טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:06 pm

דער אשכול ווערט געעפנט פאר נייעס פון ניו יארק און אומגעגנט, אין די "טעגליכע קורצע אינטערעסאנטע נייעס" ווערן די ניו יארקער נייעס פארלוירן אין די הויכע בערג שניי פון סאוט דעקאוטע (נישט ממש באט יו געט דע פוינט...)

---

א ריכטער האט געאורטיילט אז ניו יארק סטעיט זאל אויפהערן אינפארסירן א נייע געזעץ וואס פארבאט צו רויכערן אין סטעיט פארקס, נאך א אנקלאגע פון א מענטשן-רעכטן גרופע אז די פארקס דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו מאכן אזעלכע באשלוסן, וויבאלד די געזעץ איז קיינמאל נישט דורך אין די אסעמבלי און סענאט הייזער

די באשלוס איז נאר אויף די סטעיט פארקס, אין די סיטי פארקס מעג מען נישט וויבאלד די סיטי פארקס ווערן נישט דערמאנט אין די אנקלאגע, אויב מען וויל פאררויכערן א פיפקע אין פארק זאל מען קודם זיכער מאכן אז עס איז אונטער די סטעיט פארקס דעפארטמענט, אדער איז דא נאך א עצה.. אריינגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי פארקס דעפארטמענט...

עס איז דא 179 סטעיט פארקס אין ניו יארק סטעיט, און 7 דערפון געפונען זיך אין די סיטי
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:14 pm

שנאפס האט געשריבן:אויב מען וויל פאררויכערן א פיפקע אין פארק זאל מען קודם זיכער מאכן אז עס איז אונטער די סטעיט פארקס דעפארטמענט, אדער איז דא נאך א עצה.. אריינגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי פארקס דעפארטמענט...

אזויפיל צו טוהן פאר א ציגארעטל? נעה לוינט נישט.

שכח שנאפס פאר די אשכול.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:16 pm

משזר האט געשריבן:
שכח שנאפס פאר די אשכול.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:25 pm

היטל האט געשריבן:
משזר האט געשריבן:
שכח שנאפס פאר די אשכול.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 1:21 pm

יישר כח שנאפסי פארן אינזין האבן די ניו יארקע אידעלעך...

----------------------
קעגן די בתי מדרשים דארף מען אויך אריינגעבן א קלאגע אדער דארט קען מען שוין יעצט אויך.....

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 1:24 pm

אינדארס איז דא א געזעץ אז מען טאר נישט אין קיין פאבליק פלעצער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 1:58 pm

טענקס נאפסי!! גוטע איידיע.

נ.ב. עקסטערע טענקס פארן מיך דערמאנען לטובה. (נישט ממש באט........)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מוצ"ש אוקטובער 12, 2013 11:37 pm

שנאפס טאר מען נישט טרינקען אין קיין שום פארק

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג אוקטובער 13, 2013 1:22 pm

גוגל מעפס קעמרע קאר היינט געזעהן און מאנסי.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 13, 2013 6:05 pm

פאליציי קאמישענאר קעלי האט אויסגערופן אז מען האט ארעסטירט דער מערדער אינעם "בעבי האופ" קעיס, מען האט געטראפן א בעבי אין וואלד אין מאנהעטן אין 1991 און די פאליציי האט יעצט, נאך 22 יאר, אפירגעזוכט און ארעסטירט דעם מערדער וואס איז געווען א משפחה מיטגליד צו דאס קינד, דער האט געקידנעפט דאס קינד, און דערנאך דערשטיקט און געדאמפט דאס קינד אין וואלד
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:10 pm

סוף גנב לתלי'.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:36 pm

דערמאנט נישט געשמאקע זכרונות
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:47 pm

נאכן פארלירן יעדע איינציגע סטעיט-ווייד פארמעסט די לעצטע צעהן יאר, און נאכן נישט טרעפן קיין נארמאלן קאנדידאט זיך ארויסצושטעלן קעגן דער פאפולערער גארווערנאר ענדרו קאומאו, האבן די רעפובליקאנער פארבעטן דער ביליאנער דאנאלד טארמפ זיך ארויסצושטעלן אויף זייער ליניע און אריינגיסן אפאר טאלער אינעם קאמפיין פון זיין טאש.

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:49 pm

וועט עס אויסקוקן ווי זיין לויפן פארן פרעזידענט אמט..
#נארמאלער_קאנדידאט

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:23 pm

זעהט אויס אז דעם גאווערנאר בענקל האבן זיי שוין ממילא אויפגעגעבן, צופיל ערגער ווי פאלאדינא קען שוין נישט זיין, און מיט אזא פאפולערע גאווערנאר איז דא שוואכע שאנסן, מן הסתם רעכענען זיי אז מיט זיין געלט וועלן זיי כאטשיג קענען אנציעהן גוט אין אנדערע פארמעסטן (צ.ב. אסעמבלי, סענאט)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ליידיג גייער
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:37 pm

הערליך האט געשריבן:שנאפס טאר מען נישט טרינקען אין קיין שום פארק
צוגעלייגטע
drink-at-the-beach.jpg

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 10:56 am

בילאמבערג שטאלצירט אז סיז אריבער א שטילע וואך אין די סיטי אן קיין איין טויט.

אלעס ווייל דער געשאסענער פון היינט צופרי איז בלויז קריטיש פארוואונדעט...

למען האמת האט זיך די וואך געענדיגט נעכטן נאכט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 11:11 am

נישט זונטאג נאכט געענדיגט די וואך (למספרם)?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 4:47 pm

זיבן בייקערס זענען ארעסטירט געווארן דורך סופאלק קאונטי פאליציי נאכן פארן ווילד נעכטן אויפן LIE

1.JPG
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:19 pm

נעכטן איז געווען א ערנסטע עקסידענט אין קווינס ביי ביעטש 41 סט און ראקעוועי ביעטש בלווד, א פאליציי קאר איז געווען פארמישט און געבליבן פארכאפט אין די קאר ביז די פייערלעשער זענען אים געקומען ארויסנעמען

(איך בין סתם נייגעריג וויזוי מען מאכט אזא דזשאב מיט א קאר אויף א גאס, נישט אויף קיין הייוועי וואו מען קען פליען אויף 60-70 מפ"ש, די גאנצע טראנק איז אפגעבראכן פון די קאר)

1.jpg


2.jpg


קליפ וואו מען זעט פאליציי זיך יאגן צו די סצענע

https://docs.google.com/file/d/0Bzdud2v ... sp=sharing
kraitchmah עט גימעיל

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:53 pm

איך בין סתם נייגעריג ווי אזוי א פאליציי קאר קען זיין פארכאפט און א קאר......

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:57 pm

זעסט נישט די בילדער?! די פראנט איז פארכאפט אין די בעק..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מוצ"ש אוקטובער 19, 2013 10:55 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:בילאמבערג שטאלצירט אז סיז אריבער א שטילע וואך אין די סיטי אן קיין איין טויט.

אלעס ווייל דער געשאסענער פון היינט צופרי איז בלויז קריטיש פארוואונדעט...

למען האמת האט זיך די וואך געענדיגט נעכטן נאכט.


שוין קוקט אויס ווי סיז געווען א שטילקייט פאר א שטורעם !
פינף טויטע געווען דעם וויקענד אין א צייט אפשניט פון 10 שעה, 3 אין בראנקס און 2 אין ברוקלין.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אוקטובער 20, 2013 10:36 am

עס איז געווען צען געשאסענע, נאר פינף האבן איבערגעלעבט

א חלק פון די געשאסענע האבן געהאט א לאנגן רעקארד פון ארעסטן פאר דראגס און רויבערייען, דאס קען מעגליך זיין אז די אלע שיסערייען (אדער א חלק) זענען גענג-רילעיטעד
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 20, 2013 11:39 am

קעלי האט שוין באוויזן אריינצידרייען פאליס אין די גענגס אויך?

#קאנספיראציע 5674
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודה לך און 13 געסט