עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 2:28 am

די מארקעט האט אויפגענימען די העכערונג מיט עקסטאז, עס איז געוועהן א פיינע טאג פאר וואל סטריט נעכטען.
איך מיין אז בדרך כלל גייט עס אראפ ווען מען מעלדט א העכערונג אבער דאס מאל איז עס ארויפגעגאנגען ווייל עס איז די ערשטע מאל אין זיבען יאר וואס די פעדעראלע רעזערוו ווייזט צייכענעס אז זיי זענען צופרידען מיט די עקאנאמיע.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 2:45 pm

מטעמים האט געשריבן:די מארקעט האט אויפגענימען די העכערונג מיט עקסטאז, עס איז געוועהן א פיינע טאג פאר וואל סטריט נעכטען.
איך מיין אז בדרך כלל גייט עס אראפ ווען מען מעלדט א העכערונג אבער דאס מאל איז עס ארויפגעגאנגען ווייל עס איז די ערשטע מאל אין זיבען יאר וואס די פעדעראלע רעזערוו ווייזט צייכענעס אז זיי זענען צופרידען מיט די עקאנאמיע.

די זאל ווי כמעט אלעס בנוגע וואל סטריט, איז שווער צו זאגן "געווענדליך".

נעם טאקע אינטערעסט ראטעס העכערונג. דאס מיינט אז עס גייט זיין ווייניגער געלט אויפן גאס. דאס מיינט אז די דאלאר וועט זיין שטערקער און נאך ערגער מאכען די דעפעציט אין אינפארטס. אבער די מארקעט איז ארויף.

דאס אז עס מיינט אז די פעד "גלייבט" אין די שטארקייט פון די עקאנאמיע, דאס איז נאך נישט גענוג סיבה די מארקעט זאל ארויף גיין. ווייל ערשטענס וואס איך האב דערמאנט, עס וועט שאטן פאר די מארקעט אין די לאנג ראן, און צווייטענס, די עקאנאמיע איז למעשה נישט שטארק. און די פעד האט גערעדט זייער "איינגעצויגן" איבער די שטארקייט פונעם עקאנאמיע.

איך מיין עס איז ארויף פשוט ווייל עס איז געווען "ענדליך"! די מארקעט איז שוין צופארן זינט אינמיטן יאר ווייל "וואס גייט זיין מיט די ראטעס"? עס איז געווען זייער א וואקעלדיג יאר צוליב דעם. און דער עולם איז שוין צופרידן אפי' עס איז ארויף - וואס איז בעצם שלעכט פארן מארקעט - ווייל כאטש ווייסט מען שוין וואס טוט זיך, און עס וועט אפשר ברענגן רואיקייט צו די מארקעט.

אבער איך מיין אז די נערוועזיטעט גייט ווייטער אנהאלטן. ווייל "וואס טוט זיך יעצט"? ווען גייט מען הייבן נעקסט.... כאטש עס איז שוין נישט אזוי געפערליך, וווייל יעצט איז עס דאך געווען יאאאארן וואס מען האט נישט געהויבן, און יעצט גייט מען אריין אין א צייט וואס מען רישט זיך אז מען גייט הייבן און עס איז נישט אזוי אומזיכער, אבער דאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 7:45 pm

איך בין נישט קיין עקספארט, אבער נאכען ארויפגיין מיט די ראטע איז די רעספאנס געוועהן גיט, קען מען ערווארטען אז עס וועט אויף דערווייל האלטען און איין ארויפגיין.

א חוץ טאמער עפעס קרעזי גייט אפירקימען, נישט אזוי?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 8:12 pm

נעם ארויס די פאר ווערטער אז די עקאנעמי איז שוואך און ער האט זייער גוט געזאגט , די עקאנעמי במציאות ביי עני מעזשאר בומט און א רעיט העכערונג מאכט סענס די סיבה וואס די פעדעראל רעזערוו האט געווארט ביז יעצט איז געווען 1) וועידזש גראוט איז טאקע געוואקסן אבער נישט גענוג וועגן דעם איז נישט דא קיין געהעריגע אינפלעישאן ,2) נאכדעם איז דא די פראבלעם פון די גלאבעל עקאנאמי וויבאלד אמעריקעס עקאנעמי איז אזויא גוט געווארן די לעצטע פאר יאר קאמפערט צו די אנדערע עקאנאמיס איבער די וועלט האבן אינוועסטערס אנגעהויבן ארויסנעמען געלט פון איבער די וועלט און אינוועסטעט און אמעריקאנע טרעזשעריס וואס האט נאך מער אפגעשוואכט די גלאבעל עקאנעמי און איבעראל שנייד מען יעצט אינטרעסט רעיטס נישט מען העכערט , און די לענדער האבן זייער געבעטן אמעריקא נישט צו שניידן רעיטס , אבער למעשה האט די פעד באשלאסן יא צו העכערען ועיין לעיל בלכתחילה אריבער ההמשך .

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 8:54 pm

איך בין זיך מחולק.

ווילסט נישט רופן די עקאנאמיע שוואך, דאס קען איך הערן. כאטש וואס עס איז לדעתי יא שוואך. ווער רעדט נאך פון די ערשטע העלפט יאר. די ערשטע העלפט פון די צווייטע העלפט איז יא געווען אביסל בעסער.

אבער עס "בומט", איז מיינעך זייער איבערגעטריבן.

יא, דאס ביסטו גערעכט, אז נאך א סיבה פארוואס זיי האבן נישט געוואלט הייבן איז צוליב די וועלט עקאנמיעס וואס איז שוואך.

נאך א נקודה, די אויל איז ביטער געפאלן, און דאס איז די "שולד" פארוואס עס איז נישטא קיין אינפלעשאן. אבער די אמת איז אז נישט נאר צוליב דעם, נאר אויך צוליב די גאר שטארק דאלאר. וואס מאכט אז פרייזן זאלן בלייבן נידריג. און דאס הייבן די ראטעס וועט נאכמער הייבן די דאלאר וואס וועט נאך מער אראפקלאפן די אינפלעשאן און מען קען נאך אריינקריכען די דיפלעשאן.

סא עס איז בכלל נישט קיין מוצא מיט האניג דאס הייבן יעצט. גלייב מיר זייערע הערצער קלאפן שטארק. אויב וועט עס זיי געלונגן איז גוט, אז נישט וועט מען שרייבן גאנצעטע ביכער איבער די שלעכטע מאוו פון הייבן די ראטעס יעצט ווען אזויפיל אינדיקעטארס זענען ווייט פון צופרידענשטעלנד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:01 pm

גערעכט די נידעריגע אויל פרייזן איז אויך איינע פון די סיבות פארוואס אינפלעישאן סטעבעלייזט זיך נישט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:38 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך בין זיך מחולק.

ווילסט נישט רופן די עקאנאמיע שוואך, דאס קען איך הערן. כאטש וואס עס איז לדעתי יא שוואך. ווער רעדט נאך פון די ערשטע העלפט יאר. די ערשטע העלפט פון די צווייטע העלפט איז יא געווען אביסל בעסער.

אבער עס "בומט", איז מיינעך זייער איבערגעטריבן.

יא, דאס ביסטו גערעכט, אז נאך א סיבה פארוואס זיי האבן נישט געוואלט הייבן איז צוליב די וועלט עקאנמיעס וואס איז שוואך.

נאך א נקודה, די אויל איז ביטער געפאלן, און דאס איז די "שולד" פארוואס עס איז נישטא קיין אינפלעשאן. אבער די אמת איז אז נישט נאר צוליב דעם, נאר אויך צוליב די גאר שטארק דאלאר. וואס מאכט אז פרייזן זאלן בלייבן נידריג. און דאס הייבן די ראטעס וועט נאכמער הייבן די דאלאר וואס וועט נאך מער אראפקלאפן די אינפלעשאן און מען קען נאך אריינקריכען די דיפלעשאן.

סא עס איז בכלל נישט קיין מוצא מיט האניג דאס הייבן יעצט. גלייב מיר זייערע הערצער קלאפן שטארק. אויב וועט עס זיי געלונגן איז גוט, אז נישט וועט מען שרייבן גאנצעטע ביכער איבער די שלעכטע מאוו פון הייבן די ראטעס יעצט ווען אזויפיל אינדיקעטארס זענען ווייט פון צופרידענשטעלנד.

איך בין איינשטימיג מיט דיין אפשאצונג איבערן עקאנאמיע. דזשאבס און אנעמפלוימענט זענען גוט, וועידזשעס נישט אזוי גוט. אבער די וויכטיגסטע, די דזשי. די. פי. ציפערן זענען ווייט נישט קיין 'בום' ציפערן.
אבער איך מיין אז מען טרייבט א ביסל איבער די ריזיקע פון הייבן די צינזן ראטע מיט א פערטל פראצענט.
עס איז וויכטיג צוריקצונעמען אביסל לעווערידזש איבער די עקאנאמיע צו קענען ליבעראליזירן שפעטער אויב עס פעלט אויס. א פערטל פראצענט איז נישט קיין גרויסע לעווערידזש אבער אויך נישט קיין גרויסע ריזיקע.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:50 pm

כ'שטיי מיט.

די פראגע איז נאר וואס איז די פלאן אויף ווייטער. און פארגעס נישט, די מארקעטס - סטאק, פארעקס, קאמאדעטי, באנדס אא"וו - ארבייטן אלע מיט שפוקעלאציע. און אזוי ווי מען איז יעצט אריין אין א "נייע" עפאכע פון "הייבן" קענען די שפוקעלאציעס זייער פארקריכען.

טראכט אריין וואס געשענט אז מארגן קומט ארויס נייעס אז איינע פון די אי-יו לענדער איז אויף צרות, ווי גייט די דאלאר גיין? אין הימל אריין!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 10:24 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'שטיי מיט.

די פראגע איז נאר וואס איז די פלאן אויף ווייטער. און פארגעס נישט, די מארקעטס - סטאק, פארעקס, קאמאדעטי, באנדס אא"וו - ארבייטן אלע מיט שפוקעלאציע. און אזוי ווי מען איז יעצט אריין אין א "נייע" עפאכע פון "הייבן" קענען די שפוקעלאציעס זייער פארקריכען.

טראכט אריין וואס געשענט אז מארגן קומט ארויס נייעס אז איינע פון די אי-יו לענדער איז אויף צרות, ווי גייט די דאלאר גיין? אין הימל אריין!!

אויף צרות צום צענטן מאל אין די פארגאנגענע עטליכע יאר, אמעריקע וועט נישט אונטערגיין און דער דאלער גייט נישט פלוצלינג שטייגן ווייסעכוואס ווייל פארטוגאל האט א שלעכטע קווארטאל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 10:39 pm

איך רעד דאך נאכן יעצט נאכן הייבן די ראטעס.

דאס טרייבט די שפוקעלאציע אריין אין א נייע טערעטאריע. און די מינדערסטע זאך קען האבן א גאר שטארקע אפעקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 10:57 pm

#שפעקולאציע איבער שפעקולאציע

ווייט נישט איבערגעצייגט.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 11:13 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:#שפעקולאציע איבער שפעקולאציע

ווייט נישט איבערגעצייגט.

שפוקעלאציע איז דע נעים אוו דע געים!! באט ביסט גערעכט אז מען קען עכט נישט וויסן, נאר געשריבן צו פארשטיין די ריסק פון הייבן די ראטעס, און וואס קען אלס ארויסקומען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 6:40 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך בין זיך מחולק.

ווילסט נישט רופן די עקאנאמיע שוואך, דאס קען איך הערן. כאטש וואס עס איז לדעתי יא שוואך. ווער רעדט נאך פון די ערשטע העלפט יאר. די ערשטע העלפט פון די צווייטע העלפט איז יא געווען אביסל בעסער.

אבער עס "בומט", איז מיינעך זייער איבערגעטריבן.

יא, דאס ביסטו גערעכט, אז נאך א סיבה פארוואס זיי האבן נישט געוואלט הייבן איז צוליב די וועלט עקאנמיעס וואס איז שוואך.

נאך א נקודה, די אויל איז ביטער געפאלן, און דאס איז די "שולד" פארוואס עס איז נישטא קיין אינפלעשאן. אבער די אמת איז אז נישט נאר צוליב דעם, נאר אויך צוליב די גאר שטארק דאלאר. וואס מאכט אז פרייזן זאלן בלייבן נידריג. און דאס הייבן די ראטעס וועט נאכמער הייבן די דאלאר וואס וועט נאך מער אראפקלאפן די אינפלעשאן און מען קען נאך אריינקריכען די דיפלעשאן.

סא עס איז בכלל נישט קיין מוצא מיט האניג דאס הייבן יעצט. גלייב מיר זייערע הערצער קלאפן שטארק. אויב וועט עס זיי געלונגן איז גוט, אז נישט וועט מען שרייבן גאנצעטע ביכער איבער די שלעכטע מאוו פון הייבן די ראטעס יעצט ווען אזויפיל אינדיקעטארס זענען ווייט פון צופרידענשטעלנד.

איך בין איינשטימיג מיט דיין אפשאצונג איבערן עקאנאמיע. דזשאבס און אנעמפלוימענט זענען גוט, וועידזשעס נישט אזוי גוט. אבער די וויכטיגסטע, די דזשי. די. פי. ציפערן זענען ווייט נישט קיין 'בום' ציפערן.
אבער איך מיין אז מען טרייבט א ביסל איבער די ריזיקע פון הייבן די צינזן ראטע מיט א פערטל פראצענט.
עס איז וויכטיג צוריקצונעמען אביסל לעווערידזש איבער די עקאנאמיע צו קענען ליבעראליזירן שפעטער אויב עס פעלט אויס. א פערטל פראצענט איז נישט קיין גרויסע לעווערידזש אבער אויך נישט קיין גרויסע ריזיקע.

די דזשי.די.פי. ציפערן איז נישט קיין בום : ווענט זיך וואס די עקספעקטעישנס זענען אונזער עקאנעמי וואס איז אזוי גרויס קען נישט פראדאצירן אזאנע נומבערס וויא טשיינע ,און די דזשי.די.פי איז בלויז איין מעטריק וויזוי מען מעזשערט די עקאנעמי ,כבין נישט קיין עקאנעמיסט באט כגלייב נישט אז מען קען בויען צוסאך בלויז אויף דזשי.די.פי , ווען אלע אנדערע נומבערס וויא דזשאבס, קאנסאמער קאנפידענס , וכ'ו זענען גוט די פעדעראל רעזערוו אויב כגעדענק גוט עקספעקט די עקאנעמי צו וואקסן ארום 2 3 פראצענט. אוודאי הייבן די ראטעס מיט א פערטל פראצענט איז גארנישט אבער מען רעדט דאך דא אז מגייט אנהייבן צוביסלעך צו העכערען כהאב נאר מורא אז אויב סאיז באמת נישט וויכטיג צו הייבן ראטעס צו ווייל סאיז נישט דא אינפלעישאן צו ווי לכתחילה האלט אז די עקאנעמי איז באמת נישט אזוי שטארק, דשאסט צו הייבן ווייל די גרויסע בענק און וואל סטריט פרעשורט איז אביסל שרעקעדיג.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 1:35 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די דזשי.די.פי. ציפערן איז נישט קיין בום : ווענט זיך וואס די עקספעקטעישנס זענען אונזער עקאנעמי וואס איז אזוי גרויס קען נישט פראדאצירן אזאנע נומבערס וויא טשיינע ,און די דזשי.די.פי איז בלויז איין מעטריק וויזוי מען מעזשערט די עקאנעמי ,כבין נישט קיין עקאנעמיסט באט כגלייב נישט אז מען קען בויען צוסאך בלויז אויף דזשי.די.פי , ווען אלע אנדערע נומבערס וויא דזשאבס, קאנסאמער קאנפידענס , וכ'ו זענען גוט די פעדעראל רעזערוו אויב כגעדענק גוט עקספעקט די עקאנעמי צו וואקסן ארום 2 3 פראצענט. אוודאי הייבן די ראטעס מיט א פערטל פראצענט איז גארנישט אבער מען רעדט דאך דא אז מגייט אנהייבן צוביסלעך צו העכערען כהאב נאר מורא אז אויב סאיז באמת נישט וויכטיג צו הייבן ראטעס צו ווייל סאיז נישט דא אינפלעישאן צו ווי לכתחילה האלט אז די עקאנעמי איז באמת נישט אזוי שטארק, דשאסט צו הייבן ווייל די גרויסע בענק און וואל סטריט פרעשורט איז אביסל שרעקעדיג.

זאגסט דאך אליין אז מען דארף 2-3 פראצענט דזשי-די-פי, נא מען האלט וויייייייט פון דעם.

און וואס הייסט מען קען נישט בויען קיין סאך אויף דזשי-די-פי? זיכער בויט מען אסאך, דאס איז דאך די עיקר צו מעסטן די עקאנאמיע. עס דארף נאר שטימען די אנדערע זאכן - ווי אינפאלציע, וועידזשעס, דזשאבס אא"וו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 1:56 pm

GDP growth in 2015 was probably above 2%.
Forecast for 2016 is 2.8-2.1%.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:04 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 1:56 pm

כהאלט נישט אזוי מיט דעי זאכן,איך געדענק אז די דזשי.די.פי איז געווען איבער 2 , יעדע קווארדער פון די יאר קען זיין אנדערש אבער פאר די יאר וואקסט די דזשי.די.פי סגייט ארויף און דאס איז גוטע נייעס פאר אונזער עקאנעמי
לעצט פאראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:02 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:כהאלט נישט אזוי מיט דעי זאכן,איך געדענק אז די דזשי.די.פי איז געווען איבער 2 יעדע קווארדער פון די יאר קען זיין אנדערש אבער פאר די יאר וואקסט די דזשי.די.פי סגייט ארויף און דאס איז גוטע נייעס פאר אונזער עקאנעמי

נישט ריכטיג, עס איז געווען קוים 0.7% אין די ערשטע קווארטאל און ווערט פאראויסגעשאצט ביי 1.7% פארן פערטן קווארטאל. אין דריטן קווארטאל איז עס געוואקסן קנאפע 2.0% אבער אין צווייטן קווארטאל איז עס געוואקסן ביי א געזונטע 3.7%.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:08 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:GDP growth in 2015 was probably above 2%.
Forecast for 2016 is 2.1%.

אנהייב איז געווען שוואךל, שפעטער אין די יאר איז טאקע געווען שטערקער. אבער נאר ווייל עס איז געווען גרעסערע אינוועטארי ביי ביזנעס. און וויבאלד די איינקויף איז נישט געווען אזוי שטארק, מיינט דאס אז וויירשיינליך וועט די פערטע קווארטל זיין שוואכער אין אינווענטארי, ווייל מען וועט האבן סחורה פון די דריטע.

ימים ידבירו. עס קען טאקע זיין אז מען וועט האבן א וואוקס פון 2 פראצענט. באט מען קען נאך נישט וויסן, און 2 פראצענט איז אויך אונטען פון די גוטע ראטע וואוקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:GDP growth in 2015 was probably above 2%.
Forecast for 2016 is 2.1%.

אנהייב איז געווען שוואךל, שפעטער אין די יאר איז טאקע געווען שטערקער. אבער נאר ווייל עס איז געווען גרעסערע אינוועטארי ביי ביזנעס. און וויבאלד די איינקויף איז נישט געווען אזוי שטארק, מיינט דאס אז וויירשיינליך וועט די פערטע קווארטל זיין שוואכער אין אינווענטארי, ווייל מען וועט האבן סחורה פון די דריטע.

ימים ידבירו. עס קען טאקע זיין אז מען וועט האבן א וואוקס פון 2 פראצענט. באט מען קען נאך נישט וויסן, און 2 פראצענט איז אויך אונטען פון די גוטע ראטע וואוקס.

די עקאנאמיסטן נעמען דאס אלעס אין חשבון, און זיי ערווארטן א 1.7% וואוקס אין פערטן קווארטאל.

דיין לאגיק קען מען ליינען פונקט פארקערט, אין q4 איז עס געווען שוואכער אבער נאר ווייל פריער אין יאר איז עס געווען זייער שטארק. (עס קוקט מיר אויס אז דו האסט ליב צו קלויבן און וועלן דיינע ציפערן אז זיי זאלן אונטערשטיצן דיין מיינונג). אבער עס ארבעט נישט אזוי אין ריעל לייף. די שטארקע q2 ציפער איז פונקט אזוי עכט ווי די אפגעשוואכטע q4 ציפער וואס דאס האט גורם געווען.

די פאראויסשאצונג אויף 2016 איז פון 2.1% ארויף ביז 2.8% (פאראכטן אין פריערדיגע תגובה).
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:27 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:GDP growth in 2015 was probably above 2%.
Forecast for 2016 is 2.1%.

אנהייב איז געווען שוואךל, שפעטער אין די יאר איז טאקע געווען שטערקער. אבער נאר ווייל עס איז געווען גרעסערע אינוועטארי ביי ביזנעס. און וויבאלד די איינקויף איז נישט געווען אזוי שטארק, מיינט דאס אז וויירשיינליך וועט די פערטע קווארטל זיין שוואכער אין אינווענטארי, ווייל מען וועט האבן סחורה פון די דריטע.

ימים ידבירו. עס קען טאקע זיין אז מען וועט האבן א וואוקס פון 2 פראצענט. באט מען קען נאך נישט וויסן, און 2 פראצענט איז אויך אונטען פון די גוטע ראטע וואוקס.

די עקאנאמיסטן נעמען דאס אלעס אין חשבון, און זיי ערווארטן א 1.7% וואוקס אין פערטן קווארטאל.

דיין לאגיק קען מען ליינען פונקט פארקערט, אין q4 איז עס געווען שוואכער אבער נאר ווייל פריער אין יאר איז עס געווען זייער שטארק. (עס קוקט מיר אויס אז דו האסט ליב צו קלויבן און וועלן דיינע ציפערן אז זיי זאלן אונטערשטיצן דיין מיינונג). אבער עס ארבעט נישט אזוי אין ריעל לייף. די שטארקע q2 ציפער איז פונקט אזוי עכט ווי די אפגעשוואכטע q4 ציפער וואס דאס האט גורם געווען.

די פאראויסשאצונג אויף 2016 איז פון 2.1% ארויף ביז 2.8% (פאראכטן אין פריערדיגע תגובה).

(אפשר קענסטו טאן א טובה און נישט אריינווארפן אין יעדע תגובה עפעס פערסענעל? "איך" "דו".... עס איז נישט איך און נישט דו, עס איז נישט קיין פארמעסט, עס איז א שמועס און לאז עס ביי דעם. ישר כח.)

דו שרייבטס פריער אז עס וועט זיין א וואוקס פון איבער 2 פראצענט אין 15' אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס איז געבעיסט אויף די שטארקע נומערן פון די דיריטע קווארטל. אבער עס איז געקומען מיט א חשבון פון אסאך אינווענטארי וואס דאס צוזאמען מיט די שוואכע איינקויף מיינט אז די ווערהייזער זענען פיל און עס וועט שאטן פאר קווארטל פיר.

איך ווייס נישט ווי דו ביסט מחולק.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מוצ"ש דעצמבער 19, 2015 7:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

דורעכגעטראכטער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:08 am

תגובהדורך דורעכגעטראכטער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 3:25 pm

וואס איז די סיבה אז די מארקעט האט אזוי שטארק געקראכט די לעצטע פיהר און צוואנציג שעה

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 3:59 pm

די אלע זאכן אינטערעסירן מיר גאנץ ווייניג, אמער די מקוה פרייזן בלייבן די זעלבע אפגעזען צו די פעדעראל רעזערוו העכערט די ראטעס צו נישט, איין זאך וואס מיך אינטערעסירט איז, אז איך האף צו קלאוזן ערגעץ פסח צייט, וויאזוי גייען די רעיטס זיין דעמאלטס?

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מוצ"ש דעצמבער 19, 2015 6:17 pm

דורעכגעטראכטער האט געשריבן:וואס איז די סיבה אז די מארקעט האט אזוי שטארק געקראכט די לעצטע פיהר און צוואנציג שעה

און פארוואס איז עס געפאלן 2 וואכן צוריק ? ,דעי אלע שאלות האבן נישט קיין געהעריגע תירוץ דעיס איז די וועג וויאזוי די סטאק מארקעט ארבעט

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מוצ"ש דעצמבער 19, 2015 6:17 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:די אלע זאכן אינטערעסירן מיר גאנץ ווייניג, אמער די מקוה פרייזן בלייבן די זעלבע אפגעזען צו די פעדעראל רעזערוו העכערט די ראטעס צו נישט, איין זאך וואס מיך אינטערעסירט איז, אז איך האף צו קלאוזן ערגעץ פסח צייט, וויאזוי גייען די רעיטס זיין דעמאלטס?

קיינער עקספעקט נישט מארגעטש רעיטס ערענסט ארויפגיין עכ'פ ביז פסח

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש דעצמבער 19, 2015 7:44 pm

דורעכגעטראכטער האט געשריבן:וואס איז די סיבה אז די מארקעט האט אזוי שטארק געקראכט די לעצטע פיהר און צוואנציג שעה

מיר איז שווערער פארואוס עס איז ארויף א טאג פריער. מען הייבט די אינטערעסט ראטעס און עס גייט ארויף האט נישט קיין געהעריגע פשט. דאס אראפטראסקענען מאכט מער סענס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט