מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 3:51 pm

דריידל האט געשריבן:יהודה משי זהב האט געלאזט וויסן אז ער האט חשק זיך אריינצולאזן אין פאליטיק. ער זאגט אז ער וויל נישט לויפן אויף די פרומע פארטייען ווייל זיין ציל איז צו פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע און אויך איז ער א גרויסע חסיד פון אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט. ס'שמעקט אים צו לויפן פאר אן אמט אין די ליכוד פארטיי

פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע?

אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט מיינט ציווילע גיטין און קדושין און פארקויפען חזיר אין ירושלים; דאס וויל ער?

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... _and_state

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... ted_States
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

טייטל
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 4:31 pm

SPUSMN האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:יהודה משי זהב האט געלאזט וויסן אז ער האט חשק זיך אריינצולאזן אין פאליטיק. ער זאגט אז ער וויל נישט לויפן אויף די פרומע פארטייען ווייל זיין ציל איז צו פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע און אויך איז ער א גרויסע חסיד פון אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט. ס'שמעקט אים צו לויפן פאר אן אמט אין די ליכוד פארטיי

פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע?

אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט מיינט ציווילע גיטין און קדושין און פארקויפען חזיר אין ירושלים; דאס וויל ער?

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... _and_state

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... ted_States

ווילסט העכט וויסן וואס ער וויל? ער וויל לויפן און ערוועלט ווערן, דעטציט. אלעס אנדערש איז נאר די אמצעי.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 5:07 pm

SPUSMN האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:יהודה משי זהב האט געלאזט וויסן אז ער האט חשק זיך אריינצולאזן אין פאליטיק. ער זאגט אז ער וויל נישט לויפן אויף די פרומע פארטייען ווייל זיין ציל איז צו פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע און אויך איז ער א גרויסע חסיד פון אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט. ס'שמעקט אים צו לויפן פאר אן אמט אין די ליכוד פארטיי

פאראייניגען די פרומע מיט די פרייע?

אפטיילן רעליגיע פון גאווערנמענט מיינט ציווילע גיטין און קדושין און פארקויפען חזיר אין ירושלים; דאס וויל ער?

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... _and_state

https://en.wikipedia.org/wiki/Separatio ... ted_States

קענסט איהם נישט?
ער'ז געווען וועלטס קנאי אמאל, ארויס געבן מיליטאנטישע ספרים קעגן ציונית, פלוצלינג געווארן... ער האט אפילו גארנישט מיט קיין איין חרדי'שע פארטיי.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 5:23 pm

ער האט [אמאל...] ארויס געגעבן דעם ספר 'מסע המלכות' נסיעת אדמו"ר הברך משה לארץ ישראל בשנת תשמ"ג
אויך דעם ספר 'דה-האן' רצח הראשון הציוני בארץ ישראל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:42 am

ווייס פרעזידענט פעס קומט מיטוואך באזוכן ארץ ישראל, עס איז דא א פארדאכט אז זיין באזוך גייט ברענגן א אנגעצויגענקייט, צוליב דעהם וואס ער גייט גיין באזוכן די כותל, די ערשטע מאל אין די היסטאריע אלס א אפיציעלע באזוך, נישט ווי טראמפ וואס האט געמאכט א פריוואטער באזוך.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:53 pm

לחם לשובע האט געשריבן:ווייס פרעזידענט פעס קומט מיטוואך באזוכן ארץ ישראל, עס איז דא א פארדאכט אז זיין באזוך גייט ברענגן א אנגעצויגענקייט, צוליב דעהם וואס ער גייט גיין באזוכן די כותל, די ערשטע מאל אין די היסטאריע אלס א אפיציעלע באזוך, נישט ווי טראמפ וואס האט געמאכט א פריוואטער באזוך.

אפגעשטופט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:54 pm

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 4:56 pm

א דריי טאגיקע פילאבאסטער איז פארגעקומען די לעצטע דריי טאג און א ציה און די כנסת המינים פארלאמענט, תוליב עפעס א קאנטערווערסיאלער געזעץ וואס די קאעליציע וויל דערויף שטימען.
http://www.jdn.co.il/wp-content/uploads ... fd3de7.mp4

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:38 pm

דער אראבער פירט די כנסת...
שיין זעהן זיי אויס
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:52 am

נייע סקר צייגט לפיד איז שטערקער פון ביבי מיט מנדטים
אבער ווען עס קומט צו צאמשטעלן א ממשלה האט לפיד נישט קיין ערענסטע טשאנס און ביבי קען יא

אבי גבאי האט שוואכער געמאכט זיין פארטיי צו בלויז 12 זיצן און שס איז יעצט ביי 4 ווידער בענעט שטארק זיך און די לעצטע פאולס מיט עטליכע זיצן מער

איין וויכטיגע פאקטאר
אן ליבערמאן קען ביבי נישט מאכן קיין ממשלה אנדערש וואו די יעצטיגע ממשלה וואו ליברמאן איז צוגעקומען שפעטער

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:30 am

עס גייט זיין בחירות יעצט (אדער האלט עס ביים צוזאם פאלן)?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:52 pm

ווי עס הייסט אצינד וועט דאס פארקומען אנפאנג תש"פ (משיח זאל דא זיין פריער), אבער אין די קינדערגארטן כנסת איז דא יעדן טאג נייעס וואס טוישט די אויסגאנג, וויבאלד דאס איז געבויעט אויף פארטייען נישט אויך פערזאנען.

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:55 am

אין כנסת איז אדורך די 'חוק המרכולים' וואס געט כח פארן אינערן מיניסטער, כהיום ארי' דרעי פון ש"ס, צו האבן די לעצטע ווארט איבער האלטן אפען סופערמארקעטס אין שבת מיט א מערהייט פון 58 קעגן 57.

אויב פארשטיי איך גוט מיינט עס אז דער אינערן מיניסטער קען הייסן פארשפארן די געשעפטן אפי' אויב די לאקאלע שטאטראט געט יא רשות צו האלטן אפען די געשעפטן אין שבת.

די חרדישע חברע כנסת האבן געהאט געשטעלט די געזעץ אלץ איינע פון זייערע הויפט פארלאנגען ביים אריינגיין אין די קאליציע, און ביבי האט הייסט עס גאנץ שווער געארבעט זיכער צו מאכן אז דער געזעץ גייט דורך און זיין רעגירונג צופאלט אים נישט.

די געזעץ עסקלודעט געוויסע סטארס וואס וועלן יא מעגן זיין אפען שב"ק ווי די עסן געשעפטן נעבן געז סטעישענס.

א חלק פון די קאליציע מיטגלידערס האבן געשטימט קעגן דעם געזעץ אריינגערעכענט 4 ח"כ פון ליבערמאנ'ס ישראל ביתינו, אנדערע האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען, למעשה איזעס דורך מיט איין שטומע.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:04 pm

טאקע אן אויפטו, אזוי אז ווען דער אינערן מיניסטער וועט זיין א פרייער, וועט ער קענען טוען כטוב בעיניו...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:33 pm

דורך נאך לאנגע וואכן פארהאנדלונגען.
דער שר הפנים קען נישט הייסען עפענען, ער קען נאר שטערן די שטאט ראט צי עפענען אויב זיי ווילן עפ"י דער חוק עזר עירוני.

פקודת העיריות מסמיכה את העיריות להסדיר בחוק עזר עירוני את פתיחתם וסגירתם של עסקים שונים. בתיקון לפקודת העיריות, שאושר בכנסת בינואר 2018 (ונודע בשם "חוק המרכולים"), נקבע שחוק עזר עירוני בעניין פתיחתם וסגירתם של חנויות ובתי מלאכה בימי מנוחה טעון הסכמה של שר הפנים, והשר לא ייתן את הסכמתו אלא אם כן פתיחתם של העסקים בימי מנוחה, כפי שמוצע בחוק העזר, נדרשת כדי לספק צרכים אשר לדעת השר הם צרכים חיוניים. כלל דומה נקבע בפקודת המועצות המקומיות.[

שווער צי פארשטיין וואס איז די מעכטיגע הנתגדות וואס עס איז געווען ביי די פרייע, עכ"פ להבדיל מטעם סאציאלע טעמים וואלטן זיי ווען געדארפט מסכים זיין, ווייל עס איז א נארמאלע זאך אין טייל מערב וועלט לענדער אז אין דער רוה טאג איז דא וואס פארבאטן געזעצליך צי ארבעטן.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:54 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:טאקע אן אויפטו, אזוי אז ווען דער אינערן מיניסטער וועט זיין א פרייער, וועט ער קענען טוען כטוב בעיניו...

שרייבסט וואו איינער וואס ווייסט...

אבער די מציאות איז אז פאר די לעצטיגע לאנגע יארן איז שר הפנים אייביג געווען ביי די חרדים (שס) וממיילא כל זמן מען דארף די חרידים פאר די קאליציע איז די זאך מסודר

און אויב וועט איינער מצליח זיין צו עפענען א קאליציע בלי חרדים ( א זאך וואס איז זייער שווער) וועלן זיי ממיילא קענען טוישן די חוק כפי רצונם
סו למעשה האט דרעי פיין אויסגעפירט דאסמאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:07 pm

יא יא, דאס אז דער שר הביטחון קען דיסיידן וועגן מיליטער האט אויך געהייסן אן אויפטו ביז בוגי ילון און אביגדור ליבערמאן צייטן...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:11 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:יא יא, דאס אז דער שר הביטחון קען דיסיידן וועגן מיליטער האט אויך געהייסן אן אויפטו ביז בוגי ילון און אביגדור ליבערמאן צייטן...

אבי געהאקט
ליבערמאן אידאך יעצט שר ביטחון און די חרדים האבן יעצט אלעס וואס זיי דארפן

די איינציגסטע פראבלעם פאר די חרדים איז די בג״ץ
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:22 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:טאקע אן אויפטו, אזוי אז ווען דער אינערן מיניסטער וועט זיין א פרייער, וועט ער קענען טוען כטוב בעיניו...

שרייבסט וואו איינער וואס ווייסט...

אבער די מציאות איז אז פאר די לעצטיגע לאנגע יארן איז שר הפנים אייביג געווען ביי די חרדים (שס) וממיילא כל זמן מען דארף די חרידים פאר די קאליציע איז די זאך מסודר

און אויב וועט איינער מצליח זיין צו עפענען א קאליציע בלי חרדים ( א זאך וואס איז זייער שווער) וועלן זיי ממיילא קענען טוישן די חוק כפי רצונם
סו למעשה האט דרעי פיין אויסגעפירט דאסמאל

לעצטיגע לאנגע יארן? בערך 2 און א האלב יאר...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:46 pm

לחם לשובע האט געשריבן:

שוין ווייטער געהאקט
שר הפנים האט אייביג געהערט צו די חרדים( ווען זיי זענען אין קאליציע)
אלי ישי האט עס געהאט א לאנגע צייט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:04 pm

דער שר הפנים האט געהייסען גדעון סער, און די חרדים זענען געווען ארויס געקאפעט פון די קאעליציע.
שוין ווייטער געהאקט, וואס?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:09 pm

לחם לשובע האט געשריבן:דער שר הפנים האט געהייסען גדעון סער, און די חרדים זענען געווען ארויס געקאפעט פון די קאעליציע.
שוין ווייטער געהאקט, וואס?

די גאנצע דיון איז געווען בשעת חרידים זענען אין קאליציע
ווען גדעון איז געווען שר זענען די חרדים נישט געווען אינעם קאליציע
לעצט פאראכטן דורך וואס עפעס? אום דינסטאג ינואר 09, 2018 7:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:10 pm

אין כזה דבר אין די טרייפענע מדינה א ממשלה מיט שרים רהן קיין קאעליציע

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:25 pm

די סיבה פארוואס די פאולס איז וויכטיג, איז ווייל אויב למשל בענעט זעהט אז ער קען פארדינען אויב עס איז דא וואלן לוינט זיך אים ארויסצוגיין פון די קאעליציע און צוברעכן די רעגירונג, און אפילו ער גייט נישט ארויס האט ער מער אבער מער לעוורידזש פשוט ווייל ער האט נישט מורא פון וואלן, און די זעלבע פארקערט דאס אז ש"ס איז שוואך מאכט אז זאלן שוין יעצט האבן ווייניגער לעוורידזש ווייל זיי קענען זיך נישט ערלויבן יעצט קיין וואלן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:44 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:טאקע אן אויפטו, אזוי אז ווען דער אינערן מיניסטער וועט זיין א פרייער, וועט ער קענען טוען כטוב בעיניו...

שרייבסט וואו איינער וואס ווייסט...

אבער די מציאות איז אז פאר די לעצטיגע לאנגע יארן איז שר הפנים אייביג געווען ביי די חרדים (שס) וממיילא כל זמן מען דארף די חרידים פאר די קאליציע איז די זאך מסודר

און אויב וועט איינער מצליח זיין צו עפענען א קאליציע בלי חרדים ( א זאך וואס איז זייער שווער) וועלן זיי ממיילא קענען טוישן די חוק כפי רצונם
סו למעשה האט דרעי פיין אויסגעפירט דאסמאל

לעצטיגע לאנגע יארן? בערך 2 און א האלב יאר...

שוין ווייטער געהאקט
שר הפנים האט אייביג געהערט צו די חרדים( ווען זיי זענען אין קאליציע)
אלי ישי האט עס געהאט א לאנגע צייט

ווי דער עולם שרייבט באקומסטו נישט קיין שר אויב ביזטו אינדרויסן פון די קאאליציע.
און דאס וואס דו שרייבסט אז ווען די חרדים זענען אינדרויסן קען מען עניוועי טוישן דאס געזעץ, קודם כל ברננגט דאס גופא ארויס וואספארא געלעכטער דאס זיך שלאגן פון אינעווייניג איז.

אבער דער עיקר נקודה איז, אז עס זענען דא אסאך וויכטיגערע זאכן ווי צוריקדרייען יעדע חוק וואס איז געמאכט געווארן מיא חרדים אין די קאאליציע. משא''כ לויט דעם נייעם געזעץ באקומט דער פרייער (מעגליך א להכעיס'ניק) תיכף ומיד בעלןת מחליט צו זיין איבער שבת.

ופשוט הוא.

און ניין, עס איז נישט אזוי שווער צו מאכן א קאאליציע אן די חרדים, ובפרט אין די יעצטיגע אנטי חרדים קלימאט. ווי לאנג צוריק האט לפיד געהאט די רעגירונג ביים קארג? ווי אלט איז זיין פארטיי געווען? האט ער עפעס פארקויפט אויסער שנאת חרדים?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, דברים אלו, כאפצעם, נעם אין אכט, פינחס, שטאלצער יוד און 54 געסט