קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:00 pm

געהערט אמאל פון איינעם אויף א געוויסע מוסד אז זיי מאכן נישט קיין דינער ווייל זיי דארפן יעצט געלט. זיי מאכן אבער א דינער ווייל זיי ווילן די זאלסט זיי געדענקן א גאנץ יאר ווען זיי קומען צן דיר נאך געלט. ודבר פשוט הוא אז די זאכן ברענגט זיי געלט אין די לאנג ראן. זיי ווילן אז דער עולם זאל זיי געדענקן.
אין ווי עטליכע האבן שוין דא ערווענט אז ס'קאן זיין אז דאס איז א נדבה פון איינעם. ס'איז דא מענטשן וואס געבן נישט קיין געלט פאר ארגענעזאציעס נאר פאר די ארגענעזאציעס שיגאנען
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:07 pm

בכלל אויב מען איז נישט מסכים מיט איין חלק פון אן ארגאנעזאציע מיינט נישט אז דיין אויסגעבעטענע פינעווער (לו יציור אז די גיבסט עס) האט בעסערע צוועקן ווי צו גיין,

- די גאנצע צוועק ווערט נאך נישט אויסגעוועפט ווען דו האסט א צווייטע מיינונג

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:11 pm

פשוט פאקטן !

די שטערי פיקער קאסט אסאך אסאך ווייניגער ווי אסאך אנדערע זאכן
סא ביטע נישט רעדן פאר מען ווייסט

אין פאקט ברענגט עס אויפמערקזאמקייט

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:12 pm

ווייס איך נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן לייג איך עס דא.

שוין דריי יאר וואס איך פרוביר אויפצוסיינען אן אלמנה מיט א שטוב פון קינדער אויף די עזר למזון פראגראם. ניטאמאל הייבט מען אויף פאונס.
אדרבה, אויב איז דא איינער וואס קען מיר העלפן, ביטע קאנטעקטן אין אישי.
און איך פלעג קאלן וואכן אין א צו.
בדוו, דאס איז לתועלת.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:16 pm

קלוגער האט געשריבן:בד"וו, די פינעווערס בליייבען אין גראסערי, ס'גייט נישט פאר סיזערס און טשערי פיקערס, און נישט פאר מארקעטינג, ס'גייט פאר עקאונטס פון ארעמע מענטשען צו לייגען ברויט אויפען טיש, די אלע פאנד רעיזינגס גייט פון נדבנים וואס געבען געלט צו אויפטרייבען נאך ספאנסערס

שטארקע, אמת'ע נקודה!
אדרבה פרעגט אייער גראסערי מאן...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:20 pm

Of course האט געשריבן:ווייס איך נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן לייג איך עס דא.

שוין דריי יאר וואס איך פרוביר אויפצוסיינען אן אלמנה מיט א שטוב פון קינדער אויף די עזר למזון פראגראם. ניטאמאל הייבט מען אויף פאונס.
אדרבה, אויב איז דא איינער וואס קען מיר העלפן, ביטע קאנטעקטן אין אישי.
און איך פלעג קאלן וואכן אין א צו.
בדוו, דאס איז לתועלת.


כ'מיין אז דו האבסט א Wראנג נאמבער, ס'יז נתפעל צו ווערען ווי גרינג ס'יז זיי צו כאפען, און מיט א קליינע פרעסיזשער ווערט מען ארויפגעלייגט, אונז האבען עס געטוהן פאר א חבר, געלאזט איין מעסעזש, צוריק באקומען די קאל אפאהר שעה שפעטער, געדארפט אביסעל אינפערמעשיען, כ'מיין מער ווי אביסעל, און די אנדערע טאג איז געוועהן געלט אין זיין עקאונט!

Of course האט געשריבן:בדוו, דאס איז לתועלת.

:lol:

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:23 pm

האמת אגיד, אז איך בין נישט קיין מעמבער אין עזר למזון, כאטש זיי האבן שוין געמאכט עטליכע מאל קאמפיינס, כאטש נישט 'אזאאא' קאמפיין, אבער אויך א מצב, די סיבה איז פשוט, קיינער איז מיר נישט געקומען אפבעטן דעם פינעווער! ניטאמאל ווייס איך ווי אזוי דער סיסטעם ארבעט, צו וועם איך דארף רעדן, ווער ס'טשארדזשד אויף וועמענס אקאונט, וכו' נאך פראגן וואס איך ווארט שוין ווען דער פאנדרעיזער וועט קומען בעטן ס'געלט, וועל איך דאס אויסשמועסן מיט איהם, אבער דערווייל איז ער נאכנישט געקומען.

וויל איך זיי מיט דעם מעלדן, אז אויב וועט קיינער נישט קומען בעטן דאס געלט, וועל איך דאס נישט געבן, אפילו אויב ס'וועט זיין שערל הייבערס אויף יעדן סקווער אינטש! אויך אויב איינער וועט זיך יא מתנדב זיין דא צו שרייבן ווי אזוי מ'געט איבער דאס געלט וועל איך דאס נישט געבן נאר אויב מ'וועט בעטן.

און אזוי זענען רוב מענטשן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:24 pm

קלוגער האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:ווייס איך נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן לייג איך עס דא.

שוין דריי יאר וואס איך פרוביר אויפצוסיינען אן אלמנה מיט א שטוב פון קינדער אויף די עזר למזון פראגראם. ניטאמאל הייבט מען אויף פאונס.
אדרבה, אויב איז דא איינער וואס קען מיר העלפן, ביטע קאנטעקטן אין אישי.
און איך פלעג קאלן וואכן אין א צו.
בדוו, דאס איז לתועלת.


כ'מיין אז דו האבסט א Wראנג נאמבער, ס'יז נתפעל צו ווערען ווי גרינג ס'יז זיי צו כאפען, און מיט א קליינע פרעסיזשער ווערט מען ארויפגעלייגט, אונז האבען עס געטוהן פאר א חבר, געלאזט איין מעסעזש, צוריק באקומען די קאל אפאהר שעה שפעטער, געדארפט אביסעל אינפערמעשיען, כ'מיין מער ווי אביסעל, און די אנדערע טאג איז געוועהן געלט אין זיין עקאונט!

רוף אריין די נומבער. 718.852.3500
http://eizerlamuzen.org
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:52 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:האמת אגיד, אז איך בין נישט קיין מעמבער אין עזר למזון, כאטש זיי האבן שוין געמאכט עטליכע מאל קאמפיינס, כאטש נישט 'אזאאא' קאמפיין, אבער אויך א מצב, די סיבה איז פשוט, קיינער איז מיר נישט געקומען אפבעטן דעם פינעווער! ניטאמאל ווייס איך ווי אזוי דער סיסטעם ארבעט, צו וועם איך דארף רעדן, ווער ס'טשארדזשד אויף וועמענס אקאונט, וכו' נאך פראגן וואס איך ווארט שוין ווען דער פאנדרעיזער וועט קומען בעטן ס'געלט, וועל איך דאס אויסשמועסן מיט איהם, אבער דערווייל איז ער נאכנישט געקומען.

וויל איך זיי מיט דעם מעלדן, אז אויב וועט קיינער נישט קומען בעטן דאס געלט, וועל איך דאס נישט געבן, אפילו אויב ס'וועט זיין שערל הייבערס אויף יעדן סקווער אינטש! אויך אויב איינער וועט זיך יא מתנדב זיין דא צו שרייבן ווי אזוי מ'געט איבער דאס געלט וועל איך דאס נישט געבן נאר אויב מ'וועט בעטן.

און אזוי זענען רוב מענטשן.

אפאר יאר צוריק האבן זיי געמאכט א קאמפיין אין א פרוי האט געקאלט צי מיר אינדרהיים בעטן איך זאל זיך אויפסיינען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:01 pm

נישט דא נאך א ארגענעזעישען ווי עזר למזון וואס וואשט אויף געלט, א יעדע דאללאר וואס קומט אריין און די גראסעריס גייט גלייך אריין און א עני׳ס אקאנט, זייערע מארקעטינג ווערט באצאלט דורך ספאנסערס (קדם, מיעל מארט, גפן,וכדמו.

און 10 טשערי פיקערס מיט די ריזגע סיינס קאסט היפש בילגער פון 1 וואך עטווערטייזען און די פעפערס

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:07 pm

@קניידל פארום, און וועליכע'ס בעסמעדרעש טרינקסטו קאווע? איך שיק שוין אראפ אן עזר למזון עסקן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 1:36 pm

וואס נאך איז נייעס אין ווילי?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:07 pm

פליגל האט געשריבן:איינער ווייסט וויפיל די זאכן קאסטן בכלל אז מען הויבט א שטימע?
איינער ווייסט וויפיל זיי צאלן למעשה דערפאר?

איך ביניש זיכער אז גאנצע רענטאל קאסט עפעס אזוי סאך, און די סיינס אפילו ס'יז נישט קיין נדבה איז נישט עפעס ווער ווייסט וויסאך. אדווערטייזן וועכענטליך אין צייטונגען קאס אויך היבש...

עס קאסט בכלל נישט אזוי טייער.

דא האסטו וויפיל די זאכן קאסטן, ערגעץ צווישן $90. און $135. פער טאג.
אדער צווישן $500. ביז $1,500. פער חודש!
צוגעלייגטע
Screenshot_20181119-135650~2.png
Screenshot_20181119-135650~2.png (96.76 KiB) געזעהן 1466 מאל
Screenshot_20181119-135813~2.png
Screenshot_20181119-135813~2.png (187.93 KiB) געזעהן 1466 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:11 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס נאך איז נייעס אין ווילי?

א גרויסער עושר מאכט היינט נאכט חתונה אין ווילי..., דער גרויסער בונה ומקים עולמות של וויליאמסבורג....
כ'אב זוכה געווען צו קריגן א הזמנה אויף די פאסט, ממש בעתו ובזמנו, אזא הארטע חתיכה געווען, ממש פערפעקט געווען צו נוצן אראפ ציקראצן די שניי פון פענסטער....

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:33 pm

היינט מיטאג האבן סאטמארע עסקנים ובראשם העסקן ר׳ נפתלי משה אינדיג הי״ו ארגענעזירט א זיצונג מיט די ניו יארק סיטי DOT און DDC מיטן באטייליגונג פונעם DOT קאמישאנער אין הויפט אינדזשעניר אויפן פראיעקט, ווי מ׳האט דיסקאסירט די אנגייענדע קאנסטראקציע פראיעקט אויף קענט עוועני צווישן וומסב״ג סט און קליימער, וואס א חלק דערפון קומט אויס צופיס׳נס פונעם סאטמאר׳ן ביהמ״ד אויף הופפער סט.

ביים זיצונג האבן די עסקנים פארגעלייגט די שטאטישע באאמטע די וויכטיגקייט פון האבן גענוג פארקינג פלעצער ארום א ביהמ״ד, און געבעטן די באאמטע מ׳זאל זיכערמאכן די בוי פלענער זאל נישט אפעקטירן די ביז יעצטיגע פארקינג ספאטס, און נאך פארשינעדנע פונקטן, ווי למשל די סקעדזשעל פון די ארבעט וואס איז שטארק נוגע דעם ביהמ״ד און ארומיגע איינוואוינער.

די באאמטע האבן פרעזענטירט פאר די עסקנים מיט די פינקטליכע דיטאלן פון די בוי פלענער, און געצייגט עלעוואציע׳ס פון וויזוי קענט עוועניו גייט עווענטועל אויסקוקן איינמאל די פראיעקט וועט זיין פאריבער, די שיינע ביימער און בושעס וואס גייען ווערן אנגעפלאנצט לענג אויס קענט עווניע, און די שיינע איבערגעמאכטע בייק_טרעיל אויף וואס מיר קוקן שוין אזוי לאנג ארויס.

די בוי פראיעקט איז געסקעדזשעלט צו זיין גענצליך פארטיג אויף נאוועמבער 2019, ד״ה אין א יאר פון יעצט. זיי האבן אבער צוגעלייגט אז די דאטום קען פארלענגערט ווערן.... :|

- בנוגע די פארקינג - און קורצן, פארקינג ספאטס וועט באכאשעם נישט ווערן ווייניגער, א טויש וועט אבער יא זיין. ביז יעצט האט מען געקענט פארקן אויף איין זייט קענט עוועניו, ביידע זייטן פונעם זעלבן ריכטונג. [פון וומסב״ג סט קיין קליימער]. נאכן טויש וועט מען קענען פארקן אויף די צווייטע זייט אויך, [ד״ה אויף די ריכטונג וואס פארט פון קליימער קיין וומסב״ג סט]. אויף ביידע זייטן וועט מען אבער נאר קענען פארקן אויף די רעכטע זייט פונעם גאס.

זעה בילד.


F505EBF1-D64F-4665-BC20-2E9D44FA263B.jpeg
F505EBF1-D64F-4665-BC20-2E9D44FA263B.jpeg (232.85 KiB) געזעהן 1344 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:59 pm

אבי איינער טוט שוין צום זאך, כ'האף זיי האבען שוין גערעדט אויכעט פון בעדפארד ווילאמסבורג סטריטס

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:04 pm

די ביימער און בלומען איז א פראבלעם ביי שמחות אדער גרעסערע מסיבות וואס קומט פאר אין בית מדרש וואס ביז יעצט פלעגט מען קענען פארקן ארויפגעבעקט אויף די סיידוואלק

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:16 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די ביימער און בלומען איז א פראבלעם ביי שמחות אדער גרעסערע מסיבות וואס קומט פאר אין בית מדרש וואס ביז יעצט פלעגט מען קענען פארקן ארויפגעבעקט אויף די סיידוואלק


דיין קאר קען נישט ארויף בעקן אויף בושעס?.. כ׳מיין אז מיין קען יא.

די שיינע בלומען וועלן פאר׳הרג׳ט ווערן!? נישט געזארגט. די סארט זאכן, אזוי אויך די ווייסע פלאסטישע שטענגעלעך זענען א העכערע פעריארעטעט ווי פארעכטן טרעפיק סיגנאלן. זיי ווערן מעינטענד אדער ריפלעיסד נאך פאר וואס ווען ווי.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:20 pm

קוקט אויס אז אלטערנעטיווע רואיגקייט אויף קענט איז קעגן די געזעץ. דארט טוישט מען ארום צוויי מאל א שמיטה
ס'פאלט אוועק די סייד וואלק ביי די זייט פון די נעווי יארד?
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:34 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'פאלט אוועק די סייד וואלק ביי די זייט פון די נעווי יארד?


ניין. זעה די ביז יעצטיגע אויבן, צוקונפטיגע אינטן.

7A22C575-305B-42D0-9F64-4723D5E25B1B.jpeg
7A22C575-305B-42D0-9F64-4723D5E25B1B.jpeg (169.51 KiB) געזעהן 1081 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:37 pm

שכוח טשאדעלע
פארוואס זאל מען נישט קענען פארקן אין צענטער אויך?
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:46 pm

ראספשע האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס נאך איז נייעס אין ווילי?

א גרויסער עושר מאכט היינט נאכט חתונה אין ווילי..., דער גרויסער בונה ומקים עולמות של וויליאמסבורג....
כ'אב זוכה געווען צו קריגן א הזמנה אויף די פאסט, ממש בעתו ובזמנו, אזא הארטע חתיכה געווען, ממש פערפעקט געווען צו נוצן אראפ ציקראצן די שניי פון פענסטער....

פון וועלעכע זייט האסטו באקומען די אינוועטאציע?

איך מיין אז נישט די צד החתן האט ארום געשיקט פאר די גאנצע שטאט נישט די גרויסע עושרס

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:50 pm

איך האב דען געשריבן אז מ'האט געשיקט פאר די גאנצע שטאט?......

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:08 pm

ווי האלט עס מיטן רעדוצירען די אלטערנעיט סייד איבער גאנץ ווילאמסבורג וואס מען האט געשמועסט א האלב יאר צוריק?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:14 pm

shalsheles האט געשריבן:ווי האלט עס מיטן רעדוצירען די אלטערנעיט סייד איבער גאנץ ווילאמסבורג וואס מען האט געשמועסט א האלב יאר צוריק?


די פלאן איז ערווארטעט צו ווידער ארויפגעברענגט ווערן אויפן טיש ווען דיבלאזיא וועט לויפן פאר ווידערוויילונג.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חסידי און 22 געסט