט די וואוט קאמפיין און די אידן נישט. אודאי האבן די אידן אויך געמאכט א געט אוט די וואוט קאמפיין, אבער זייער שטיל. פאר ערב שבת האב איך גארנישט געהערט קיין קאמפיין.

איז געווען א רעגריסטראציע דרייוו א חודש צוריק? איז געווען א דרייוו אויסצופילן אבסענטי אפלאקציעס? איז געווען א דרייוו צוריקצושיקען אבסענטי בעללעטס? איז געווען א דרייוו מען זאל גיין שטימען פרי? די תירוץ אויף די אלע קשיות איז ניין. עכ"פ אויב האט מען געמאכט א דרייוו פאר איינער פון די זאכן, איז עס געווען גאנץ שוואך, ווייל איך האב נישט געזען קיין קאמפיין פאר איינער פון די זאכן. די ליבעראלען האבן געטוהן די אלע זאכן און נאך.

נאך א נקודה, פון זיין שמועס קען זיך דאכטען אז די היימישע עולם האט געהאט א שוואכער טורנאוט, און ס'איז אמת אז כלפי וואס עס וואלט געקענט זיין, איז עס גאנץ שוואך, אבער כלפי די אלגעמיינער גאס איז עס גאר הויעך, 4500 וויילער איז בערך 20% בשעת די טורנאוט אין אלגעמיין איז געווען מסתם 25,000 (מיט אבסענטיס) פון 230,000 רעגסטריטע דעמעקראטען אין דעם דיסטריקט. (בקיצור אלגעמיין מיט אבסענטי איז בערך 10%, דאס איז בערך האלב פון וויפיל די אידישע טורנאוט איז געווען בלויז די טאג פון די וואלן).

בנוגע זיין נקודה אז מען דארף ארויסקומען שטארק כדי צו קענען אויפטוהן ציבורישע זאכן. על זה אנו דנים, ווען די עסקנים טוהן א ציבוריש'ע זאך, וועמען זיכען זיי צו העלפען? דא אין מאנסי כמעט יעדער זאך וואס זיי פרובירען צו טוהן איז אדער פאר א דעוועלפער, אדער פאר די מוסדות, באמת גייט מיך נישט אן אז זיי טוהן זאכן פאר די דעוועלפערס און די מוסדות, די פראבלעם איז אבער אז ווען א דעוועלפער אדער די מוסדות וויל עפעס וואס שטערט פאר די המון עם, אויף וועלעכע זייט שטעלען זיך די עסקנים? די תירוץ איז פשוט, זיי שטעלן זיך אויף די זייט פון די דעוועלפערס און די מוסדות. איך וועל שרייבען א משל, פאראיאר ביי די בודזשעט, האבן די מוסדות באקומען 14 טעג באסעס, למרות זה האט די עולם באקומען שטייערען פון בערך $200 אן אווערידזש, וועלעכע זייט האבן זיך די עסקנים געשטעלט?

בנוגע ציבורישע זאכן וואס איז אן אויפטוה פארן המון עם און שטערט נישט פאר די מוסדות, ווייס איך נישט וואס די עסקנים טוהן, איך האלט נישט מיט, אבער איך ווייס וואס די המון עם פילט, די המון עם פילט אז די עסקנים קעירען נישט, זיי טוהן נישט גארנישט פאר די ענינים, זיי האלטן נישט אז די מאנסי'ער עסקנים טוהן וועגען די שפיטעלער (די געפיל ווערט שטערקער, ווייל די עסקנים האבן נישט אינדעסירט קארלוטשי, וועלעכר איז געשטאנען ראש וראשון אין דעם שפיטאל קאמפיין), זיי האלטן נישט אז די מאנסי'ער עסקנים טוהן וועגן טעקסעס, צו ס'איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער דאס איז די געפיל פון די מענטשען.

בנוגע זיין טענה אז די עסקנים זענען אונז גארנישט שולדיג און פאר וואס זיי ווערען באצאלט, על הא אנו דנים, די עסקנים זענען ווערען באצאלט דורך די מוסדות און די דעוועלפערס, ס'איז זייערע אינטערעסע וועמען די עסקנים דינען, די עסקנים ווילן אז די עולם זאל קומען שטימען און אזוי וועלען די עסקנים האבן א כח, די עולם פילט אז די כח וואס די עסקנים באקומען ווערט נאר גענוצט צו העלפען די דעוועלפערס און די מוסדות, און דער געפיל ווערט נאר שטערקער ווען אן עסקן שרייט אונז זעמיר דיר גארנישט שולדיג, מילא קומען זיי נישט וואוטען.

בנוגע העלפען פרעזענליכע מענטשען, דא מיין איך אז ער האט א נקודה, עסקנים זענען נישט קיין בחינם'דיג'ער עקספידייטערס און זיכער נישט אזא איינער ווי יוסי געשטעטנער, אבער צומאל איז יא דא ווען מען דארף אן עסקן, אודאי איז דא אמאל וואס די עסקן קען גארנישט טוהן, אבער אויב די עסקן קימערט זיך נישט, און ער פרובירט נישט אפילו, דאן גייט מען ווייטער אוועק מיט די געפיל, די עסקן קעירט נישט פאר מיך, נאר פאר די דעוועלעפרס און די מוסדות.

צוריק צום שאלה, וועם האט מען אפגעטוהן? היות די עולם פילט אז די עסקנים קימערען זיך נישט פאר די המון עם, בלויז פאר די מוסדות און די דעוועלפערס, האט די עולם געוואלט אויסלערנען א לקח פאר די עסקנים, אז מען קען שוין נישט מאכן קיין פורים פון אונז, מען זאגט צו און מען איז נישט מקיים, מען שלעפט אונז וואוטען און אונז באקומען גארנישט, מילא וועט מען בלייבן אינדערהיים, אז פון יעצט און ווייטער זאלן די עסקנים יא זיך וויסענדיג מאכן פון אונז, און דאס נעקסטער מאל וואס עס וועט קומען א ציבור'ישע זאך וואס העלפט בלויז די המון עם וועלען זיי שוין טוהן עפעס, זיי וועלען פרובירען ווען פריוואטע מענטשען דארף'ן הילף, און ווען ס'איז דא א זאך וואס די דעוועלפערס דארפ'ן וואס שטערט פאר'ן המון עם, וועלען זיי זיך שטעלען אויף די זייט פון די המון עם.

בנוגע זיין נקודה וועגען עצות, מיט דעם איז ער 100% גערעכט. בנוגע זיין טענה אז אויב מען האט טענות זאל מען אליינס טוהן, פרעג איך עם אמת'דיג? די וואלסט געוואלט איך זאל מאכן א געט אוט די וואוט קאמפיין פאר קארלוטשי? אה ניין, ער וויל איך זאל טוהן און ער זאל מחליט זיין וועם צו שטיצען.

איך וויל מסיים זיין מיט א נקודה, פאראיאר איז געוועהן וואלן אין עירמאנט, די אידשע טורנאוט איז אנגעקומען צו העכער 80%, נאך מער, 6 חדשים פאר די וואלן זענען געוועהן בלויז 1450 רעגריסטריטע אידשע וויילער אין עירמאנט, צום סוף האט מען ארויסגעברענגט העכער 1600 שטימען. וואס איז דעמאלסט געווען אנדערש?

  • מען האט געמאכט א רעגריסטראציע דרייוו
  • דער עולם האט געפילט אז די עסקנים זענען דא צו העלפען די המון עם
  • ס'איז געווען א מורא'דיג'ע שטארקע געט אוט די וואוט קאמפיין

פארשטייט זיך אז מען האט זיך אויך צוזאמגעליטען פון די שונאי ישראל, אבער דאס קען מען נישט טוישען אין מאנסי.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 7:33 pm

Waukesha@ זייער גוט און קלאר ארויסגעברענגט.

די נקודה איז, אז תושבי מאנסי האלטן נישט ביים וועלן פאר עסקנים אינדאסירטע קאנדידאטן, ווען די איינציגע זאך וואס די עסקנים טוהן איז ארבעטן קעגן די אינטערעסן פון תושבי מאנסי.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:28 pm

להווי ידוע, אז אלע עבסענטי בעלאטס וואס קומען אן ביז June 30 גייט נאך ווערן געציילט (הגם עס האט געדארפט ווערן אונטגעשריבן און ארויסגעשיקט בעפאר June 23)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re:

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:01 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:פארוואס זאל איינער דעס טוהן? עס האט עפעס מעלות?

דער שאלה איז אויב איינער האט עס יא געטון...

איך האב עס געטון - געווען אינגער דאן סאו פרעג נישט יעצט אפ די לאגיק מיינער... - מיטן חשבון אז איך קען מיר נישט זען געהערן צו איינער פון די צוויי גרויסע פארטייען וואס איך שטום נישט מיט מיט אסאך פון זייערע אפעציעלע אגענדעס (פרעג מיר נישט יעצט וועלכע פונטקליך...) איין מעלה האט עס אז איך בין sought after ווען מען זוכט חתימות צו לייגן איינעם אויפן אינדעפענדענט ליניע...



דו רעדסט פון אינדעפענדענט אדער אינדעפענדענס?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:15 pm

די פרויען אין קר"י האבן געגליכן מרת. רובשינסקי פון דר. זעלנקא'ס אפיס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:48 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דו רעדסט פון אינדעפענדענט אדער אינדעפענדענס?

אופס, טעות געהאט. אינדעפענדענס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:39 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דו רעדסט פון אינדעפענדענט אדער אינדעפענדענס?

אופס, טעות געהאט. אינדעפענדענס.

אויב קענען אפילו נאן רעדשיסטערד מענטשען וואוטען, וואס איז די בענעפיט פון רעגיסטירען?
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט