אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 09, 2016 3:06 pm

א יישר כח פאר דער באריכט. דאס וואס מיר האבען שוין געשפירט א לאנגע צייט; אבער עס וועט פאלען אויף טויבע אויערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג מאי 09, 2016 3:18 pm

ער האט אפשר מצליח גווען איינצורעדן די אמעריקאנער, אבער נישט דעם ציבור אויף אייוועלט.
(גראדע די אמעריקאנער אויך נישט...רוב אמעריקאנער האבן נישט געוואלט דעם אפמאך).

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 09, 2016 3:28 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
יואב בן צרויה כ"ד אדר תשע"ה האט געשריבן:שוין, פרעזידענט אבאמא האט אינמיטן זיין 08' קאמפיין גענוצט א געוועזענער אמעריקאנע איינגעשטעלטער אין איראן צו לאזן די רעזשים וויסן אז ער וועט זיך אויפירן צו זיי מיט ווייסע הענטשוך. דייקא יענעם ספרינג/זומער האט די בוש אדמיניסטראציע זיך געזעצט צום טיש מיט די אייראפעישע גרויסמאכטן פראבירנדיג צו באקומען א דיעל מיט איראן און איראן האט ווי באקאנט אפגעווארפן די דעמאלטס'דיגע פארשלאגן. (עניבאדי פאר די לאוגען'ס עקט...?)

לויט ווי ער זאגט איז שוין די פרעימווארק פאר אן אפמאך אויסגעהאמערט געווארן מיט די אייאטאלע איידער רוהאני איז געקומען צו די מאכט און די אדמיניסטראציע הויבט נישט אן צו גלייבן אז רוהאני איז בכלל אינטערעסירט צו טוישן קורס.

האסט לכאורה נישט גוט פארשטאנען, דאס איז וואס די ארטיקל זאגט:
In March 2013, a full three months before the elections that elevated Hassan Rouhani to the office of president, Sullivan and Burns finalized their proposal for an interim agreement, which became the basis for the J.C.P.O.A.

דאס הייסט אז די קלינטאן אדווייזערס האבן נאך בשעתה אויסגעארבעט א "פראפאסעל" מצד די אמעריקאנער און זייערע טערמינען פאר די צוקונפטיגע פארהאנדלונגען.

יעצט דאס איז נישט חידוש, סאיז דאך א באקאנטע זאך דאס אז ס'איז אנגעגאנגען פראווון צו ברענגען די איראנער צום פארהאנדלונגס טישל און דאס אז די איראנער האבן אין 2012 מסכים געווען צו פארהאנדלען מוז בכלל נישט זיין אז מ'וואלט למעשה ערגעץ אנגעקומען מיט זיי, ע"ע בוש-איראן פארהאנדלונגען..

די חידושים וואס די ני"ט פראפייל פון 'ראודס' דערציילט איז דאס אז ער האט געפירט די מידיע.. וואס זיינע טאלקינג פוינטס זענען געווען דאס איז נאכגעזינגען געווארן דורך די מידיע אוטלעטס, יעצט, א טאלקינג פוינט איז נישט א ליגענט ס'איז מער א "סעלינג פוינט" ליניע, אזויווי יעדע קאמפעני/ארג. וואס וויל פארקויפן א פראדוקט קומט אויף מיט א גוטע "ליין", די זעלבע דא.

אין אונזער פאל, איז 'ראודס' טאלקינג פוינט געווען אז מ'האט מצליח געווען צו מאכן א דיעל "וויבאלד" מ'האט געדיעלט מיט מאדערעטס, דאס איז נישט "מוכרח" ווייל מהיכי תיתי, אפשר ווען מ'דיעל ווען מיט די הארדליינערס וואלט מען אויך אנגעקומען? דאס טייטשט א טאלקינג פוינט. ער האט מצליח געווען צו עס איבערגעבן פאר די מידיע און אז זיי זאלן עס ריפארטן ווי עס שטייט און גייט.

יעצט למעשה וואלט מען טאקע די זעלבע אנגעקומען מיט א דיעל מיט די הארדליינערס? מסתמה נישט אזוי גרינג.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג מאי 10, 2016 1:06 am

איך האב פראבירט צו קאפי-פעיסטן און ס׳מיר נישט געגאנגען, אבער די ארטיקל שטעלט קלאר אז די געדאנק אז אמעריקע ווערט נענטער מיט איראן צוליב וואס איראן ווערט מאדערעט און ציוויל איז געווען דורכאויס פאלטש. ליגנט גמור. נישט די פאנעטע פון די סי איי עי האט אזוי געהאלטן און נישט ראהדס אליין האט אזוי געהאלטן.

ער ציטירט דארט פון ראהדס אליין אז ער האפט אז עס איז די קעיס אז רוהאני איז בעסער, אבער ער ערווארט עס נישט. און פון פאנעטע ברענגט ער אז די סי איי עי האט עס אויך קיינמאל געגלייבט. בקיצור, פלעין געפאפט דעם עולם.

די טאקינג/סעלינג פוינט איז נישט געווען אז עס איז געלונגען צו מאכן א דיעל מיט זיי ווייל זיי זענען וואוילער געווארן. די געדאנק איז געווען אז יעצט אז די פירערשאפט האט זיך געטוישט צו א מער מאדערעטע לוינט זיך צו מאכן א דיעל און עס איז היציג און ווילד זיך איינצורעדן אז איראן וויל נאך באמת מאכן א באמבע. דאס איז געווען שקר, די אדמיניסטראציע האט נישט געהאט קיין שום באווייז דערויף און, פארקערט, זי האט געגלייבט די פארקערטע.

איי פארוואס זענען זיי מיט דעם אלעם געגאנגען מיטן דיעל? דאס שטעלט די ארטיקל קלאר מיטן באריכות ארויסברענגען ראהדס און אבאמא׳ס שנאה צו וואס זיי רופן די אויסערן פאליטיק ׳עסטעבלישמענט׳ וואס נעמט אריין פון קיסינדזשער צו פאנעטע צו הילערי צו געיטס. אבאמא האט געוואלט מאכן א פונדאמענטאלע אידיאלאגישע טויש אין די וועג פון אמעריקאנע אויסערן פאליטיק און מיט די הילף פון דעם אנגעווייטאגטן - אזא בילד מאלט זיך מיר ארויס פון דעם בייאו - לינקן אידיאלאג ראהדס האט ער שיינערהייט געוויזן דעם טיר פאר אזאנע וועטעראנען ווי געיטס און פאנעטע און געטון וואס ער האט געוואלט. און איינע פון די אגענדעס איז געווען ארויס צו פיצן פון די מיטל מזרח נישט קיין חילוק די פרייז, האט ער געמאכט דעם דיעל צו זיי זענען יא מאדערעט צו נישט און זיך פארשפארט די קאפוויי פון א מעגליכע מלחמה. ראהדס זאגט אויך אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס אבאמא האט גארנישט געטון אין סיריע: ער האט מורא געהאט אז ארבייטן דארט קען אויפרעגן איראן און אנהייבן א מלחמה מיט זיי! דאס האט ער בשום אופן געוואלט. דאס איז טשעיני סטייל, א זאך וואס ער האט נישט געקענט/קען נישט סובל זיין.

און א נאך מער גאר איבעראשענדע טייל וואס איך האב ערשט פריערט צום ערשטן מאל באמערקט אינעם בייאו איז ווען דער שרייבער פרעגט פאנעטע איבער דעם פרעזידענט׳ס גרייטקייט צו נעמען מיליטערישע שריט קעגן איראן זאלן זיי זיך נעמען בויען א באמבע. פאנעטע זאגט אז זיין דזשאב איז געווען צו זעהן אז ביבי מיט באראק זאלן נישט אנהייבן אן אטאקע און ער האט זיי כסדר געזאגט אז אויב האט אבאמא באווייז אז די איראנער קומען נאנט וועט ער אן קיין צווייפל באמבעדירן. פרעגט דער רעפארטער: דו וואלסט יעצט אויך אזוי געהאלטן? ענטפערט פאנעטע, ״צו איך וואלט היינט געמאכט די זעלבע אפשאצונג? לכאורה נישט.״

איך קאנסידער מיך ווינדיקעיטעד.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 19, 2016 11:47 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די סעיל פון עטליכע הינדערט באאינג ערעפלאנען פאר איראן וואס איז געווארן באריכטעט א טאג נאכן אראפנעמען די סאנקציעס איז געווארן אפגעשטעלט דורך די יו. עס. קאמערס דעפט. אלס א פארלעצונג צו די נייע סאנקציעס אויף איראן'ס באליסטיק מיסיל פראבע.

עס איז געווען נישט פון באואינג, נאר פון עירבאס.

און כ'האף אז די ניעס איז אמת, ווייל זיי האבן וויירשיינליך געמאכט אזא ריזן ארדער פון עירבאס און נישט פון באוינג כאטש א טייל, פשוט צו טשעפענען אמעריקע.


איראן האט געסיינט קאנטראקט מיט באאינג אפצוקויפן ארום 100 פליגערס אין די ווערד פון 25 ביליאן. עטליכע חדשים צוריק האט איראן געסיינט קאנטראקט מיט עירבאס אויף א 27 מיליאן דאלאר דיעל.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יולי 10, 2016 2:21 pm

היינט ווערט אפגעצייכנט א יאר פונעם דיזעסטרעס איראן דיעל שליסונג.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג יולי 10, 2016 3:31 pm

...און פונקט זאגן דייטשע אינטעלעדזשענס אז איראן האט די יאר געארבעט אויף קעסל כלים אינערהאלב דייטשלאנד צו שאפן אטאמישע, ביאלאגישע און כעמישע וואפן מאטעריאל און צוגאב צו מיסיל טעכנאלאגיע צו קענען ניצן די מאטעריאל.

די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט אויספארשן די באריכטן. (די פאראגראף האב איך נאר געזעהן אין א העדליין)

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג יולי 10, 2016 5:16 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:...און פונקט זאגן דייטשע אינטעלעדזשענס אז איראן האט די יאר געארבעט אויף קעסל כלים אינערהאלב דייטשלאנד צו שאפן אטאמישע, ביאלאגישע און כעמישע וואפן מאטעריאל און צוגאב צו מיסיל טעכנאלאגיע צו קענען ניצן די מאטעריאל.

די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט אויספארשן די באריכטן. (די פאראגראף האב איך נאר געזעהן אין א העדליין)

יא יא, א פארלעצונג פונעם אפמאך אבער...הו קעירס, קיינער זוכט זיך נישט פרישע קאפ ווייטאג.

געהאט געהערט אז די דייטשע אויסערן מינעסטעריום זאגט אז עס איז מעגליך אז עס קומט פון די מער רעכטע אין איראן וואס ווילען דורך די האנדלונגען סאבטאזשירען דעם אפמאך....אבוויעסלי וועט מען זיך נישט לאזן פון זיי, נאר מען וועט זיך שטארק האלטען צום דיעל.

די וואס האבן געהאלטען אז איראן פאלגט דעם דיעל וועלען ווייטער בלייבען אין אילוזיע לאנד נא מעטער וואט..

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יולי 13, 2016 11:10 pm

סך הכל וואס עמיצער מאכט לגבי דעם איראן דיעל. (מען דארף אנצייכענען אז דאס איז נאר וואס "מען ווייסט" און "מען פארציילט" ודי למבין)

So let’s recap. Mr. Obama says Iran is honoring the nuclear deal, but German intelligence tells us Tehran is violating it more aggressively than ever. He promised “snapback” sanctions in the event of such violations, but the U.S. is operating as Iran’s trade-promotion agent. He promised “unprecedented” inspections, but we’re not permitted to inspect sites where uranium was found. He promised an eight-year ban on Iran’s testing of ballistic missiles, but Tehran violated that ban immediately and repeatedly with only mild pushback from the West. He promised that the nuclear deal was not about “normalizing” relations with a rogue regime. But he wants it in the WTO.

Is Mr. Obama rationalizing a failed agreement or did he mean to mislead the American public? Either way, truth is catching up with the Iran deal.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:06 am

לגבי די דייטשע אינטעלעדזשענס, זיי רעדן בלויז פון 2015, די דיעל איז ערשט געווארן אימפלעמענטעט אנהייב 2016.

לגבי די באליסטיק מיסיל פראגראם, דאס איז נישט געווען אינעם נוקלעארער דיעל, בלויז "א רעקאמאנדאציע" .

די איראן דיעל שטיצער זענען שטארק צעפרידן וויאזוי די עלעקשאן האט זיך אויסגעשטעלט, סיי קלינטאן און סיי טראמפ זאגן אז זיי גייען האלטן דעם דיעל.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:02 pm

קול העולם
טעהראן – איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט געווארנט אין א רעדע נעכטן אז איראן האט די מעגליכקייט צוריק אנצוהייבן איר נוקלעארע וואפנס אנטוויקלונג גאר שנעל, אויב וועט אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט נישט איינהאלטן זייערע טיילן פונעם אפמאך און ארויסהעלפן איראן מיט אירע עקאנאמישע שוועריגקייטן. רוכאני האט געזאגט אז דערווייל ווי עס זעהט אויס, טוט נישט אמעריקע איר טייל וואס זי האט זיך פארפליכטעט צו טאן אלס טייל פונעם נוקלעארן אפמאך.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:06 pm

כאפצעם האט געשריבן:לגבי די דייטשע אינטעלעדזשענס, זיי רעדן בלויז פון 2015, די דיעל איז ערשט געווארן אימפלעמענטעט אנהייב 2016.

אה , איך האב געמיינט עס איז א יאר :oops:

סאונד מיר ווי הילעריס תירוצים.

#living in denial

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:לגבי די דייטשע אינטעלעדזשענס, זיי רעדן בלויז פון 2015, די דיעל איז ערשט געווארן אימפלעמענטעט אנהייב 2016.

אה , איך האב געמיינט עס איז א יאר :oops:

סאונד מיר ווי הילעריס תירוצים.

#living in denial

א יאר פון ווען מ'האט געסיינט. עס איז אבער נישט תיכף אריין אין קראפט כידוע
Fine Tuned Machine

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:11 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:קול העולם
טעהראן – איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט געווארנט אין א רעדע נעכטן אז איראן האט די מעגליכקייט צוריק אנצוהייבן איר נוקלעארע וואפנס אנטוויקלונג גאר שנעל, אויב וועט אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט נישט איינהאלטן זייערע טיילן פונעם אפמאך און ארויסהעלפן איראן מיט אירע עקאנאמישע שוועריגקייטן. רוכאני האט געזאגט אז דערווייל ווי עס זעהט אויס, טוט נישט אמעריקע איר טייל וואס זי האט זיך פארפליכטעט צו טאן אלס טייל פונעם נוקלעארן אפמאך.

דאס איז טאקע יא א שווערע טשאלענדזש פארן דיעל, לויטן אפמאך האט אמעריקא געדארפט ענדיגן אלע סאנקציעס רילעטעד צום נוקלעארער פראגראם אבער לויט עקספערטן איז נאך דא אסאך שוועריגקייטן מיטן אויפלעזן דאס אלעס אויפאיינמאל (אסאך ליגט אפילו נישט אזוי ווייט אין די אמעריקאנע רעגירונגס הענט נאר ביי פרייוועט אינוועסטארס) און איראן קען האבן א לעגיטימע טענה אוועקצווואקן.
Fine Tuned Machine

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:18 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:קול העולם
טעהראן – איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט געווארנט אין א רעדע נעכטן אז איראן האט די מעגליכקייט צוריק אנצוהייבן איר נוקלעארע וואפנס אנטוויקלונג גאר שנעל, אויב וועט אמעריקע און די איבריגע מערב וועלט נישט איינהאלטן זייערע טיילן פונעם אפמאך און ארויסהעלפן איראן מיט אירע עקאנאמישע שוועריגקייטן. רוכאני האט געזאגט אז דערווייל ווי עס זעהט אויס, טוט נישט אמעריקע איר טייל וואס זי האט זיך פארפליכטעט צו טאן אלס טייל פונעם נוקלעארן אפמאך.

איראן גייט דאס טוען פונקטליך ווען זיי גייען פילן אז זיי זענען גרייט. זיי שרייען שוין די לעצטע 8 חדשים אז אמעריקא האלט נישט איין זייער חלק זיי האלטען עס איין בעסיקעלי ברוב טובם..., ווידער די אמעריקאנער און די אבאמאניקעס שרייען זייער הויך אז איראן האלט גאר שטארק די אפמאך.

#מאדנע פארדאקס

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:21 pm

כאפצעם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:לגבי די דייטשע אינטעלעדזשענס, זיי רעדן בלויז פון 2015, די דיעל איז ערשט געווארן אימפלעמענטעט אנהייב 2016.

אה , איך האב געמיינט עס איז א יאר :oops:

סאונד מיר ווי הילעריס תירוצים.

#living in denial

א יאר פון ווען מ'האט געסיינט. עס איז אבער נישט תיכף אריין אין קראפט כידוע

זאמד אין די אויגן. איראן האט שוין געדארפט טוען איר חלק, נאר אמעריקא האט ערשט אראפגענומען אירע סאנקציעס ערשט נאכדעם וואס איראן האט גענדיגט מיט סענטורפיוזשעס און אינספעקשאנס כידוע.

עניוועי גרייט דיר שוין אן א תירוץ פאר 2016..'
#living in denial

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:26 pm

מען 'וואקט' נישט אוועק פון די דיעל אזוי שנעל. עס איז פונקטליך אויסגערעכנט אין דעם JCPOA וואו, ווען און וויאזוי די צוויי זייטן דארפן באהאנדלען א פארלעצונג, אדער מעגליכע פארלעצונג, פון די צווייטע זייט.
חוץ די אלגעמיינע סאנקציעס קעגן האנדלען מיט איראנער בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס אויפן דאלער, וואס זענען נאך געהעריג אים קראפט, רעדט מען יעצט אין קאנגרעס וועגן ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויפן פארקויף פון ציווילע עראפלאנען צו איראן, אפילו אירבאס. דאס איז -דאכט זיך- קלאר ארויסגעשריבן אינעם אפמאך אז אמעריקע דארף העלפן פאר איראן איבערפרישן איר אלטע און סכנות'דיגע צווילע פלאטע. אויב ווערן די יעצטיגע בילס באשטעטיגט איז דאס א אומצוויידייטיגע פארלעצונג פון אמעריקע'ס זייט.

די אפמאך איז אפיציעל אריין אין קראפט יאנואר דעם יאר. די דייטשע באריכט איז פון יאנואר 2015 ביז יאנואר 2016.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:48 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מען 'וואקט' נישט אוועק פון די דיעל אזוי שנעל. עס איז פונקטליך אויסגערעכנט אין דעם JCPOA וואו, ווען און וויאזוי די צוויי זייטן דארפן באהאנדלען א פארלעצונג, אדער מעגליכע פארלעצונג, פון די צווייטע זייט.

נעוואדע, ווען אבאמא לעבט ווען נישט אין דינייעל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:52 pm

וואס דען? א האלב געבאקענע באריכט אין די דזשערוזאלעם פאוסט און די גאנצע געשעפט גייט 'פּאאףף'..
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:57 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וואס דען? א האלב געבאקענע באריכט אין די דזשערוזאלעם פאוסט און די גאנצע געשעפט גייט 'פּאאףף'..

איך האב נישט געוויסט אז די דייטשע אינטעליזשענטס נעמט זייערע באריכטען פון זשערוסעלאם פאסט. :cry:

באטטאם ליין אפילו לשיטתך האט אמעריקא אראפגענומען זייערע סאנקציע נאך בשעת (א טאג נאכדעם, א טאג פארדעם?) וואס איראן האט נאך געקויפט פרישע נוקלעארע טעכנעלאגיע. אזוי האט עס געברויכט צו ארבעטען?

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 18, 2016 2:34 pm

@AP
BREAKING: Document obtained by AP: Secret deal will allow Iran to expand key nuclear program in little more than a decade.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג יולי 18, 2016 2:46 pm

איז דעיס נישט אלץ געווען די פלאן? צעהן יאר און איראן איז א שטערקערע לאנד פינאנציעליש און דיפלאמאטיש און זי קען אפי׳ צוריק האבן איר נוקלעארע פראגראם. אזוי האב איך פארשטאנען.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יולי 18, 2016 7:27 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איז דעיס נישט אלץ געווען די פלאן? צעהן יאר און איראן איז א שטערקערע לאנד פינאנציעליש און דיפלאמאטיש און זי קען אפי׳ צוריק האבן איר נוקלעארע פראגראם. אזוי האב איך פארשטאנען.

דו און איך האב טאקע אזוי פארשטאנען.. :x
אנדערע...זענען גווען אדער זענען נאך אין דינייעל...

וואסאחילוק די עיקר נאך א דיעל אין אבאמאס לעגעסי.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יולי 18, 2016 7:39 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איז דעיס נישט אלץ געווען די פלאן? צעהן יאר און איראן איז א שטערקערע לאנד פינאנציעליש און דיפלאמאטיש און זי קען אפי׳ צוריק האבן איר נוקלעארע פראגראם. אזוי האב איך פארשטאנען.

ס'האט אטאמאטיש דאס געמיינט. ווייל די דיעל וואלט דאן עקספייערט. אבער דאס אז מ'זאל זיי בפירוש גיבן רשות פאר געוויסע פראיעקטן איינמאל די דיעל לויפט אויס איז שוין א חידוש
Fine Tuned Machine

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יולי 18, 2016 7:43 pm

כאפצעם האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:איז דעיס נישט אלץ געווען די פלאן? צעהן יאר און איראן איז א שטערקערע לאנד פינאנציעליש און דיפלאמאטיש און זי קען אפי׳ צוריק האבן איר נוקלעארע פראגראם. אזוי האב איך פארשטאנען.

ס'האט אטאמאטיש דאס געמיינט. ווייל די דיעל וואלט דאן עקספייערט. אבער דאס אז מ'זאל זיי בפירוש גיבן רשות פאר געוויסע פראיעקטן איינמאל די דיעל לויפט אויס איז שוין א חידוש

מיינסט א חידוש פאר @כאפצעם..... עס ווארט דיר נאך חידושים..

וואסאחילוק, דער עיקר א דיעל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YEG, שמערעל און 24 געסט