צל עובר האט געשריבן:Think and Thank האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:בארואיגט-אייך האט געשריבן:לעבן זאל לעבן אונזער רעכטע פירער פון די פאראייניגטע שטאטן מיסטער דאנעל טראמפ ירום הודו!!
אבער נישט פארגעס נישט אז "לב מלכים ושרים ביד השם"
וואס ביסטו אזוי פרייליך? דו גלייכסט ווען איראן האט נוקלערארע וואפן? די גלייכסט מלחמה אין מיטל מזרח?
דו האלטסט עכט אז איראן, וועלכע האט אויסבאהאלטן איר פארש ארבעט און פארשריט אויף נוקלעארע וואפן פון אבאבע, וואלט נישט געמאכט קיין באמבע אין 12 יאר ארום ווען די יו ען קען מער נישט אינספעקטן (אויב נישט פריער)?
דו האלטס עכט אז אויב גייט למעשה אמעריקע ארויפלייגן די העווי סאנקציעס אז איך האנדל נישט מיט דיר אויב דו האנדלסט מיט איראן, גייט איראן בלייבן אין די אפמאך, און ווייטער נישט בארייכערן אוראניום?
איך זעה איר זענט נישט באקאנט מיט די דעטאלן פונ'ם דיעל. כאטש וואס דזשאן קערי האט צענדליגער מאל געזאגט נאכ'ן צייטווייליגן דיעל אז ער גיבט נישט קיין רעכט פאר איראן צו בארייכערן אוראניום אפי' פאר ציווילע צוועקן, האט די ענדגילטיגע אפמאך בפירוש ארויסגעשריבן אז איראן מעג יא, און זיי טוען עס טאקע.
ווידער בנוגע עס בארייכערן צו 90% אזויווי מען ברויך פאר א באמבע, זיי האבן דאס נישט געקענט טוען אפי' פארן דיעל. די ווייטסטע וואס זיי האבן געהאלטן איז געווען 20%.
וואס יא, די דיעל לאזט זיי איינטוישן די סענטריפיודזשעס אויף פיל מאכטפולערע און פארגעשריטענע, און זיי קענען עס אפי' אויספרובירן ווייל נידריג בארייכערטע מעגן זיי דאך אונטערן דיעל, אזוי אז ווען די 15 יאר לויפן אויס וועלן זיי שוין יא האבן די מעגליכקייט עס צו בארייכערן צו וואפן גראד שטאפלען. און דאס איז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס דער דיעל איז א טאטאלע דורכפאל. (פון דעם רעדט מען ווען מען זאגט אז די דיעח גיבט נאך פאר איראן אלעס וואס זיי ווילן)