מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג מאי 20, 2016 11:16 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:מיר ווינדערט נאר וואס מאכט ליברמן טראכטן אז דער בג״ץ וועט נישט גראד פסלן א טויט שטראף געזעץ.


ליבערמאן ווייסט אז ביז די בג״ץ וועט פסקנ״ן דערויף וועט מען שוין פאריפען נייע וואלען, און ער וועט עס עס דאן ניצען פאר א פלאטפארום ביי די עלעקשענס.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מאי 20, 2016 12:26 pm

איך האב מורא אז דעיס וועט גאר בעקפייערן אויף ביבי גאר
ער טוישט שוין באלד מיינונגן שנעלער ווי טראמפ... און אזוי צוקריגט ער זיך און איבערבעט זיך יעדן טאג מיט א צווייטן
בערך די זעלבע וואס ער טוט אין אויסערן פאליטיק די זעלבע טוט ער אינערליך
אין 96' איז ער שוין געפלויגן צוליב די זעלבע סיבה

yid101
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

תגובהדורך yid101 » פרייטאג מאי 20, 2016 6:13 pm

It was in 2000

He was first elected in '96

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » זונטאג מאי 22, 2016 1:20 am

איינער קען גיבן א שטיקעלע אפדעיט מיט
מאיר פרוש
יהודה גליק

גייט זיין וואלען?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 8:08 am

אויפן בקשה פון הרב @ליינער וועל איך אפדעיטן וועגן מאיר פרוש.

די פירער פון 'דגל התורה' (די ליטווישע האלב פון 'יהדות התורה') און מאיר פרוש האבן זיך געטראפן נאך פסח עטליכע מאל ווי זיי האבן ארומגעארבעט און א פראוו אנצוקומען צו פארשטענדענישן אויף געוויסע נושאים וואס זענען געווען אויפן סדר היום פונעם חרדישן ציבור.

די פירער פון 'דגל התורה' האבן אויסגעדריקט זייער מיינונג אז דאס אויספירן דעם 'חוק הנורבגי' - ווי א ח"כ קען זיך אפזאגן פון דינען ווי א ח"כ און בלייבן א שר אדער סגן שר וואס דעמאלטס קען מען אריינברענגן דעם קומענדיגן אויפן רייע אינעם כנסת - וועט זיי העלפן צאמצוארבעטן פאראייניגטערהייט מיט א פארטיי פון 7 מענטשן און דערמיט העלפן צו פארשטערקערן די עטשיוומענטס פון די 'יהדות התורה' פארטיי און א פאראייניגטע ארבעט מיט די 'אגודת ישראל' פארטיי (די חסידישע האלב פון 'יהדות התורה') אזויווי אין די פריעדיגע קאדענציעס.

פרייטאג זענען זיי אנגעקומען צו פארשטענדענישן אינעם נושא, און היינט זונטאג האט מאיר פרוש דערלאנגט זיין רעזיגנעישאן בריוו פארן יו"ר פונעם כנסת יולי אדלשטיין וואס דאס וועט ווערן אקטיוו אין 48 שעה ארום, וואס דעמאלטס ווערט פרוש אויס ח"כ און בלייבט נאר א סגן שר און אויף זיין פלאץ קומט אריין ח"כ יעקב אשר פון 'דגל התורה'.
צוגעלייגטע
photo_2016-05-22_14-27-22-750x1000.jpg
די רעזיגנעישאן בריוו
לעצט פאראכטן דורך טריסקער אום זונטאג מאי 22, 2016 8:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סאראחיליק
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 11:46 pm

תגובהדורך סאראחיליק » זונטאג מאי 22, 2016 8:09 am

לויט די יעצטיגע נייעס גייט מאיר פרוש פון אגודת ישראל ארויס פון כנסת אין יעקב אשר פון דגל התורה גייט אריינגיין אנשטאט עם

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג מאי 22, 2016 10:09 am

דאס איז בלויז צו טשעפען די אוירבאך פראקציע?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 22, 2016 10:45 am

פארוואס האט דער שר הבטחון בוגי יעלון זיך אפגעזאגט פינעם פאזיציע

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 8:47 pm

המשך פון פריער:

למעשה ווי געשריבן האט נתניהו אנגעטראגן די האמלענד סעקיורעטי פארטפאליו פאר אביגדור ליברמן, וואס דאס מיינט אז דער ביז יעצטיגער שר הביטחון בוגי יעלון ווערט אפגעזאגט פון זיין שטעלע און ליברמן נעמט אים איבער.

דאנערשטאג מאי 19 האט יעלון צום ערשטן מאל גערעדט וועגן דעם, "ס'איז דא א לוס (loss) פון א מאראלישן קאמפעס אין בעיסיק שאלות, וואס פאר מיר זענען זיי זעלבסט פארשטענדליך. אויב וואלט איך געדארפט געבן א גאלדענע עצה, איז דאס צו נעוויגעיטן לויט א קאמפעס און נישט לויט א וועטער וועין". ער האט דאס געזאגט אין ליכט פון די הצעה פון נתניהו אריבערצופירן די האמלענד סעקיורעטי פארטאליו צו די יו"ר 'ישראל ביתנו' ח"כ אביגדור ליברמן.

ער האט געזאגט אז אין די לעצטע תקופה איז ער סופרייזד פון עפעקטס אין די מדנ"י סאסייעטי, מיט דעם אז ער האט זיך געספראוועט אויך מיטן קעיר נעמען פון די אידישע טעראר און די 'תג מחיר' (נקמה אקטען). "איך קען נישט זאגן אז איך בין נישט געווארן סופרייזד, די וואס גייען ארויס און אטאקירן די בעיסיק וועליוס הויעכערהייט. איך בין קאנווינסט אז נארמאלע רוב איז נישט דארט, אבער איסתרא בלגינא קיש קיש קריא, דאס הייסט אז א קליינע שטיינדל אין א ליידיגע פאס מאכט א גרויסע גרודער, אבער די שטיינדל איז שוין נישט קליין".

ער לייגט צו: "דער עצם פאקט אז די פאבליק דעלעגאטן דריקן זיך אויס אין אן אופן וואס וויל אפשר דינען געוויסע קולות אינעם סאסייעטי אבער בשעת'ן פארלירן א מאראלישע קאמפעס אין בעיסיק שאלות וואס פאר מיר זענען זיי זעלבסט פארשטענדליך, איך קען נישט זאגן אז כ'בין נישט געווארן סופרייזד".

יעלון האט זיך נישט מתייחס געווען דירעקט צום פלאן צו שטעלן אביגדור ליברמן אלס שר הביטחון אבער האט געזאגט: "אמאל איז געווען אן אויסדריק 'דער אמת וועט ווייזן איר וועג', און איך גלייב זייער שטארק אין דעם. אויך אויב ס'זעהט אויס אז מ'צאלט א פרייז אינעם שארט טערם – ס'איז נישט פאפעלער, נישט פאפעליסטיק, ס'איז דא אזאנע פאולס, ס'איז דא אנדערע פאולס – גלייב איך נישט אין דעם".

"אונזער פריערדיגער נשיא (שמעון פרס) האט געזאגט: פאולס זענען אזויווי פערפיום, ס'שמעקט גוט און וועפט אויס שנעל. נעוויגעישאן אויף א קאמפעס איז שריר וקיים, און אויך א שאלה פון פירערשאפט. וואס איז דאס פירערשאפט? צו גיין עקארדינגלי מיטן זיך בוקן צום עגל הזהב? ס'זענען פארהאן אסאך אינצידענטן פון די סארט, און וועגן דעם אויב דארף איך געבן א גאלדענע עצה, איז דאס נישט צו ערלויבן אן עגל זהב, נאר גיין ווייטער און נעיוויגעיטן לויט א קאמפעס".

אין די זעלבע צייט האט זיך געמאכט א דראמאטישע שריט אינערהאלב די 'ישראל ביתנו' פארטיי ווען ח"כ אורלי לוי-אבקסיס האט געמאלדן אז זי גייט ארויס פונעם פארטיי און שטעלט אויף אן אינדיווידואלן פארטיי.

זי האט גע'טענ'עט אז איר גאנצע ארבעט אינעם כנסת איז געווען למען די סאסייעטי-עקאנאמיע און למען די שוואכע פאפעלאציע אינעם מדנ"י סאסייעטי. טענ'עט זי אז יעצט ווען די פארטיי האט געהאט א טשענס זיך צו שטעלן אויף דעם אז אירע אגענדעס זאלן ווערן אויסגעפירט מיטן אריינגיין אינעם קואליציע האבן זיי זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט פון איר און פון אירע שטעלונגן.

און צו הרצוג:
א טאג נאך דעם גרויסן באסט פונעם פארהאדלונג מיט נתניהו ווי ער איז איז ארויס מיט איין גרויסן פעילטשור, האט זיך ח"כ בוז'י הרצוג יו"ר 'המחנה הציוני' גענומען ענטפערן די פראגן וואס זענען אים געפרעגט געווארן.

הרצוג האט באטאנט אז ער שפירט נישט קיין שום שולד אויף זיין אויפפירערשאפט און ער ציט אויך נישט צוריק פון קיין שום זאך.

בהמשך פונעם אינטערוויאו האט ער באשולדיגט זיינע פארטיי קאלעגעס וואס זענען ארויס קעגן אים במשך די מו"מ מיט נתניהו. "ס'זענען געשטאנען קעגן מיר כוחות וואס האבן געארבעט אויך אין די פאליטיק און אויך אין די מידיא און אויך עקסטרעם לינקע גרופעס וואס זענען געווען גרייט אז איך זאל רעדן מיט אחמעדינידזשאד אבי נישט מיט נתניהו". ער האט צוגעלייגט "איך האב מיר נישט אריינגעשלייכט אינעם ממשלה. נתניהו האט אפגעמאכט אינעם לעצטן רגע אז דאס איז אים שווער, נאך וואס די באנדעס פונעם מערב ברעג האבן אים געסטראשעט".

הרצוג האט אויך קלאר געמאכט אז ער גייט נישט אראפלייגן די שליסלעך און ער שעמט זיך נישט מיט זיינע מעשים.

ביים ענדע איז הרצוג געפרעגט געווארן אויפן גלענצענדער פאליטישן שפיצל וואס נתניהו האט אים אפגעטוהן, הרצוג האט געענטפערט "קען זיין אז ער האט מיר אנגעדרייט א שפיצל, אבער ס'איז געווען פון מיין ריספאנסעבילעטי, אויך אויב וועל איך באצאלן די שווערסטע פאליטישע פרייז, צו טעסטן די אפאזיציע".

נאכן זיך טרעפן מיט צוויי ח"כים אינדרויסן פונעם כנסת איינער (אומווילענדיג) די שר הביטחון בוגי יעלון, און די צווייטע (ווילענדיג) ח"כ אורלי לוי-אבקסיס וואס האט זיך אפגעטיילט סופרייזינגלי פון 'ישראל ביתנו', האט בוז'י הרצוג זיך ארויפגעכאפט אויפן הזדמנות און איינגעלאדענט די ביידע זיך צו מצטרף זיין צו די 'המחנה הציוני' פארטיי.

און נישט נאר הרצוג נאר אויך ח"כ עומר בר לב פון 'העבודה' האט גערופן ח"כ אבקסיס זיך צו מצטרף זיין צו 'המחנה הציוני', און צו דעם רוף האבן זיך אויך צוגעשטעלט ח"כ מירב מיכאלי און ח"כ איציק שמולי פון 'המחנה הציוני'.

מצד שני האבן די ח"כים שלי יחימוביץ יו"ר פון 'העבודה' פארטיי און הראל מרגליות אויסגעלויבט ח"כ אורלי לוי-אבקסיס אויף איר שריט אבער האבן זיך צוריקגעהאלטן פון איר איינלאדענען צו די 'העבודה' פארטיי.

פרייטאג מאי 20 האט בוגי יעלון אין א דראמאטישן שריט געמאלדן אז ער גייט ארויס פונעם פאליטישן לעבן אין ליכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען אינעם קואליציע און זיין ערווארטעטע ארויסגיין פונעם האמלענד סעקיורעטי אפיס.

יעלון האט איבערגעגעבן אין זיין מעלדונג: "איך האב געמאלדן היינט אינדערפרי פארן ראש הממשלה אז אין ליכט פון זיין אויפפירערשאפט אין די לעצטע אנטוויקלונגען, און אין ליכט פון מיין דיסטראסט אין אים, רעזיגניר איך פונעם ממשלה און פונעם כנסת און נעם א ברעיק פונעם פאליטישן לעבן".

דאס רעדט זיך בעצם פון א דראמאטישן רעזיגנירנשאפט פון יעלון וואס האט נישט געווארט אויפן נאמינאציע פון אביגדור ליברמן פאר דער שר הביטחון אויף זיין פלאץ. א טאג פארדעם (דאנערשטאג) האט נתניהו גערעדט מיט יעלון אויפן טעלעפאון און נתניהו האט אים איבערגעגעבן אז "קיין שום זאך איז נאכנישט פארמאכט".

ווער ס'נעמט איבער דאס פלאץ פון יעלון אלס ח"כ אין די 'ליכוד' פארטיי איז דער הר הבית אקטיוויסט יהודה גליק וואס איז באקאנט אלס איינער וואס ענקארעדזשד די עלייה פון אידען אויפן הר הבית אנטקעגן די שטעלונג פון רובם ככולם פון די פוסקי הלכה.

אין א סטעיטמענט האט גליק געזאגט "איך וועל ארבעטן צו איבערדרייען ירושלים און הר הבית פאר א וועלטליכע פרידנ'ס פלאץ" און האט צוגעענדיגט "אעלה את הר הבית על ראש שמחתי".

אסאך סטעיטמענטס אינעם פאליטישן סיסטעם אין ליכט פון יעלון'ס רעזיגנירנשאפט:

דער שר הקליטה (אימיגרעישאן) זאב אלקין: "דאס איז א 'מאדנע מעשה', מ'קומט נישט צום פאליטישן וועלט וועגן איין תפקיד, מ'זאגט נישט 'איך בין שר הביטחון און אויב נישט גיי איך'".

ח"כ מוטי יוגב פון 'הבית היהודי' האט געענטפערט אויף די רזיגנירנשאפט פון בוגי יעלון מיט איין ווארט: חבל (א שאד).

ח"כ עופר שלח פון 'יש עתיד': "בוגי יעלון איז אן ארנטליכער מענטש, און ער האט געטוהן אן ארנטליכער זאך: אנטזאגט צו זיין נאך א קלאון אינעם צירקוס פון נתניהו, און האט אפגעלאזט".

ח"כ לבני: "איך האב מיר געקריגט אויף זיינע פאליטישע שטעלונגען – אבער איך האב געשעצט און איך שעץ זיינע וועליו שטעלונגען. די פראבלעם איז אז וועליוס זענען נישט אין די גיידליינס פון די ממשלה".

ח"כ נחמן שי: "די קוראזשפולע החלטה פון יעלון נעמט אראפ די מאסקע פונעם פרצוף פון די מערסט עקסרעם רעכטע ממשלה אין די מדנ"י היסטאריע".

דער שר אריה דרעי פון 'ש"ס': "משה (בוגי) יעלון האט ערפילט די לעצטע יארן דעם אמט פון שר הביטחון מיט א גרויסע הצלחה, מיט גלייכקייט און מיט לאיעלטי. דער שר יעלון איז א מענטש מיט וועליוס וואס האט אאועקגעגעבן צענדליגע יארן פאר מדנ"י סעיפטי און איך רוף אים צוריקצוציען פון זיין החלטה און ווייטער דינען אינעם ממשלה".

די 'הבית היהודי' פארטיי: "בוגי יעלון איז א מענטש מיט וועליוס וואס האט אנגענומען א געוויסנ'ס החלטה וואס ברענגט צוריק דעם כבוד צום מדנ"י פאליטיק. מיר דאנקן אים אויף זיין זיך אוועקגעבן פאר מדנ"י אין זיינע אלע לעבן סטאנציעס, און זענען זיכער אז ער וועט זיך צוריקקערן צו פאבליק עקטיוויטי פאר מדנ"י".

ח"כ משה גפני יו"ר 'דגל התורה': "איך רוף בוגי יעלון צוריקצוציען פון זיין החלטה, אין זיין אויפפירערשאפט מיט די חרדישע ציבור האט ער זיך אלס געפירט מיט רעספעקט אין מיט פארשטאנד, אפילו אז ער איז נישט געקומען פון אן ענדליכן בעקגראונד".

דער סגן שר מאיר פרוש פון 'אגודת ישראל': "זיין תקופה אלס שר הביטחון האט זיך קערעקטערייזד מיט אסאך פארשטאנד און סענסיטיוויטי פאר די געברויכן פונעם חרדישן ציבור. אונז האבן געוואוסט אז מיר קענען זיך פארלאזן אויף אים אז ער וועט זיך נישט באנוצן מיט זיינע אפשענס צו טשעפען דעם עולם התורה חלילה".

אלי ישי: "זיין רעזיגנירנשאפט איז טרויערדיג און די סירקומסטענסעס זענען אוטרעידזשעס. איך קען בוגי איבער 20 יאר. א מענטש מיט וועליוס, איינגעהאלטן, גלייך, און איבער אלעם א פראפעסיאנאל וואס זעהט די גוטס פאר צה"ל און מדנ"י פאר זיינע אויגן".

(המשך יבוא, אנטשולדיגט מיר אז ס'נעמט אביסל לאנג...)

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 23, 2016 7:57 am

דער עולם ליינט און האט הנאה.. טענקס.

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » מאנטאג מאי 23, 2016 8:58 am

שכח טריסקער

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מאנטאג מאי 23, 2016 12:50 pm

איראן טוט זיך אויף אז זי האט די מעגליכקייט צו חרוב מאכן מדי"נ אין ווייניגער ווי 8 מינוט ה"י, 2 וואכן נאכן דורכפירן מיסיל טעסט'ס וועלכע קענען אנקומען קיין מדי"נ.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מאי 23, 2016 1:01 pm

די נוקלעארע דיל לאזט דאס צו?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 23, 2016 7:35 pm

א 70 יעריגער איד הרב מכלוף מלכה וואס איז געגאנגן זיך טובלען אינעם כינרת און נאך א שטיק צייט איז ער נישט ארויסגעקומען איז ליידער געפונען געווארן דעטראנקען אינעם כינרת שוין נישט בין החיים.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 24, 2016 9:38 am

טריסקער האט געשריבן:אויפן בקשה פון הרב @ליינער וועל איך אפדעיטן וועגן מאיר פרוש.

די פירער פון 'דגל התורה' (די ליטווישע האלב פון 'יהדות התורה') און מאיר פרוש האבן זיך געטראפן נאך פסח עטליכע מאל ווי זיי האבן ארומגעארבעט און א פראוו אנצוקומען צו פארשטענדענישן אויף געוויסע נושאים וואס זענען געווען אויפן סדר היום פונעם חרדישן ציבור.

די פירער פון 'דגל התורה' האבן אויסגעדריקט זייער מיינונג אז דאס אויספירן דעם 'חוק הנורבגי' - ווי א ח"כ קען זיך אפזאגן פון דינען ווי א ח"כ און בלייבן א שר אדער סגן שר וואס דעמאלטס קען מען אריינברענגן דעם קומענדיגן אויפן רייע אינעם כנסת - וועט זיי העלפן צאמצוארבעטן פאראייניגטערהייט מיט א פארטיי פון 7 מענטשן און דערמיט העלפן צו פארשטערקערן די עטשיוומענטס פון די 'יהדות התורה' פארטיי און א פאראייניגטע ארבעט מיט די 'אגודת ישראל' פארטיי (די חסידישע האלב פון 'יהדות התורה') אזויווי אין די פריעדיגע קאדענציעס.

פרייטאג זענען זיי אנגעקומען צו פארשטענדענישן אינעם נושא, און היינט זונטאג האט מאיר פרוש דערלאנגט זיין רעזיגנעישאן בריוו פארן יו"ר פונעם כנסת יולי אדלשטיין וואס דאס וועט ווערן אקטיוו אין 48 שעה ארום, וואס דעמאלטס ווערט פרוש אויס ח"כ און בלייבט נאר א סגן שר און אויף זיין פלאץ קומט אריין ח"כ יעקב אשר פון 'דגל התורה'.


וואס האט פרוש באקימען פון זיינע פארלאנגען און חינוך עצמאי??

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג מאי 24, 2016 11:49 am

קען איינער טרעסעלעיטן די פאלגענדע פראגראף ? (גענומען פון JDN החלטות פון עפעס א אסיפה פון ראשי ישיבות אין אר"י)

"חברי הוועד שליט"א הביעו את דעתם בדבר החובה הנדרשת מכלל ראשי מוסדות התורה להפקיד הקפדה יתרה ובכל התוקף שלא לחתום על מתן דיחוי בשום פנים לאלו שאינם זכאים למעמד 'תורתו אומנותו', וכפי עמדתם והוראתם הברורה של ראשי ונשיאי ועד הישיבות זצוק"ל ויבדלחט"א, והמיקל בזה הינו בגדר חב לאחריני באופן חמור ביותר".

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג מאי 24, 2016 5:48 pm

Faception, א מדי"נ קאמפאני אין תל אביב זאגט אז זייער טעכנעלאגיע קען אויפכאפטן טעראריסטן פשוט דורך קוקן אויף זייער פנים.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 24, 2016 5:52 pm

נייעסלעך האט געשריבן:Faception, א מדי"נ קאמפאני אין תל אביב זאגט אז זייער טעכנעלאגיע קען אויפכאפטן טעראריסטן פשוט דורך קוקן אויף זייער פנים.

וועלכע באבא האט זיי עס ערלעדיגט?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג מאי 24, 2016 5:54 pm

יחזקאלע האט געשריבן:קען איינער טרעסעלעיטן די פאלגענדע פראגראף ? (גענומען פון JDN החלטות פון עפעס א אסיפה פון ראשי ישיבות אין אר"י)

"חברי הוועד שליט"א הביעו את דעתם בדבר החובה הנדרשת מכלל ראשי מוסדות התורה להפקיד הקפדה יתרה ובכל התוקף שלא לחתום על מתן דיחוי בשום פנים לאלו שאינם זכאים למעמד 'תורתו אומנותו', וכפי עמדתם והוראתם הברורה של ראשי ונשיאי ועד הישיבות זצוק"ל ויבדלחט"א, והמיקל בזה הינו בגדר חב לאחריני באופן חמור ביותר".

די מיטגלידער פונעם קאמיטע שליט"א האבן זיך ארויסגעזאגט זייער מיינונג איבער די באשטימונג וואס ווערט פארלאנגט פון אלע מוסדות התורה פירער, צו שטעלן אן עקסטערן היטונג מיטן גאנצן שטארקייט, נישט צו אינטערשרייבן אן "אפשטיפונג" אנע בעדינונג פאר דיזע וואס זענען נישט געאייגנט צום שטאנד פון "תורתם אומנתם", און ווי די בעשטימונג און קלארע אנווייזונג פון די הויפטן און פירער פונעם ישיבות קאמיטע זצוק"ל ויבדלחט"א, און דער וואס גרינגשעצט אין דעם איז פאררעכנט ווי ער טוט שלעכטס פאר אנדערע אויפן הארבסטן פארנעם.

איך האב ס'איז גענוג גוט פערטייטשט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 24, 2016 6:09 pm

מחותן האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:אויפן בקשה פון הרב @ליינער וועל איך אפדעיטן וועגן מאיר פרוש.

די פירער פון 'דגל התורה' (די ליטווישע האלב פון 'יהדות התורה') און מאיר פרוש האבן זיך געטראפן נאך פסח עטליכע מאל ווי זיי האבן ארומגעארבעט און א פראוו אנצוקומען צו פארשטענדענישן אויף געוויסע נושאים וואס זענען געווען אויפן סדר היום פונעם חרדישן ציבור.

די פירער פון 'דגל התורה' האבן אויסגעדריקט זייער מיינונג אז דאס אויספירן דעם 'חוק הנורבגי' - ווי א ח"כ קען זיך אפזאגן פון דינען ווי א ח"כ און בלייבן א שר אדער סגן שר וואס דעמאלטס קען מען אריינברענגן דעם קומענדיגן אויפן רייע אינעם כנסת - וועט זיי העלפן צאמצוארבעטן פאראייניגטערהייט מיט א פארטיי פון 7 מענטשן און דערמיט העלפן צו פארשטערקערן די עטשיוומענטס פון די 'יהדות התורה' פארטיי און א פאראייניגטע ארבעט מיט די 'אגודת ישראל' פארטיי (די חסידישע האלב פון 'יהדות התורה') אזויווי אין די פריעדיגע קאדענציעס.

פרייטאג זענען זיי אנגעקומען צו פארשטענדענישן אינעם נושא, און היינט זונטאג האט מאיר פרוש דערלאנגט זיין רעזיגנעישאן בריוו פארן יו"ר פונעם כנסת יולי אדלשטיין וואס דאס וועט ווערן אקטיוו אין 48 שעה ארום, וואס דעמאלטס ווערט פרוש אויס ח"כ און בלייבט נאר א סגן שר און אויף זיין פלאץ קומט אריין ח"כ יעקב אשר פון 'דגל התורה'.


וואס האט פרוש באקימען פון זיינע פארלאנגען און חינוך עצמאי??

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך מאי 25, 2016 12:05 pm

פ"מ נתני' און אביגדור ליבערמאן האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך וועלכע ברענגט אריין "ישראל ביתינו" פארטיי אין די קאאליציע, ליבערמאן וועט זיין דער דיפענס מיניסטער.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 29, 2016 1:27 pm

וואס גייט יעצט פאר מיט ביביס רביצין?

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג מאי 29, 2016 1:36 pm

שרה נתניהו, פרוי פון מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, שטייט אויס מעגליכע קרימינאלע קלאגעס פאר ״אומגעווענליכע״ שריט וואס זי האט גענומען ביים אנפירן די אפיציעלע רעזידענצן פונעם פרעמיער מיניסטער אין קסריה און אין ירושלים. איינס פון די טענות קעגן איר איז אז זי האט גענוצט א הענדימאן וועלכער איז גאר נאנט מיט נתניהו, און האט יענעם גערופן דוקא ארבעטן אום יום כיפור, ווען עס זענען נישטא קיין ארבעטער כמעט אין גאנצן לאנד. נאך א טענה איז אז זי האט גענומען אין טאש טויזנטער שקלים פון רעסייקלען טרינק-באטלעך. די באטלעך זענען געקויפט און באצאלט געווארן דורך רעגירונג׳ס געלטער און דעריבער וואלטן די רעסייקלינג געלטער געדארפט געלייגט ווערן אין די רעגירונג קאסע און נישט אין איר פריוואטע קאסע.
קרעדיט נא״א

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 29, 2016 1:47 pm

private האט געשריבן:שרה נתניהו, פרוי פון מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, שטייט אויס מעגליכע קרימינאלע קלאגעס פאר ״אומגעווענליכע״ שריט וואס זי האט גענומען ביים אנפירן די אפיציעלע רעזידענצן פונעם פרעמיער מיניסטער אין קסריה און אין ירושלים. איינס פון די טענות קעגן איר איז אז זי האט גענוצט א הענדימאן וועלכער איז גאר נאנט מיט נתניהו, און האט יענעם גערופן דוקא ארבעטן אום יום כיפור, ווען עס זענען נישטא קיין ארבעטער כמעט אין גאנצן לאנד. נאך א טענה איז אז זי האט גענומען אין טאש טויזנטער שקלים פון רעסייקלען טרינק-באטלעך. די באטלעך זענען געקויפט און באצאלט געווארן דורך רעגירונג׳ס געלטער און דעריבער וואלטן די רעסייקלינג געלטער געדארפט געלייגט ווערן אין די רעגירונג קאסע און נישט אין איר פריוואטע קאסע.
קרעדיט נא״א

כ'מיין אז מען ברויך ליבערשט אריינזעצן אין משוגעים הויז פארן טוען אזוונע קנאקעדיגע עבירות. אויב א פרעמיער מיניסטארטשע וויל גנבנען ברויך מען עס מאכן כאטשיג אויף א צען מיליאן, נישט אויף "באטלעך".

דער פראסעקיוטער קען מיטגיין מיט איר צוזאם פארן טרעפן די הימלשרייעדיגע עוולות.

#קראנקע מדינה.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מאי 30, 2016 2:07 pm

FWD: @KolHaolam: JERUSALEM: JUST IN - Avigdor Lieberman sworn in as Israel's new defense minister, following Knesset approval. https://t.co/RqxJi2bIZd/s/RyvR


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 12 געסט