נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרויסע-גדולה
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:12 am

וואס גייט פאר ביי מאנסי בלב''ד און סאנרייס?
איך האף אז גארנישט סיריעס

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג מארטש 12, 2018 6:43 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס גייט פאר ביי מאנסי בלב''ד און סאנרייס?
איך האף אז גארנישט סיריעס

געווען א פייער, אויסגעלאשען דורך חבירים

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:49 pm

נעכטן איז געווען א מיטינג מיט די עלטערן פין קערעסטיר חדר (מלפנים ניקולשבורג) אז אויב ביז סוף וואך קען מען נישט שאפן $100,000 צו באצאלן די מלמדים קומען זיי נישט צירוק אין חדר אין די חדר גייט שליסען. אידן בני רחמנים מען דארף זעהן ווי אזוי מען קען העלפן די חדר פין אינטערגיין, יעדער ווייסט די שווערע מצב פין אריינלייגען קינדער אין חדר אין כל שכן פין אנדערע חדרים, די קינדער גייען בלייבן אויפן גאס אן א חדר. ווער עס קען אין איז אינטערסירט צו העלפן סיי מיט געלט אדער סיי מיט א פלאץ קען מיך שיקן א פרייוועט מעסדזש. ולמצוה גדולה יחשב.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

Spokesman
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm

תגובהדורך Spokesman » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:52 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:נעכטן איז געווען א מיטינג מיט די עלטערן פין קערעסטיר חדר (מלפנים ניקולשבורג) אז אויב ביז סוף וואך קען מען נישט שאפן $100,000 צו באצאלן די מלמדים קומען זיי נישט צירוק אין חדר אין די חדר גייט שליסען. אידן בני רחמנים מען דארף זעהן ווי אזוי מען קען העלפן די חדר פין אינטערגיין, יעדער ווייסט די שווערע מצב פין אריינלייגען קינדער אין חדר אין כל שכן פין אנדערע חדרים, די קינדער גייען בלייבן אויפן גאס אן א חדר. ווער עס קען אין איז אינטערסירט צו העלפן סיי מיט געלט אדער סיי מיט א פלאץ קען מיך שיקן א פרייוועט מעסדזש. ולמצוה גדולה יחשב.

דו מיינסט באר ישעי'?

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:54 pm

ניין יענע האט געהייסן עטרת צבי. איך רעדט פין די געוועזענע ניקולשבורג חדר.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

Spokesman
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm

תגובהדורך Spokesman » מאנטאג מארטש 12, 2018 5:05 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:ניין יענע האט געהייסן עטרת צבי. איך רעדט פין די געוועזענע ניקולשבורג חדר.

יאפ איך בין אינגאנצן מיט דיר יעדע מוסד אין מאנסי איז א מאסט, און ווער סקען העלפן ראטעוועט חינוך הדורות פון יהדות מאנסי והגלילות, והגלילות שבגלילות.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג מארטש 13, 2018 12:19 am

דער היילגער רמב"ם אין הלכות תלמוד תורה פרק ב' פסקנט
מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה, ובכל פלך ופלך. וכל עיר שאין בה תינוקות של בית רבן--מחרימין את אנשי העיר, עד שמושיבין מלמד תינוקות; ואם לא הושיבו, מחריבין את העיר: שאין העולם מתקיים, אלא בהבל פיהם של תינוקות של בית רבן.

רבותי עס ליגט א חיוב אויף אונז אלע צו ראטעווען דעם מוסד פון אונטערגאנג.
דאס איז קלאר אז אויב די מוסד גייט חלילה פארשליסן אירע טירן, גייען קינדער בלייבן אויפן גאס, (מיר אלע ווייסן ליידער די מצב פון די המוסדות דא אין שטאט, זעהט אויס די רמב"ם האט נישט געהאלטן, אז אויב עס דא מלמדי תינוקות וועלן קינדער זיך נאך אלס דרייען אין די גאס)
מיר דארפן דא אין מאנסי נאך אפאר מוסדות, נישט חלילה איינס ווייניגער.

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » דינסטאג מארטש 13, 2018 8:56 am

גוטגעזאגט האט געשריבן:נעכטן איז געווען א מיטינג מיט די עלטערן פין קערעסטיר חדר (מלפנים ניקולשבורג) אז אויב ביז סוף וואך קען מען נישט שאפן $100,000 צו באצאלן די מלמדים קומען זיי נישט צירוק אין חדר אין די חדר גייט שליסען. אידן בני רחמנים מען דארף זעהן ווי אזוי מען קען העלפן די חדר פין אינטערגיין, יעדער ווייסט די שווערע מצב פין אריינלייגען קינדער אין חדר אין כל שכן פין אנדערע חדרים, די קינדער גייען בלייבן אויפן גאס אן א חדר. ווער עס קען אין איז אינטערסירט צו העלפן סיי מיט געלט אדער סיי מיט א פלאץ קען מיך שיקן א פרייוועט מעסדזש. ולמצוה גדולה יחשב.

זייער וויכטיג צו טרעפן א פלאץ סיי טעמפארערי פאר יעצט און אויך לאנג טערם, דאס איז די ערשטע זאך וואס פעלט יעצט פארן חדר חוץ געלט, אויב ווייסט איינער פון עפעס ביטע אישי'ען, די זכות פון תשב"ר וואס וועלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט וועט אייך זיכער ביישטיין.

אוועטאר
חד יומא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:11 am

בלי לחץ האט געשריבן:

במחילת כבודכם הטוב, די פראבלעם האט זיך אנגעפאנגען ווייל מען האט מיטגעשלעפט די בארג פון חובות פון ניקלשבורג אויפן טעכנישן נייע חדר, עס קען נישט גיין אזוי, מען דארף אנפאנגען קאמפליט פון פריש כאילו עס איז טאקע א נייע חדר

אוועטאר
חד יומא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:12 am

עס איז נישט קיין פראגע אז מען דארף העלפן אבער מען דארף זיין אויסגערעכנט און אויסגעהאלטן

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:10 pm

חד יומא האט געשריבן:במחילת כבודכם הטוב, די פראבלעם האט זיך אנגעפאנגען ווייל מען האט מיטגעשלעפט די בארג פון חובות פון ניקלשבורג אויפן טעכנישן נייע חדר, עס קען נישט גיין אזוי, מען דארף אנפאנגען קאמפליט פון פריש כאילו עס איז טאקע א נייע חדר

פון ווי נעמסט דאס?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
חד יומא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:13 pm

קען מיר איינער זאגן פארוואס א נייע חדר בלויז 5 חדשים אלט און בערך 100 קינדער האט שוין 100 אלפים חובות און נישט באצאלט פאר די מלמדים???. די מהלך פון ביז יעצט איז נישט קיין מהלך, ואתכם הסליחה

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:30 pm

חד יומא האט געשריבן:עס איז נישט קיין פראגע אז מען דארף העלפן אבער מען דארף זיין אויסגערעכנט און אויסגעהאלטן

Hah? קענט איהר אפשר אביסל בעסער מסביר זיין?

די פאקט איז אז די היימישע מאנסי האט נישט גענוג חדרים און בתי חינוך פאר די מיידלעך. ממש א קריזיס. נו... אויסגערעכנט? איהר צאלט אזוי ווי מען צעלט אין מאדערענע מוסדות???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:17 pm

עס קאסט 80 אלפים א חודש עס אויפצוהאלטן, שכ"ל קומט אריין 20 אלפים א חודש, זיי האבן ווייניגער ווי הונדערט קינדער, ווייל עס זענען אין די לעצטע חדשים ארויס אפאר קינדער.
זיי האבן נישט קיין שום אנדערע אינקאם נאר דאס. זיי האבן נישט קיין פראגראמען, 1) ווייל זיי זענען נישט אין קיין לעגאלע בנין. 2) ווייל עס דויערט צו באקומען א 501 C 3, אין אנדעם האט מען נישט קיין פראגראם'ס.
קוקט אויס אז די פאנדרעינג האט זיך נישט געהעריג אוועקגעשטעלט, (נעם אין אכט אז די מוסד איז איבערגענמען געווארן פון איין מינוט אויפן צווייטן, אן קיין שום פונקטליכע פלאן נאר א בערך'דיגע) וועגן דעם 100 אלפים חובות קען זיך מאכן.
אבער למען האמת האבן זיי נישט קיין 100 אלפים אין חובות, ווי ווייט איך ווייס, נאר די עסקנים ווילן שוין באצטאלן די מלמדים אויך אויף די וואכן, וואס איז נישט באצאלט געווארן פון די פריערדיגע הנהלה, אז די מלמדים זאלן זיין אין די פילע מוט, צו ארבעטן ווייטער למען המוסד והילדים.

עס איז קלאר אז ווער עס קען העלפן צו ראטעווען די מוסד פון אונטערגיין, איז מחויב עס צו טוהן פאר די שטאט, (איך רעד שוין נישט אז ר' ישעיעלע וועט נישט שולדיג בלייבן), נאר פשוט עס זאל זיין א מוסד אין שטאט, די מוסד האט פון די בעסטע מלמדים אין שטאט, גאר א חשובע מנהל, בקיצור א פיינע סטעף, פיינע חשובע עלטערן, עס דארף נאר וואקסן און עס קען בליען אלס גאר א הערליכע מוסד.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך מארטש 21, 2018 11:09 am

וואס מיינט דע ווייסע ליינס אויף די מאנסי ראודס פאר יעדע שניי ???
צוגעלייגטע
ערב שניי 1.jpg
ערב שניי 1.jpg (256.69 KiB) געזעהן 1593 מאל
ערב שניי 2.jpg
ערב שניי 2.jpg (241.42 KiB) געזעהן 1593 מאל

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מיטוואך מארטש 21, 2018 12:20 pm

דאס איז אזא liquid אנשטאט זאלץ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מארטש 21, 2018 12:47 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס מיינט דע ווייסע ליינס אויף די מאנסי ראודס פאר יעדע שניי ???

ווי עס זעהט אויס נוצן די באאמטע אין דיין געגנט די Liquid Ice melt system
בילד
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 21, 2018 9:37 pm

וואס איז די מעלה פון דעם ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך מארטש 21, 2018 10:44 pm

איינער ווייסט ווי קען מען פסח'דיג מאכן די קאר און מאנסי -ביי א גוטע קאמפני פארשטייט זיך?
אדער בחורים

די עיקר זיי זאלן מאכן א פיינע דזשאב
קען זיין און געגענט פון מאנסי אויך ווי למשל ניו דזשערסי

איינער ווייסט?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 1:09 am

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט ווי קען מען פסח'דיג מאכן די קאר און מאנסי -ביי א גוטע קאמפני פארשטייט זיך?
אדער בחורים

די עיקר זיי זאלן מאכן א פיינע דזשאב
קען זיין און געגענט פון מאנסי אויך ווי למשל ניו דזשערסי

איינער ווייסט?

11Thiells Mt Ivy Rd
Pomona, NY 10970

לויט מיין ידיעה זענען זיי די ביליגסטע [בפרט יעצט פאר פסח], ס'נעמט בערך 15 מינוט פון מאנסי, און זיי מאכן א פיינע דזשאב, איך האב זיי שוין גענוצט עטליכע מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 6:28 am

maybeeynot האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון דעם ?

מ'לייגט דאס אויפ'ן גארדען סטעיט אויך, דאס הייסט 'סנאו פרי-טריטמענט', דאס העלפט אז די שניי זאל לכתחילה נישט קלעבן, אדער עכ"פ נישט צו שטארק און שנעל, און דערמיט שפארט מען זיך שפעטער אסאך זאלץ, שארן און צובראכענע ראודס וכו', ליטערעלי א בחינה פין "ען אונס אוו פריווענשען..."
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 4:26 pm

איינער האט מיר געגעבן דאס
Liberty Kia
NJ-17, Ramsey, NJ

זענען זיי גוט פסח'דיג צו מאכן א פיינעם דזשאב?

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:44 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן: 11Thiells Mt Ivy Rd
Pomona, NY 10970

לויט מיין ידיעה זענען זיי די ביליגסטע [בפרט יעצט פאר פסח], ס'נעמט בערך 15 מינוט פון מאנסי, און זיי מאכן א פיינע דזשאב, איך האב זיי שוין גענוצט עטליכע מאל

וואס איז די פרייז?
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן דאס
Liberty Kia
NJ-17, Ramsey, NJ

זענען זיי גוט פסח'דיג צו מאכן א פיינעם דזשאב?

וואס איז זייער פרייז?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מארטש 26, 2018 7:48 pm

כסליו האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן: 11Thiells Mt Ivy Rd
Pomona, NY 10970

לויט מיין ידיעה זענען זיי די ביליגסטע [בפרט יעצט פאר פסח], ס'נעמט בערך 15 מינוט פון מאנסי, און זיי מאכן א פיינע דזשאב, איך האב זיי שוין גענוצט עטליכע מאל

וואס איז די פרייז?

זענען זיי גוט פסח'דיג צו מאכן א פיינעם דזשאב?

זיי מאכן א פיינעם דזשאב, זיי בעטן ארום 50/60 דאלער פאר א פסח קלין מיט א קאר וואש
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

אוועטאר
משה11
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג מארטש 26, 2018 9:29 pm

ווי איז די טענט מיט עסן יעצט פאר פסח פאר בליג?
חותן שואל את החתן שלו: מה לקנות לך? ש"ס או שעון?
החתן: תקנה לי אייפון… יש בו גם ש"ס וגם שעון…
החותן: אז תחזיר את הכלה - הבת שלי! יש מספיק בנות באייפון…

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, אפעטיט, והוא פלאי, צווייפעל און 60 געסט