אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:16 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:לעבן זאל לעבן אונזער רעכטע פירער פון די פאראייניגטע שטאטן מיסטער דאנעל טראמפ ירום הודו!!
אבער נישט פארגעס נישט אז "לב מלכים ושרים ביד השם"

וואס ביסטו אזוי פרייליך? דו גלייכסט ווען איראן האט נוקלערארע וואפן? די גלייכסט מלחמה אין מיטל מזרח?

דו האלטסט עכט אז איראן, וועלכע האט אויסבאהאלטן איר פארש ארבעט און פארשריט אויף נוקלעארע וואפן פון אבאבע, וואלט נישט געמאכט קיין באמבע אין 12 יאר ארום ווען די יו ען קען מער נישט אינספעקטן (אויב נישט פריער)?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:20 am

הצדיק האט געשריבן:Spot-on @camanpour likens Trump's withdrawal from Iran nuclear deal to Bush pulling out of Clinton deal with North Korea. Inspections ended and we ended up with NK building up its nuclear program to the point that Kim's now using nuclear blackmail to get US to come to the table…
וואס האלט דער עולם,דעיס איז א פארגלייך?

אודאי איז עס א פארגלייך! א שטארקע פארגלייך!
בוש האט זיך ארויסגעצויגן פון די נ.ק. דיעל נאכדעם וואס עז איז אויפגעוויזן געווארן אז צפון קארעא פארלעצט עס. נאכמער, קלינטאן (ווי אבאמא) האט געוואוסט אז זיי פארלעצן עס און געמאכט א שווייג.

איין חילוק איז אבער דא; וואס דער פרעזידענט איז גרייט צו טוען אנשטאט א דיעל
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:28 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:די דיל איז נישט אינגאצן חרוב, ווייל נאר אמעריקא צוט זיך ארויס פון דעם, אלע אנדערע לענדער בלייבן מיט די דיל
עני וועיס איז דאס א שטארקייט פון טראמפ, אויב צוט ער זיך טאקע ארויס

ווערט צו געדענקען.

מיין ערשטע מחשבה איז געווען אז דער איז אינגאנצן צורידערט דאס צו טון יעצט, וואס פעלט אים אויס צו איינקויפן נאך פראנצויזישע שונאים.

אבער נאכן זיך איבערטראכטן, ווייס איך נישט צו עפעס טוישט זיך, וויבאלד איראן גייט נישט ווילן זיך ארויסצוען פון זייער זייט, ווייל דאן האבן זיי די 'גאנצע' וועלט קעגן זיך, איז וואס יא? פלעין א סימבאלישע אקט? אויב גייט צוריק סאנקציעס אויף זיי, וואס מאכט עס זיי אויס, זיי האבן די גאנצע וועלט חוץ אמעריקא.

און לענ"ד איז דאס געווען זיין החלטה, און לענ"ד האט ער דאס געענטפערט פארן פראנצויזישע פרעזידענט, אז ס'איז אין א געוויסע זין פלעין א סימבאלישע אקט...

פיר אויס:
צו ציפרידן שטעלן זיינע וויילער...

אידעלעך טייערע, אמעריקאנער סאנקציעס טוען זייער זייער וויי. אמעריקע קאנטראלירט די גלאבאלע באנקינג אינדוסטריע און נאך צענדליגער חלקים פון די גחאבאלע עקאנאמיע, פלאס וואס א פירמע וואס דארף טשוזן צווישן האנדלען מיט איראן אדער אמעריקע איז די טשויס זייער אבוויעס.
איין דוגמא: די אמעריקאנער ארויסציאונג האט געחייגט אויף האלד די איראנער פליגער באשטעלונגען נישט נאר פון די אמעריקאנער באאינג נאר אויך פון די אייראפעאישע עירבאס, וויבאלד עס נעמט אריין אסאך חלקים פראדוצירט אין אמעריקע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:37 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:ילקוט שמעוני
אמר רבי יצחק:
שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי אומות העולם מתגרים זה בזה,
מלך פרס [איראן] מתגרה במלך הערבי [ערב הסעודית] והולך מלך הערבי לאדום [ארה"ב] ליטול עצה מהם,
וחוזר מלך פרס ומחריב את כל העולם, וכל אמות העולם הנשארים מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים, ואומרים להיכן נבוא ונלך?
ואומר להם הקב"ה בני אל תתייראו, כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתה מתייראים,
הגיע זמן גאולתכם!!!

ווען האט אדום געמופט קיין אמעריקע?
Innocent until proven Republican

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:48 am

Think and Thank האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:ילקוט שמעוני
אמר רבי יצחק:
שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי אומות העולם מתגרים זה בזה,
מלך פרס [איראן] מתגרה במלך הערבי [ערב הסעודית] והולך מלך הערבי לאדום [ארה"ב] ליטול עצה מהם,
וחוזר מלך פרס ומחריב את כל העולם, וכל אמות העולם הנשארים מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים, ואומרים להיכן נבוא ונלך?
ואומר להם הקב"ה בני אל תתייראו, כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתה מתייראים,
הגיע זמן גאולתכם!!!

ווען האט אדום געמופט קיין אמעריקע?

ס'שטייט ארם נישט אדום

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:12 am

האט עס דאך הערשט נישט מיט אמעריקע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:54 am

shimon7323 האט געשריבן::roll: וואסידאס געלעכטער? בנפול אויבך אל תשמח....


מרדכי הצדיק האט געזאגט פאר המן הרשע (פון איראן) אז דאס גייט נישט אן ביי גוים.

איך האלט גראדע נישט פון די ארויס גיין פון די דיעל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:56 am

Think and Thank האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:ילקוט שמעוני
אמר רבי יצחק:
שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי אומות העולם מתגרים זה בזה,
מלך פרס [איראן] מתגרה במלך הערבי [ערב הסעודית] והולך מלך הערבי לאדום [ארה"ב] ליטול עצה מהם,
וחוזר מלך פרס ומחריב את כל העולם, וכל אמות העולם הנשארים מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים, ואומרים להיכן נבוא ונלך?
ואומר להם הקב"ה בני אל תתייראו, כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתה מתייראים,
הגיע זמן גאולתכם!!!

ווען האט אדום געמופט קיין אמעריקע?


עס איז אנגענומען אז די קריסטן זענען אדום, און די מוסעלמעינער ישמעאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:57 am

צל עובר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן::roll: וואסידאס געלעכטער? בנפול אויבך אל תשמח....


מרדכי הצדיק האט געזאגט פאר המן הרשע (פון איראן) אז דאס גייט נישט אן ביי גוים.

איך האלט גראדע נישט פון די ארויס גיין פון די דיעל.


פון די דיעל אזוי ווי ס'איז געווען האסטו יא געהאלטן?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:58 am

Think and Thank האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:לעבן זאל לעבן אונזער רעכטע פירער פון די פאראייניגטע שטאטן מיסטער דאנעל טראמפ ירום הודו!!
אבער נישט פארגעס נישט אז "לב מלכים ושרים ביד השם"

וואס ביסטו אזוי פרייליך? דו גלייכסט ווען איראן האט נוקלערארע וואפן? די גלייכסט מלחמה אין מיטל מזרח?

דו האלטסט עכט אז איראן, וועלכע האט אויסבאהאלטן איר פארש ארבעט און פארשריט אויף נוקלעארע וואפן פון אבאבע, וואלט נישט געמאכט קיין באמבע אין 12 יאר ארום ווען די יו ען קען מער נישט אינספעקטן (אויב נישט פריער)?


דו האלטס עכט אז אויב גייט למעשה אמעריקע ארויפלייגן די העווי סאנקציעס אז איך האנדל נישט מיט דיר אויב דו האנדלסט מיט איראן, גייט איראן בלייבן אין די אפמאך, און ווייטער נישט בארייכערן אוראניום?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 1:59 am

shimon7323 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן::roll: וואסידאס געלעכטער? בנפול אויבך אל תשמח....


מרדכי הצדיק האט געזאגט פאר המן הרשע (פון איראן) אז דאס גייט נישט אן ביי גוים.

איך האלט גראדע נישט פון די ארויס גיין פון די דיעל.


פון די דיעל אזוי ווי ס'איז געווען האסטו יא געהאלטן?


ווען מען האטעס געמאכט איז עס געווען געפערליך ווייל דעמאלטס איז איראן געווען אין אסאך א שוואכערע פאזישן ווי היינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:05 am

און ווען מען בלייבט אין דער דיעל, וואס וואלט געווען ווען עס לויפט אפ? ווי אזוי וואלט מען דעמאלטס געקענט ברענגען א (שטארקן) איראן צום טיש?

לפי קט שכלי וואלט עס געווען שווערער ווי יעצט.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:08 am

בפשטות יעצט לויט ווי אלע פון אייראפע און איראן בילן (בבחינת די שטיין איז געלונגען) וועט נאך עפעס צירוק ווערן און בפשטות בנוסח טראמפ, אזוי ווי ער האלט יעצט מיט נ.ק. אנעם נאכלאזן אפילו עפעס פון די סאנקציעס וכדומה

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:14 am

איך האב נישט געוואלט זיך טענה'ן איבער די דיעל, נאר איך האב געהאלטן אז איך האב א אינטערסאנטע הערה צו דיין פסוק, און איך האב נישט געוואלט אז עס זאל מיינען אז איך פריי זיך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג מאי 10, 2018 2:22 am

מען רעד פון ווען עס וועט אפלויפן די דיל... דאס איז א ערענסטע לצנות, ווייל זיי טוען סיי ווי וואס זיי ווילן.... אבער לאמיר זאגן אז זיי ביהעווען יא... די ציל דא איז צו זיי נאכאמאל צוקוועטשן ביז זיי זאלן זיך קומען בעטן פאר א נייע דיל, וואס דאן וועט מען קענען מאכן די ריכטיגע דיל, מיט תנאים וואס וועט אינפארסן די דיל, ווי בעסערע אינספעקשאנס.. און אויך אינקלאדן אז זיי זאלן אויפהערן צו ספאנסערן טעראר

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:03 am

קליינטשיגער האט געשריבן:מען רעד פון ווען עס וועט אפלויפן די דיל... דאס איז א ערענסטע לצנות, ווייל זיי טוען סיי ווי וואס זיי ווילן.... אבער לאמיר זאגן אז זיי ביהעווען יא... די ציל דא איז צו זיי נאכאמאל צוקוועטשן ביז זיי זאלן זיך קומען בעטן פאר א נייע דיל, וואס דאן וועט מען קענען מאכן די ריכטיגע דיל, מיט תנאים וואס וועט אינפארסן די דיל, ווי בעסערע אינספעקשאנס.. און אויך אינקלאדן אז זיי זאלן אויפהערן צו ספאנסערן טעראר


דו האלטס אז זיי בארייכערן יעצט אוראניום? אויב יא פארוואס האבן זיי נאכנישט קיין באמבע?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:04 am

איך קען מיר נישט פינטקלעך אויס צו קענען זאגן וואס זיי טוען יא אדער נישט, אבער איך האלט נישט אז זיי הטבן אויפגעגעבן זייערע פלענער, זיי ארבעטן ווייטער דערויף, נאר מסתם שטייטער און מער באהאלטן...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 10, 2018 3:20 am

פאר די דיעל האט געהייסן זיי זענען חדשים פון די באמבע און זיי האבן עס נאכנישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 5:56 am

צל עובר האט געשריבן:
קליינטשיגער האט געשריבן:מען רעד פון ווען עס וועט אפלויפן די דיל... דאס איז א ערענסטע לצנות, ווייל זיי טוען סיי ווי וואס זיי ווילן.... אבער לאמיר זאגן אז זיי ביהעווען יא... די ציל דא איז צו זיי נאכאמאל צוקוועטשן ביז זיי זאלן זיך קומען בעטן פאר א נייע דיל, וואס דאן וועט מען קענען מאכן די ריכטיגע דיל, מיט תנאים וואס וועט אינפארסן די דיל, ווי בעסערע אינספעקשאנס.. און אויך אינקלאדן אז זיי זאלן אויפהערן צו ספאנסערן טעראר


דו האלטס אז זיי בארייכערן יעצט אוראניום? אויב יא פארוואס האבן זיי נאכנישט קיין באמבע?

אן אריינגיין אין דעטאלן, אודאי בארייכערן זיי אוראניום! די דיעל לאזט זיי!
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:02 am

צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:לעבן זאל לעבן אונזער רעכטע פירער פון די פאראייניגטע שטאטן מיסטער דאנעל טראמפ ירום הודו!!
אבער נישט פארגעס נישט אז "לב מלכים ושרים ביד השם"

וואס ביסטו אזוי פרייליך? דו גלייכסט ווען איראן האט נוקלערארע וואפן? די גלייכסט מלחמה אין מיטל מזרח?

דו האלטסט עכט אז איראן, וועלכע האט אויסבאהאלטן איר פארש ארבעט און פארשריט אויף נוקלעארע וואפן פון אבאבע, וואלט נישט געמאכט קיין באמבע אין 12 יאר ארום ווען די יו ען קען מער נישט אינספעקטן (אויב נישט פריער)?


דו האלטס עכט אז אויב גייט למעשה אמעריקע ארויפלייגן די העווי סאנקציעס אז איך האנדל נישט מיט דיר אויב דו האנדלסט מיט איראן, גייט איראן בלייבן אין די אפמאך, און ווייטער נישט בארייכערן אוראניום?

איך זעה איר זענט נישט באקאנט מיט די דעטאלן פונ'ם דיעל. כאטש וואס דזשאן קערי האט צענדליגער מאל געזאגט נאכ'ן צייטווייליגן דיעל אז ער גיבט נישט קיין רעכט פאר איראן צו בארייכערן אוראניום אפי' פאר ציווילע צוועקן, האט די ענדגילטיגע אפמאך בפירוש ארויסגעשריבן אז איראן מעג יא, און זיי טוען עס טאקע.

ווידער בנוגע עס בארייכערן צו 90% אזויווי מען ברויך פאר א באמבע, זיי האבן דאס נישט געקענט טוען אפי' פארן דיעל. די ווייטסטע וואס זיי האבן געהאלטן איז געווען 20%.

וואס יא, די דיעל לאזט זיי איינטוישן די סענטריפיודזשעס אויף פיל מאכטפולערע און פארגעשריטענע, און זיי קענען עס אפי' אויספרובירן ווייל נידריג בארייכערטע מעגן זיי דאך אונטערן דיעל, אזוי אז ווען די 15 יאר לויפן אויס וועלן זיי שוין יא האבן די מעגליכקייט עס צו בארייכערן צו וואפן גראד שטאפלען. און דאס איז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס דער דיעל איז א טאטאלע דורכפאל. (פון דעם רעדט מען ווען מען זאגט אז די דיעח גיבט נאך פאר איראן אלעס וואס זיי ווילן)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:06 am

צל עובר האט געשריבן:פאר די דיעל האט געהייסן זיי זענען חדשים פון די באמבע און זיי האבן עס נאכנישט.

פאר די דיעל האט געהייסן אז זיי זענען חדשים פונ'ם באמבע 'אויב זיי ווילן עס מאכן', אבער לע''ע ווילן זיי נאכנישט (ווארשיינליך אויס זארג פון אן איזראעילי אטאקע וואס קען זיי צוריקרוקן יארן).
היינט שטייען זיי אינ'ם זעלבן מצב נאר מיט אפאר ביליאן דאלער רייכער, און מעגליך מיט מער פארגעשריטענע סענטריפיודזשעס מיט רשות פון די אפמאך. די איינציגסטע זאך וואס זיי שטייען היינט שוואכער איז אז די אוראניום בארייכערט צו 20% 'פון וואס די וועלט ווייסט' איז געגאנגען (אדער האט געזאלט גיין) קיין רוסלאנד, וואס דאס גיבט צו נאך אפאר וואכן צו פראסעס - כאטש די נייערערע סענטריפיודזשעס פארגיטיגן גאנץ מעגליך אויף די דיפרענס.

אבאמא בתפארתו.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:36 am

און איר פארזעט נאך א נקודה. צו מאכן אן אטאם באמבע דארף מען האבן, חוץ אוראניום, נאך טויזנטער באשטאנדטיילן און גאר פארגעשריטענע מאשינערי. לויט ווי איראן האט דערקלערט האבן זיי קיינמאל נישט געטון אין די ענינים און האבן דעריבער נישט געהאט קיין מאטריאל, פארש ארבעט און כלים, און די דיעל האט טאקע נישט אדרעסירט אזעלכע זאכן. האט אבער ביבי פארגעשטעלט פאריגע וואך פאר די וועלט אומאפפרעגבארע באווייז אז נישט נאר האט איראן פעסט געארבעט אויף די אנדערע פראנטן פון א נוקלעארע באמבע, נאר זי האט נאך אלעס אין איר באזיץ, וואס מאכט איר נאך גרינגער צו ממשיך מיט די באמבע בויעכץ עז סון עז די אינספעקשאנס זענען אווער און מען פארלאזט זיך אויף איראנ'ס 'ערן ווארט'.
Innocent until proven Republican

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:04 pm

אייזען קלאר און אינפאמאטיוו Think and Thank

מאכסט אונז טראכטען און אייך באדאנקען.

קלארע פאקטען איז א מאסט אין אונזער צומישטער וועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:06 pm

א. טראכטער האט געשריבן:צו מאכן די זאך בקיצור..


אבאמא האט געהאט א גאול אויפצובויען איראן'ס כח אינעם מיטל מזרח ראיאן און די זעלבע צייט אפצושוואכן סאודי אראביע'ס כח, און אזוי איז פאקטיש געווען בשעת אבאמא איז ארויס פון אפיס.

און טראמפ.. וויל די פארקערטע..


די איראן דיעל איז געווען די ארגסטע אין די מאדערנע היסטאריע און די עיקר סיבה דערפאר איז דער טיים ליין וואס זי טראגט מיט זיך

די שאלה איז נאר... וואס קען מען יעצט טוהן...

פרעזידענט טראמפ האט בשעת זיין רעדע געצויגן א פראלעל פון איראן צו צפון קאריע ווי צו ווייזן אז אזא דיעל איז א סעמפל דיעל און עס איז יא מעגליך צו דערגרייכן א געהעריגע דיעל..

אבער... עס איז נישט אינגאנצן גלייך..

צ. קאריע איז געווען ארומגענומען מיט צוויי פענאנאמען וואס האבן געשניטן פון איר שטיקער, 1) די אקאנאמישע באלאקאדע, ׁ2) דער עיקר וואס זי האט מורא געהאט איז געווען פון די אמעריקאנער מיליטערישע כוחות וואס האבן זיך געדרייט אינטער זייער נאז

איראן איז טאקע אין 2015 געווען אין אזא מצב.. און ווי די קעגנער פונעם דיעל האבן זיך געבעטן ביי אבאמא אז ער זאל שטערקער מאכן די סאנקציעס און לאזן מיליטערישע כוחות איר דערשרעקן.

כהיום האט שוין איראן דעפאזעט שווערע ביליאנען פונעם דיעל און רוסלאנד שטייט זיי צו די זייט מיליטעריש.. אזוי אז טראמפ האט זייער א שווערע וועג וויאזוי צוברעכן איראן, ער דארף פירן א דאפעלטע קריג מיט איראן און מיט רוסלאנד (מיט מאקעראני וועט ער זעך שוין א עצה געבן..)

בלייבט איבער צו זעהן וואס זיין מהלך איז און צו איז בכלל פארהאן א מהלך..

גוט אראפ געלייגט דער מצב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:07 pm

צווייפעל האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אינעם איראנע סוגיא (אויסער איינמאל ווען אבאמא האט פארשעמט דעם פאסטן וועלכע ער האט באזיצן, דאס איז געווען ווען די איראנע האבן אראפ געצווינגען אן אמעריקאנע דראון, און אבאמא האט זיך געבעטן ביי זיי מיט שיינעם, ביטע, ביטע, גיבט אפ אונזער דראון....) איך וואלט אזוי אפגעטייטשט טראמפס שריט:

איראן אין 10 יאר ארום גייט האבן נוקס, נישט קיין שאלה, צו אפענערהייט, צו באהאלטענערהייט, סא וואסערע מין נוקלערע איראן ווילט איר זען, אזא ווי נארט קאריע, ארעם אין צוזעצט, אדער אזא סארט ווי רוסלאנד (שטייצעך מיט איסלאמישע עקסטרעמיזם) א גוט אויפגעבויעטע לאנד, מיט א מעכטיגע עקאנאמיע, וואס שטייט און וויל אייננעמען גאנץ מיטל מזרח.

טראמפ טענה'ט אז אויב שוין יא א נוקלערע איראן, זאלן זיי כאטש זיין ארעם און צוזעצט, און זיין פארנומען מיט זיך, אינערליכע פראבלעמען.

א שטארקע סברא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארקלאצט, פייווישעל און 33 געסט