מיזעלס אויסברוך אין וויליאמסבורג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Elvin
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 7:36 pm

תגובהדורך Elvin » מאנטאג מאי 20, 2013 3:35 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:כ'פלעג קיינמאל נישט גלייבן די אלע דמיונות קעגן וואסקינען ביז כ'האב מיך עס איבערצייגט אויף די אייגענע הויט, מיין בעבי איז איינמאל געגאנגען פאר שאטס געזונט און פריש, אהיימגעקומען דאון מיט פיבער וואס האט אנגעהאלטן פאר 3 וואכן, יעצט גיי צווינג מיין ב"ב זי זאל נאכאמאל גיין אפדעיטן די שאטס

פרעג די וואס באקימען ל"ע די קרענק אויף קעגן וואס מנעמט די קרענג סאיז לויט מיין אינפארמעשן נאך ערגער ה"י

ס'פארא מין גערעדאכץ דאס... זאג, דו וואלסט גענומען א איינשפריץ קעגן יענע מעשה וואס גייט דיך אריינלייגן אין בעט פאר 3 וואכן מיט הויך פיבער און ברעכן חלילה?

די נישט???
ווען די ווייסט אז דריי וואכן ביסטי אין בעט ענד דעטס איט?

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג מאי 20, 2013 3:39 pm

Elvin האט געשריבן:קען א וואקסין האבן סייד עפעקטס?
אויב יא טאר מען עס טאקע נישט געבן, און אגב אסאך דאקטוירים האלטן אז עס איז זייער א געזינטע זאך צו האבן מיזעלס, ווייל דאס האלט שפעטער צוריק פין אסאך מחלות ה"י
דער באשעפער זאל האלטן זיין רעכטע האנט


אזוי גאר???

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג מאי 20, 2013 3:44 pm

הערליך האט געשריבן:א מוסד מוז פארלאנגען אימיוניזעישן רעקארד, זיי טארן נישט האלטן אן דעם, די סיטי נעמט עס זייער שטרענג, די איינציגע וועג צו אוואודן איז א בריוו פונעם דאקטער.


איך האב א קרוב וואס האט געמאכט א צעטל ביי א לויער אַז ער געט נישט קיין שאטס ווייל....... סאיז קעגן די רעליעגיע ...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 20, 2013 3:45 pm

קארן האט געשריבן:
Elvin האט געשריבן:קען א וואקסין האבן סייד עפעקטס?
אויב יא טאר מען עס טאקע נישט געבן, און אגב אסאך דאקטוירים האלטן אז עס איז זייער א געזינטע זאך צו האבן מיזעלס, ווייל דאס האלט שפעטער צוריק פין אסאך מחלות ה"י
דער באשעפער זאל האלטן זיין רעכטע האנט


אזוי גאר???

עס איז דא אזא זאך.

טשיקען פאקס אין די יוגענט, האלט געווענדליך צוריק "שינגעל'ס" אויף דער עלטער, וואס איז אסאך שווערער. אבער מיזעלס קען ח"ו זיין פאטאל ר"ל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מאנטאג מאי 20, 2013 3:55 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:כ'פלעג קיינמאל נישט גלייבן די אלע דמיונות קעגן וואסקינען ביז כ'האב מיך עס איבערצייגט אויף די אייגענע הויט, מיין בעבי איז איינמאל געגאנגען פאר שאטס געזונט און פריש, אהיימגעקומען דאון מיט פיבער וואס האט אנגעהאלטן פאר 3 וואכן, יעצט גיי צווינג מיין ב"ב זי זאל נאכאמאל גיין אפדעיטן די שאטס

פיבער איז א "געהעריגע" סייד עפעקט פון שאטס. זייער אסאך קינדער האבן פיבער נאך שאטס. און ס'האלט טאקע נישט אן צו לאנג, אבער לויט די דוקטוירים איז עס נישט שעדליך.

געדענק, פיבער איז נישט קיין קרענק בכלל. עס איז א סימפטאם. די גוף שלאגט זיך מיט עפעס. אסאך פון די שאטס, ארבייטען אויף דעם וועג, אז מען געט אריין א "פיצעלע" מאס פון די קרענק, און דאס קען די גוף פייטן. אזוי בויעט די גוף אויף א "פאנצער", אז אויב ח"ו די קרענק קומט נאכאמאל - און דאן קען עס דאך קומען אויף א שווערער און נישט א פיצעלע אופן - וועט די גוף האבן די ריכטיגע געווען גרייט עס צו פייטן.

סא פארשטייט זיך אז מען וועט האבן פיבער! אמער די גוף "פייט", און דאס איז דאך וואס מען וויל טאקע.

יישר כח פארן אויפקלערן דאס ענין (און פאר דיינע שטענדיגע אינהאלטסרייכע תגובות), ס'איז אבער נאכאלץ שווער צו זאגן פאר א מאמע גיי מאך דיין קינד קרענקי און אוממוטיג פאר 3 וואכן... אבער וואס טוט מען נישט פארן קינד'ס געזונט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 20, 2013 4:01 pm

איך עס טאקע נישט קיין קעז, ווייל איינמאל ווען איך האב גענומען קעז, איז א קינד אראפגעפאלן פון בענקל און זיך זייער צוקלאפט.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מאנטאג מאי 20, 2013 4:04 pm

ווינקל האט געשריבן:איך עס טאקע נישט קיין קעז, ווייל איינמאל ווען איך האב גענומען קעז, איז א קינד אראפגעפאלן פון בענקל און זיך זייער צוקלאפט.

טאקע ממש די זעלבע, שוין לאנג געזוכט א גוטע משל, טענקס

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג מאי 20, 2013 4:08 pm

ווינקל האט געשריבן:איך עס טאקע נישט קיין קעז, ווייל איינמאל ווען איך האב גענומען קעז, איז א קינד אראפגעפאלן פון בענקל און זיך זייער צוקלאפט.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג מאי 20, 2013 4:18 pm

מען האט שוין אביסעל גערעדט דערוועגן אין איינע פון חזקיהו המלך'ס פאנטאזיע אשכולות.

איך האב קיין צייט אצינד מאריך צו זיין, אבער דער וואס וויל וויסען דר'אמת (לויט וואס די פארשער האבען געפארשט, נישט לויט וואס בעלי דמיון האבען גע'דמיון'ט) איז גאנץ גרינג צו זוכען אויפען געוועב. טייל פון די searchwords קענען זיין:
quack watch
science based medicine
bad science
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 20, 2013 7:48 pm

אייער קיכל, איך פארשטיי זייער גוט וואס דו זאגסט. ביי אונז אין די משפחה האט א קינד דעוועלפט סימפטאמס פון מענעדזשייטעס רח"ל נאך א שאט די פחד איז געווען עד לב השמים, אבער ב"ה מ'איז אפגעקומען בלויז מיט שרעק. און יא, מיר געבן ווייטער שאטס פאר אלע קינדער ווייל מ'דארף געבן שאטס. אז דו ווילסט נישט געבן שאטס איז עס דיין באשלוס און קיינער קען דיך נישט צווינגען. אבער אויב עפעקטירט דיין באשלוס מיין קינדס געזונט איז עס שוין א גרויסע אחריות. ווי יענער וואס מאכט א לאך אין די שיף נאר ביי זיין זיץ.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מאי 20, 2013 8:51 pm

א קעמפ (וואס איז געוויס הארבער ווי א מוסד) אויב האט א קינד קיינמאל נישט באקומען קיין שאטס קען ווערן אנגענומען אויב די עלטערען שרייבן אונטער אזא מין "קאנסענט" אויב האט מען אבער יא אמאל באקומען מוז מען זיין אפדעיטעד..
לעצטענס האט די סטעיט ציגעלייגט א דריטע שאט פון די MMR סעריע נאך א "מאמפס" אויסברוך פאר א יאר צוויי צוריק
MMR איז די ר"ת פון:
Measles, mumps, and rubella פאר אלע גוים..

"דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע יודישע קינדער!"

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג מאי 20, 2013 10:23 pm


ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מיטוואך מאי 22, 2013 2:06 am

געלעגער האט געשריבן:די שרעקליכע מיזעלס עפידעמע האט זיך לעצטענס שטארק פארשפרייט אין די היימישע געגענטער און בפרט אין וויליאמסבורג.

ווי דאקטוירים געבן איבער איז די מחלה אנגעקומען דורך אן אמעריקאנער וואס האט געוויילט אין לאנדאן און עס דארט געכאפט און דערנאך אריין געברענגט אהער. די מחלה האט זיך בעיקר אנגעפאנגן צו פארשפרייטן ביי די וואס גיבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער. פון דארט האט זיך עס פארשפרייט צו אנדערע.

דורך די זעלבע אופן איז עס אויך אנגעקומען קיין ארץ ישראל.

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:17 pm

לאמיר ענק עפעס זאגען, מיזעלס קען זיין א שעדליכע קרענק, חאטשיג מען קען עס היינט גרינג היילען מיט הויכע דאזעס פין איי-ווי ווייטעמין סי, אבער וואקסינס זענען נישט די ענפער,

יעדער וואס וויל וויסען דעם אמת ווייסען שוין היינט אז וואקסינס זענען שעדליך, צי עס העלפט קעגען מיזעלס איז א שטארקע ספק, אבער אז ס'שאדט פאר די מוח איז היינט שוין אלטע נייעס,

לערנינג דיסאביליטיס, ביהעיווערעל דיסאביליטיס, סציאלע דיסאביליטיס, ביז פולע אוטיזעם, די דאזיגע מחלות וואקסען פין יאר צי יאר מיט אסטראנאמיטשע פראצענטען, אין וואקסינס איז א גרויסע חלק די שולד,

ווי לאנג נאך וועט מען אנפילען די אנשטאלטען מיט אידישע קינדער, ווייל א פאר דומע קעפ גלייבען די וואקסין פראפעגאנדע, אין פארשרייען די וואס גלייבען נישט אין וואקסינס אלץ משוגעים חאטשיג זיי רעדען זייער צים זאך,

יעדער וואס געבט וואקסינס אין ווייסט אז ס'קען זיין שעדליך אין טוט עס נישט געהעריג אדורעך פארדעם, קען האבען א דין ווי א רוצח, אנשטאט נעמען א פאר מינוט אין עס ערענסט אדורעך טוהן מיט אחריות, גייט ער אין פארסמ'ט זיינע קינדער פאר'ען לעבען, שעים אן יוא אלל, עטץ זענץ א באנדע פערדען, אין גלייבטס ווייטער ווי די בלינדע קאטשקעס, ס'גיסט זיך בלוט אויף אלע גאסען אין ענק שוטים גלייבען ווי ס'ווען נישט דא קיין מארגען,

האטס רחמנות אויף ענקערע קינדער, הערטס אויף פארגיסען יודיש בלוט, איך האב געטוהן אין דעם ענין אין כ'ווייס וואס כ'רעד, די אלע טפשים וואס גייען דא באלד שרייען ככרוכיא, האבען עס קיינמאל נישט אדורעך געטוהן, זיי שרייען איבער די פראפעגאנדע ווי א טעיפריקארדער, זיי האבען נישט קיין השגה וואס טיצעך מיט זיך,

וואקסינס איז געהעריג א פויזען, אין ס'האט לאנגע טערום עפעקטס אויף די דעוועלאפמענט פין קינדער, דאס איז די מציאות, אין ס'צייט מען זאל זיך אויפוועקען פין טיפען שלאף אין אנהייבען אכטונג געבען אויף די אומשולדיגע קינדערלעך וואס ווערען נעבעך פארסמ'ט על לא עול בכפם,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 22, 2013 1:25 pm

איך קען דיר עפעס פרעגן? די האסט שוין אמאל גערעדט פנים אל פנים (נישט קיין ווידיאוי'ס...) מיט איינער וואס זיינס א קינד איז געשעדיגט געווארן דורך די וואקסינעישן? און אויב יא, ווי אזוי האט עס יענער געפראווט אז דאס איז עס געווען?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך מאי 22, 2013 1:31 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:
איך האב געטוהן אין דעם ענין אין כ'ווייס וואס כ'רעד, די אלע טפשים וואס גייען דא באלד שרייען ככרוכיא, האבען עס קיינמאל נישט אדורעך געטוהן,

אין א מחלוקה צווישן כבודך הרמה אינעם דאקטאר וועל איך ענדערש אננעמען וואס דער דאקטאר האט צו זאגן
און איך זע נאך נישט פארוואס די ביסט ווייניגער א טיפש וואס שרייט ככרוכיא ווי איינער וואס שרייט פארקערט ווי דיר
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:32 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איך קען דיר עפעס פרעגן? די האסט שוין אמאל גערעדט פנים אל פנים (נישט קיין ווידיאוי'ס...) מיט איינער וואס זיינס א קינד איז געשעדיגט געווארן דורך די וואקסינעישן? און אויב יא, ווי אזוי האט עס יענער געפראווט אז דאס איז עס געווען?


כ'גיי זיך נישט טענה'ן מיט דיר ווייל כ'האב זיך שוין מיט דיר געטענה'ט אין כ'בין ביי די איבערצייגונג אז די ביסט נישט אינטערעסירט צי וויסען דעם אמת, די טענה'סט דיר סתם לקנטר,

איין זאך קען איך דיר זאגען אז טאמער די לאזט עס געבען פאר דיינע קינדער אן עס געהעריג אדורעך טוהן, איז עס רציחה, מה לי קוטלא כולא מה לי קוטלא פלגא
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 22, 2013 1:37 pm

חזקי' ווי לאנג דו ביסט משוגע פאר דיר גייט קיינעם נישט אן. די קינדער זענען דיינע און טו דערמיט וויאזוי דו פארשטייסט. איינמאל דיינע אקציעס קענען האבן אן אפעקט אויף אנדערע דארף מען דיך מיט אלע בדומה לך איינשפארן אין אן אנשטאלט און זאלטס עס קראנק מאכן איינעם דעם צווייטן און פרייען פלארייד....

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:38 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:
איך האב געטוהן אין דעם ענין אין כ'ווייס וואס כ'רעד, די אלע טפשים וואס גייען דא באלד שרייען ככרוכיא, האבען עס קיינמאל נישט אדורעך געטוהן,

אין א מחלוקה צווישן כבודך הרמה אינעם דאקטאר וועל איך ענדערש אננעמען וואס דער דאקטאר האט צו זאגן
און איך זע נאך נישט פארוואס די ביסט ווייניגער א טיפש וואס שרייט ככרוכיא ווי איינער וואס שרייט פארקערט ווי דיר


איין זאך איז זיכער אז די מיט דיין דאקטער האבען עס ביידע נישט אדורעך געטוהן אין איך יא, פרעג א פאר קשיות פין דיין דאקטער וועסטע זעהן אז ער ווייסט נישט בחייכון ובימייכון, זיי טוען וואס מען הייסט זיי, מען לערענט זיי אויס אז וואקסינס געבט מען אין פארטיג,

ווען די וועסט אויפהערען גלייבען אין טיטלען, ער הייסט א "דאקטער", נאר וועסט אנהייבען ניצען דיין קאפ, נאך דערצי ביי אזאלכע וויכטיגע ענינים, דאן וועסטע טאקע זיין קלוג,

לערען דיר אויס, די ביסט אחריות פאר דיינע קינדער, נישט דער דאקטער, אין וואקסינס קען זיין רציחה
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:42 pm

געלעגער האט געשריבן:חזקי' ווי לאנג דו ביסט משוגע פאר דיר גייט קיינעם נישט אן. די קינדער זענען דיינע און טו דערמיט וויאזוי דו פארשטייסט. איינמאל דיינע אקציעס קענען האבן אן אפעקט אויף אנדערע דארף מען דיך מיט אלע בדומה לך איינשפארן אין אן אנשטאלט און זאלטס עס קראנק מאכן איינעם דעם צווייטן און פרייען פלארייד....


אין איך זאג, אז די ביסט דער משיגענער, די האסט נישט קיין השגה וואס די רעדסט, די קענסט באשטיין אז די גאנצע שטאט זאל פאר'סמ'ט ווערען אבי די זאלסטעך קענען האלטען ביי דיינע אמונות טפילות, די קריסטען גלייבען אין יאשקע אין די גלייבסט אין וואקסינס, ס'קוקט אויס אז ביי דיר איז עס עבודה זרא מיט שפיכות דמים ציזאמען,

ווען די וואלסט געוואלט וויסען דעם אמת וואלסטו עס גאנץ שנעל געקענט וויסען, נאר די ביסט נישט אינטערעסירט, די ביסט אינטערעסירט זיך צי ווייטער קישען מיט דיין געטשקעלע, שעים אן יוא, וואלסטעך געדארפט פארשטעקען אין א מויזען לאך פאר בושה,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 22, 2013 1:45 pm

חזקיהו דו גייסט אמאל צום דאקטאר? דו וואלסט זיך געלאזט אמאל אפערירן ביי א דאקטאר?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:49 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:חזקיהו דו גייסט אמאל צום דאקטאר? דו וואלסט זיך געלאזט אמאל אפערירן ביי א דאקטאר?


ניין כ'מאך נישט אוועק אלעס אין דאקטאריי, ס'דא חלקים וואס קען ראטעווען לעבען'ס, כ'רעד וועגען וואקסינס, אין מיש נישט קיין קאשע,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך מאי 22, 2013 1:54 pm

זעט אויס מיט די גאזעט זענען זיי שוין פארטיג
הייבט מען יעצט אן מיט אייוועלט.

דער עולם האט געליינט דעם גאזעט די לעצטע פאר חדשים?
דאס איז עס היינו הך, די זעלבע זאך, (ס'קאסט מיר א לאך), הוי כ'ווער שוואך...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך מאי 22, 2013 1:57 pm

געלעגער האט געשריבן:חזקי' ווי לאנג דו ביסט משוגע פאר דיר גייט קיינעם נישט אן. די קינדער זענען דיינע און טו דערמיט וויאזוי דו פארשטייסט. איינמאל דיינע אקציעס קענען האבן אן אפעקט אויף אנדערע דארף מען דיך מיט אלע בדומה לך איינשפארן אין אן אנשטאלט און זאלטס עס קראנק מאכן איינעם דעם צווייטן און פרייען פלארייד....



RT
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 22, 2013 1:59 pm

מילכיגער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:חזקי' ווי לאנג דו ביסט משוגע פאר דיר גייט קיינעם נישט אן. די קינדער זענען דיינע און טו דערמיט וויאזוי דו פארשטייסט. איינמאל דיינע אקציעס קענען האבן אן אפעקט אויף אנדערע דארף מען דיך מיט אלע בדומה לך איינשפארן אין אן אנשטאלט און זאלטס עס קראנק מאכן איינעם דעם צווייטן און פרייען פלארייד....



RT


WRONG
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”