נייע געזעץ: פארלאנגען צו צאלן טעקס פאר אנליין שאפינג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מאי 06, 2013 7:03 pm

וואו קען מען מנחם אבל זיין איבעי?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 06, 2013 7:05 pm

אפעקטירט דאס סיי וועלכער סעללער אויף איבעי, אדער נאר ווער ס'האט א איבעי סטאר?

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג מאי 06, 2013 7:39 pm

אויב יענער פארקויפט פון א מיליאן דאלאר און ארויף א יאר.

אויב האט סענאט דאס דורכגעפירט 69-27, מיינט דאס אז דער געזעץ האט שטארקע שאנסן אין קאנגרעס אויך.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מאי 06, 2013 7:57 pm

עס אפעקט שטארק די איינקויפער אויך, שטימט?

אז די חברה מוזן קאלעקטן מיינט אז דער קויפער מוז באצאלן.

כ'האב פיינט צו באצאלן טעקס פינטל. אבער כ'פארשטיי נישט די וויי געשריי פון איבעי וכדו'. די געזעץ איז אלעמאל געווען אז מען מוז באצאלן אויך טעקס ווען מ'קויפט אין א אנדערע סטעיט (אפי' די פארקויפער האט עס נישט איינקאסירט!). די סיבה פארוואס מ'האט נישט געמוזט קאלעקטן איז געווען א טעכנישע אפהאלט. יעצט ווילן זיי סך הכל אוועקנעמען די זייטיגע אפהאלט און די פארקויפער זאלן יא זיין מחיוב צו איינקאסירן די שטייער וואס קומט זיי בשורות הדין.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג מאי 06, 2013 8:06 pm

דאס איז וואס די שטיצער שרייען, אבער די קעגנער טענה'ן אז פאקטיש נעמסטו מיט דעם געזעץ ארויס פרישע געלטער פון דעם איינקויפער'ס בערזל.

אנדערע שרייען אז דאס וועט עווענטועל שטיפן מענטשן צו איינקויפן ביי אויסלענדישע אי-טעילערס, וואס וועט שאדן מאכן אמעריקאנער ביזנעס.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מאי 06, 2013 8:10 pm

אין אנדערע ווערטער פארלאנג די סטעיטס זאלן אראפנעמען זייערע שטייערן פון איינקויפעניגן ווייל עס שאדט פאר די פארקויפער.

א שיינע דערהער, דארפן זיי אבער מסכים זיין דערצו. לעת עתה פארלאנגט די געזעץ מ'זאל באצאלן ע"כ האבן זיי די רעכט צו פאדערן וואס עס קומט זיי.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מאי 06, 2013 8:44 pm

היימישער איד האט געשריבן:עס אפעקט שטארק די איינקויפער אויך, שטימט?

קענסט איינקויפן ביי ביזנעסער וואס פארקויפן אין דיין סטעיט נאר 900 טויזנט א יאר וועסטו נישט דארפן באצאלן קיין טעקס

אוועטאר
Chuchem Atik
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

תגובהדורך Chuchem Atik » מאנטאג מאי 06, 2013 9:25 pm

די שווערסטע זאך וועט זיין פאר די ביזנעסער אז זיי וועלן זיך ברויכן צושטעלן צו טויזענטער סטעיט און לאקאל טעקסט געזעצן און מעגליך אויך אודיטס פון די אלע סטעיט\סיטיס\קאונטי\טאונס וכו, ווייל אז זיי מוזן קאסירן טעקס פאר זיי, מוזן זיי קענען אוידיטן אז נישט איז גארנישט ווערד, ווייל קיינער וועט נישט צאלן, חוץ אויב די פעדס וועלן עס אנהייבן צו רעגולירן וועט עס אויסשטיין א שווערע לעגאלע פייט אויב די פעדס קענען נעמען סעלס טעקס.
פאר די סענאט און קאנגרעס איז גרינג עס דורכצופירן, ווייל סאיז זיי נישט נוגע, זיי גייען גארנישט האבן דערפון, ווייל די געלט גייט פאר די סטעיטס, אויסער אז די גאווערנערס וואס פארלאנגען עס וועלן זיי מכיר טובה זיין.
אויך וועלן די סטעיטס וואס נעמען כלל נישט קיין סעילס טעקס וועלן פארפירן אז מצווינגט ארויף אויף זיי געזעצן.. בקיצור דאס איז א שטארק פארוויקעלטע נושא.
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מאי 06, 2013 9:31 pm

פארדעם לכאורה פארלאנגט מען עס נאר פון די מיליאנערן, ווייל זיי וועלן נישט אינטערגיין פון אלע אודיטס...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מאי 06, 2013 11:21 pm

פראגרעמערס וועלן האבן אסאך ארבעט איצט...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 07, 2013 9:08 am

שנאפס האט געשריבן:זאלן זיי אייננעמען...



הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל פלעגט זאגן אז א גוי דארף אדער נעמען (שוחד) אדער אייננעמען..


וואס טוט זיך מיט קאנגרעס, האט עס טשאנסען דורכצוגיין דארט אויך?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » דינסטאג מאי 07, 2013 9:19 am

לויט יוסי געשטעטנער איז דא און קאנגרעס א שטאַרקע קעגננרשאפט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 2:24 pm

כ'האב נאך דא נישט אריין גערעדט, ווייל כ'האב געהאט אנגעגרייט אן ארטיקל פאר א "צוועק". אבער עס איז נישט נוגע אויף די מינוט, סא, גייט עטס עס באקומען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 4:58 pm

העיר איט קאמס.

דריי חלקים:

ערשטע חלק איז די נייעס.

צווייטע חלק איז די היסטאריע פארוואס די געזעץ איז געווען ביז היינט אזוי.

דריטע חלק איז די צדדי המחלוקת.

די פערטע (נאכנישט געשריבן) וועט זיין די פאליטישע בליק אויף די זאך. ווער און פארוואס געוויסע פאליטיקאנטן, און פירמעס, שטיצען עס יא אדער נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 5:06 pm

1)

אפהאנדלונג איבער די מעגליכע נייע סעילס-שטייער געזעץ, וואס זאגט אן א גרויסע טוישונגען, אין די אנליין ביזנעס וועלט.


אין די ראמען פון די רעגירונג, ווערן די טעג דעבאטירט - צווישען אנדערע זאכן - צו מען זאל געבן פאר די סטעיטס אין אמעריקע, די רעכט איינצוקאסירן סעילס טעקס, פון מענטשען פון איין סטעיט, וואס קויפן איין "אנליין" – אויף די אינטערנעט – פון אזעלעכע קאמפאניס, וואס זענען קווארטירט אין אנדערע סטעיטס. די פארגעשלאגענע געזעץ הייסט "די מארקעט פלעיס פעירנעס עקט" – "די מארקעט פלאץ יושר געזעץ".

סעילס טעקס.

ווען מען גייט אין א געשעפט איינקויפן סיי וואספארא ארטיקל, דארף מען חוץ די פרייז פאר די פראדוקט, אויך באצאלען א "טעקס" א שטייער. עס ווערט גערעכענט לויט א פראצענט פון די פרייז פונעם ארטיקל, און דאס גייט פאר די רעגירונג, - צווישען אנדערע פארשידענע טעקסע'ס - אויף צו באצאלען די רעגירונג'ס אויסגאבן. עס זענען דא פינעף סטעיטס וואס האבן בכלל נישט קיין סעילס טעקס, אלאסקע, ארעגען, מאנטענע, ניו העמפשעיר און דעלעוועיר. ווידער די איבריגע סטעיטס האבן יא די טעקס, פארשידענע אנדערע ראטעס, מער פראצענט אדער ווייניגער פראצענט. די ראטעס לויפן פון אזוי ווייניג ווי 2.9% פאר קאלעראדא, און אזויפיל ווי 7.5% פאר קאלעפארניע. דאס איז אבער נאר סטעיט טעקס אליינ'ס, צוזאמען די סטעיט מיט לאקעל טעקס, איז די עערידזש סעילס טעקס אין אמעריקע 9.6 פראצענט.

כאטש די סעילס טעקס ליגט אויפן איינקויפער צו באצאלען. האט אבער דער ביזנעס אייגענטומער דעם פאראנטווארטליכקייט עס איינצוזאמלען, און איבערגעבן פאר די שטייער אגענטור.

די פאראנטווארטליכקייט אויפן געשעפט אייגענטומער איז אבער נאר אויב די אדרעסע ווי די פראדוקט וועט ווערן דעליווערט איז אין די זעלבע סטעיט ווי דער געשעפט געפינט זיך.

אויב וועט קומען א איינוואוינער פון א אנדערע סטעיט איינקויפן – כאטש יענער האט די אבליגאציע צו באצאלען די שטייער פאר די סטעיט ווי ער וואוינט – איז נישטא די פאראנטווארטליכקייט אויפן געשעפעט אייגענטומער עס איינצומאנען, וויבאלד די דעליווערי אדרעס איז אין א צווייטע סטעיט. נאר די קאסטימער אליין דארף סוף יאר איינצאלן פאר זיין סטעיט די שטייער. און פארשטייט זיך, אז אויב וועט מען עס נישט איינמאנען, וועט עס כמעט קיינער נישט באצאלען. אין פאקט צאלן היינט נאר בערך 1 פראצענט די טעקס ווען די ביזנעם טוט עס נישט איינקאסירן.

די סיבה פארוואס מען דארף נאר איינמאנען אין די זעלבע סטעיט ווי די ביזנעס געפינט זיך, איז ווייל לויט די פסק פונעם העכסטער געריכט אין אמעריקע איז עס נישט אויסגעהאלטן לויטן קונסטעטוציע, פאר איין סטעיט צו פארלאנגען פון א איינוואונער אין א אנדערע סטעיט, איינצומאנען די שטייער. (מער איבער די קעיס זע אין די אנדערע חלק).

וואס איז יעצט געשען?

למעשה איז עס נישט געווען אזוי שטארק נוגע ביז די לעצטע פאר יאר, ווייל איינקויפונגען פון איין סטעיט צום צווייטען, איז נישט געווען אזא אפטע זאך. פיזיש איינקויפן – אין א צווייטע סטעיט - פארשטייט זיך אליין, פערצענטואל זענען א קליינע צאל מענטשען פון איין סטעיט געקומען צו א אנדערע סטעיט איינקויפן. און אפי' קויפן אויפן טעלעפאן – דורך א קעטעלאג אדער עדווערטייזמענט, וואס איז שוין יא יארן איינגעפירט אויף א רעלעטיוו גרעסערע פארנעם - איז נישט געווען איינגעפירט אזוי אין גרויסען, אז עס זאל מאכן גענוג א גרויסער חילוק אין די רעגירונג'ס איינקונפטן.

אנליין ביזנעס עפאכע, און די גרויסע טויש וואס דאס האט געברענגט.

דאס האט זיך אלעס געטוישט זינט די אויפשטייג פון די וועלט פון אינטערנעט, און אינטערנעט געשעפטן.

היינט איז שוין נארמאל, און גאר אפט, אז איינער זאל קויפן פון איין סטעיט צום אנדערן. און אפי' פון איין לאנד צום אנדערן, אויפן אינטערנעט. די פאסט איז היינט גאר געשמאק אויסגעשטעלט פאר דעם, און יעדער קען זעהן אלע פרייזען פון איין עק לאנד צום צווייטען, אטאמאטיש זענען די פרייזען אנליין אסאך ביליגער, און דאס האט געברענגט אז די "אנליין ביזנעס", איז געווארן זייער זייער שטארק. אין יאר 12' איז די "אנליין ביזנעס" געווען 8 פראצענט פארקויפונגען אין לאנד, מיט איבער 225 ביליאן דאלער אין סעילס. און איז געווען די דריטע יאר וואס אנליין פארקופונגען איז געוואקסען מיט איבער 15 פראצענט איבער א יאר פריער. דאס מיינט אז ווי א יאר שפעטער ווערט אנליין א גרעסערע און גרעסערע חלק פון איינקופונגען.

און וויבאלד עס איז געווארן אזוי שטארק - און זייער אסאך פון די אנליין ביזנעס גייט איבער גרעניצען פון סטעיט'ס - איז אויסגעקומען אז ריזיגע סכומים פון סעילס טעקס, איז נישט געווארן איינקאסירט. די סטעיטס – וואס זענען אזוי שטארק אנגעוויזען אויף די געלטער – האבן זיך דערזהען מיט א ריזיגע לאך אין זייערע איינקונפטן.

לויט א שטודיע איז די פארלוסט פאר די סטעיטס פון נישט איינמאנען סעילס טעקס פון אינטערנעט און קעטעלאג טראנסאקציעס אין יאר 12' געווען, 23 ביליאן דאלער!

און נאך אזאך.

די טראדיציאנאלע פיזישע געשעפטן – וואס ווערט אין ביזנעס שפראך גערופן "בריק ענד מארטער" (שטיין און צעמענט) געשעפטן – האבן אנגעהויבן מאכן א געוואלד. זיי האבן שוין בכלל זיך געדארפט ספראווענען מיט די אנליין קונקורענטץ, און פרייזען ווי די אנליין געשעפטען האבן זיי נישט געקענט געבן, ווייל זיי מוזן באצאלן גרויסע געלטער פאר רענט, לעקטער וכדו'. און דא קומט נאך צו, אז די טעקס - וואס קען אויסמאכן אסאך געלט, איבערהויפט ביי גרעסערע ארטיקלען – וואס זיי – די טראדיציאנאלע געשעפטן - מוזן איינקאסירן, און די צייט וואס די אנליין געשעפטן נישט, איז דאך אויסגעקומען אז די אנליין געשעפטן האבן געקענט געבן נאך בעסערע פרייזען, און מיט דעם נאך מער צוקלאפט די טראדיציאנאלע געשעפטן.

די יעצטיגע דעבאטע.

האט זיך אנגעהויבן א גרויסע דעבאטע אינערהאלב די פעדעראלע רעגירונג, צו טוישען דעם געזעץ. אז די אנליין געשעפטן זאלן אויך מוזן איינזאמלען די סעילס טעקס, אזוי אז די באלאנס צווישען די צוויי סארט געשעפטען זאל ווערן א ביסל מער יושר'דיג, און די רעגירונגען זאלן קענען צוריק געווינען די אלע געלטער וואס זיי פארלירן די לעצטע יארן.

אצינד שטייט פאר קאנגרעס א בילל-געזעץ וואס וועט טוישען די ביז יעצטיגע געזעץ. און אנליין ביזנעסער וואס פירן דורך געשעפטן פאר איין מיליאן דאלער און מער, זאלן מוזן איינקאסירן שטייער פאר די סטעיט ווי די ארטיקל וועט עווענטואל אנקומען. כאטש א מיליאן דאלער קוקט אויס ווי אסאך געלט, דארף מען אבער געדענקען אז מען רעדט נישט ]פון א מיליאן דאלער אין רווח, נאר א מיליאן דאלער אין טראנסאקציעס, וואס פון דעם איז נאר א קליינע פראצענט רווח. דאס מיינט אז יעדע אנליין ביזנעס פון צוויי דריי ארבייטער, מוז מאכן די נומער טראנסאקציעס צו מאכן געלט.

אין יאר 11' איז שוין אזא בילל געווען פאר קאנגרעס, אבער האט נישט געהאט די נוטיגע וואוט'ס אינעם סענאט. אצינד קוקט אויס ווי די בילל האט יא די נוטיגע וואוט'ס אינעם סענאט, און לויט אסאך אנעלעזירער אויך אין די ריפאבליקאנער קאנטראלירטער "הויז", און די פרעזירנט האט שוין געזאגט אז אויב עס קומט אן צו זיין טישעל, וועט ער אינטערשרייבן אזא געזעץ.

צו איז יושר צו מאכן דעם טויש, צו איז גאר נישט-יושר דער טויש, איז א גרויסע דעבאטע, צווישען ביזנעסלייט, רעגירונגס לייט, עקאנעמיסטן, און פארשטייט זיך המון עם. (זעה מער די צדדים אזוי צו אזוי אין די קעסטלעך) מיט וועם די אמת זאל נאר זיין, איז איין זאך זיכער אויב זאל עס קומען צו דעם, וועט עס שטארק אפעקטירן די אנליין געשעפטן, און מאכן ריזיגע טוישונגען ווי אזוי אנליין געשעפטן ווערן געפירט. די אלע וואס פירן געשעפטן אנליין, וועלן זיך דארפן צוגרייטן צו דעם טויש. און זעהן צו מאכן די חשבונות, ווי און וויאזוי "אראפצושלינגען", די ניי געווארענע מציאות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 5:09 pm

2)

פארוואס איז טאקע אזוי, אז מען קען – דערווייל - נישט איינקאסירן די טעקס?


די פאראייניגטע שטאטען פון אמעריקע.

אנדערשט ווי געוויסע קוקען עס אן, איז – וואס מען רופט – אמעריקע, נישט איין גרויסע לאנד, נאר 50 לענדער – שטאטען\סטעיטס – וואס יעדע פון די סטעיטס האט א אייגענע רעגירונג. די סטעיטס צוזאמען זענען "די פאראייניגטע שטאטען פון אמעריקע".

די 50 סטעיטס זענען אבער פארבינדען מיט אסאך זאכן. די זאכן ארבייטן די סטעיטס צוזאמען, אינטער די פעדעראלע רעגירונג, די פעדעראלע רעגירונג איז דאס וואס עס איז געשטעלט אויף די זאכן וואס עס איז נוגע אלע 50 שטאטען צוזאמען.

למשל וואלוטע, מיליטער (געוויסע חלקים פון די מיליטער, די "נעשענאל גארד'ס" למשל , זענען דירעקט אינטער די סטעיט רעגירונג, נישט די פעדעראלע רעגירונג), אפענע גרעניצען פאר מענטשען און פאר האנדל, און נאך אסאך פעדעראלע געזעצען - די קונסטעטוציע - וואס איז שטערקער פון אלע געזעצען וואס איין סטעיט זאל וועלן איינפירן.

קאממערס קלאוס.

איינע פון די וויכטיגסטע אויפגאבעס פון די פעדעראלע רעגירונג, איז זיכער צו מאכן אז האנדל צווישען די 50 סטעיטס גייט אן אומגעשטערט, און אז קיין איינע פון די סטעיטס זאלן נישט מאכן קיין געזעץ וואס שטערט די פרידליכע און גרינגע האנדל פון איין שטאט צום אנדערן.

די כח פון די פעדעראלע רעגירונג – צו רעגולירן האנדל צווישען סטעיטס - ווערט גערופן די "קאממערס קלאוס". דאס איז א חלק פון די קונסטעטוציע וואס גיט פאר קאנגרעס דעם אויסדריקליכען רעכט אויף דעם. און – מכלל הן אתה שומע לאו - די "קאממערס קלאוס" געזעץ האט אטאמאטיש געברענגט די "דארמענט\נעגעטיוו קאממערס קלאוס". דאס איז די פארבאט פאר די סטעיטס צו מאכן געזעצען וואס אפעקטירט האנדל צווישען שטאטן, קאנגרעס איז אויף דעם געשטעלט, און די סטעיטס טארן אין דעם נישט אריין רעדן.

סופרים קארט קעיסעס איבער דעם געזעץ.

מיללער בראדערס קא. איז געווען א געשעפט וואס האט פארקויפט ארטיקלען אין דעלעוועיר - איינע פון די סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטען - . זיי פלעגען - אין דעלעוועיר - עדווערטייזען אין צייטונגען, ראדיא, און דורך שיקן ברייוולעך צו זייערע קוסטעמערס. האט זיך געמאכט אז די עדווערטייזמענטס האט דערגרייכט אויך אריבער די גרעניץ אריין אין די שכינות'דיגע סטעיט מערילענד. און איינוואונער פון מערילענד פלעגן אריבערגיין די גרעניץ קיין דעלעוועיר, איינצוקויפן אין די "מיללער" געשעפט.

מיללער האט נישט איינקאסירט קיין "סעיל'ס טעקס" פון די מערילענד איינוואונער. און וויבאלד די ארטיקלען פלעגען ווערן דעליווערט – קיין מערילענד - מיט א טראק פון מיללער, האט מערילענד ביי א געלעגענהייט "געכאפט" די טראק, און פארלאנגט אז מיללער זאל באצאלן די אלע טעקס'עס אויב זיי ווילען דעם טראק צוריק.

דאס איז געווען אין יאר 54', אין מען איז געגאנגען אין געריכט. די געריכט אין מערילענד האט געפסק'ט אז מערילענד איז גערעכט, און מיללער דארף באצאלען.

די "נעקסוס" געזעץ.

די פסק איז געווארן געווארן אפעלירט ביזן "סופרים קארט" – וואס איז די העכסטע געריכט אין די פאראייניגטע שטאטען.

די סופרים קארט האט געפסק'ט אזוי:

כדי איין סטעיט זאל קענען פארלאנגען אז א ביזנעס זאל איינקאסירן שטייער, מוז די סטעיט וואס וויל איינקאסירן שטייער האבן א "נעקסוס" (א "שטארקע שייכות") מיט די ביזנעס פון וועם זי וויל איינקאסירן, למשל די ביזנעס דארף האבן א געשעפט אין יענע סטעיט, אויפנעמען דארט ארבייטער וכדו'. דאס אז א טראק פון יענע ביזנעס פארט ארום אין די סטעיט, איז נישט גענוג א שטארקע שייכות. און מערילענד קען נישט צווינגען מיללער איינצוקאסירן שטייער.

די סופרים קארט האט באשטעטיגט, אז אויב א סטעיט צווינגט א ביזנעס פון א אנדערע סטעיט איינצוקאסירן שטייער, איז עס קעגן דעם "קאמערס קלאוס", וואס פארבאט איין סטעיט צו צווינגען עפעס אין האנדל אויף א צווייטע סטעיט.

אין יאר 67' איז די פראגע נאכאמאל אויפגעקומען אין סופרים קארט. דאס מאל איז עס געווען די סטעיט "אילינויס" קעגן א קאמפאני "נעשענאל בעלאס העיס" וואס איז געווען קוואטירט אין די סטעיט "מיזורי",.

די קאמפאני איז געווען א "מעיל ארדער" קאמפאני, דאס הייסט נישט קיין "סטאר", נאר זיי האבן געשיקט קעטעלאגן ארום די גאנצע פאראייניגטע שטאטען און חוץ פון די קעטעלאג'ס האבן זיי נישט עדווערטייזט אין קיין שום סטעיט.

דאס איז שוין געווען א שטאפעל ווייטער. ווייל עפעס א שייכות האט דאך די קאמפאני געהאט מיט די אנדערע סטעיטס. דאס שיקען קעטעלאג'ס פאסט, פעקלעך צו די סטעיט. און אילינויס האט געטענה'ט אז דאס איז א גרעסערע שייכות ווי די פאל ביי מיללער ווי מענטשען פון אנדערע סטעיטס זענען פון זיך אריבער געקומען.

מעיל (פאָסט) "נעקסוס".

די סופרים קארט האט גפסק'ט אז אויב די גאנצע שייכות פון א ביזנעס מיט א סטעיט איז דורך די פאסט, איז עס נישט גענוג אז די סטעיט זאל קענען צווינגען די ביזנעס איינצוקאסירן שטייער.

אין 77' האט די סטעיט מיסיסיפי אנגעקלאגט א קאמפאני "קאמפליט אוטא טראנזיט". די קאמפאני פלעגט אריבער פירן פערטיגע אוטאס - געבויט דורך דזשי. עם. אין מישיגען - פון די באן ווען עס איז אנגעקומען אין מיסיסיפי, צו די געשעפטן אין מיסיסיפי ווי עס איז געווארן פארקויפט.

די קאמפאני האט געטענה'ט אז זיי זענען נישט קיין עקסטערע קאמפאני וואס ארבייט נאר אין מיסיסיפי, נאר זיי זענען א חלק "פון די וועג" וואס די אויטאס ווערן דעליווערט פון מישיגען צו מיסיסיפי. און אויב אזוי איז עס "אינטערסטעיט קאמער'ס" (געשעפטען וואס ווערן געפיער אריבער גרעניצען) און מיסיסיפי האט נישט קיין רעכט צו פאלאנגען פון איר קיין שטייער.

"דו פראסעס"

די סופרים קארט האט אבער אין דעם פאל געפסק'ט קעגן די קאמפאני.

זיי האבן געזאגט אזוי. דאס אז די קאמפאני אפערירט נאר אין מיסיספי, און די סטעיט מוז צושטעלען למשל די ראוד'ס, פאליציי וכדו', איז עס א "אומ'יושר" אז זיי זאלן זיין פטור פון באצאלען, און וויבאלד עס איז נישט יושר'דיג, גייט עס קעגן די "דו פראסעס" פון די קונסטעטוציע.

די "דו פראסעס" קלואס, איז א געזעץ אין די קונסטעטוציע וואס איז געמאכט צו פארזיכערן יושר צווישען די סטעיטס. און וויבאלד עס איז קעגן די "דו פראסעס", ווייל א קאמפאני אין איין סטעיט האט מער פריוועליגיעס ווי א קאמפאני אין א אנדערע סטעיט, קען מיסיסיפי איינקאסירן די שטייער.

די - "דו פראסעס" - געזעץ האט די סטעיט "נארט דיקאטע" פרובירט צו נוצן – אין 92' – קעגן די באוויסטע "קוויל אפיס סופלייס".

קוויל האט געהאט געוויסע "פלאפי דיסקס" (פאר די וואס געדענקען דאס שוין נישט, דאס איז געווען די פארגייער פון די "סי. די.", וואס ווערט שוין אליין אויך זעלטענער און זעלטענער גענוצט) די דיסק'ס האט קוויל "געבארגט" פאר אירע קוסטעמער'ס, און אויף די דיסק'ס איז געווען א פראגראם וואס האט געהאלפן פאר די קוסטעמער'ס האלטן חשבון איבער די ארטיקלען וואס קוויל פארקויפט.

נארט דיקאטע האט געטענה'ט אז וויבאלד די "דיסק'ס" וואס זענען די אייגענטום פון קוויל, און די דיסק'ס געפינען זיך אין זייער סטעיט, איז גענוג אז עס זאל הייסן אז קוויל האט א שייכות מיט נארט דיקאטע, און אויב קענען זיי נישט צווינגען איינצוקאסירן שטייער איז עס קעגן די "דו פראסעס", און זיי האבן פארלאנגט אז זיי זאלן קענען צווינגען קוויל איינצוקאסירן סעיל'ס טעקס.

די סופרים קארט האט געפסק'ט אז כאטש אין 77' האט די קארט געפסק'ט קעגן "קאמפליט אוטא טראנזיט" צוליב "דו פראסעס", איז עס נאר געווען ווייל די שייכות פון די קאמפאני מיט די סטעיט איז געווען גענוג שטארק, און דאן קומט אריין די "דו פראסעס" געזעץ, און קען מאכן רעגולאציעס. אבער דאס אז די דיסק'ס זענען אין די סטעיט, איז נישט גענוג א שייכות, און די "דו פראסעס" געזעץ גייט נישט אן.

אין היינטיגען טאג.

די קארט האט אבער אין 92' אינטערגעשטראכן א זייער וויכטיגע פונקט.

די קארט האט קלאר און דייטליך ארויסגעשריבן, אז קונגרעס האט די רעכט צו טוישען דעם געזעץ, און זיי קענען באשליסן אז איין סטעיט קען יא צווינגען א ביזנעס אין א צווייטע סטעיט איינצוקאסירן שטייער. נאך מער די קארט האט בפירוש געבעטן קאנגרעס צו מאכן אזא געזעץ, צוליב דעם וואס מען האט פאראויס געזעהן, אז אין די אינטערנעט עפאכע, וועט די פראגע ווערן מער און מער ברענעדיג, אזוי ווי עס איז טאקע געווארן.

און דאס איז יעצט די פראגע וואס עס שטייט פאר קאנגרעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 5:12 pm

3)

איז די נייע סעילס שטייער א גוטער און יושר'דיגר געדאנק צו נישט? די צוויי זייטען פון די מטבע.


די צד אויף יא איינפירן די נייע געזעץ.

די צד צו זאגן אז מען זאל איינפירן דעם געזעץ איז גאנץ פשוט.



היינט צוטאג'ס ווען מען קויפט איין אין א פיזישער געשעפט, איז די פרייז לויט וויפיל דער געשעפט וויל פארדינען, און צוגאב צו דעם איז דא א פראצענט סעילס שטייער. די אנליין געשעפטען וואס דארפן נישט איינקאסירן די שטייער קענען פארשטייט זיך געבן א בעסערע פרייז. עס קען אויסמאכן אסאך געלט. לויט די עוורעדזש סעילס טעקס אין אמעריקע – סטעיט און לאקעל – פון באלד 10 פראצענט טעקס, מאכט עס אויס באלד 10$ אויף יעדע 100$ וואס מען געט אויס. אז מ'קויפט למשל א קומפיוטער פאר 800$ וועט עס אויסמאכן קרוב צו 80$ וואס א פיזישער געשעפט "מוז" זיין טייערער פון א אנליין געשעפט.

און די פיזישע געשעפטן שרייען אז דאס איז נאך חוץ פון דעם וואס זיי מוזן בכלל זיין טייערער פון די אנליין געשעפטן, צוליב רענט, יוטילעטיס, און נאך פארשידענע אנדערע אויסגאבן. אפי' אזא קלייניקייט ווי טיקעט'ס וואס א פיזישע געשעפט קען באקומען ווייל פארענט פון זיין געשעפט איז געווען נישט גענוג ריין, פאנגט ער אן מיט א שוואכקייט אין די פרייז פארמעסט, און אז עס קומט נאך צו דאס אויך, איז עס שוין געפערליך.

און די פיזישע געשעפטן ווילן טאקע אז לויט די נייע געזעץ זאל די געשעפטן מוזן איינקאסירן טעקס אפי' זיי מאכן נישט קיין מיליאן דאלער אין סעילס, ווי די נייע געזעץ שרייבט פאר. זיי זאגן אז זיי – די פיזישע געשעפטן - דארפן איינקאסירן פון די ערשטע דאלער אין סעילס וואס זיי מאכן פארוואס זאלן די אנליין געשעפטן נאר צאלן ווען עס איז אזא געשעפט וואס פארדינט פון איין מיליאן און העכער.



די פיזישע געשעפטן טענה'ן אויך, אז זייער אסאך מענטשן קומען אריין אין געשעפט, קוקען וואס זיי ברויכען, און דערנאך גייען זיי איינקויפן אנליין! און דאס איז בכלל עפעס וואס די אנליין מאכן שאדן פאר די פיזישע געשעפטן.

אבער אויף דעם ענטפערען די אנליין געשעפטן, אז דאס געשעט פארקערט אויך. מענטשן גייען אנליין, באקוקען אלע פרטים – וואס זיי שפירן נישט באקוועם צו באלעמוטשענען א מענטש – און דערנאך קויפן זיי אין א פיזישע געשעפט.



און דאס וואס די קעגנער זאגן אז עס איז א "נייע טעקס". איז נישט אמת. ווייל מען דארף לויט די געזעץ סייווי באצאלן די טעקס, נאר די געשעפט האט נישט קיין רעכט עס איינצומאנען, דער מענטש אליין דארף עס באצאלן. ממילא איז עס טעכניש נישט קיין נייע טעקס.



און אויך זענען דא וואס זאגן, אז אויב די סטעיטס וועלן קענען איינמאנען גענוג סעילס טעקס, וועט עס גורם זיין אז "איינקום טעקס" וועט קענען ווערן ביליגער, ווייל די לאך וועט געדעקט ווערן מיט סעילס טעקס. און דאס אז מען זאל ענדערשט באצאלען "סעילס טעקס" ווי "איינקום טעקס" איז זייער א ליעבליכער געדאנק פאר אסאך רעכט גענויגטע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט. (אין פאקט איז עס אביסעל ווי די "פלעט טעקס" פלאן, וואס אסאך רעכטע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט ווילען שוין לאנג איינפירן. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)

די צד אויף ניין.


די ערשטע און פשוט'סטע טענה אויף די געזעץ איז, אז יעדע אנליין גשעפט וועט אצינד מוזען האנדלען מיט יעדע סטעיט'ס טעקס געזעצען עקסטער, און נאך מער מיט יעדע לאקאלע טעקס געזעץ עקסטער.

און אפי' די סטעיט טעקס איז עס טאקע נאר 45 עקסטערע סטעיט'ס (אזויפיל סטעיטס האבן סעילס טעקס) – וואס איז אויך אסאך לויט די קעגנער פון די ביל – איז עס אויף די לאקאלע לעוועל, 9,600 עקסטערע טעקס געזעצען! און יעדע פון די 9,600 האט פארשידענע חלקים. למשל אין א דיסטריקט אין א געוויסע סטעיט איז דא א טעקס אויף די "פאמפקין" פרי – וואס די גוים לייגען ארויס פאר זייערע חגאות –אויב מען קויפט די פרי פאר "דעקארעשאן" אויסשטעלונגען, אבער אויב מען קויפט עס צום עסן, נישט. אזוי אז עס וועט ממש זיין אוממעגליך נאכצוגיין די טויזענטער דעטאלען און עס אויסצופירן.

די אמת איז אז די פארגעשלאגענע געזעץ באוואורענט דעם פראבלעם. די געזעץ פארלאנגט פון די סטעיטס, אז כדי צו קענען פאקטיש אויספירן דאס איינקאסירן די טעקס, מוזן די סטעיטס מאכן זייער טעקס קאוד "גרינג". בעיקר מיט צושטעלען פראגראמען, וואס די אנליין געשעפטן קענען ארויף לייגען אויף זייער וועבזייטלן, וואס זאל אטאמאטיש אויסרעכענען אויב מען דארף אויף די ארטיקל צאלן שטייער אין יענע געוויסע סטעיט, און וויפיל עס דארף זיין. און אויך אז אלע שטייערן פון די גאנצע סטעיט זאל ווערן קאנטראלירט פון איין סענטראלע אגענטור.

אבער דאס וועט נאר העלפן א חלק פון די פראבלעם – זאגן די קעגנער פון די געזעץ -. ווייל אויב למשל א סטעיט וועט ווילן מאכן א "אודיט". א אודיט איז א איבערזיך, ווען די שטייער באמטע גייען איבער א ביזנעס צו ער האט טאקע באצאלט די שטייער וואס ער קומט, דאס ווערט געטאן כסדר אויף ביזנעסער. עס גייט נישט אין קיין ספעציפישע רייע, נאר מען קלויבט ארויס ווי א גורל, אזוי אז יעדע ביזנעס ווייסט אז עס קען פאלן די גורל אויף אים, געט יעדער אפבאכט. פארשטייט זיך אויב מען איז חושד א ביזנעס, וועט מען אויך מאכן א אודיט, אפי' עס איז נישט יענעמס רייע. און אז א סטעיט וועט ווילען מאכן אזא אודיט אויף א געוויסע אנליין ביזנעס, וועט אויסקומען אז יעדע אנליין ביזנעס, וועט דארפן אויפהאלטן צענדליגער אדוואקאטען און אקאונטענטס, וואס זאלן צוזאמען זיך קענען ספראווענען פון יעדע אודיט וואס קען קומען פון יעדע סטעיט. דאס איז א נייע אויסגאבע פאר די ביזנעסער. און אזוי אויך דאס פיילען טעקס סוף יאר, וועט מען דארפן האבן טייערע עקאונטענט וואס קען די געזעצען פון יעדע סטעיט, און דאס וועט זיין באדייטענט טייערער פון א אלגעמיינע עקאונטענט וואס פראקטעצירט נאר אין איין סטעיט.

די עקספענסעס זענען עפעס וואס די פיזישע געשעפטן דארפן נישט האבן, ווייל זיי וועלן ווייטער נישט דארפן באצאלען קיין שטייער פאר אנדערע סטעיטס.
און נאך מער.

די פראגראמען וועלן זיין זייער שווער צו אהערשטעלען. אין פאקט עס האט גענומען פאר "אווערסטאק דאט קאם" – איין אזא גרויסע אנליין פירמע – 9,412 שעה פאר 20-30 פראפעשענעל פראגראמערס, אין לויף פון 5 חדשים, צוצושטעלן א פראגראם פאר בלויז נאך איין סטעיט!

און דאס איז א פרייוואטע קאמפאני, נשיט קיין שטאטישע ביוראקרעסי. כ"ש ווי שווער עס וועט זיין פאר א סטעיט. דאס זאגן די קעגנער, וועט גורם זיין אז די פראגראמען וועלן קיינמאל נישט זיין פערטיג הונדערט פראצענט, און ארבייטען ווי עס ברויך צו זיין. און די סטעיטס וועלן שוין אנהייבן פארלאנגען טעקס, און אז א געשעפט וועט טענה'ן אז די פראגראם איז נישט גוט, וועט ער מוזן גיין אין קארט קעגן א סטעיטס, דאס וועט אפקאסטען שווערערע געלטער, וואס סתם א ביזנעס קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן.



און דא קומט צו נאך א טענה.

דאס אז עס וועט קאסטען אזויפיל געלט צייט און ארבייט אויסצופאלגען דעם געזעץ, וועט גורם זיין אז בשעת עס העלפט פיזישע געשעפטן – וואס איז דאך אפיציעל די סיבה פארוואס מען וויל די געזעץ - טוט עס אין די זעלבע צייט נאך מער ווי די רווח, שאדן מאכן פאר די "קליינע" אנליין געשעפטן!

די גרויסע אנליין געשעפטן, וואס מאכן מיליאנען - צו גאר ביליאנען - אין סעילס א יאר, וועלן זיך קענען ספראווענען מיט די אלע נייע רעגולאציעס, אבער א קליינע ביזנעס, וועט אין אזא פאל ווערן דערטראנקן.

די פירער פון "איבעי" – די אנליין ריטעיל און לעצוטאציע פירמע – זאגט טאקע וועגן דעם, אז ער איז נישט בעצם קעגן דעם געדאנק פון איינקאסירן שטייער, אבער עס זאל נישט געלייגט ווערן אויף א פירמע וואס האט סעילס פון אונטער 10 מיליאן דאלער, נישט איין מיליאן דאלער ווי עס איז יעצט פארגעשריבן.

אבער אנדערע טענה'ן אז אפי' פאר א פירמע וואס מאכט 10 מיליאן דאלער געשעפטען, איז די געשעפט'ס רווח – די פראצענט פון די סעילס – נאך אלס ווייט פון גענוג פון צו קענעם דעקן די אסטראנאמישע הוצאות, וואס קענען צוקומען.

בכלל זאגן זיי, די גרויסע פירמעס – סיי פיזישע און סיי אנליין - האבן ריזיגע לאבי גרופעס וואס מאכן זיכער אז די פירמעס באקומען גונסטיגע דילס און אויסנאמען פון די סטעיטס, אז זיי זאלן דארט מאכן ביזנעס. אזוי אז אפי' די געזעץ זאל דורכגיין, וועלן די גרויסע אנליין געשעפטן זיך קענען א עצה געבן למחצה לשליש ולרביע. זיי וועלן שוין זיכער מאכן צו באקומען ערגעץ א ביינדל, וואס זאל דעקן די נייע לאך וואס עס האט זיך געמאכט. אבער די קליינע פירמעס האבן דאך נישט אזא בודזשעט זיי זאלן זיך קענען ערלויבן לאבאינג, און דאס וועט זיין נאך אזאך וואס מען מאכט שאדן פאר "קליינע ביזנעסער", זיי וועלן ווערן צושמיסען מוזן הייבן די פרייזען, און די גרויסע ווען ווייטער געבן ביליג.



דערנאך זאגן די קעגנער אזוי. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז די אנליין געשעפטן האבן א גרינגערע פעלד ווי די פיזישע געשעפטן וועגן די הוצאות וואס זיי שפארן – ווי רענט און יוטילעטיס וכדו' - ווייל פון די אנדערע זייט האבן זיי סאך א שווערערע פעלד.

די אנליין געשעפטן מוזן קונקורירן מיט געשעפטן איבער די גאנצע לאנד, און איבער די גאנצע וועלט! יעדער איינקויפער אנליין, זעהט אלע פרייזען פאר די אויגן. מוזן זיי געבן גאר גינסטיגע פרייזען, און וועגן דעם זענען זייערע רווחים ממש מינאמאל. אבער די פיזישע געשעפטן מוזען זיך צו מערסטענס ספראווענען מיט צוויי דריי געשעפטן פון די געגענט. א נארמאלע מענטש וואס גייט איינקויפן אין א פיזישע געשעפט, וועט נישט ארום פארן שעות ארוכות און באקוקען פרייזען אין אנדערע געשעפטן, געווענדליך וועט ער אריין גיין אין געשעפט און קויפן, העכסטענס וועט ער קוקען נאך איין אדער צוויי געשעפטן. אבער אנליין, פארוואס זאל ער נישט קוקען פאר די בעסטע פרייז, עס געדורט דאך ממש עטליכע סעקונדען, און מען זעהט פרייזען פון די גאנצע וועלט.
נאך א פונקט, וואס שניידט די רווחים פון די אנליין געשעפטן איז שיפינג. א פיזישע געשעפט ווי א מענטש קומט אריין, וועט ער געווענדליך קויפן און אליינ'ס אהיים פירן דעם ארטיקל. אבער אנליין איז נישטא אזא זאך. יעדע פירמע מוז צושטעלען שיפינג, און ווייטער וויבאלד עס איז אזא גרויסע קונקורענץ, מוז מען צושטעלען פאר גאר ביליג די שיפינג אדער אפי' גאר אומזינסט.

ממילא – זאגן די אנליין געשעפטן – אז באמת סוף דבר, איז די רווח פון זיין אנליין, בכלל נישט אזא גרויסע מציאה, און אז מען זאל זיי איצט צולייגן דעם טעקס. וועט עס נאך מער אנשטרענגען זייער סך הכל פארדינסט.



אויך זענען דא אזעלעכע וואס זאגן, אז די געזעץ וועט ארויסשטיפן פירמעס פון אמעריקע. ווייל אינטערנעט איז דאך אלטוועלטליך, און כאטש שיקן פעקליך פון אנדערען עק וועלט איז שווערער, טייערער און נעמט לענגער ווי אין אמעריקע. אבער שיקען א פעקל פון א נאנטער לאנד ווי קאנאדא אדער מעקסיקא, איז נישט צופיל שווערער ווי אין לאנד פון איין עק צום אנדערע. איז פארוואס זאל א פירמע בלייבן אין אמעריקע אויב עס וועט אין טייער קאסטן. וועט ער גיין קיין אויסלאנד, און די סטעיטס וועלן ווייטער נישט האבן די טעקס, און נאך פארלירן ארבייט פאר אירע בירגער אויך.

און בכלל, די אנליין טענה'ן אז עס גייט געשען צו זיי – פון די אלטועלטליכע קונקורענץ – דאס וואס איז געשען צו די פיזישע געשעפטן פון די אנליין קונקורענץ! די גאנצע וועלט וועט ווייטער געבן ביליגע פרייזען אן די נייע טעקס, און די אנליין געשעפטן אין אמעריקע, וועלן מוזן איינקאסירן די טעקס.



אויך זענען דא וואס זאגן, אז אויב עס וועט דורכגיין, וועט עס אנרייצן דעם אפעטיט פון די סטעיטס צו העכערן שטארק די סעילס טעקס פאר אנליין געשעפטן. עס איז דאך א נייע קוואל פון איינקונפט. און די מורא אז עס וועט שאטן פאליטיש, און מען וועט עס אנזעהן ביי די וואלען – וואס דאס איז דאך וואס האלט די פאלעטישענס אין די ראמען - וועלן זיי היצט זיך נישט דארפן זארגען, ווייל עס איז דאך אזעלעכע מענטשן פון אויסער די סטעיט, וואס קענען נישט אריינרעדן. און דאס וועט ארויף טרייבן טעקס גאר הויך.



און די סטעיטס וואס האבן נישט קיין סעילס טעקס, שרייען אז עס וועט אוועק נעמען די רווח פון אפערירן א אנליין ביזנעס אין זייער סטעיט, וויבאלד מען וועט סיי ווי דארפן צאלן פאר די אנדערע סטעיט'ס. און דאס וועט זיי מאכן ריזיגע שאדנ'ס.



און דערנאך איז דא די וויכטיגע פרייוועסי טענה.

ביז היינט ווען איינער קויפט איין אין א געשעפט, אפי' ער באצאלט טעקס, ווייסט נישט די רעגירונג וואס ער האט געקויפט. זיין נאמען איז נישט צוגעבינדן צום ארטיקל וואס ער האט געקויפט. און ווען מען קויפט אנליין ווייסט ווייטער נישט די רעגירונג. כאטש זיין נאמען איז יא צוגעבינדען צום ארטיקל - צוליב די אדרעס און אנדערע אינפארמאציע וואס מען מוז געבן ווען מען קויפט אנליין – איז עס אבער נישט פארבינדען מיט די רעגירונג. אבער אז מען וועט מוזן צאלן די שטייער, און די רעגירונג וועט דאך ווילען נאכקוקען צו מען צאלט טאקע, וועט דאך די רעגירונג פארלאנגען צוטריט צו די אלע טראנסאקציעס, און פונקטליך קענען קונטראלירן וואס אין ווען און וויפיל יעדער האט סיי וואס געקויפט! דאס איז עפעס וואס שמעקט גאר ווייניג פאר די אמעריקאנער בירגער, וואס ווילן פראקטעצירן די פרייהייט געזעצן מיט וואס אמעריקע שטאלצירט אזוי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 07, 2013 5:21 pm

געוואלדיג קלאר! כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם. יישר כח לכתחילה-אריבער!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » דינסטאג מאי 07, 2013 5:29 pm

איז דא א שאצונג פון די רעגירונג וויפיל געלט סגייט אריינברענגן אויב די געזעץ גייט אדורך?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מאי 07, 2013 5:53 pm

WOWOWOWOWOWOW

זייער שיין באשריבן, יישר כח

---

איין קשיא, אויב מען קויפט עפעס פון קאנאדא, קאסט עס נישט קיין אימפארט טעקס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 07, 2013 5:58 pm

שנאפס האט געשריבן:איין קשיא, אויב מען קויפט עפעס פון קאנאדא, קאסט עס נישט קיין אימפארט טעקס?

נעפטע (NAFTA - North American Free Trade Agreement)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מאי 07, 2013 6:02 pm

דאן פארוואס קאסט אימפארט טעקס ווען איינער פון קאנאדא קויפט פון דא?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג מאי 07, 2013 6:05 pm

WOW לכתחילה

סארי, כאב נישט די ווערטער וואס צו זאגן.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מאי 07, 2013 6:11 pm

קענסט דאך מאכן א גאנצן ספר דערפון 'סעילס טעקס עם לכתחילה המפורש'
נאך איין מזל אז מ'דארף דיר נישט באצאלן קיין סעילס טעקס פארן שרייבן..

איש יהודי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:06 am
לאקאציע: אונטער׳ן מאמעס פארטוך

תגובהדורך איש יהודי » דינסטאג מאי 07, 2013 6:21 pm

טיפיקעל לכתחילה..

יישר כח! אין מילים!
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלט ווען די גאנצע אידישע וועלט, זיך געפונען דא צווישן די שפאלטענעס פון ׳איי וועלט׳..!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט