נעלסאן מענדאלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

נעלסאן מענדאלע

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 12:09 pm

די וועלט באוויינט די נייעס אז נעלסאן מענדאלע איז נעכטן געשטארבן.
פרעזידענט אבאמא פארט קיין סאוט אפריקע צו זיין באגרעבעניש.
אויב איינער קען מיטטיילן אביסל היסטארי ווער דאס איז און וואס זיין חשובות איז?

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 12:13 pm

נישט קיין היימישער
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 12:41 pm

זיין חשובות איז, אז נאך זיין באפרייאונג (נאכען זיין 27 יאר אין תפיסה), האט ער געזעהן אז עס זאל נישט זיין קיין "ברידער" קריג אין סאוט אפריקע, ווי איינער שעכט אויס דעם צווייטען; נאר שטאטסמאניש גענומען די לייצעס אין די האנט און מיט זיינע צוצוהענדיגע דרשות (גערעדט מיט פאטאויס) פארזיכערט א פרידליכע דורכגאנג פון אפארטהייד צו דעמעקראטיע פאר אלע.

ווען אראפאט וואלט אים נאכגעטוהן, וואלט ער אריין אין די געשיכטע אלץ א העלד, יעצט באטראכט אים דער וועלט ווי א פולנע אום-מענטש און מערדערער. דער קאנטארסט צווישען די צוויי זאגט שוין אלעס פארוואס מאנדעלע איז א העלד צו דער גאנצער וועלט.

אפילו אז, מאנדעלע איז קיין אידען פריינט נישט געווען, אבער ווען מען האט אים געבעטען צו שטאדלען פאר דער באפרייאונג פון גלעד שליט, האט ער דאס געטוהן.

דער אייבערשטער איז נישט מקפח שכר כל בריה; דער מאנדעלע האט באקומען און געהאט א גוטען עולם הזה, דער שמאלץ איז אים גערונען, געלעבט 95 געזונטע יארען און געהאט כבוד מלכים; און יעצט א וועלט געשעעניש לויה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 1:40 pm

א חיים טובים? 27 יאר אין תפיסה איז נישט קיין חיים טובים. פארוואס איז ער געזעצן?

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 1:42 pm

זכותו יגן עליו

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 1:50 pm

זיינע 27 יאר אין תפיסה (ספעציעיל די צווייטע העלפט) האט ער געהאט אפילו שוואוילטאג אין תפיסה, ער האט געהאט מיטען שר בית הסוהר און מיט אלע ארבעטער דארט זייער א גוטע שפראך, און זיי האבען אים אפילו רעספעקטירט. כ'האב דייקא נישט געשריבען אז ער האט "געשמאכט" אין תפיסה 27 יאר; און פאר א סיבה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 3:15 pm

פאר א שווארץ יאר......

דער יר"ה איז אהין געפארן ווייל ער וואלט געקענט זיין זיין טאטע......

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג דעצמבער 08, 2013 12:14 am

נישט נאר דער יר״ה פארט קלינטאן מיט בוש כאפען זיך אויך מיט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 08, 2013 12:32 am

בערקא האט געשריבן:פאר א שווארץ יאר......

דער יר"ה איז אהין געפארן ווייל ער וואלט געקענט זיין זיין טאטע......

;l;p-

געווען איז ער די "בלעם" פאר די פעלקער! ווען מען וועט פרעגן א גוי "פארוואס האסטו זיך נישט געקענט געהעריג פירן"? וועט ער ענטפערן ....... וועט מען אין זאגן, און מאנדעלע?

למעשה די ציונים זענען נישט אוזי העפי מיט אים, ווייל זייענדיג פון א צודריקטע פאלק, האט ער סימפאטירט מיט די פאלעסטינער. אבער עס ווערט ארויס געברענגט, אז אפגעזהן פון זיין פערזענליכער מיינונג האט ער געטאן פאר ביידע צדדים וואס ער האט געקענט צו ברענגען נענטער א שלום. אבער חוץ מיט אראפאט איז ער געהאט שייכות מיט קאדאפי פון ליביע, און אויף קאסטרא פון קיובע, מוגאבי פון זומבאבוועי און נאך.

אין זיינע אקטיווע יארן פארן ארעסט, האט אים אמעריקע ארויף געלייגט אויף די "טעראר" ליסטע, צוליב די אקטיוויטעטן פון זיין גרופע, און מען האט אין אראפגענומען פון די ליסטע ערשט אין 08'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 10:13 pm

ירום הודו גייט אויפטרעטן ביים צערעמאניע פאר מאנדעלע.

(ווייל ער האט געקענט זיין זיין זיידע..... סארי, כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטן)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 1:07 am

פון איעדע מדינה איז געקומען פארשטייער אבער רעדנערס וועלן נאר זיין פון אהאלבע דאזען (קענסט'ך זאגן גראד "6" אבער אז מ'קען רעדן ווי מער כאפט מען אריין #מער-קערעקטערס) אמעריקא, בראזיל, טשיינע, אינדיע, ??, ואחרון אחרון ח.. קיובא.

-----
קען איינער דערציילען זיין געשיכטע? וואס איז ער געווען אז ער'ז געזיצן אין תפיסה, וויזוי ווערט מען א פראמינענטער פירער נאכדעם? (יא, כ'ווייס להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה צי ווערן משנה למלך, אבער דא וויל'ך וויסן וואס די מעשה איז געווען).
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:14 am

זע אויבן.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:18 am

אויבן שטייט נישט גארנישט וואס ענטפערט מיין פראגע.

וואס איז ער געווען פארדעם?
פארוואס איז'ר געזיצן?
וואספארא פאוער האט ער לכתחילה געהאט אז ער האט גאר געקקענט ציזאם האלטן דאס לאנד?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:38 am

ביי דער צערעמאניע האט מר אבאמא גערייכט די הענט פאר רול קאסטראו דער פרעזידענט פון קיובא.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

זארג נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:44 am

ווייזט עפעס אויף גוטס, אדער סתם פאליטיש?

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:52 am

אדער סתם אוםדורכגעטראכטקייט...?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 12:12 pm

עס איז דאך א סטראטעגיע, אויף דער שוואונק מיט אירן, מען דארף שליסען א נייעם בונד מיט די אזוי גערופענע פיינד, מען דארף זיך נענטערן צו זיי און ווייזען א פריינדשאפט.

אפשר אין די קומעדיגע טעג וועט ער זיך שוין ענדליך טרעפן מיט קים זונג און פון צפון קוריאה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 1:00 am

הפנים קיינע גרויסע רווחים האט אבאמא נישט געהאט פון די צערעמאניע.

די ערשטע איז די "האנט רייכן" מיט קאסטראו, וואס די ווייסע הויז זאגט איז געווען אימפראמטו (אום געפלאנט). בשעת טעד קרוז - וואס האט אויך אנטייל גענומען אין די צערעמאניע, אגב אלס די איינציגסטער וואס איז געווען דארט אויפן פעטערס קאנטע - האט ארויס שפאצירט ווען דער זעלבער קאסטרו האט געגעבן זיין רעדע. קרוז'נס עלטערן זענען פון קיובא. און ער זאגט אז קאסטרו האט געפייניגט אומשולדיגע מענטשען.

די צווייטע דורכפאל איז געווען ווען עס איז ארויס א בילד, ווי אבאמא, קעמראן די פרעימער פון ענגלאנד, און די פריימיניסטארשע פון דענמארק, האבן געמאכט א "סעלפיי".

די בילד איז ווי זיי לאכן ארום, און איז זייער נישט ערענסט, עפעס וואס פאסט מער פאר א פארברענג ווי א טרויער צערעמאניע.
צוגעלייגטע
v dsvbs.jpg
obama-castro.jpg
obama-castro.jpg (45.14 KiB) געזעהן 1785 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 1:50 am

אמאל פלעגט מען אזוי אויסשטעלן אזעלכע מצבים אז דער פרעזידענט זאלן נישט דארפן האבן די פראבלעמן פון מיזען גיבען די האנט,
אגב, די וועג ווי אזוי ער גיבט די האנט.. ער בייגט זיך איין אין דרייען מיט אזא ריספעקט.. בשעת דער אנדערער שטייט גראד ווי א שטעקן.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך דעצמבער 11, 2013 9:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 8:56 am

לכתחילה. די פראבלעם מיט די בילד איז סך טיפער. אונזער ירום הודו האט זיך פארטשעפעט מיט זיין שלום בית... וד"ל

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 9:09 am

חבל על דעבדין ולא משתגעין ...
(אויף די וואס דינען אלס פרעזידענט, און ווערן נישט אנערקענט אלס משוגע...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 9:26 am

געלעגער; ס'נישט ס'ערשטע מאל אלס פרעזידענט...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 10:33 am

געלעגער האט געשריבן:לכתחילה. די פראבלעם מיט די בילד איז סך טיפער. אונזער ירום הודו האט זיך פארטשעפעט מיט זיין שלום בית... וד"ל


די עיקר פונעם בילד פעלט ווי מזעהט פרוי אבאמא זיצט ערענסט מיט א קענטיגע אויפברויז אויף איר מאנס אויפפירונג...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 12:14 pm

א אנדענק אויף די פלאץ וואו מען האט ארעסטירט נעלסאן מאנדעלא

IMG_0607.JPG

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 2:56 pm

זייער אינטערעסאנט מימחי!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גימפעל און 25 געסט