עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:46 am

היינט האט זיך די דאו געעפנט מיט א הונדערט פונקטן אראפ, צוליב ווייטערדיגע שטייגן פון די אינטערעסט ראטעס אויף פארשידענע סארטן מארגעדזשעס.
דאס קומט נאך די אויסנאם גוטע דאטא אויף די עקאנעמי וואס איז געווארן ארויסגעשטעלט פאריגע וואך + די העכערונג פונעם פעד אויף זייער אינטערעסט ראטע, וואס דאס אלעס דארף צו אנצייגן אויף א גוטע עקאנאמיע אבער אלס רעזולטאט וועט די פרייז פאר געלט זיך הייבן, וועלכע איז שלעכטע נייעס פאר אזאלכע אינדוסטריס ווי ענערדזשי און קאנסטראקשן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:47 am

לויט סנבס זאגן 54% אמעריקאנער אז די עקאנאמיע שטייט גוט אדער גאר גוט, די העכסטע נאמבער אין רעקארדירטע היסטאריע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:12 am

מארגעדזש אינטערעסט ראטע גרייכן 7 יעריגע הייעך, מארקעטס ערווארטעט ווייטער צו פאלן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:37 am

די IMF האט אראפגעריקט איר שאצונג אויף די אמעריקאנער, כינעזער, און וועלטליכע עקאנאמישע וואוקס פאר קומענדיגע יאר 2019 מיט ארום 0.2%, צוליב די אנגייענדע טרעיד אנגעצויגענקייטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:23 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:מארגעדזש אינטערעסט ראטע גרייכן 7 יעריגע הייעך, מארקעטס ערווארטעט ווייטער צו פאלן.

ס'נישט נארמאל!

טראמפ לייגט טאריפ'ס אויף טייל פון די כינעזע אימפארט, אין די ציבור ווערט ברוגז. די חברה לייגן טאריפ'ס אויף די אמעריקאנע דאללאר און מ'שווייגט...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:26 am

די ראטעס הייבן זיך געווענליך נאטורליך (חוץ ווען די גאווערמענט האלט עס ארטיפישעלי נידריג)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:44 pm

נישט מיט אזא שנעלקייט
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:00 pm

מען רעדט שוין א שטיק צייט איבער די עפעקט וואס ראבאטס מיט ארטיפישעל אינטעליגענץ וועט האבן אויף די עקענאמיע בכלליות און אויף זשאב מארקעט בפרטיות.

דאס יאר 18' למספרם האט מען שוין אנגעהויבן זען די ערשטע צייכענעס פון די נייע AI וועלט, עמעזאון האט שוין געפענט געשעפטן אן קאשירערס מיט ערווארטונגען פאר 3000 אזוינע געשעפטן אום תש''20, וואלמארט האט ארויסגעלייגט ראבאטס צו קלינען זייער פלארס און צו סקרינען זייערע שעלף'ס פאר רי'סטאקינגס, גוגל און אובער פירן אן מיט א טעקסי ביזנעס אן קיין דרייווערס.

אבער איינס פון די מערסט דראמאטישע סעמפלס פונעם צוקנופט איז געוויזן געווארן דורך גוגל אינמיטן יאר ווען זיי האבן פארגעשטעלט ווי אזוי זייער AI אסיסטענט (יא, AI פערזענליכע באדינער) האט אנגערופן א רעסטוראנט צו באשטעלן א סאפפער, דער באדינער האט געשמועסט מיטן רעסטוראנט איינגעשטעלטן און ערלעדיגט דעם ארדער מרישא לסיפא אנדעם וואס דער איינגעשטעלטער מענטש זאל אפיל כאפן אז ער רעדט מיט א קאמפיוטער! גוגל האט דאן געמאלדן אז בקרוב וועט דער אפציע גערופן "דופלעקס" קענען אינגאנצן אליין באהאנדלען טעלעפאון קאלס!!!

היינט האט גוגל ארויסגעשטעלט זייער נייע סמארטפאון (PIXEL 3) און זיי האבן געמאלדן אז פארשידענע פונקציעס פון דער "דופלעקס" סערוויס גייט זיך שוין אנהויבן נעקסטע חודש!

אויף זייער אייגענע ברענד נייע סמארטפאון הייבט זיך שוין אן יעצט תיכף ומיד א נייע פונקציע דורך גוגל'ס AI ארויסצוהעלפן מיט די נודניקע טעלעמארקעטינג רופערס, די AI וועט אויפכאפן וועלכע קאלס זענען מארקעטינג ספפעמערס, און זיי וועלן אויפהייבן די פאון אנטשטאט אייך און רעדן צו די רופערס, עס וועט אויך אראפנעמען די אינפארמאציע און באותו רגע אראפטייפן די אינפארמאציע פארן פאון באניצער, דער קאלל סקרין וועט אויך האבן א אפציע צו בלאקירן דעם נומבער פאר אייביג.

אלזא, AI איז שוין און אירע ערשטע פאזעס. דאס איז בלויז א סעמפל בכדאי צו געבן א בליק אריין וואס AI קען אלץ איבערנעמען פון די מענטשליכע ארבעטערס.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:16 pm

אגב, דאס וואס מיר ליינען אין די מידיא אז מארטגעדזש ראטעס גייען ארויף אדער אראפ, איז געווענליך אלטע נייעס פון די פארגאנגענע וואך. כאילו א העדליין זאל זאגן אז די דאו/נעסדעק איז פארגאנגענע וואך מיטוואך געווען XXXX. צו זעהן וואו די מארטגעדזש ראטעס האלטן היינט ברויך מען קוקען אויף די MBS מארקעט, וואס לויפט לעבעדיג בערך אזוי ווי די סטאק און באנד מארקעטס. די אפיציעלע מארטגעדזש ראטעס פון די בענק צו די קאנסומערס ווערן פריש איבערגעמאכט א יעדן אינדערפרי. טייל מאל, אויב עס פאסירט א שטארקע מארקעט שיפט אינמיטן טאג, וועלן די בענק איבערמאכן די ראטעס אינמיטן טאג.

גראדע זענען היינט די מארטגעדזש ראטעס אביסל בעסער ווי פארגאנגענע סוף וואך. (נעכטן איז געווען א האלידעי.)

אויפן שפיץ גאפל. ועוד חזון למועד.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:19 pm

נאך גוגל ביזנעס נייעס
-די פענטאגען זיכט א סערווער -קלאוד פראוויידער מיט א שמאלציגע קאנטראקט פון 10 בילליאן דאללער, עס האט שוין געהייסן אז עמעזאון וועט באקומען דעם קאנראקט, אבער די רעגירונג האט עס למעשה ארויסגעלייגט אויף א ביד, היינט האט גוגל זיך אפגעזאגט פון שטעלן א ביד אויף דעם קאנטראקט ווי באלד עס וועט ווארשיינליך גיין קעגן זייערע פרינציפן פאר א עטישער AI.

גוגל האט שוין געארבעט מיט די פענטאגן אויף AI, אבער זיי האבן געמיזט אויפהערן צוליב פראטעסטן פון זייערע ארבעטער. אילאן מאסק איז אויך איינע פון די באקאנטע פיגורן וועלכע האבן קאמפיינט אז מען זאל נישט ניצן AI פאר מלחמה באנוץ.

אצינד בלייבן איבער מייקראסאפט און עמעזאון אלץ די הויפ בידערס פאר דעם קאנטראקט.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:22 pm

פארוואס זאל טאקע אמעריקע בויען AI , כינע מאכט דאך שוין סייווי מען קען זיך פארלאזן אויף זיי.

(אפשר זענען זיי גראדע יא גערעכט, אויב אמעריקע וועט נישט מאכן, וועט כינע נישט האבן פון ווי צו גנב'נען.)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:25 pm

יאצמעך האט געשריבן:נישט מיט אזא שנעלקייט


ווען די עקנאמיע וואקסט מיט אזא שנעלקייט הייבט זיך עס מיט אזא שנעלקייט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:04 pm

פארוואס זאל נישט די פענטיגאן האבן א אייגענע?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:51 am

DOJ האט יעצט עפראווד די צוזאמשמעלצונג פון די פארמאסוטיקל ריז cvs מיטן העלט אינשורענס ריז aetna.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:56 pm

ס'איז דא געווען א שמועס איבער וועלעכע פארטיי ספענדט מער אדער איז בעסער פאר עקאנעמי... "אינוועסטאר ביזנעס דעילי" IBD האט היינט גאר אן אינטערעסאנטער עדיטאריעל... ווערד צו ליינען...

https://www.investors.com/politics/edit ... democrats/

בעיסד אויף סטעיט אפישל נאמבערס, האטער א טשארט פון די בעסטע און ערגסטע סטעיטס... און צו קיינעם'ס סורפרייז זענען 9 פון 10 בעסטע אין די לעצטע צען יאר רויטע שטאטן, און 9 פון 10 ערגסטע די לעצטע צען יאר, בלויע שטאטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:02 pm

עיין ערך דעוועלאפד נעישענס ווס דעוועלאפינג נעישענס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 2:44 pm

די סטאק מארקעט האט געכאפט א געזונטע ריק

אצינד 550 אראפ

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:43 pm

יש ברירה האט געשריבן:די סטאק מארקעט האט געכאפט א געזונטע ריק

אצינד 550 אראפ

פארלוירן נאך 200 פונקטן דורכאויס די לעצטע שעה.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:56 pm

wow

אראפ 800, מינוטן פארן שליסן.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:02 pm

822

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:13 pm

די דאו האט זיך געשלאסן ביי 25.599.74, פארלירענדיג 831.83 פונקטן (3.15%)
די S&P 500 האט זיך געשלאסן ביי 2,787.36, פארלירענדיג 92.98 פונקטן (3.23%)
די נעסדעק האט זיך געשלאסן ביי 7,422.05, פארלירענדיג 315.97 פונקטן (4.08%)

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:17 pm

וואס האט פאסירט?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:822

832
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:17 pm

אין פוינטס איז דאס די דריט שטארקסטע פאל אין היסטאריע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:20 pm

פארוואס די טראסק? קען איינער ערקלערן?
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 31 געסט