קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:15 pm

farshlufen האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:סעניטעישאן איז אויף סטרייק?

לאו דוקא, נאר דאס איז זייער געווענליכע וועג פון ארבעטן.

און טאקע נישט פארגעסן, ASP איז געהעריג אין עפעקט...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:22 pm

Kollel האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:

נעכטן אין מאנסי, איך שפאציהר זיך אזוי אין דרייוועי, ווען' נישט מיר נישט דיר האב איך. כמעט שלא, אראפגעטראטן אויף א לויפנדער שלאנג!
וועך,
דאס איז א זאך וואס כ'האב שוין לאנג געזען אז ס'דרייען זיך ארום די אומ'בחנ'טער בעל חי', אבער נישט צוויי אינטשעס אוועק פון מיין פיס נאגל. דאס האט מיר אבער בכלל נישט אויפגעשאקלט...

האמער דעיס געטראפן אין א קרית יואלע בעקיארד

P.S. Picture taken with my flip phone

דאס איז עס! געוועהן אין מאנסי אהנפאנג וואך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יצר טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יצר טוב » פרייטאג יולי 24, 2020 11:06 am

תושבי וויליאמסבורג זייט געווארנעט. עס דרייט זיך ארום א גוי אין די גאסן, אין מאכט זיך פאר א גרויסע רחמנות אז ער האט נישט קיין געלט צו קויפן פארמעלע פאר זיין קליינע מיידלע, ער בעט צי קומען מיט אים אין גראסעריי אין ער קויפט עס. ער איז א פאלנע גנב, ער מאכט עס זייער גוט, איך ווייס פין מער ווי איינער וואס איז אריינגעפאלען

אני מבין
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:29 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אני מבין » פרייטאג יולי 24, 2020 1:18 pm

שטארקע שמועס דורך שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר בנוגע די וואלן.

ויהי רצון שילמדו תועים בינה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 26, 2020 8:48 am

אני מבין האט געשריבן:ויהי רצון שילמדו תועים בינה

נישט אין פלאץ דא, אבער שוין.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג יולי 26, 2020 10:58 am

farshlufen האט געשריבן:ניין, זיי קענען נישט קיין לאט ליינס, זעצן זיך אריין ערגעץ אין די אדמה צו אין די ווענט אן קיינעמ'ס וויסן, און מאכן זיך באקוועם אויפן גאנצן ארום.

און היצטערט אביסעלע ראט איבער די ראטן.
אלע שכנים דארפן קאאפירירן, קיינער זאל פארראטן.

1) אוועקנעמען זייער שפייז, דהיינו ארויסלייגן די גארבידזש די מערסטע פארמאכט וואס איז שייך.
2) אוועקנעמען אנגעלייגטע קלעצער וכדו'
3) אינטערשטעלן טרעפס וואו מעגליך, מיט ביסל חכמה.
4) אויסלייגן סם וואו מ'דארף, מיט חכמה כנ"ל.
5) פארשטאפן אלע לעכער, אין די בנינים און אין די גראונד [מ'קען זען אפילו ביי רייכע בנינים לעכער ארום די ביימער וכדו'].

ועל כולם, צום ערשט א תפילה צום נורא עלילה.

נוצן גארביזש בעגס וואס האבן א מינט שמעק.
https://www.amazon.com/Mint-X-Rodent-Re ... B0087ISQ26

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך בסד » דינסטאג יולי 28, 2020 10:20 am

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2001263

מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:31 pm
בסד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:לאז אזוי ווי ביז יעצט. מאך א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט. (אזוי ווי די פלאשינג עקזיט). און נעם אוועק די פארלאזטע סיין פון די טורנינג לעין. והכל על מקומו יבא בשלום.

זאגסט דאך אזוי ריכטיג.

דאס איז די בעסטע אפציע.


נאך מער.
נעם אראף אביסל פון די בארג, אויף די לינקע זייט פון די עקזיט. לייג צו א לעין אין די עקזיט.
מאך א לעין רעכטס און גראד, און אײנס לינקס און גראד.
וועט העלפן אז ווער עס גייט לינקס אדער גראד, זאל נישט דארפן ווארטן פאר דער וואס גייט רעכטס, און אויך פארקערט.

און אויך וועט די BQE אפאטעמען פון די לאנגע ליין ארויסצופארן.

האקט.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

BQE עקזיט 31 פלענער

תגובהדורך בסד » דינסטאג יולי 28, 2020 10:22 am

מ'דארף נישט דא אנשמירן. גיי דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=40529

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך שאשא » דינסטאג יולי 28, 2020 7:43 pm

וויליאמסבורג האט היינט מיט געלעבט א שווערע טרעפיק נעבן ויואל משה אויף בעטפארד עוועניא ווען הונדערטער אנשים ונשים האבן געווארט צו באקומען זייער באקס מילך.*
אין עס האט זוך אויסגעניצט די באקסעס .אין מען האט געווארט אויף א פרישע טראק

גראדע איז געווען פיינע זאכן אינעם באקס
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
sheetrock
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג יולי 28, 2020 7:53 pm

אין די באקס ליגט אויך סחורה'נע מאסקעס. אשאד אז זיי האבן עס נישט געגעבן 3 חדשים צוריק ווען מ'פלעגט עס נאך ניצן.
טעמפארערי אונטעשריפט. Exp 8/16/2020
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יולי 28, 2020 8:09 pm

יצר טוב האט געשריבן:תושבי וויליאמסבורג זייט געווארנעט. עס דרייט זיך ארום א גוי אין די גאסן, אין מאכט זיך פאר א גרויסע רחמנות אז ער האט נישט קיין געלט צו קויפן פארמעלע פאר זיין קליינע מיידלע, ער בעט צי קומען מיט אים אין גראסעריי אין ער קויפט עס. ער איז א פאלנע גנב, ער מאכט עס זייער גוט, איך ווייס פין מער ווי איינער וואס איז אריינגעפאלען

אריינגעפאלן אין וואס?
אויב נאר געקויפט פארמעלע פארוואס טראכסטו אז ער איז א גנב?
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יולי 28, 2020 8:28 pm

שאשא האט געשריבן:וויליאמסבורג האט היינט מיט געלעבט א שווערע טרעפיק נעבן ויואל משה אויף בעטפארד עוועניא ווען הונדערטער אנשים ונשים האבן געווארט צו באקומען זייער באקס מילך.*
אין עס האט זוך אויסגעניצט די באקסעס .אין מען האט געווארט אויף א פרישע טראק

גראדע איז געווען פיינע זאכן אינעם באקס

אוודאי אז מ'לאזט יעדן נעמען וויפיל באקסעס ס'לאזט זיך אן קיין חשבון (געזעהן איינעם שלעפן 5 באקסעס) אן קיין פאון נומער'ס אוודאי לויפט מען אויס פון באקסעס...
אגב... זינט די מילך ליגט אין די זייט נעמען מיר מער נישט קיין מילך

Kollel
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג יולי 28, 2020 10:31 pm

געוואלד און געשריגן!!!

ישראל כשהן יורדין יורדין...

אין די חלוקה היינט פון סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיי אריינגעלייגט אין די באקסעס א גאנצע פעקל וואשעבל מאסקעס ר"ל!!!

דאס איז ליידער נאך א צייכן ווי ווייט זיי פרובירן זיך צושטעלן צו די ליבעראלן..,
און דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאך וואס א גרופע ליבעראלע אידן זענען געגאנגען מיט מאסקעס ביי א פראטעסט אין מאנהעטן צוליב די ארעסט פון ר' בנימין פריעדמאן אין א"י

על אלה אני בוכי'
צוגעלייגטע
132677.jpeg
132677.jpeg (100.01 KiB) געזעהן 1045 מאל
לעצט פאראכטן דורך Kollel אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך שאשא » דינסטאג יולי 28, 2020 10:43 pm

יוש א שאד איך האב מיר נישט געשטעלט אין די לאנגע שורה ,אפשר נעקס טיים
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

Joel
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך Joel » דינסטאג יולי 28, 2020 11:14 pm

Kollel האט געשריבן:געוואלד און געשריגן!!!

ישראל כשהן יורדין יורדין...

אין די חלוקה היינט פון סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיי אריינגעלייגט אין די באקסעס א גאנצע פעקל וואשעבל מאסקעס ר"ל!!!

דאס איז ליידער נאך א צייכן ווי ווייט זיי פרובירן זיך צושטעלן צו די ליבעראלן..,
און דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאך וואס א גרופע ליבעראלע אידן זענען געגאנגען מיט מאסקעס ביי א פראטעסט אין מאנהעטן צוליב די ארעסט פון ר' בנימין פריעדמאן אין א"י

על אלה אני בוכי'

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יולי 28, 2020 11:22 pm

Kollel האט געשריבן:געוואלד און געשריגן!!!

ישראל כשהן יורדין יורדין...

אין די חלוקה היינט פון סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיי אריינגעלייגט אין די באקסעס א גאנצע פעקל וואשעבל מאסקעס ר"ל!!!

דאס איז ליידער נאך א צייכן ווי ווייט זיי פרובירן זיך צושטעלן צו די ליבעראלן..,
און דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאך וואס א גרופע ליבעראלע אידן זענען געגאנגען מיט מאסקעס ביי א פראטעסט אין מאנהעטן צוליב די ארעסט פון ר' בנימין פריעדמאן אין א"י

על אלה אני בוכי'


:lol:
יעצט האסטו אויף וואס צו וויינען ת"ב
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך יולי 29, 2020 10:14 am

נעגלוואסער האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:געוואלד און געשריגן!!!

ישראל כשהן יורדין יורדין...

אין די חלוקה היינט פון סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיי אריינגעלייגט אין די באקסעס א גאנצע פעקל וואשעבל מאסקעס ר"ל!!!

דאס איז ליידער נאך א צייכן ווי ווייט זיי פרובירן זיך צושטעלן צו די ליבעראלן..,
און דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאך וואס א גרופע ליבעראלע אידן זענען געגאנגען מיט מאסקעס ביי א פראטעסט אין מאנהעטן צוליב די ארעסט פון ר' בנימין פריעדמאן אין א"י

על אלה אני בוכי'


:lol:
יעצט האסטו אויף וואס צו וויינען ת"ב

ווייזט אויס אז דאס איז אויף ת״ב, כמובא במשנה ברורה ה׳ ת״ב עיין פה

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מיטוואך יולי 29, 2020 1:35 pm

20200729_133327.jpg
20200729_133327.jpg (349.98 KiB) געזעהן 617 מאל

Very important message from shomrim

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:31 pm

איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!

שטייט מיין יודענע אין פארענט פון מיין הויז, קומט אהיים א שכינה פארשוויצט און פארסאפעט, און רעדט זיך ביטערלעך אפ, זיי האבען באקומען א מודעה אז מ'גייט טיילען פעקלעך פארען גאנצען עולם, פון 4 ביז 7, אויף די אימעיל וואס איר מאן האט באקומען שטייט "ס'וועט זיין גענוג פאר יעדעם", איר מאן קומט אהיים פון די ארבעט זיבענע, זי האט נישט געקענט איבערלאזען די קינדער ביז 5 אזייגער ווען די גרעסערע קינד קומט אהיים - פון דעי קעמפ פון דעם מוסד וואס טיילט - און וועט קענען בעיביסיטען, אין א מזל'דיגע שעה איז איר טאכטער אהיימגעקומען אפאר מינוט נאך 5, זי האט באלד געכאפט דעם קערידש און זיך ארויסגעלאזט צו די חלוקה וואס גייט אהן ביז 7 אזייגער און ס'יז דא גענוג פאר יעדעם, זי האט מיטגענומען א קליינעם וואסער דרינק ווייל געווענטליך דארף מען נישט צו לאנג ווארטען,

זי איז אנגעקומען ארום 5:15, ס'איז איר שלעכט געווארען זעהענדיג א גרויסע ליין וואס ציהט זיך ביזען עק גאס, אבער ס'איז נאך נאך דא א שעה מיט א דריי פערטעל צייט, זי שטעלט זיך אין די ליין כאפען א נעקסט, די ליין רירט זיך מיט טורטעל ספידס, די וואסער דרינק גייט זייער שנעל אויס, די היצן זענען שווער, ס'איז ביטערלעך יומיד, און די ליין רירט זיך נאך אביסעל און נאך א טראפעל, ביז............. 6:35 איז זי שוין כמעט ביים פלאץ ווי מ'גייט זיין פון די גליקלעכע און באקומען דעם באקס, דעמאלץ זעהט זי ווי אלע דרייען זיך אוועק מיט ליידיגע הענט, זי גייט נאענטער, הערט זי ווי איינער זאגט דארטען "נאו מאור", נישט דא מער!! זי גייט נאענטער צו די טיילונג פלאץ ווי זיך צו בעטען, אפשר דאך, נאך שטיין אזוי לאנג אין די שווערע היצען א שעה מיט 15 מינוט, דאס איז עס, גארנישט געבליבען, א בת קול האט אויסגערופען דארטען "יעדער קען נעמען וויפיהל מילעך מ'וויל"...

זי ענדיגט איר עקספיריענץ מיט א געשטיקטע קול, א מאמע פון א פולע שטיב מיט פיצעלעך, געשטאנען ווי א בהמה אזוי לאנג און אוועק מיט א ליידיגע קערידש אויסגעשוויצט און אויסגעשעפט, מיט נאך הונדעטרטע דיסעפוינטעד מענשטען

איך ווייס אז מ'קען נישט האבען קיין טענות אויף קיינעם, קיינער האט נישט געוואלט קיינעם דיסעפוינטען, ס'איז זיכער נישט געווען קיין כוונה צו משוגע מאכען הונדערטער יונגעלייט, מאמעס און קינדער וואס האבען זיך אוועק געדרייט דיסעפוינטעד מיט ליידיגע הענט נאכען ווארטען אזוי לאנג, אבער וויאזוי געשעהט אזעלעכס? עפעס איז געוועהן סיריעסלי Wראנג דא!

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 29, 2020 2:35 pm

זיי האבן געטיילט די וואך אן טעלפאן נומערן, ממילא האט עס געהאט אזא פנים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:38 pm

מ'דארף זיין שלמה המלך צו וויסען אז מ'טיילט אהן נמאבערס גייט מען דארפען טאפעלט? זיי ענדיגען אייביג מיט א שארטעדזש, עפעס פעהלט דא סיריעסלי, מיסמענידשמענט ביג טיים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 29, 2020 2:39 pm

איבעראל איז נעכטן געוועזן לאנגע ליינס.

ס'האט זעהט אויס מיט ערב ת"ב.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך אזוי גאר! » מיטוואך יולי 29, 2020 2:39 pm

קלוגער האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו קיינעם קריטיקירען, אבער איך וויל א פארענטפרונג, אדער א ענפער,

א גרויסע מוסד וואס טיילט ברייטהארציגע באקסעס שוין פאר אפאהר חדשים יעדען וואך, הונדערטער יודען און טויזענטער נפשות זענען זיך מחיה מיט די פראדאקטען, איך האב נישט געהערט זיך אפרעדען אויף זיי, ביז נעכטען, קאדאס פאר זיי!

שטייט מיין יודענע אין פארענט פון מיין הויז, קומט אהיים א שכינה פארשוויצט און פארסאפעט, און רעדט זיך ביטערלעך אפ, זיי האבען באקומען א מודעה אז מ'גייט טיילען פעקלעך פארען גאנצען עולם, פון 4 ביז 7, אויף די אימעיל וואס איר מאן האט באקומען שטייט "ס'וועט זיין גענוג פאר יעדעם", איר מאן קומט אהיים פון די ארבעט זיבענע, זי האט נישט געקענט איבערלאזען די קינדער ביז 5 אזייגער ווען די גרעסערע קינד קומט אהיים - פון דעי קעמפ פון דעם מוסד וואס טיילט - און וועט קענען בעיביסיטען, אין א מזל'דיגע שעה איז איר טאכטער אהיימגעקומען אפאר מינוט נאך 5, זי האט באלד געכאפט דעם קערידש און זיך ארויסגעלאזט צו די חלוקה וואס גייט אהן ביז 7 אזייגער און ס'יז דא גענוג פאר יעדעם, זי האט מיטגענומען א קליינעם וואסער דרינק ווייל געווענטליך דארף מען נישט צו לאנג ווארטען,

זי איז אנגעקומען ארום 5:15, ס'איז איר שלעכט געווארען זעהענדיג א גרויסע ליין וואס ציהט זיך ביזען עק גאס, אבער ס'איז נאך נאך דא א שעה מיט א דריי פערטעל צייט, זי שטעלט זיך אין די ליין כאפען א נעקסט, די ליין רירט זיך מיט טורטעל ספידס, די וואסער דרינק גייט זייער שנעל אויס, די היצן זענען שווער, ס'איז ביטערלעך יומיד, און די ליין רירט זיך נאך אביסעל און נאך א טראפעל, ביז............. 6:35 איז זי שוין כמעט ביים פלאץ ווי מ'גייט זיין פון די גליקלעכע און באקומען דעם באקס, דעמאלץ זעהט זי ווי אלע דרייען זיך אוועק מיט ליידיגע הענט, זי גייט נאענטער, הערט זי ווי איינער זאגט דארטען "נאו מאור", נישט דא מער!! זי גייט נאענטער צו די טיילונג פלאץ ווי זיך צו בעטען, אפשר דאך, נאך שטיין אזוי לאנג אין די שווערע היצען א שעה מיט 15 מינוט, דאס איז עס, גארנישט געבליבען, א בת קול האט אויסגערופען דארטען "יעדער קען נעמען וויפיהל מילעך מ'וויל"...

זי ענדיגט איר עקספיריענץ מיט א געשטיקטע קול, א מאמע פון א פולע שטיב מיט פיצעלעך, געשטאנען ווי א בהמה אזוי לאנג און אוועק מיט א ליידיגע קערידש אויסגעשוויצט און אויסגעשעפט, מיט נאך הונדעטרטע דיסעפוינטעד מענשטען

איך ווייס אז מ'קען נישט האבען קיין טענות אויף קיינעם, קיינער האט נישט געוואלט קיינעם דיסעפוינטען, ס'איז זיכער נישט געווען קיין כוונה צו משוגע מאכען הונדערטער יונגעלייט, מאמעס און קינדער וואס האבען זיך אוועק געדרייט דיסעפוינטעד מיט ליידיגע הענט נאכען ווארטען אזוי לאנג, אבער וויאזוי געשעהט אזעלעכס? עפעס איז געוועהן סיריעסלי Wראנג דא!

טרערן :oops:

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » מיטוואך יולי 29, 2020 2:52 pm

קלוגער האט געשריבן:מ'דארף זיין שלמה המלך צו וויסען אז מ'טיילט אהן נמאבערס גייט מען דארפען טאפעלט? זיי ענדיגען אייביג מיט א שארטעדזש, עפעס פעהלט דא סיריעסלי, מיסמענידשמענט ביג טיים

די לעצטע 5 חדשים איז ב"ה אייביג געווען געניג נאר נעכטן ווען עלטערן פין אנדערע מוסדות האבן אויך גענימען איז נישט געווען געניג

א גולם
שר האלף
תגובות: 1979
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך א גולם » מיטוואך יולי 29, 2020 2:54 pm

אויב רעד איר פון UTA WILLIAMSBURG האב איך נאך אויפגעפיקט א באקס אויפ וואלעבאט ארום 8 ביינאכט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, zugurnish, יציב פתגם, לב בשר, קאנטרי און 36 געסט