קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פליגל » זונטאג ינואר 10, 2021 12:53 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
72e3474923a6427cab2168edf5ab06c9.jpg
20210110_113642.jpg

האסט בילדער פון די פלאמען? געווען אזוינע ריזן פלאמען ארויס שפארן פונעם פענסטער!
נאט אייך א גרינע...


דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 10, 2021 1:11 pm

eller האט געשריבן:אן אינטעראסנטע זאך
כ'האב גערעדט צו YYY פון פנינה רעסטעראוינט זאגט ער מיר אז די גרעסטע קליענטעל און וואס געבן אויס די מערסטע געלט פאר אכילה איז אין די עיר ואם בישראל.... ווילי...
(ער האט געארבעט ביז יעצט אין ב"פ און אין די מאוינטענס)
כ'ווייס נישט צו ס'איז א קאמפלימענט אדער א בזיון

ער איז נאך א נייע געשעפט, צו פריה צו אפשאצן זיין סוקסעס.
דאס איז גאר וויכטיגע מעסעדש פארן ויהיקל אייגענטומער, דיין קאר וואראנטי איז אפגעלאפן, דאס איז די לעצטע ווארנונג פאר מיר פארמאכן די קעיס.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 10, 2021 1:13 pm

דממה דקה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אן אינטעראסנטע זאך
כ'האב גערעדט צו YYY פון פנינה רעסטעראוינט זאגט ער מיר אז די גרעסטע קליענטעל און וואס געבן אויס די מערסטע געלט פאר אכילה איז אין די עיר ואם בישראל.... ווילי...
(ער האט געארבעט ביז יעצט אין ב"פ און אין די מאוינטענס)
כ'ווייס נישט צו ס'איז א קאמפלימענט אדער א בזיון

ער איז נאך א נייע געשעפט, צו פריה צו אפשאצן זיין סוקסעס.

איך האב אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען דא, ווען די געגענט אליין האט אפאר דעליס ווי ביידע סאטמארע בוטשערס- הצלחה טעיק אויט - מוישיס - און טשעסנאט.
האט ער מיר געענטפערט אז די וויליאמסבורגע פארשטייען די מערסטע צו אכילה..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 10, 2021 1:15 pm

איך מיין ער מאכט א טעות
דאס איז גאר וויכטיגע מעסעדש פארן ויהיקל אייגענטומער, דיין קאר וואראנטי איז אפגעלאפן, דאס איז די לעצטע ווארנונג פאר מיר פארמאכן די קעיס.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פליגל » זונטאג ינואר 10, 2021 1:16 pm

אה, און די ב"פ'ע זענען ממש מלאכים... חחח...

אפשר האט'ר געמיינט צו זאגן די "ניי וויליאמסבורג'ע" ...
נאט אייך א גרינע...


סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 1:18 pm

פליגל האט געשריבן:אה, און די ב"פ'ע זענען ממש מלאכים... חחח...

אפשר האט'ר געמיינט צו זאגן די "ניי וויליאמסבורג'ע" ...


א נייע געשעפט אין א שטאט וואו ס׳איז נישטא צופיל פליישיגע רעסטעראנטן, וומ״ס איז נישט ערגער אין פרעס ווי בארא פארק

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 10, 2021 1:24 pm

מושיס פלעיס האט געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל, סעים פאר קאפי ברעיק, קאפע אה לי, פאניני, אלימפיע-מאזערעלא, (פרעס-טראק.... :roll: ) די אויף מארסי געדענק נישט די נאמען, איך מיין אז וויליאמסבורג איז נישט עכט געמאכט דערפאר.

חוץ גרינס מיט גאטליבס האט יעדער געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל.

מסתבר אז ער טרעפט אסאך וויליאמסבורגער אין בארא פארק, און די וועלן נישט עסן אין וויליאמסבורג... זיי גייען פארדעם קיין בארא פארק.
דאס איז גאר וויכטיגע מעסעדש פארן ויהיקל אייגענטומער, דיין קאר וואראנטי איז אפגעלאפן, דאס איז די לעצטע ווארנונג פאר מיר פארמאכן די קעיס.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פליגל » זונטאג ינואר 10, 2021 1:33 pm

מוישיס פלעיס כפי ידעתי איז דער היצטיגער אייגענטומער שוין היבש לאנג, אויב נישט ווי אלע זיינע פארגייער ביינעזאם. וויפיל כ'הער פון מענטשן זענען זיי זייער צופרידן פון דאס געשעפט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 10, 2021 1:34 pm

און די פלאץ אליין האט שוין אויך געטוישט

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 1:43 pm

דממה דקה האט געשריבן:מושיס פלעיס האט געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל, סעים פאר קאפי ברעיק, קאפע אה לי, פאניני, אלימפיע-מאזערעלא, (פרעס-טראק.... :roll: ) די אויף מארסי געדענק נישט די נאמען, איך מיין אז וויליאמסבורג איז נישט עכט געמאכט דערפאר.

חוץ גרינס מיט גאטליבס האט יעדער געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל.

מסתבר אז ער טרעפט אסאך וויליאמסבורגער אין בארא פארק, און די וועלן נישט עסן אין וויליאמסבורג... זיי גייען פארדעם קיין בארא פארק.


א ברייטערע שמועס פאר זיך.

די דעמאגראפיע פון וומ״ס טוישט זיך און ס׳קען אפשר נוצן מער פליישיגע רעסטאראנטן.

די אווערהעד פון דעם פענינא ווס די אווערהעד פון די פליישיגע געשעפטן וואס האבן זיך פארשפארט אדער מוטשען זיך איז קיין פארגלייך און יתכון אז זיי וועלן עס יא מאכן.

רעסטאראנט אייגנטימער פארקויפן זייערע געשעפטן (ספעציעל ווען זיי פירן עס פאר א שיינע שטיק צייט) איז נישט קיין מאדנע זאך אין אנדערע געגנטער.

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 1:49 pm

דממה דקה האט געשריבן:מושיס פלעיס האט געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל, סעים פאר קאפי ברעיק, קאפע אה לי, פאניני, אלימפיע-מאזערעלא, (פרעס-טראק.... :roll: ) די אויף מארסי געדענק נישט די נאמען, איך מיין אז וויליאמסבורג איז נישט עכט געמאכט דערפאר.

חוץ גרינס מיט גאטליבס האט יעדער געטוישט בעלי בתים עטליכע מאל.

מסתבר אז ער טרעפט אסאך וויליאמסבורגער אין בארא פארק, און די וועלן נישט עסן אין וויליאמסבורג... זיי גייען פארדעם קיין בארא פארק.


קאפי ברעיק געווען זייער לאנג אונטער איין בעה״ב
קאפע אה ליע גאר לאנג אין אונטער איין בעה״ב
פעניני אויך א שיינע שטיק צייט אונטער דעם איצטיגן בעה״ב

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג ינואר 10, 2021 1:58 pm

ווי איז פנינה ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 2:07 pm

maybeeynot האט געשריבן:ווי איז פנינה ?


ס׳דא פעניני- (מילכיגס)
געוועזענע איצו׳ס רעסטעראנט אויף ליע עוועניו.

אויך איז דא א פרישע פליישיגע געשעפט פענינא (פליישיג)
אויף פרענקלין עוועניו קארנער פארק

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג ינואר 10, 2021 2:19 pm

סקאטש האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:ווי איז פנינה ?


ס׳דא פעניני- (מילכיגס)
געוועזענע איצו׳ס רעסטעראנט אויף ליע עוועניו.

אויך איז דא א פרישע פליישיגע געשעפט פענינא (פליישיג)
אויף פרענקלין עוועניו קארנער פארק

אין ווי איז YYY ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

סקאטש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 10, 2021 2:19 pm

maybeeynot האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:ווי איז פנינה ?


ס׳דא פעניני- (מילכיגס)
געוועזענע איצו׳ס רעסטעראנט אויף ליע עוועניו.

אויך איז דא א פרישע פליישיגע געשעפט פענינא (פליישיג)
אויף פרענקלין עוועניו קארנער פארק

אין ווי איז YYY ?


מסתם אין די פליישיגע

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 2:20 pm

סקאטש האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:ווי איז פנינה ?


ס׳דא פעניני- (מילכיגס)
געוועזענע איצו׳ס רעסטעראנט אויף ליע עוועניו.

אויך איז דא א פרישע פליישיגע געשעפט פענינא (פליישיג)
אויף פרענקלין עוועניו קארנער פארק

אין ווי איז YYY ?


מסתם אין די פליישיגע

פליישיגע, אין פון לב כאר
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג ינואר 10, 2021 2:26 pm

unnamed (4).png
unnamed (4).png (158.28 KiB) געזעהן 2221 מאל


אסעמבלימאן לענטאל שליסט עפאכע פון פילע צענדליגער יארן דינסט פאר'ן וויליאמסבורגער ציבור

unnamed - 2021-01-10T142147.205.jpg
unnamed - 2021-01-10T142147.205.jpg (81.77 KiB) געזעהן 2221 מאל
דער העראאישער וויליאמסבורגער אסעמבלימאן דזשאסעף לענטאל אויף א באזוך אין סאטמארער ישיבה גדולה

דער וויליאמסבורגער אידענטום בכלל, און די יו. דשעי. או. בפרט, האבן די וואך אפגעצייכנט די ענדע פון נאנט צו פערציג יאר וואס וויליאמסבורג האט געהאט דעם העלדישן פארשטייער דזשאסעף לענטאל אלס אסעמבלימאן אין אלבאני, די הויפטשטאט פון ניו יארק סטעיט.

דער לעגיסלאטאר לענטאל איז ערוויילט געווארן צום אסעמבלי אין 972' למספ', און עלף יאר שפעטער איז ער ערוויילט געווארן צום 50'סטן דיסטריקט וואס נעמט אריין די היימישע וויליאמסבורג, ווי אויך די ארומיגע געגנטער פון גרינפוינט און נאך. ער האט אנגעהאלטן די פאזיציע מיט ווירדע און געטריישאפט ביז זיין לעצטן טאג אין אמט, פאריגע וואך דאנערשטאג. גענוי צוואנציג יאר צוריק איז ער באשטימט געווארן דורך די גאנצע אסעמבלי דעלעגאציע פון ברוקלין צו זיין דער נומער איינס דעלעגאט פון די בארא, צו פאסן אחריות'דיגע באשליסן און זיין דער פאן-טרעגער פון שתדלנות פאר רעגירונג הילף און אקטיוויטעטן לטובת אלע איינוואוינער פון ברוקלין.

אין וויליאמסבורג גופא איז לענטאל'ס קאריערע באצייכנט געווארן אלס מוסטערהאפט און היסטאריש, זייענדיג אויף די פראנט ליניעס פון אומצאליגע קאמפן, דירעקט און אומדירעקט, עפענטליך און געהיימניספול, לטובת הכלל והפרט פאר אלע שיכטן און קרייזן פונעם דיסטריקט, ספעציעל אין די לעצטיגע יארן זייט מאנכע עלעמענטן האבן גענומען פאר א מיסיע צו פארפאלגן און באקעמפן דעם ערליכן ארטאדאקסישן אידענטום אין ניו יארק אויף טריט און שריט.

פאר "יו. דזשעי. או." איז כמעט נישט געווען א טאג במשך די צענדליגער יארן וואס מען זאל נישט האבן קיין פארבינדונג מיט אסעמבלימאן לענטאל, צי פאר צרכי ציבור, צי דרינגענדע הילף פאר א יחיד אין נויט.


unnamed - 2021-01-10T142152.743.jpg
unnamed - 2021-01-10T142152.743.jpg (149.57 KiB) געזעהן 2221 מאל
"יישר כוח אייך, א הארציגן דאנק!"

דור הולך ודור בא; אצינד אז די עפאכע איז געקומען צום שלוס, האבן די עסקנים פון יו. דזשעי. או. אין שפיץ פון הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א געלאזט וואונטשן פאר'ן געטרייען אסעמבלימאן גאר הארציגע ברכות און וואונטשן. "אונזערע הארציגסטע בעסטע וואונטשן צו אונזער געטרייען פריינט דזשאסעף לענטאל. מיר קענען אייך נישט גענוג דאנקען פאר אלעס וואס איר האט געטאן פאר אונזער קאמיוניטי, אלע אייערע קאנסטיטוענטס, און פאר אלע ניו יארקער איינוואוינער. פאר לאנגע יארן וועלן מענטשן געניסן פון אייער געטרייע ארבייט."

די וויליאמסבורגער געמיינדע, דערקלערט ר' משה דוד, "וועט אייך אייביג דאנקבאר זיין פאר די הילף, שתדלנות, פארטרעטערשאפט און קעמפן פאר די באקריוודעטע, די פארגעסענע, די שוואכע און די ווייניגער-פאפולערע געמיינדעס צו פארטיידיגן זייערע רעכטן. א הארציגן דאנק, יישר כוח."

יו. דזשעי. או. טוט אויך באדאנקן לענטאל'ס לאנגיאריגע שטאב הויפט ק. פיעק פאר איר אומערמידליכע און הילפבארע הילף און ראט לטובת די קאמיוטי, און אזוי אויך אלע שטאב מיטגלידער.

אין א פערזענליכן בריוו צום ארויסגייענדער אסעמבלימאן לענטאל, שרייבט ר' משה דוד הארציגע ווערטער אויף די מוסטערהאפטע געטריישאפט פון לענטאל זיך "ארויסצושטעלן קעגן האסן. קיינער נישט געווען מער קלאר און אפעקטיוו צו פארזיכערן יושר און גערעכטיגקייט, און באשיצן די רעכטן פון די קאמיוניטי. ווייניג מענטשן האבן אויפגעטאן אזויפיל און געהאלפן אזוי סאך ווי איר האט געטאן. מיר זאגן יעדן צופרי "אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא... וגמילות חסדים." מר. לענטאל, איר האט געהאלפן אומצאליגע מענטשן דורכאויס די יארן, דורך בעסערע פאליסיס, העלפן די נויטיגע, און אינטערווענירן פאר יעדן יחיד. זאלן די גוטע מעשים אייך ברענגען א ווייטערדיגע הצלחה'דיגע פרייליכע געזונטע לעבן און די גוטע שכר וואס איר פארדינט."
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 5:45 pm

פליגל האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
72e3474923a6427cab2168edf5ab06c9.jpg
20210110_113642.jpg

האסט בילדער פון די פלאמען? געווען אזוינע ריזן פלאמען ארויס שפארן פונעם פענסטער!

https://drive.google.com/file/d/1U4m53G ... p=drivesdk

[הגה מהאחראי: רעט אייך נישט איין אז מ'רעדט דא פלאמען...]
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 6:27 pm

אינטערוויו: וויכטיגע ביטע פאר תושבי וויליאמסבורג אז עס איז צייט זיך ווידער צו טעסטן אויף קאוויד :לעגענדארער עסקן הרב משה דוד נידערמאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/32213
אינטערוויו: וואס האט פלוצלינג פאסירט אז מען בעהט ווידער תושבי וויליאמסבורג אז מען זאל זיך טעסטן אויף קאוויד :לעגענדארער עסקן הרב נפתלי משה אינדיג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/32211
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 8:24 pm

20210110_202759.jpg
20210110_202759.jpg (543.91 KiB) געזעהן 1440 מאל
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 8:43 pm

https://drive.google.com/file/d/1UdYHqE ... p=drivesdk
20210110_204319.jpg
20210110_204319.jpg (79.67 KiB) געזעהן 1389 מאל
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 10, 2021 8:49 pm

יעצט ניינע ביינאכט?

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג ינואר 10, 2021 8:51 pm

יוראפ האט געשריבן:יעצט ניינע ביינאכט?

It's happened today in the morning
[ביטע אריין ווארפען לכבודי סיי וועלכע סכום פאר די קינדערלעך פון לינדען ניו דזשערסי אז זיי זאלן האבן א נארמאלע חדר בנין ווי צי לערנען תורה ביטע גייט יעצט אריין אין דעם לינק און געבט עפעס לויט אייערע יכולות!
https://www.dryveup.com/linden/20792
]

אוועטאר
הענדימען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5165
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך הענדימען » זונטאג ינואר 10, 2021 9:35 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
72e3474923a6427cab2168edf5ab06c9.jpg
20210110_113642.jpg

האסט בילדער פון די פלאמען? געווען אזוינע ריזן פלאמען ארויס שפארן פונעם פענסטער!

https://drive.google.com/file/d/1U4m53G ... p=drivesdk

[הגה מהאחראי: רעט אייך נישט איין אז מ'רעדט דא פלאמען...]

זייער אירעספאנסיבל דאס ווארפן. ס'וואלט געקענט אויסשיסן פענסטערס אויפן וועג אראפ
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:22 am

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1UdYHqEj1s3l1VB3m-T058QUF8Z1XYmBb/view?usp=drivesdk
20210110_204319.jpg

מען דארף דאך מאכן וויי געשריי נישט די קינדער מלמדים און אפ' די פייערלייט דייען מיט מאסקעס.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot, אונז, אלעזר וויינפעלד, בן איש חי, חבצלת השרון, טשיינע רב, כא כא כא, שרייב-פעדער און 40 געסט