נעלסאן מענדאלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 3:01 pm

דער מאן וואס האט געדארפט מאכן "סיין לענגוויטש" מיט די האנט פאר די טויבע איז געווען א פעיק! ער האט גארנישט געמאכט, סתם ארומגעדרייט די האנט ארויף אוון אראפ... די טויבע זענען להשמיד!!

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 3:09 pm

געלאכט א גוטס!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג דעצמבער 13, 2013 2:10 pm

דער וואס האט "איבערגעטייטשט" די הספדים אויף "שטים שפראך" מיט די הענט, איז געווען א פראוד. ער האט סתם געמאכט גרימאסען כאילו ער "זאגט" עפעס. אויב איז דאס נישט גענוג, ווערט באקאנט אז ער איז געעווען אויסגעפרשט אויף מערדער און אנפאלן קלאגעס, נאר עטליכע יאר צוריק!!

ער אליין זאגט אז ער איז נישט מיט אלעמען, ער הערט קולות אין דיין קאפ, זעהט מלאכים ועוד.

דאס האט עטץ דעם חברה מאן מיט ירום הודו.
צוגעלייגטע
_71711705_71704841.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 7:54 pm

אזויווי קיינער האט נאך נישט גענומען די מי, צו באשרייבן געהעריג נעלסאן מאנדעלע. האב איך גענומען דעם פעדער אין האנט און באשריבן אביסל זיין היסטאריע. עס איז אבער נישט קיין דבר השלום, איז ווער ס'האט עפעס צוצולייגן זאל אזוי טוהן.
לעצט פאראכטן דורך טאלאנטפולער אום מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 7:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

נעלסאן מאנדעלע

תגובהדורך טאלאנטפולער » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 7:55 pm

נעלסן מאנדעלע איז געבוירן געווארן אין יאהר 1918 אין דרום אפריקע.
דרום אפריקע איז א לאנד מיט א מערהייט שווארצע באפעלקערונג, אבער ס'איז דא דארטן א מיניאריטעט ווייסע. די חילוק איז נאר אז די ווייסע באפעלקערונג איז זייער רייך, אין די צייט וואס די מערהייט איינוואוינער לעבן אין ארעמקייט.
דאס האט געפירט צו דעם אז די ווייסע זענען געווען די עליטע בירגער. זי האבן געהאט די מאכט, און געפירט די רעגירונג, מער באקאנט אלס די אפארטהייד .
וויסענדיג אז זיי זענען זייער א קליינע חלק פונעם פאלק, איז געווען זייער וויכטיג פאר זיי צו בלייבן ביים שפיץ. כדי דאס צו פארזיכערן, האבן אינטערדריקט די שווארצע. זיך געפירט צו זיי וואו צווייטע קלאס בירגער, ארעסטירט (געפייניגט און גע'הרג'עט) אלע וואס האבן נאר ארויסגערעדט קעגן זייער רעגירונג, בקיצור א געהעריגע דיקטאטאריש לאנד געווען. (ענדליך צו וואס די אסאד פאמיליע האט געטון אין סוריא).
מאנדעלע, א זוהן צו רייכע עלטערן און מיטגעליד פון א זייער מיוחסדיגע משפחה, איז געווארן אריינגעמישט אין פאליטיק, נאכן ווערן א מעמבער אין די "אפריקען נאציאנאלען קאנסול" בעסער באקאנט אלס די "עי ען סי". די  עי ען סי האט דאן געבליהט צוליב וואס עס האט דאן געהערשט א גרויס אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי סעקטעס - שווארצע רוב קעגן ווייסע מאכט - אין לאנד. מאנדעלע און די עי ען סי האבן אנגעהויבן פירן א סאבאטאזש קריג קעגן די רעגירונג, בעיקר דורך טעראר אקציעס וואס זיי האבן אויסגעפירט אין  לאנד. די גרופע איז דעמאלס ארויף אויף די עף בי איי'ס ליסטע פון טעראר גרופעס,  
מאנדעלעס כח איז אבער געווען שטארקער פון באמבעס. ער איז געווען א גוטע רעדנער און האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשען. און די עי ען סי איז געווארן זייער שטארק אין לאנד. עס האט נישט געדויערט לאנג, און נעלסאן מאנדעלע איז געווארן ארעסטירט, און איז אריינגשליידערט געווארן אין טורמע אויף א לעבנסלענגליכע טערמין. זיכער צו מאכן אז זיין פאפולעראטעט וועט זיי נישט שטיין אין וועג, האט די רעגירונג פארבאטן צו הענגען בילדער פון אים, אדער באשרייבן אין די צייטונגען. קאראקטורען האט מען יא געמעגט, אויב עס האט אים אראפגעמאלען אלס באנדיט.
במשך די יארן זענען געווען אפאר פרואווען צו באפרייען מאנדעלע, אבער זיי זענען אלס דערשטיקט געווארן דורך די אפארטהייד. איינמאל האט עס שוין געהאלטן אז מען לאזט אים ארויס, ער דארף זיך אבער אינטערנעמן אויפצוהערן מיט די טעראר אטאקעס. מאנדעלע האט עס אפגעזאגט.
אבער ווי מער יארן זענען אדורך, איז די היץ געווארן שטערקער איבערהויפט ווען א פרישע דור ענערגישע חברה זענען אריין אין די עי ען סי. די חברה זענען ארויסגעפארן פון אפריקע און גענומען ארום פארן די וועלט פארפירן אז מען זאל זיי העלפן. "באפריי מאנדעלע" ארגענעזאציעס האבן זיך געעפנט איבעראל וואו עס וואוינען נאר מענטשען. ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז די "יו ען" האט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף די אפארטהייד.
די קאמפיין האט זיך אויסגעצאלט. און נאך 27 יאר זיצן אין תפיסה אונטער שרעקליכע אומשטענדן, איז מאנדעלע געווארן באפרייט, אן זיך אונטערנעמן גארנישט.
ווי נאר ער איז געווען אויף דער פריי, האט ער אנגעהויבן א נייע מערכה. ער האט אפגעלאזט אלע געוואלטאטן, און אנגעהויבן א פרידליכע קאמפיין. ער איז ארום געפארען די גאנצע לאנד, געגעבן רעדעס, און אלס רעזולטאט געווארן מער און מער פאפולער וואס א טאג איז אדורך. און א יאהר שפעטער איז ער געווען דער ערשטע שווארצער צו ווערן ערוועהלט אלס פרעזידענט פון דרום אפריקע.
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 7:57 pm

ייש"כ אייך פאר די קורצע אבער הערליך באשריבענע ביאגראפיע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11797
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 9:12 pm

ענדליך הערט מען ווערטער. יישר כוח טייערקייט שיין באשריבן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 10:55 pm

טאקע טאלאנטפול! (און איך רעד נישט פון מענדעלע נעלסאן..)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מוצ"ש דעצמבער 14, 2013 11:51 pm

פיינעלי קומט איינער מיט א שטיקל תירוץ אויף מיין פראגע.

יישר כח ר'טאלאנטפול.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג דעצמבער 15, 2013 11:13 am

;l;p- ;l;p-
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג דעצמבער 15, 2013 11:17 am

פליגל האט געשריבן:יישר כח ר'טאלאנטפול.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג דעצמבער 15, 2013 11:39 am

א גרויסן דאנק טאלאנטפולער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:35 pm

א טאלאנטפולע באשרייבונג!

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:46 pm

ידיד האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:יישר כח ר' טאלאנטפול.
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 15, 2013 3:13 pm

שיין שיין! ישר כח.

צוצילייגן אייניגע שטריכן. בשעת ער האט אנגעהויבן די קאמפיין קעגן "אפארטייד" (אגב אפארטייד מיינט ווען א מינאריטעט הערשט איבער די מאיאריטעט) איז עס נישט געווען אויף קיין "פרידליכע" וועגן. עס איז געווען טעראר, געהארגעטע, מיטן אלטן "המטרה מקדשת את האמצעים" האט מען היפש טערערעזירט און אנגעמאכט כייאס. די גרופע איז געווען עמטליך אויף די טעראר ליסטע פון די מערב וועלט.

שפעטער איז ער טאקע אריבער צו פרידליכע מעטאדן. די עיקר פון זיין אויפטו איז געווען אז נאכן באפרייען און קומען צו די מאכט, האט ער אנשטאט נקמה נעמען אין די לאנג יעריגע אונטערדריקער, איז ער געגאנגען צווישען די טראפן. קארץ נאכן קומען מו די מאכט, איז ער אויפגעטרעטן ביי א ספארט שפיל, און געזינגען די ניגון פונעם ספארט, וואס איז געווען זייער פארהאסט ביי די שווארצע, ווייל עס איז געווען די הימנע פון די אינטערדריקונג. אזוי האט ער געטאן אסאך פעולות למעשה, צו ווייזן פאר די ווייסע, אז ער איז דא פאר אחדות.

און עס האט ווינדערבאר געארבייט, נישט נאר האבן די ווייסע איינגעזעהן אז ער זיכט נישט נקמה, נאר די שווארצע, אנשטאט אים "אויסשפייען" פארן חנפ'נן די ווייסע, האבן זיי איינגעזעהן אז ער מיינט תכלית, און זיך אונטערגעווארפן.

בקיצור זיין אויפטו איז געעוון נישט נאר "באפרייען דאס לאנד", נאר בעיקר דאס צוזאם האלטן דאס לאנד. ווגען דעם ווערט ער צוגעשטעלט צו פרעזידענט עיבראהם לינקאן, ווייל דאס איז אויך געווען לינקלאנ'ס געווינס, אז די לאנד האט זיך נישט געטיילט.

זכותו יגון ואנחה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג דעצמבער 15, 2013 3:39 pm

שכח קעטחילע פארן אריינשטעקן דיינאז!

כבינשוין באלד א פראפעסער, פון די פילצאליגע מגיבים!

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » זונטאג דעצמבער 15, 2013 5:28 pm

גערעכט. איך האב עס נישט גענוג ארויס געברענגט.

נאך א זאך וואס איך האב אויסגעלאזט איז, אז נאכן רעזיגנירן פון פרעזידענט אמט, איז ער געווארן אן אדוואקאט פאר באקריווידע (גוט געשריבן?) גרופעס איבער די וועלט.
*( דאס איז די סובה פארוואס נתניהו איז נישט געפארן צום באגרעבעניש צערעמאניע. ווייל ער האט אנגעקוקט די פאלעסטינע, ווי מענטשן אין זיין מצב. א גרופע קלענער ווי זיי (עס איז דא סאך מער 4פאלעסטינע ווי ישראלים) האט זיי געשטעלט אין זייט. ממילא איז ער אין די וועלט געווען אנגעקוקט ווי אן אנטי מדינה מענטש, און ממילא אויך (פארשטייט זיך) א שונא ישראל.
(איך נעם נישט קיין שום צד. איך ברענג עס נאר אראפ.)*
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג דעצמבער 15, 2013 5:37 pm

ישר כח פאר אייך אלע דא

אינעם צייטונג האט דער שרייבער באשריבן אז כלומרש איז נתניהו נישט געקומען ווייל ער וויל נישט שפענדן קיין געלט אויף רייזעס...

מאנדאלע דארף זיין א לעקציע פאר אונז אלע, א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!

נאך "זיבן און צוואנציג" יאר אין טורמע איז ער געווארן א וועלט'ס העלד!

נאך עפעס פון צייטונג: ווער ס'איז ביי דיר א טעראריסט איז ביי יענעם א פרייהייט קעמפער!!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » זונטאג דעצמבער 15, 2013 5:43 pm

נתניהו גייט יעצט אריבער היץ אין מדינת ישראל פארן לעבן א פאשווענדעריש לעבן.
האט ער אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו ווייזן אז ער שפארט געלט. דער אמת אבער איז כנ''ל
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » דינסטאג ינואר 07, 2014 7:01 pm

די שטערן די חודש (שבט תשע''ד) האט א פולער באריכט איבער נעלסאן מאנדעלע
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 07, 2014 9:19 pm

טאלאנטפולער האט געשריבן:די שטערן די חודש (שבט תשע''ד) האט א פולער באריכט איבער נעלסאן מאנדעלע

וויסעך נישט צו עס פאסט.... (ווייסעך נישט צו עס קומט אין מחאות אשכל...) ער איז איינער וואס די גאנצע וועלט איז ביזי אז ער דארף זיין א סעמפל, און אז מען דארף אים ארויפקוקען וכו' וכו'. צו דארפן קינדער באקומען די אימפרעשאן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך ינואר 08, 2014 8:30 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
טאלאנטפולער האט געשריבן:די שטערן די חודש (שבט תשע''ד) האט א פולער באריכט איבער נעלסאן מאנדעלע

וויסעך נישט צו עס פאסט.... (ווייסעך נישט צו עס קומט אין מחאות אשכל...) ער איז איינער וואס די גאנצע וועלט איז ביזי אז ער דארף זיין א סעמפל, און אז מען דארף אים ארויפקוקען וכו' וכו'. צו דארפן קינדער באקומען די אימפרעשאן?

ווי יעדער ווייסט איז די שטערן א אויסגאבע וואס באשרייבט בדרך כלל גוישע ארטיקלען, וועלטליכע נושאים, איז אויב א טאטע האט נישט קיין פראבלעם אז זיין קינד ליינט דאס יעדע חודש, זעי איך נישט פארוואס ער זאל האבען א פראבלעם אז זיין קינד זאל ליינען די מעשה פין נעלסאן מענדאלע. אני לכשאצמי האלט אז אויב א קינד איז א גרויסע ליינער און מען האט שוין פראבירט אנדערע ביכער און דאס קינד ציעט צו ליינען נאך זאל מען אים יא לאזען ליינען די שטערן, ענדערש ווי ער זאל אנקימען צי ליינען גוישע/ענגליש ביכער.
אין מיינע צייטען איז דאס נישט געווען, פלעגט מען זיצען און ליינען פיקטיווע מעשות אויסגעדראשען פין די פינקי פינגער פין די פיס, איז דאס געווען בעסער?! אוי האט דאס געצויגן(קיק נאר די קאמענטס אויף אב זקן'ס מעשה) און עס איז געווען שטיל און פיין, איך גדענק מיך יעצט זיצן אין מיין שטוב אדער אפילו אין חדר שעות ליינענדיג די אלע שטתים.

נ.ב. דא בין איך שוין זייער עקסטרים (אבער דאס בלייבט מיין אפיניען ביז איינער וועט מיך אויפווייזען אז איך בין נישט גערעכט) איך וועל ענדריש לאזען ליינען די שטערן ווי איידער די מעלות, איך בין נישט גרייט מיין קינד זאל מיך זאגען נאכ'ן אים געבען א פאטש אז איך בין נישט גרעכט ווייל אין די מעלות שטייט אז פאר אזא זאך דארף מען טיען אזוי און אזוי. כהאב עס שוין מיטגעהאלטן.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 08, 2014 11:19 am

כ'בין נישט גרייט מיין קינד זאל באקומען סיי וועלכע הערצה צו א גוי, צו טראכטן אז דער גוי האט אויפגעטוען כך וכך.

ס'איז דא וואס צו ליינען א ים, ווייסט שוין מיין קינד די נעמען פון אלע ראשונים ואחרונים, תנאים אמוראים, שופטים די גאונים וכו' וכו' וכו', איך האב געוויסט פון בוסתנאי נאר פונעם פלעי... אפשר זאל אייער קינד וויסן די אמת'ע מעשה איבער בוסתנאי, וואס זענען געווען די קראים, ווער זענען געווען די עננים, ווער זענען געווען די צדוקים? וכו'
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך ינואר 08, 2014 11:28 am

איך האב געציטערט אז די רב גייט דא אריין קימען.
און אויב מיין קינד איז נישט אין די מאד צי ליינען די זאכען, ער וויל יא ליינען גשמיות ענינים(אזוי ווי מיך)?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך ינואר 08, 2014 11:33 am

מיינע קינדער ליינען די מעלות יעדן חודש שוין א לאנגע צייט, נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם ב"ה, דער פון אויבן זאל העלפן אויף ווייטער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”