קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:46 am

א פייער איז געווען די שבת ביי שלעזינגער היטן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:25 pm

נאר נייעס האט געשריבן:פייער ביי בראנטש אויף דיווישען

ווייסט איינער צו ער פלאנט צוריק צו עפענען אדער פלאנט ער אויסצוהינגערן דעם עולם...
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:04 pm

Think and Thank האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן אז ביי די קאמבינעישאן פון טרופ און לאפאיעט וואוינט מען נאכנישט.

מאכט סענס.


לאפאיעט אין בעדפארד וואוינען מאחינו בנ׳׳י און אראפ צו סקיללמען אויך אריינציר צו דיקאלב. דערווייל נאכנישט אדוי ווייט ביי די אנדערע זייט צו נאסטרענד און ארויף

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:29 pm

קפ: אין די לעצטע 48 שעה האט זיך אפגעשפילט א וואונדערבארער קידוש ה׳ אין וויליאמסבורג, ווען ״חברה הצלה״ האט באוויזן א זעלטענע דערגרייכונג אין בלויז 2 מעת לעת, כדי צו קענען פארזעצן די עבודת הקודש פון הצלת נפשות.

פאריגע סוף וואך האט די הצלה ארגאניזאציע באקומען א פליצלומע מעלדונג אז די פירמע וואס האט ערצייגט און געסערוויסד די גאר טייערע, סאפיסטיקירטע און לעבנס-וויכטיגע ״מאניטורס״ וואס יעדער ״פאראמעדיק״ מוז האבן ביי זיך, האט זיך אפגעשלאסן פון איין מינוט אויף דער אנדערער!

דאס האט געמיינט אז הצלה (אין וויליאמסבורג אליין) ״מוז״ תיכף ומיד קויפן 19 פרישע מאניטורס; אבער דער פראבלעם איז געווען אז יעדער ״שטיקל״ קאסט די קאלאסאלע סומע פון $25,000!

די געטרייע קאארדינעטארס און טרעזשורערס, ובראשם איש החסד הנגיד ר׳ משה נתן בראווער הי״ו, אליין א געטרייער פאראמעדיק, האבן זיך אריינגעווארפן בלב ובנפש, זיך געוואנדן צו וויליאמסבורג׳ס נדיבים בעם וועלכע האבן ברייטהארציג געענטפערט דעם רוף; און ביז 48 שעה איז געווען ״אויפ׳ן טיש״ די אסטראנאמישע סומע פון $475,000 גרייט צו קויפן די 19 שפאגל-נייע לעבנס-רעטענדע אינסטרומענטן גרייט צו ראטעווען אידישע קינדער!!!

היינט זונטאג אינדערפרי איז אנגעקומען די ליפערונג פון די נייע מאשינען און איז שוין פאר טיילט געווארן פאר די פאראמעדיקס, וועלכע וועלן ווייטער קענען לויפן ראטעווען אידישע קינדער אין די שווערסטע נויט-פעלער, אדאנק די הארציגע טייערע נדיבים וועלכע האבן ״צוגעזאגט און געגעבן״ די ריזיגע סכומים להציל נפשות מישראל בעירנו!!!

תושבי וויליאמסבורג באדאנקען די מסירת נפש׳דיגע ראשי הצלה און די געטרייע נדיבים בעם און רופן אויס: אשריכם ואשרי חלקיכם, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!

דער פאלגענדער בילד איז היינט אינדערפרי ווי מ׳האט צוזאמגענומען און אהינגעגעבן פאר די געטרייע פראמעדיקס די נייע מאניטאר׳ס, און באקומען א קורס מיט אינסטראקציעס וויזוי זיך צו באניצן דערמיט.
צוגעלייגטע
06663E80-FB3E-4A89-B54C-ED35AF49FCC3.jpeg
06663E80-FB3E-4A89-B54C-ED35AF49FCC3.jpeg (592.05 KiB) געזעהן 1344 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:54 pm

כבוד המדפיסים:
איידער איר פרינט דעם הצלה בילד, נעמט אין אכט אז ס'האט דער שם שמים דערויף

----

טשאדעלע - שכח פאר'ן באריכט, און גלייכצייטיג א ריזן דאנק פאר אלע דיינע טויזענטער רייכע הערליכע תגובות דא אויפ'ן וועלטל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:12 pm

הלשון האט געשריבן:כבוד המדפיסים:
איידער איר פרינט דעם הצלה בילד, נעמט אין אכט אז ס'האט דער שם שמים דערויף

----

טשאדעלע - שכח פאר'ן באריכט, און גלייכצייטיג א ריזן דאנק פאר אלע דיינע טויזענטער רייכע הערליכע תגובות דא אויפ'ן וועלטל.

שקויעך פארן אויפמערקזאם מאכן, כ׳האב עס באמערקט שוין נאך ארויפלייגן. ס׳איז אינטערסאנט גראדע, ס׳פאריגע בילד פון חברה הצלה אין וויליאמסבורג ווען מ׳האט אויפגענומען עטליכע נייע מעמבערס האט געהאט דעם זעלבן טאוועל פון אינטן. זעצעך אויס זיי ניצן אלטס דעם זעלבן ביהמ״ד. איז אויב דרייצעך דא אויפן וועלטל א הצלה מעמבער איז כדי ער זאל דאס איבערצוגעבן פאר די חברה צו וויסן פאר נעקסט טיים.

————

אייגענטליך ישר כח פאר דיין דאנק, דער אויבישטער באשאפן א בשר ודם אזוי, אז ווען ער באקומט א קאמפלימענט באקומט ער מוט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:17 pm

שכוח טשאדעלע פאר די שיינע באריכט.

וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:31 pm

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

כ׳האב אמאל געהערט אז הצלה פון יעדע געגענט באזינדער פארמאגט זייער אייגענע באדזשעט, הגם און קאמיאניקעשן זענען זיי אלע אינטער איין דאך (כ׳מיין אז הצלה און קרית יואל איז יא גענצליך אפגעטיילט).

אויב פארשטיי איך גוט מיז טאקע יעדער איינטוישן די עקוויפמענט, די ספעסיפישע אפדעיט אבער איז געווען פון וויליאמסבורג. ווי די אנדערע געגענטער האלטן האבעך נישט געהערט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:49 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

כ׳האב אמאל געהערט אז הצלה פון יעדע געגענט באזינדער פארמאגט זייער אייגענע באדזשעט, הגם און קאמיאניקעשן זענען זיי אלע אינטער איין דאך (כ׳מיין אז הצלה און קרית יואל איז יא גענצליך אפגעטיילט).

אויב פארשטיי איך גוט מיז טאקע יעדער איינטוישן די עקוויפמענט, די ספעסיפישע אפדעיט אבער איז געווען פון וויליאמסבורג. ווי די אנדערע געגענטער האלטן האבעך נישט געהערט.


א יעדע געגנט האט אן אייגענעם בודזשעט מיט פארשידענע אייגענע פארשריפטן מיט אן אייגענעם סעט פון לאקאלע קאארדינעיטערס און אזוי אויך אייגענע רבנים ודיינים וואס פסקענען פאר די לאקאלע הצלה
יעדע לאקאל צאלט אריין צו די מעין הצלה פאר אן עקסטערן בודזשעט וואס האלט קאנטראל איבער קאמיוניקאציע , גאווערנמענט , און לעגאלע אנגעלעגנהייטן

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:13 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעצעך אויס זיי ניצן אלטס דעם זעלבן ביהמ״ד.

ס׳איז נישט קיין ביהמ״ד. ס׳איז א שטיבל אין די הצלה גאראזש וואס זיי ניצן פאר אלעם, אויך פאר א ביהמ״ד.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

הכנסת אורחים

תגובהדורך יש מזל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:59 pm

ווייס איך נישט צו דא איז דאס פלאץ דערפאר, און קאן זיין ס'איז שוין דא אן אשכול דערויף, ועל שניהם נא למחול לי אם שגיתי.
הקיצור
זוך איך דרינגענד ליסטע די פון הכנסת אורחים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג!
האט איינער דא צו די האנט די ליסטע וועליך איך איהם זייער דאנקבאר זיין, ווייל איך ברויך עס האבן זייער זייער וויכטיג (און ווער ס'וועט מיר עס שיקן וועל איך אינזין ביי תהלים אינדערפרי).
און ווער ס'ווייסט אדער האט א אן אכסניא, עקסטערע אריינגאנג, פריוואט, נאר פאר שלאפן, פאר איין מאנספערזאן, פון יום ב' לך - ה' וירא, 11 טעג, וועליך איך איהם נאכמער דאנקבאר זיין, (און איך וועל איהם נאכמער אינזין האבן בעז"ה, ווי זאגן חז"ל אל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך)
יש"כ ותזכו למצוות

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:48 pm

וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:47 am

יש"כ מר. מיסטריעז שי'
עני ווואן עלס מיט מער אינפא?
ברויך עס זייער דרינגענד

זוך איך דרינגענד ליסטע די פון הכנסת אורחים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג!
האט איינער דא צו די האנט די ליסטע וועליך איך איהם זייער דאנקבאר זיין, ווייל איך ברויך עס האבן זייער זייער וויכטיג (און ווער ס'וועט מיר עס שיקן וועל איך אינזין ביי תהלים אינדערפרי).
און ווער ס'ווייסט אדער האט א אן אכסניא, עקסטערע אריינגאנג, פריוואט, נאר פאר שלאפן, פאר איין מאנספערזאן, פון יום ב' לך - ה' וירא, 11 טעג, וועליך איך איהם נאכמער דאנקבאר זיין, (און איך וועל איהם נאכמער אינזין האבן בעז"ה, ווי זאגן חז"ל אל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך)
יש"כ ותזכו למצוות

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:22 am

טעם וריח האט געשריבן:שכוח טשאדעלע פאר די שיינע באריכט.

וואס איז מיט אנדערע הצלה אגענטורן? זיי האבן אויכעט געמוזט קויפן נייע מאשינען?

יא, נאר נישט געהאט קיין פאטאגראפיסט צו די האנט..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:58 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דאס האט געמיינט אז הצלה (אין וויליאמסבורג אליין) ״מוז״ תיכף ומיד קויפן 19 פרישע מאניטורס; אבער דער פראבלעם איז געווען אז יעדער ״שטיקל״ קאסט די קאלאסאלע סומע פון $25,000!

וואס מיינט דאס פון א אנדערע קאמפעני כדי צו האבען ווער עס זאל עס סערוויסען?
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:33 pm

א גרויסן יש"כ פאר הרב מיסטריעז שי' פארן צוצייכענען די ליסט
און ב"ה מ'האמיר געטראפן א פיינע אכסניא בעזה"י
דא איז די ליסט לכל מאן דבעי
צוגעלייגטע
הכנסת אורחים - ווילי.pdf
(185.05 KiB) דאונלאודעד 321 מאל

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:37 pm

האסט מיר אינזין געהאט ביי תהלים?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:46 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:האסט מיר אינזין געהאט ביי תהלים?

יא ב"ה :P

real estate
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:10 pm

קמ מעלדט איבער אן ארעסט פון א קאר מאקעניק פארן איבערפאלן א אינגערמאן פארן בלאקירן זיין דרייו וועי אויב דאס איז נעבן די פלייש געשעפט א שאד נישט ארעסטירט ביז יעצט

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:21 pm

וועלכע פלייש געשעפט?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:24 pm

אויף בעדפארד צווישן פארק און מוירטל.
(איך באשטעטיגט נישט אז ס'איז דארט פארגעקומען)
לעצט פאראכטן דורך ראפאט קראמפלי אום מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:46 pm

צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש געשעפט?

נעקסט צו פרינט אויט
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

real estate
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:43 pm

צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש געשעפט?

Satmar 82

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:51 pm

real estate האט געשריבן:קמ מעלדט איבער אן ארעסט פון א קאר מאקעניק פארן איבערפאלן א אינגערמאן פארן בלאקירן זיין דרייו וועי אויב דאס איז נעבן די פלייש געשעפט א שאד נישט ארעסטירט ביז יעצט

יא, דער איז באקאנט מיט זיין אגרעסיווע אקטן ווען מען שטייט נאר אין זיינע ד' אמות (געווען דא אמאל בילדער פון א קאר וואָס ער האט פשוט אריינגעשטעלט אינמיטן בעדפארד עוועניו... ווייל ער איז אים געשטאנן אין וועג) האפענטליך האט ער זיך יעצט געלערנט א לעקציע. (נישט אז כ'בארעכטיג בלאקירן זיין דרייווועי.. באט זיין אגרעסיע איז ארויס פון יעדע פראפארציע)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:13 pm

Breaking. Mayer Hershkowitz (Shomrim case in Willi) won his appeal and his indictment is also dismissed.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”