קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

KMW
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מיטוואך מאי 16, 2018 11:33 am

א. טראכטער האט געשריבן:מען לייגט (ענדליך) צו א ערא אויף די רויט לייט ביי לי לאראומער


I asked them a while ago to put same on Union and Wallabout as cars drive in to Wallabout wrong way daily, they responded they will reply by Jan... Still waiting



Thank you for your recent correspondence regarding the traffic signal on Marcy Avenue at Wallabout Street.



New Yorkers deserve and expect safe streets. Through Mayor de Blasio’s Vision Zero plan, the City is making a bold new commitment to improve street safety in every neighborhood and in every borough – with expanded enforcement, new street designs and configurations, public education and increased penalties for dangerous drivers. The Department of Transportation (DOT) recently announced each borough’s Pedestrian Safety Action Plan, which establishes a comprehensive set of actions for DOT, NYPD, and other agencies in achieving Vision Zero initiatives announced last year. The Borough Pedestrian Safety Action Plans are available on the DOT website at http://www.nyc.gov/html/dot/html/pedest ... plan.shtml.



We appreciate your concerns and will make every effort to address the issue that you have raised. Your request has been assigned to the appropriate Operational Unit and has been given case # DOT-357603-M9M4. You will receive a response by the end of January 2018.

Thank you for sharing your transportation concerns with us.



Keith Bray

Brooklyn Borough Commissioner

NYC Department of Transportation

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 11:37 am

נאך א פלאץ ווי א קליינע טויש קען פארמיידן אסאך קאפוויי איז דיוויזשאן קארנער מארסי און וומסב''ג סטריט. מען זאל מאכן אז די רעכטע לעין פארט ווייטער גראד(?) אויף דיוויזשאן, און די לינקע לעין מוז זיך דרייען לינקס אויף וומסב''ג סטריט.

פאר די קארס וואס קומען פון דיוויזשאן און באמערקן נישט די 'סטאפ היער אן רעד' סיין און די רויטע לייט הארט דערנעבן האב איך נאכנישט קיין סעלושען.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מאי 16, 2018 12:13 pm

א באנדע לצים דאס.. איך האב זיי כמה פעמים געבעטן זאכן, טייל האבן זיי אפגעזאגט און טייל האבן זיי געשלעפט ביז'ן ווערן צעזעצט (ועד בכלל).

אני הצעיר האב שוין געבעטן פון זיי אז מען זאל מאכן ביי לארימער, קומענדיג פון מארסי צו ליע, א ספעציעלע עקסטרע גרינע עראו און עטליכע צעקונדעס דעזעגנירט פאר די וואס מוזן זיך איינדרייען לינקס אז מען זאל נישט חלילה וחס זיך אנשטויסן און קעגנקומענדיגע טראפיק. זייער ענטפער דאן איז געווען מען קען נישט צוליב דעם וואס ביי די סיידוואלק איז א באס סטאפ און מען קען נישט יענס מאכן פאר א לעין וואס פארט גראד.

כ'האב זיי אויך ערווענט אז פארבאטן א לינקע דריי דארט קעניש קומען אין באטראכט ווייל דאן שפארט מען איין דעם גאנצן עולם אין א גריד לאק. עכ'פ דאס האבן זיי יא אנגענומען (עי' ערך די פליגער זאל 'נישט' קראכן...). ממילא איז'ס מיר א פרייד צו זען אז מיין האראוואניע איז יא אנגעקומען ערגעץ.

אנאנדערע מאל האב'ך זיי געבעטן עפעס און פארשפראכן אז ביז יוני גיי'ך הערן פון זיי.. ווען אום סעפט. האב'ך געזען אז זיי האבן מיר געפירט ביי די נאז האב'ך זיי נאכאמאל געבעטן האבן זיי מיר נאכאמאל געבעטן און דאן פארשפראכן אז ביז מאי גיי'ך הערן פון זיי... און א צייט דערויף ווען כ'אב איינגעזען אז זיי האלטן ביי גארנישט האב'ך אנגעהויבן אין אפיס פון א לאקאלער פאליטישען פון יענע געגענט, וואס האט מיר פארשפראכן אז ער האט און גייט רעדן מיט זיי דערוועגן... שטייצעך אז כ'האב זיי נאכאמאל געשריבן א בריוו און זיי געזאגט אז ס'יז שוין עטליכע יאר וואס מ'פארשפרעכט מיר אז מ'גייט צוריקקומען צו מיר און מען לאזט מיר הענגן.. זעט אויס אז עפעס האט די צוויי זאכן אויפגעטאהן און זאכן האבן זיך אנגעהויבן רורן ב"ה. זיי האבן מיר פארשפראכן דארט צו טאהן ווי מיין פארלאנג נאכדעם וואס א געוויסע געפלאנטע קאנסטרוקציע גייט פארענדיגט ווערן.

אנאנדערע פלאץ האט עס גענומען אזוי לאנג ביז עס'ז געווארן עפעס אז ווען עס'ז געשען האב'ך שוין געהאט שיעור פארגעסן אז ס'יז געווען מיין ארבייט...

די מעשה איז מיט די חברה, אז זיי האבן זייער אסאך איבעריגע צייט וואס מיר שטייערצאהלער שענקן זיי בפנים זועפות. ווען עס קומט אריין א פארלאנג צו פארבעסערן עפעס לייגן זיי עס אריין אין א וועיטינג ליסט, און ווען די באטעל קאווע ניצט זיך אויס שיקט מען אראפ א קאר מיט עטליכע פעשע פערזאנען, מיט א בענקל און א שירעם, און שטודירן דאס פלאץ וויזוי טראפיק לויפט דארט, און שרייבן באריכטן איבער אלעם וואס קומט פאר דארט, אלע אקטיוויטעטן, פונקטליך וויפיל מענטשן שפאצירן דארט אדורך א שעה, וויפיל און ווי שנעל קארס פארן אדורך, וויפיל טראפיק אנשטויסענישן זענען דא און אלעס סארט דאטא וואס מען קען נאר צוזאמשטעלן. נאכדעם גייט מען וואקאציע און ווען מ'קומט צוריק מאכט מען אויף א פרישע באטל קאווע און ווען יענס ניצט זיך אויס זעצט מען זיך אראפ (אויב קיינער האט נישט אריינגערופן 'סיק' יענעם טאג.. אויך נאר ווייל זיין טאוסטער-אווען אינדערהיים האט נישט געהעריג גאבאקן די פיצא נעכטן נאכט און מען ברויך דאס טראגן פיקסן) און מען שטודירט די דאטא און לויט ווי פויל מען איז פסק'נט מען אפ אויב מ'זאל זיך נעמען ארבייטן דערויף.

טאמער אבער איז די רעדע פון בלאקירן טראפיק, אפשפארן אפאר לעינס, מאכן א בייק לעין, אוועקנעמען פארקינג אדער וואס, דאן קומען זיי צו פארן אויפ א קאוד-וואן מיט אפאר גוטע קעמערעס, און מען שטעלט זיך אויס פאר בילדער וואס מען שיקט ארויס צו צייגן אז די פאטעיטא טשיפס איז שוין געענדיג, והא ראי' זיי זיצן נישט דערנעבן..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מאי 16, 2018 12:17 pm

בנוגע דעוויזשען און מארסי הייסט עס אז עס קומט צוריק די שניט ביי די טרייענגל אז מ'זאל קענען פארן פון מארסי אריין צו גרינס פיצא אנע ארויסקומען ביז דעוויזשען... זיי האבן געוויזן פונקטליכע פלענס וויזוי עס גייט אויסקוקן.

ווען דאס גייט פאסירן? המממ... אפשר נעקסטע יובל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 16, 2018 12:19 pm

פליגעלע..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך מאי 16, 2018 12:21 pm

פליגל האט געשריבן:ן..

פליגל :lol: ;l;p-

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » מיטוואך מאי 16, 2018 12:26 pm

וואף!
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 16, 2018 1:19 pm

פליגל ;l;p-
כ'מיין נישט דיין אוואטער
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מאי 16, 2018 3:18 pm

פליגל האט געשריבן:בנוגע דעוויזשען און מארסי הייסט עס אז עס קומט צוריק די שניט ביי די טרייענגל אז מ'זאל קענען פארן פון מארסי אריין צו גרינס פיצא אנע ארויסקומען ביז דעוויזשען... זיי האבן געוויזן פונקטליכע פלענס וויזוי עס גייט אויסקוקן.

ווען דאס גייט פאסירן? המממ... אפשר נעקסטע יובל.

האסט געקריגן א אילעסטראציע?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » מיטוואך מאי 16, 2018 3:47 pm

יאצמעך האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:בנוגע דעוויזשען און מארסי הייסט עס אז עס קומט צוריק די שניט ביי די טרייענגל אז מ'זאל קענען פארן פון מארסי אריין צו גרינס פיצא אנע ארויסקומען ביז דעוויזשען... זיי האבן געוויזן פונקטליכע פלענס וויזוי עס גייט אויסקוקן.

ווען דאס גייט פאסירן? המממ... אפשר נעקסטע יובל.

האסט געקריגן א אילעסטראציע?

איך האב עס געהאט, ס'געווען פובליק. איך וועל פרובירן עס צו טרעפן און עס לייגן דא אי"ה.
לעצט פאראכטן דורך ציקוועטשטער אום מיטוואך מאי 16, 2018 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מאי 16, 2018 3:56 pm

אויף קול מבשר פארציילט היינט א קרוינהייטסער איד אז די סיטי האט אים געדינגען אויפצוקלערן וומ"ס איינוואוינער צו קויפן ברוינע גארבידזש קאנעס, און דאס טוט ער היינט בנאמנות אויף לי עוו. ווייסט איינער מער דערוועגן?

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מאי 16, 2018 8:32 pm

איין זאך האט דער נייער לייט פאראורזאכט אז ווען מען שטייט אויף לארמיר שטייט מען היפש לאנג, עס איז געווארן גאר א לאנגע לייט.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » מיטוואך מאי 16, 2018 9:34 pm

יוש איז געווען א חורבן דארט היינט! די גאנצע לייט גייט מיר אריין אין א בחינה פון טוב שלא נברא...
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך מאי 16, 2018 9:41 pm

דער חורבן האט זיך ארויפגעצויגן כמעט ביז יוניאן אויף די לארימער זייט, ביז לינטש אויף די ליע עווניו זייט, ביז דזשי בי אויף די וואלאבאוט זייט צו בעדפארד. טוב לו שלא נברא איט איז.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך מאי 16, 2018 10:56 pm

איך מיין אז עס לוינט זיך די טרעפיק פאר א פליגל באריכט

אפשר טרענזעלעיסטו עס און שיקסט עס אריין צו זיי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אפשר
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:48 am

און דעס אז מ'זאל ארופריקן די באס סטאפ פון לי קארנער פלאשינג מיט איין גאס (וואס איז לכאורה די גרסעטע גורם צום גרידלאק) וועלן זיי קיינמאל טון.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מאי 23, 2018 11:00 am

עפעס איינער האט היינט באשלאסן צו כאפן א שטיקל דרימל און וויליאמסבורג. דאס עצם דרימל איז נישט געווען קיין פראבלעם, נאר ווען ער האט געכאפט דען נאפּעץ איז געווען אויף בעדפארד עוועניו. א נאפּעץ אויף בעדפארד איז גראדע אויך נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, די מעשה איז נאר געווען אז דער איינער האטצעך איינגערעדט אז ער קען טוען צוויי זאכן אויך איין מאל, כאפן א דרימל און דרייווען א טראק צוזאמען. באמת איז עס אדורך מיט סאקסעס חוץ פונעם פאקט אז אפאר קארן זענען אים געשטאנען און וועג.

(הערה. סאיז נישט קלאר אויב ער האצעך למעשה אויסגעריהט..)

https://www.dropbox.com/s/bzcf2lc6957lc ... 9.mp4?dl=0
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מאי 23, 2018 11:53 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עפעס איינער האט היינט באשלאסן צו כאפן א שטיקל דרימל און וויליאמסבורג. דאס עצם דרימל איז נישט געווען קיין פראבלעם, נאר ווען ער האט געכאפט דען נאפּעץ איז געווען אויף בעדפארד עוועניו. א נאפּעץ אויף בעדפארד איז גראדע אויך נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, די מעשה איז נאר געווען אז דער איינער האטצעך איינגערעדט אז ער קען טוען צוויי זאכן אויך איין מאל, כאפן א דרימל און דרייווען א טראק צוזאמען. באמת איז עס אדורך מיט סאקסעס חוץ פונעם פאקט אז אפאר קארן זענען אים געשטאנען און וועג.

(הערה. סאיז נישט קלאר אויב ער האצעך למעשה אויסגעריהט..)

https://www.dropbox.com/s/bzcf2lc6957lc ... 9.mp4?dl=0

;l;p-
שכח פאר די נייעס, און פארן שמייכל וואס ס'האט מיט געברענגט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 23, 2018 12:26 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עפעס איינער האט היינט באשלאסן צו כאפן א שטיקל דרימל און וויליאמסבורג. דאס עצם דרימל איז נישט געווען קיין פראבלעם, נאר ווען ער האט געכאפט דען נאפּעץ איז געווען אויף בעדפארד עוועניו. א נאפּעץ אויף בעדפארד איז גראדע אויך נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, די מעשה איז נאר געווען אז דער איינער האטצעך איינגערעדט אז ער קען טוען צוויי זאכן אויך איין מאל, כאפן א דרימל און דרייווען א טראק צוזאמען. באמת איז עס אדורך מיט סאקסעס חוץ פונעם פאקט אז אפאר קארן זענען אים געשטאנען און וועג.

(הערה. סאיז נישט קלאר אויב ער האצעך למעשה אויסגעריהט..)

https://www.dropbox.com/s/bzcf2lc6957lc ... 9.mp4?dl=0

:smile:
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מיטוואך מאי 23, 2018 1:05 pm

Shooting in Williamsburg 90Pct and Hatzolah on scene at 211 Union Ave
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2018-05-23 at 1.00.53 PM.jpeg
WhatsApp Image 2018-05-23 at 1.00.53 PM.jpeg (84.3 KiB) געזעהן 1175 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מאי 23, 2018 1:14 pm

850615B3-E48A-4F98-8CE0-6EB6ECBF7037.jpeg
850615B3-E48A-4F98-8CE0-6EB6ECBF7037.jpeg (176.93 KiB) געזעהן 1135 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 23, 2018 1:16 pm

שמש האט געשריבן:Shooting in Williamsburg 90Pct and Hatzolah on scene at 211 Union Ave

וואס?

דאס איז דאך די אדעס פון די 90.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מיטוואך מאי 23, 2018 1:20 pm

farshlufen האט געשריבן:
שמש האט געשריבן:Shooting in Williamsburg 90Pct and Hatzolah on scene at 211 Union Ave

וואס?

דאס איז דאך די אדעס פון די 90.

yup

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מאי 23, 2018 2:16 pm

איז דאס פארגעקומען אינעם בנין?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך מאי 23, 2018 2:25 pm

מעגליך די זעלבע פו 1 אזייגער.

U/D Brooklyn: South 3 St & Hewes St, Active criem scene in regards to 3 people shot, 1 Victim in serious condition.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, אין כל חדש, באגלייבט, ברוך, דוקטור, ווייס פרעזידענט, מיגו, ממה נפשך, צד תמות, קהל עדתינו, ראספשע און 80 געסט