נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 11:43 pm

אין די יעצטיגע מינוטין קומט פאר אין ווילחאוויץ די מאסיווע פארטי פאר פרויען 'לא תירא' קאמפיין צי ראטעווען מיידלעך פיזיש און גייסטיש פון גיוס בנות אין א''י.

די זאל איז דשעם פעקד פיל מן הקצה אל הקצה ביז אידרויסען ביים טיר. (ווי עס געבן איבער די חברה וואס זענען יעצט דארט) אדמישען פי איז געווען $20 חוץ די ראפעלס און די אינספירעשאן הוספה'ס אין די זאל.

די קול קורא איז געווען אן היסטארישע קול קורא, אינטערגעשריבען מסלתה ומשנה פון צענדליגע רבנים אין מאנסי.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

בין ישראל לעמים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:39 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:אין די יעצטיגע מינוטין קומט פאר אין ווילחאוויץ די מאסיווע פארטי פאר פרויען 'לא תירא' קאמפיין צי ראטעווען מיידלעך פיזיש און גייסטיש פון גיוס בנות אין א''י.

די זאל איז דשעם פעקד פיל מן הקצה אל הקצה ביז אידרויסען ביים טיר. (ווי עס געבן איבער די חברה וואס זענען יעצט דארט) אדמישען פי איז געווען $20 חוץ די ראפעלס און די אינספירעשאן הוספה'ס אין די זאל.

די קול קורא איז געווען אן היסטארישע קול קורא, אינטערגעשריבען מסלתה ומשנה פון צענדליגע רבנים אין מאנסי.

קוק.JPG
קוק.JPG (157.98 KiB) געזעהן 2125 מאל
קוק אידיש.JPG
קוק אידיש.JPG (143.43 KiB) געזעהן 2125 מאל

https://www.dropbox.com/s/w8cywls7ggl9w ... 1.pdf?dl=0

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:00 pm

בשעת וואס איבער גאנץ ניו יארק סטעיט זענען אלע פאליטישע באמטע פארשעמט פון די איבערקערעניש וואס די שניי האט אנגעמאכט, און יעדע פאליטישע פיגור אנגעהויבן פון גאוואנער, מעיאר, קאונטי עקזעקטיוו, און גענדיגט ביי טאון סופערווייזערס זענען ארויסגעקומען זיך פארענטפערן מיט הסברים פארוואס עס האט פאסירט, און פארוואס זיי זענען נישט שולדיג, און צומאל באשולדיגט אנדערע, און צוגעזאגט אז מער וועט עס נישט פאסירן.

אבער ווי מאדנע עס הערט זיך,  האט איין טאון געמאכט א שווייג פון די גאנצע זאך, כאילו עס האט גארנישט פאסירט.

טראצדעם וואס מען איז געזעצן אין טרעפיק אויף די לאקאלע ראודס מער פון צוויי שעה אף על פי כן הערט מען נישט קיין פיפס פון קיין איין ערוועלטער בא'אמטער.

איינער ווייסט אפשר פון וועלכע טאון איך רעד?

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:06 pm

נאך נישט געזען קיין איין אנדערע טאון אדער באאמטער זיך פארענטפערן.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:37 pm

shimon7323 האט געשריבן:נאך נישט געזען קיין איין אנדערע טאון אדער באאמטער זיך פארענטפערן.

דעמאלטס קוק דא

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:39 am

דינסטאג קומט פאר די דריטע פון א סעריע פאבליק הערינגס צו פארגרינגערן די זאוניג געזעץ צו בויען שולן אין די וויליזש פון טשעסטנאט ריזש.

די הירינג קומט פאר 7:30 אויף 892 Chestnut Ridge Road.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:32 pm

קאליפארניע ויירוס איז קעטשי?
וואס גייט פאר, און וואו איז די פייער?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:51 pm

א טרעילער ברענט ביי די hungry hollow אויווערפעס

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 7:27 pm

האט געברענגט אויפן טראוועי געווען וויזיבל פונעם האנגערי אווערפעס

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 7:52 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:האט געברענגט אויפן טראוועי געווען וויזיבל פונעם האנגערי אווערפעס

האט איינער בילדער? יישר כח

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:03 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:די קול קורא איז געווען אן היסטארישע קול קורא, אינטערגעשריבען מסלתה ומשנה פון צענדליגע רבנים אין מאנסי.

געמיינט אז האדמו"ר מקאשוי שליט"א לרפו"ש איז אין א שווערע מצב (און קען בעוה"ר ניטאמאל שרייבן, אזוי ער פלעגט טוהן ביז לעצטענס אנשטאט רעדן)

דא זעה איך אז ער האט (?) אונטערגעשריבן אויפ'ן קול קורא....

האבעך זעהט אויס נישט גוט פארשטאנען...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:11 pm

הלשון האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:די קול קורא איז געווען אן היסטארישע קול קורא, אינטערגעשריבען מסלתה ומשנה פון צענדליגע רבנים אין מאנסי.

געמיינט אז האדמו"ר מקאשוי שליט"א לרפו"ש איז אין א שווערע מצב (און קען בעוה"ר ניטאמאל שרייבן, אזוי ער פלעגט טוהן ביז לעצטענס אנשטאט רעדן)
דא זעה איך אז ער האט (?) אונטערגעשריבן אויפ'ן קול קורא....
האבעך זעהט אויס נישט גוט פארשטאנען...

אזוי ווי האדמו''ר מקאשוי איז א לעבעדיגע ספר תורה השרוי בצער, א רבי וואס כל התורה ושבע חכמות איז שגור על לשונו, און איז פון אונזערע ארויפגעקיקסטע רבנים אין מאנסי, א רבי וואס האט זיך במלוא מובן המילה מוסר נפש געווען זיך משתתף צי זיין ביים כינוס הרבבות, פאר 2 יאר צירוק אנטגעקן גיוס, און זיין קאפ ארבייט נאך 101%, מיינעך אז ס'פאסט נישט צי פראווענען קיין לצנות יעצט...
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:22 pm

- אויב דו קענסט מיר פערזענליך, וואלסטו נישט געשפירט פאר נויטיג מיר אויפצוקלערן די גדלות וחשיבת פון האדמו"ר מקאשוי שליט"א לרפו"ש...

- אנשטאט ענטפערן, פראבירסטו מיר צו באשולדיגן...

- מיין תגובה איז נישט מבזה קיין גדולים, אויב עפעס איז מבזה דעם צדיק איז עס.....
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:42 pm

נישט יעדע רב'ס נאמען וואס פיגורירט אויף א קול קורא מיינט אז ער האט בפועל אונטערגעחתמ'ט, אסאך מאל קוקען זיי סתם איבער די נוסח (אדער זענען זיך סומך על דעת פון די אנדערע חותמים) און געבן רשות צו לייגן זייער נאמען.

קאשוי שליט''א לרפו''ש קען נישט בפועל אונטערשרייבן (און אויך כמעט נישט רירן קיין איין אבר רח''ל) אבער דאך ווען מ'פרעגט איהם קען ער צושאקלן מיטן קאפ אויף יא צו ניין,
לכאורה האט מען איהם געפרעגט און ער האט צוגעשטימט
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:50 pm

הלשון האט געשריבן:- אויב דו קענסט מיר פערזענליך, וואלסטו נישט געשפירט פאר נויטיג מיר אויפצוקלערן די גדלות וחשיבת פון האדמו"ר מקאשוי שליט"א לרפו"ש...
- אנשטאט ענטפערן, פראבירסטו מיר צו באשולדיגן...
- מיין תגובה איז נישט מבזה קיין גדולים, אויב עפעס איז מבזה דעם צדיק איז עס.....

סארי איך בעט דיר איבער, אזוי ווי האסטעך געשטעלט אויף א ווארט וואס איך האב געשריבן ''אינטערגעשריבן'' האט מיר אויסגעקיקט ווי דו ביסט און די גוסטע פון פראווענען.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 9:55 am

איז דא ערגעץ א עקספיריענסד שערער אין די אווענט/נאכט שעות מיט א מקוה/שאוער?

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:04 am

זעה איך נעכטן ווי א אידענע מיט א דאבעל קעריטש גייט אויף 306 אין ערגעץ ווי האט זי געברויכט אראפ גיין אויפן גאדער ווייל אויפן סיידוואק האט די איינוואנער אפגעמאכט נישט אריין צו נעמען זיין גארביטש קען. ממש א שרעק געווען דאס צו צוקוקען.

וואלט געמעגט זיין א געזעץ - אין אויב איז דא, עס צו אינפארסירן - אז סיידוואקס ברויך זיין ליידיג, גארנישט זאל זיך געפונען דארט צו קיין שום צייט! נישט קיין שניי אין נישט קיין גארביטש קענס אדער אנדערע חפצים. דאס איז ממש רציחה.

נאר טיקעטס וועט העלפן אין אז דעס איז די אייציגסטע וועג זאל מען טיילן טיקעטס אין גרויסן.

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:51 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:האט געברענגט אויפן טראוועי געווען וויזיבל פונעם האנגערי אווערפעס

האט איינער בילדער? יישר כח

20181120_125004.png
20181120_125004.png (672.82 KiB) געזעהן 785 מאל

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:20 pm

אין די אטריאם זאלן קומט יעצט פאר די חתונה פון בן הטפסר הנגיד ר' אליעזר (לאו) שיינער, בהשתתפות המקובל מורו ורבו ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט''א.
עס גיסן זיך טייערע וויינען, פליישען, און אנדערע מאכלים ווי וואסער.
שפילער איז מאיר אדלער, זינגער יענקי דאסקאל מיט המזמרים. (נישטא קיין בענד)
די זאל איז איבערגעפילט מיט מענטשן, צווישן זיי איז דא א שיין ביסל אידן וואס זייער אידישקייט איז צי פארדאנקען לאו'ס פעילות און שווערע געלטער וואס ער גיסט אריין אין שיעורים און דאס אויפהאלטונג פון זיין קעמפוס מיט כוללים און 4 בתי מדרשים 'אור חיים'.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אור
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:26 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אין די אטריאם זאלן קומט יעצט פאר די חתונה פון בן הטפסר הנגיד ר' אליעזר (לאו) שיינער, בהשתתפות המקובל מורו ורבו ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט''א.
עס גיסן זיך טייערע וויינען, פליישען, און אנדערע מאכלים ווי וואסער.
שפילער איז מאיר אדלער, זינגער יענקי דאסקאל מיט ידידים. (נישטא קיין בענד)
די זאל איז איבערגעפילט מיט מענטשן, צווישן זיי איז דא א שיין ביסל אידן וואס זייער אידישקייט איז צי פארדאנקען לאו'ס פעילות און שווערע געלטער וואס ער גיסט אריין אין שיעורים און דאס אויפהאלטונג פון זיין קעמפוס מיט כוללים און 4 בתי מדרשים 'אור חיים'.
ער האט נישט גענומען בערי צו זינגען? כקען נישט גלייבן

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:30 pm

אור האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:.
ער האט נישט גענומען בערי צו זינגען? כקען נישט גלייבן

אפשר האט ער געזונגען ביי די סעודה, ווייסעך נישט. איך רעד יעצט ווען די זאל הייבט זיך אין ריקודים.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

רעבישע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:01 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אין די אטריאם זאלן קומט יעצט פאר די חתונה פון בן הטפסר הנגיד ר' אליעזר (לאו) שיינער, בהשתתפות המקובל מורו ורבו ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט''א.
עס גיסן זיך טייערע וויינען, פליישען, און אנדערע מאכלים ווי וואסער.
שפילער איז מאיר אדלער, זינגער יענקי דאסקאל מיט ידידים. (נישטא קיין בענד)
די זאל איז איבערגעפילט מיט מענטשן, צווישן זיי איז דא א שיין ביסל אידן וואס זייער אידישקייט איז צי פארדאנקען לאו'ס פעילות און שווערע געלטער וואס ער גיסט אריין אין שיעורים און דאס אויפהאלטונג פון זיין קעמפוס מיט כוללים און 4 בתי מדרשים 'אור חיים'.

נישט ידידים נאר המזמרים

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:07 pm

רעבישע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:.

נישט ידידים נאר המזמרים

יא גערעכט המזמרים. סיז אזוי טונקל דארט אז איך האב נישט באמערקט. אבער די עסן איז נישט מעגליך צי פארזעהן, נוסח שיינער איז גאנצע 2 זייטן פונעם טיילט מען עסן, וויין וכל מיני מטעמים.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:12 am

מען טיילט נישט פון די טאהש'ע בלעטער?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:26 am

צולייגער האט געשריבן:מען טיילט נישט פון די טאהש'ע בלעטער?

איך מיין זייט טאהש'ע רבי איז אוועק האט ער מער גארנישט מיט טאהש ער איז געווארן אינגאנצען מארגנשטערן אנהיינגער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט