נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעבישע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:20 pm

שמו האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
רעבישע האט געשריבן:אין אנדערע נייעס גרייטן זיך תושבי מאנסי מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א וועלכע וועט זיך אין די נאנטע טעג אריבער ציען קיין מאנסי ווי די רבי שליט"א וועט איבערפלאנצן דעם סקווירע הויף אין משפיע זיין פאר תושבי העיר מהוד קדושתו יהא בואו לברכה

איך זע טאקע ווי זיי גרייטען זיך
ביי דע וועי עפעס א זעווילע רבי פלאנצט שוין איבער סקווירע הויף אין מאנסי, ניט אזוי ????

דער זוויעלער רבי שליט"א (חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא ניו סקווירא) פירט א שיינע קהלה, אבער לאו דווקא א סקוירא קהלה, נאר זייענדיג אזוי פיל יארן אין סקווירא, און זייענדיג א יתום, און דערצו האט נישט זוויעל קיין ספעציעלע מנהגים, פירט ער זיך אסאך מנהגים כמנהג חותנו מסקווירא שליט"א, אבער ס'איז דיירעקט נישט קיין סקווירא קהלה, נאר א זוויעלע קהלה.
און ב"ה זייער שיין מצליח
. מען רופט עס זוויעהל אבער בעצם איז עס נאך א סקוויראע שטיבל אין מאנסי עס דאווענען כמעט נאר סקוויראע אידן אין געציילטע שכנים אבער בעיקר איז עס סקווירא

אור
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

כינוס השלוחים תשע"ט

תגובהדורך אור » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 1:30 pm

כינוס השלוחים תשע"ט גייט היי יאר זיין אין די היימישע מאנסי ביים ריזיגן RCC

אוועטאר
טאקע?
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

שיסעריי אין ספרינג וואלי - געשאסן פון קאר מיטן גאן

תגובהדורך טאקע? » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 2:21 pm

איינער מיט פרטים?

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Serious accident in spring valley right near monsey at the entrance to the nys throughway

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:42 pm

photo_2018-10-15_16-12-51.jpg
photo_2018-10-15_16-12-51.jpg (80.62 KiB) געזעהן 1795 מאל
photo_2018-10-15_16-12-51.jpg
photo_2018-10-15_16-12-51.jpg (80.62 KiB) געזעהן 1795 מאל
photo_2018-10-15_16-41-43.jpg
photo_2018-10-15_16-41-43.jpg (130 KiB) געזעהן 1795 מאל
צוגעלייגטע
photo_2018-10-15_16-41-38.jpg
photo_2018-10-15_16-41-38.jpg (116.62 KiB) געזעהן 1795 מאל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:49 pm

Hatzoloh H-4 transporting 1 red tag to Westchester, Nanuet 22B2 transporting 2 red tags to Westchester
Hatzoloh H-9 transporting 1 patient BLS to Nyack

Four people that ran away are in custody by @clarkstownpd
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:52 pm

כ'בין געפארן אויפן 306 לעצטע וואך, האבעך באמערקט, וואס כ'ווינדער מיך קיינער איז נישט מעורר אויף א דבר הצריך תיקון לענ"ד,
הארט נעבן די וויזניצער ביה"ח [ריבניץ] איז פאראן א גויאישער בית הקברות, וואס א בוים איז מאהיל אויף א קבר און אויפן ראוד, וואס איז בפשטות א מכשול פאר כהנים, לויטן רמ"א אין סימן שע"ב וואס פסק'נט ונכון להחמיר אויף קברי עכו"ם, מען קען עס לכאורה גרינג פאריכטן דורכ'ן שניידן דעם בוים

אוועטאר
טאקע?
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

תגובהדורך טאקע? » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 4:52 pm

איינער קען ביטע מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:01 pm

אידן? וואס איז די מצב?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:36 pm

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:45 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:נישט קיין אידן אינוואלווד ב''ה

https://www.dropbox.com/s/h1iconmoc73hy ... 1.mp4?dl=0
https://www.dropbox.com/s/tddtsdhbv4cb3 ... 2.mp4?dl=0

שכח. ב''ה
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:57 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:נישט קיין אידן אינוואלווד ב''ה

https://www.dropbox.com/s/h1iconmoc73hy ... 1.mp4?dl=0
https://www.dropbox.com/s/tddtsdhbv4cb3 ... 2.mp4?dl=0

פארוואס איז הצלה דארט געווען מיט אזא גרויסע צאל וואלאנטירן?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

העלט דעפארטמענט גיבט ארויס פרישע ווארנונג איבער מיזעלס אויסברוך [דאקומענט]

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:26 pm

עזונטהייט באאמטע אין ניו יארק און ניו דזשערזי האבן ארויסגעלייגט א ווארנונג איבער א פרישע מיזעלס אויסברוך אין ניו יארק, נאכדעם וואס א אומוואקסינירטער מענטש וואס האט דאס געכאפט אין ארץ ישראל האט זיך געדרייט נאכ׳ן ווערן אנגעשטעקט און ווארשיינליך אנגעשטעקט צענדליגע אנדערע.

אינעם ווארנונג ווערן מענטשן געפאדערט צו זיך באלדיג אונטערזוכן אויב האט מען סיי וועלכע סימפטאמען, ספעציעל אויב איז מען געווען אין איינע פון די פאלגענדע פלעצער:
קהל בית אליעזר אין מאנסי אום דאנערשטאג כ״ה תשרי, אקטאבער 4
וועסלי קאושער א טאג דערויף פרייטאג כ״ו תשרי אקטאבער 5
ביהמ״ד באראוו דעם זעלבן טאג אוונט ביי קבלת שבת און צומארגנס ביי שחרית
און דעם נעקסטן זונטאג ביי קאטסקא.

די סימפטאמען נעמען אריין א קערפערליכע אויסשלאג, הויך פיבער, א הוסט, א רינעדיגע נאז, פארטרערטע אויגן. און עס איז קריטיש וויכטיג עס צו באהאנדלן באצייטנס וויבאלד עס קען ווערן לעבנס געפערליך אויב מען פארנאכלעסיגט עס, ספעציעל דארף מען געווארנט זיין מיט פרויען אין ספעציעלע אומשטענדן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:33 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:עזונטהייט באאמטע אין ניו יארק און ניו דזשערזי האבן ארויסגעלייגט א ווארנונג איבער א פרישע מיזעלס אויסברוך אין ניו יארק, נאכדעם וואס א אומוואקסינירטער מענטש וואס האט דאס געכאפט אין ארץ ישראל האט זיך געדרייט נאכ׳ן ווערן אנגעשטעקט און ווארשיינליך אנגעשטעקט צענדליגע אנדערע.

די קאנספיראציעס פון נישט וואקסינירן איז לעצטנס שטארק איינגעריסן ביינונזער ציבור ליידער! ה׳ ירחם!!!

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 8:50 pm

אור האט געשריבן:כינוס השלוחים תשע"ט גייט היי יאר זיין אין די היימישע מאנסי ביים ריזיגן RCC

איינער מיט מער פרטים וועגן די נייעס? ווי פלעגט עס זיין ביז יעצט?
די בילד פלעגט מען מאכן ביי 770, גייט זיך עס טוישן?
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 8:53 pm

בנוגע מיזעלס. אין אר״י איז עס פארשפרייט אויף א געפערליכע פארנעם! טויזענטער קינדער און עלטערע זענען אנשטעקיק.
אין אלע מוסדות גיבט מען די איינשפריצוגען אין די איצטיגע טעג.

health
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 8:42 pm

תגובהדורך health » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 9:27 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:עזונטהייט באאמטע אין ניו יארק און ניו דזשערזי האבן ארויסגעלייגט א ווארנונג איבער א פרישע מיזעלס אויסברוך אין ניו יארק, נאכדעם וואס א אומוואקסינירטער מענטש וואס האט דאס געכאפט אין ארץ ישראל האט זיך געדרייט נאכ׳ן ווערן אנגעשטעקט און ווארשיינליך אנגעשטעקט צענדליגע אנדערע.
:?:
אינעם ווארנונג ווערן מענטשן געפאדערט צו זיך באלדיג אונטערזוכן אויב האט מען סיי וועלכע סימפטאמען, ספעציעל אויב איז מען געווען אין איינע פון די פאלגענדע פלעצער:
קהל בית אליעזר אין מאנסי אום דאנערשטאג כ״ה תשרי, אקטאבער 4
וועסלי קאושער א טאג דערויף פרייטאג כ״ו תשרי אקטאבער 5
ביהמ״ד באראוו דעם זעלבן טאג אוונט ביי קבלת שבת און צומארגנס ביי שחרית
און דעם נעקסטן זונטאג ביי קאטסקא.

די סימפטאמען נעמען אריין א קערפערליכע אויסשלאג, הויך פיבער, א הוסט, א רינעדיגע נאז, פארטרערטע אויגן. און עס איז קריטיש וויכטיג עס צו באהאנדלן באצייטנס וויבאלד עס קען ווערן לעבנס געפערליך אויב מען פארנאכלעסיגט עס, ספעציעל דארף מען געווארנט זיין מיט פרויען אין ספעציעלע אומשטענדן.

איז יעצט דא אסאך מענטשען מיט מיזעלס??

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 1:43 am

יא, און ליידער זענען אסאך פרומע נשמות פארבלינדעט פון די שמוציגע קאנספיראציעס, און נעמען נישט די וויכטיגע וואקסינען און רפואות כמצווה עלינו ע״פ הלכה. (שבט הלוי).

מען דארף אויפרודערן א וועלט דערוועגן!!!!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:29 am

בעריש'ל האט געשריבן: און נעמען נישט די וויכטיגע וואקסינען און רפואות כמצווה עלינו ע״פ הלכה. (שבט הלוי).

ביטע לייגן א מקור צו נאך קוקן

health
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 8:42 pm

תגובהדורך health » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:36 am

בעריש'ל האט געשריבן:יא, און ליידער זענען אסאך פרומע נשמות פארבלינדעט פון די שמוציגע קאנספיראציעס, און נעמען נישט די וויכטיגע וואקסינען און רפואות כמצווה עלינו ע״פ הלכה. (שבט הלוי).

מען דארף אויפרודערן א וועלט דערוועגן!!!!

וואס יא??
איז יעצט דא א מיזעלס אוסברוך אין מאנסי?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 9:51 am

קאץ און מויז האט געשריבן:נייע פשעווארסקער ביהמ"ד עפענט זיך די וואך
בהנהלת הרב יוסף צבי לייזער בן האדמו"ר

מסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ"ד בהשתתפות גאב"ד מחזיקי הדת אנטווערפען (מקורב אצל האדמו"ר מפשעווארסק)
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (86.08 KiB) געזעהן 788 מאל

יין שרף
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

תגובהדורך יין שרף » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:52 pm

health האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:יא, און ליידער זענען אסאך פרומע נשמות פארבלינדעט פון די שמוציגע קאנספיראציעס, און נעמען נישט די וויכטיגע וואקסינען און רפואות כמצווה עלינו ע״פ הלכה. (שבט הלוי).

מען דארף אויפרודערן א וועלט דערוועגן!!!!

וואס יא??
איז יעצט דא א מיזעלס אוסברוך אין מאנסי?

יא. געווען היינט א מיטינג מיט אלע מאנסי מוסדות פארופן דורך COC אינאיינעם מיט די ראקלענד קאונטי העלט דיפארטמענט, ווי די קאמישינער האט קאנפירמט לעצטענס 15 באזונדערע מיזלס קעיסעס, און לויט איר אינפארמאציע זענען זיי נישט געווען אימיונייזט מיט די MMR וואקסין.

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:46 am

עקסידענט היינט אויפן 202
IMG-20181019-WA0000.jpg
IMG-20181019-WA0000.jpg (325.84 KiB) געזעהן 277 מאל

אוועטאר
Graphic24
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:52 am

רח״ל!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:56 am

אידן ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

so now what
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:00 am

maybeeynot האט געשריבן:אידן ?

THANK YOU HASHEM!!! WHAT A MIRACLE! My sister in law was involved in a accident with here children. I'm on this groupe for only a week and when I saw this picture I hoped that they came out alive because, when we thank Hashem He does miracles. Here I want to say in public Thanks you Hashem that they came out alive, and we will continue to daven and Thank Hashem. עד הנה זכרונו רחמיוך ולא עזבונו חסדיך ה' אלוקינו

Credit Thank You Hashem Group

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי', אבן יקרה, אזוי וויל איך, איש האשכולות, צווילע בירגער, קהל עדתינו און 81 געסט