נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 7:53 pm

יא יא, אבער דאס סטאפן ביי קראס וואלקס איז צריך תיקון גדול דא ביי אונז אין מאנסי! ס'גרעניצט זיך מיט סכנות נפשות ממש! ס'כאפט א פחד וואס פאר א חיות אומ'מענטשליכע דרייווערס אונזער שטאט איז באשאנקן געווארן!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 8:02 pm

ביי רוב קראסוואלקס האב איך פשוט מורא זיך אפצושטעלן ווייל עס האט שוין פאסירט אז די קאר פון אונטער מיר כאפט נישט פארוואס איך האב מיך אפגעשטעלט און געט מיר א קאט ארום. כבר היה וכבר כמעט היה. עס איז סכנת נפשות. איך וויל נישט זיין דער וואס ווייזט פארן קינד, אדער פרוי מיטן קערידזש אז 'קענסט גיין' און אריינלייגן אין א סכנה בידים.

די איינציגסטע קראסוואלק ווי איך שטעל מיך אייביג אפ איז ביי מעיפל און פיליס ווי ווילעדזש אף כתר האט אראפגעלייגט אזוינע שטאנגען אז מען זאל נישט קענען פעסן.

די טאון מעג זיך אפלערנען פון זיי. די פראבלעם איז אז ביי רוב קראסוואלקס (ווי למשל ביי מעין סטריט ) איז נישט דא ווי צו לייגן די שטאנגען
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 8:07 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:ביי רוב קראסוואלקס האב איך פשוט מורא זיך אפצושטעלן ווייל עס האט שוין פאסירט אז די קאר פון אונטער מיר כאפט נישט פארוואס איך האב מיך אפגעשטעלט און געט מיר א קאט ארום. כבר היה וכבר כמעט היה. עס איז סכנת נפשות. איך וויל נישט זיין דער וואס ווייזט פארן קינד, אדער פרוי מיטן קערידזש אז 'קענסט גיין' און אריינלייגן אין א סכנה בידים.

די איינציגסטע קראסוואלק ווי איך שטעל מיך אייביג אפ איז ביי מעיפל און פיליס ווי ווילעדזש אף כתר האט אראפגעלייגט אזוינע שטאנגען אז מען זאל נישט קענען פעסן.

די טאון מעג זיך אפלערנען פון זיי. די פראבלעם איז אז ביי רוב קראסוואלקס (ווי למשל ביי מעין סטריט ) איז נישט דא ווי צו לייגן די שטאנגען


דאס וואס דו אדרעסירסט פאסירט ביי מיר אויך אסאך מאל איך האב פשוט מורא צו געבן פארן פעדעסטריען זיינע רעכטן ווייל א קאר וועט מיך פעסן און אראפקלאפן דעם פוסגייער

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:58 pm

הער איך אז די קערעסטיר חדר. מלפנים ניקולשבורג האט זיך ווידער פארמאכט. איינער האט עפעס אינפא.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

רעבישע
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:58 pm

מארגן דאנערשטיג וועלן אחינו בני ישראל אין ספרינג וואלי ארויסגיין אין וועלן פאר העסקן ישראל אייזענבאך אלץ טראסטי אין האפענטליך אז מיטן כח הרבים וועט מען מצליח זיין אים אריינצוברענגען

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:53 pm

פאר וועם איך פלאן צו שטימען מארגן

גאווארנער:
Andrew Cuomo
(זיין קעגענער איז א געפערליכע לינקע וד"ל)

אטורני זשענערעל:
Letitia James
פארשפרעכט זיך אנצונעמען אויף די אומרעכטן קעגן אונזער ציבור.

סטעיט סענאט
David Carlucci
(איך האב פרעזענדליך געהאט א טובה פון זיין אפיס, איך פארשטיי נישט פארוואס פרעזערוו רעמעפאו שטיצט זיין קעגנער, דאס איז נאך א סיבה איהם צו שטיצן)

בנוגע אלע אנדערע זיצן, לדוגמא טאון זשוסטיס וכו', פלאן איך צו לאזן ליידיג, אדער אריין פירקלען א רייט אין.

רעבישע
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

יעדע שטים איז וויכטיג!!!!

תגובהדורך רעבישע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:24 pm

טייערע אידן נעמט עס נישט לייכט די שטים בודקעס פארמאכן זיך שוין אין א שעה צוויי אין די אידישע געמיינדע אין מאנסי האלט גאר שמאל איז אויב האט איר נאכנישט געוועלט פארמאכט יעצט די אידישע וועלט אין לויפט וועלן ווייל יעדע שטים איז קריטיש אין וויכטיג אין יא מיט דיין אין נאר מיט דיין שטים וועלן מיר אריינברענגען ישראל אייזענבאך וואס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די אידענטום אין מאנסי

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:31 pm

רעבישע האט געשריבן:טייערע אידן נעמט עס נישט לייכט די שטים בודקעס פארמאכן זיך שוין אין א שעה צוויי אין די אידישע געמיינדע אין מאנסי האלט גאר שמאל איז אויב האט איר נאכנישט געוועלט פארמאכט יעצט די אידישע וועלט אין לויפט וועלן ווייל יעדע שטים איז קריטיש אין וויכטיג אין יא מיט דיין אין נאר מיט דיין שטים וועלן מיר אריינברענגען ישראל אייזענבאך וואס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די אידענטום אין מאנסי

ער לויפט אין ספרינג וואלי, וועלכע איז א פראקציע פון מאנסי.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:57 am

רעבישע האט געשריבן:טייערע אידן נעמט עס נישט לייכט די שטים בודקעס פארמאכן זיך שוין אין א שעה צוויי אין די אידישע געמיינדע אין מאנסי האלט גאר שמאל איז אויב האט איר נאכנישט געוועלט פארמאכט יעצט די אידישע וועלט אין לויפט וועלן ווייל יעדע שטים איז קריטיש אין וויכטיג אין יא מיט דיין אין נאר מיט דיין שטים וועלן מיר אריינברענגען ישראל אייזענבאך וואס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די אידענטום אין מאנסי

מי הוא זה ישראל אייזענבאך? ער האט למעשה געווינען?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

א דערמאנונג צו אונזערע אזוי גערופענע עסקנים.

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 1:03 am

אין 53 טעג גייט פארקומען פרישע וואלן, ביי די פריערדיגע וואלן האט מען צוגעזאגט אז מען גייט פארעכטען דעם טראפיק פראבלעם אין מאנסי, מ"האלט מיר א יאר שפעטער אין גארנישט איז געטוהן געווארן.

עצה טובה: כדי דער ציבור זאל נישט פארלירן די טראסט אין ענק, ביטע שארט ארויף די ארבעל און טוט עפעס צום טרעפיק קריזיס.

אזוי וועלן ענק קענען ממשיך זיין צו בויען וויפיל קאנדויס ענק ווילן, און העכערן די פרייז איעדע יאר מיט א פיפציגער...

Screenshot_2018-09-14-00-38-00-1.png
Screenshot_2018-09-14-00-38-00-1.png (214.45 KiB) געזעהן 2573 מאל


געדענקט דאס ווארט.
You can fool all the people some of the time, and some of the people all the time, but you cannot fool all the people all the time

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 4:12 am

פארשטייט זיך אז ער האט פארלוירן

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:11 pm

געוועזענער ספרינג וואלי טראסטי פאנוויל פאר'משפט געווארן היינט צו איין יאר תפיסה.
זיין ארעסט געוועהן געמאלדן דא אויפן וועלטל.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:25 am

כ'מיין די היינטיגע נאכט האט געוואונען אלץ די פארנומענסטע שאפינג נאכט פון יאר

פריער אריין אין ראקלענד נאכן זוכן פארקינג פאר א וויילע, נישטא קיין איין קערידזש ווי אריינצולייגן די אייטעמס!
גיי איך קיין עווערגרין, נישטא קיין פארקינג ספאט צו באקומען! העמיר עס לאזן פאר מארגן..

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:29 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'מיין די היינטיגע נאכט האט געוואונען אלץ די פארנומענסטע שאפינג נאכט פון יאר

פריער אריין אין ראקלענד נאכן זוכן פארקינג פאר א וויילע, נישטא קיין איין קערידזש ווי אריינצולייגן די אייטעמס!
גיי איך קיין עווערגרין, נישטא קיין פארקינג ספאט צו באקומען! העמיר עס לאזן פאר מארגן..


איך בין געווען אין ראקלענד נישט געקענט טרעפן קיין פארקינג. בין איך געפארן קיין רעד דעלישעס, געהאט פארקינג, געהאט א וועגעלע, נישט געווען קיין ליינס, זיך מחיה געווען.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:51 pm

א סוכה אויף סעם לעי דרייוו איז אראפגעפאלן צוויי שטאק אינמיטן א שמחה מיט נאענט צו הונדערט אידן, ב''ה קיינער נישט ערענסט פארוואונדעט.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:04 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:כ'מיין די היינטיגע נאכט האט געוואונען אלץ די פארנומענסטע שאפינג נאכט פון יאר

פריער אריין אין ראקלענד נאכן זוכן פארקינג פאר א וויילע, נישטא קיין איין קערידזש ווי אריינצולייגן די אייטעמס!
גיי איך קיין עווערגרין, נישטא קיין פארקינג ספאט צו באקומען! העמיר עס לאזן פאר מארגן..


איך בין געווען אין ראקלענד נישט געקענט טרעפן קיין פארקינג. בין איך געפארן קיין רעד דעלישעס, געהאט פארקינג, געהאט א וועגעלע, נישט געווען קיין ליינס, זיך מחיה געווען.

די האסט זיך מחיה געווען, רעד דעלישעס וואלט זיך מחיה געווען ווען עס איז יא דא ליינס און מען טרעפט נישט קיין וועגעלע.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:37 pm

פומפדותא האט געשריבן:אין 53 טעג גייט פארקומען פרישע וואלן, ביי די פריערדיגע וואלן האט מען צוגעזאגט אז מען גייט פארעכטען דעם טראפיק פראבלעם אין מאנסי, מ"האלט מיר א יאר שפעטער אין גארנישט איז געטוהן געווארן.

עצה טובה: כדי דער ציבור זאל נישט פארלירן די טראסט אין ענק, ביטע שארט ארויף די ארבעל און טוט עפעס צום טרעפיק קריזיס.

אזוי וועלן ענק קענען ממשיך זיין צו בויען וויפיל קאנדויס ענק ווילן, און העכערן די פרייז איעדע יאר מיט א פיפציגער...

Screenshot_2018-09-14-00-38-00-1.png


געדענקט דאס ווארט.
You can fool all the people some of the time, and some of the people all the time, but you cannot fool all the people all the time

די עסקנים קענען נישט פארעכטן די טרעפיק פראבלעם אין מאנסי. עטץ האטס געוואלט בויען ווי מער. דא האט איהר עס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:14 am

מאנסי שטופער האט געשריבן:א סוכה אויף סעם לעי דרייוו איז אראפגעפאלן צוויי שטאק אינמיטן א שמחה מיט נאענט צו הונדערט אידן, ב''ה קיינער נישט ערענסט פארוואונדעט.

שוטים שבעולם! זיי מיינען אז אויף אזא (אומלעגאלע??) פארטש קענען גיין קרוב צו 100 מענטשן? רוצחים!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:47 am

מאנסי שטופער האט געשריבן:א סוכה אויף סעם לעי דרייוו איז אראפגעפאלן צוויי שטאק אינמיטן א שמחה מיט נאענט צו הונדערט אידן, ב''ה קיינער נישט ערענסט פארוואונדעט.

19738eb2172240af96b2f99cf39607a7.jpg
19738eb2172240af96b2f99cf39607a7.jpg (92 KiB) געזעהן 1389 מאל
c4166b331991430482ce60451ea73b5a.jpg
c4166b331991430482ce60451ea73b5a.jpg (74.75 KiB) געזעהן 1389 מאל

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 6:02 pm

איז אמת אז בינגא עפענט אין מאנסי
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 11:41 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:איז אמת אז בינגא עפענט אין מאנסי

לעצטענס האבן זיך ארומגעדרייט שמועות אז זיי האבן געקויפט א פלאץ ביי די target/tj maxx מאלל ביי exit 14a

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 8:24 am

Kosher Travel האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:אין 53 טעג גייט פארקומען פרישע וואלן, ביי די פריערדיגע וואלן האט מען צוגעזאגט אז מען גייט פארעכטען דעם טראפיק פראבלעם אין מאנסי, מ"האלט מיר א יאר שפעטער אין גארנישט איז געטוהן געווארן.

עצה טובה: כדי דער ציבור זאל נישט פארלירן די טראסט אין ענק, ביטע שארט ארויף די ארבעל און טוט עפעס צום טרעפיק קריזיס.

אזוי וועלן ענק קענען ממשיך זיין צו בויען וויפיל קאנדויס ענק ווילן, און העכערן די פרייז איעדע יאר מיט א פיפציגער...

Screenshot_2018-09-14-00-38-00-1.png


געדענקט דאס ווארט.
You can fool all the people some of the time, and some of the people all the time, but you cannot fool all the people all the time

די עסקנים קענען נישט פארעכטן די טרעפיק פראבלעם אין מאנסי. עטץ האטס געוואלט בויען ווי מער. דא האט איהר עס.

עסקנים בויען נישט קיין ראודס, אבער די טאון בויעט יא ראודס.

ווען אזוי גערופענע עסקנים זאגן אז מען זאל וואוטען פאר געוויסע קאנדידאטן, ווייל ווען זיי גייען זיין עלעקטעד גייען זיי ארבעטן אז די טאון זאל פארעכטן די טרעפיק, און דערנאך שטעלט זיך ארויס אז עס איז בכלל נישט אין פלאן עפעס צו טוהן, איז דאס גורם אז דער עולם זאל מער נישט ארויסקומען שטימען.

אגב מען האלט שוין א חודש פאר די עלעקשאנס.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:52 am

די יום טוב האט מען איבער געפעיווט גאנץ מעיפל

אוועטאר
פעטער יעקל
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:11 am

גאפל האט געשריבן:די יום טוב האט מען איבער געפעיווט גאנץ מעיפל

צו קענען אויפנעמען דעם ריזן-ערווארטעטע ציבור צום יארצייט פון הייליגן ריבניצער צדיק זי"ע

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:27 am

גאפל האט געשריבן:די יום טוב האט מען איבער געפעיווט גאנץ מעיפל

גאנץ מעיפל???? וואס עפעס !!! :evil:
נאר איין חלק פון איין זייט פון די ראוד, פון די באס סטאפ ביז (כמעט) מכון להוראה, וואס די חלק איז געווען שרעקליך די לעצטע צייטען זייט מהאט אויפגעגראבן און געפיקסט עפעס א געז ליין לעגנאויס די גאנצע שטח און מען האט עס נישט נארמאל פארדעקט נאר געמאכט א פאצערישע ארבעט,
די זעלבע זאך האט מען געטון אויף א חלק פון וועסט מעיפל,
עס איז שוין געווען העכסט צייט איבערצומאכן, שוין לאאאאנג אווערדאו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, rogers, באגלייבט, בועז, זזה, יצחק ראזענפעלד, כאפצעם, פארקלאצט, צווייפעל און 48 געסט