קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:19 pm

tech yid האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:עפעס גייט פאר אויף ווילסען צווישען בעד און לי, א מצב גדול, לעמפלעך פון אלע זייטען,


וואס האט פאסירט?

קול מבשר באריכטעט אז איינער איז איבערגעפאלן א פאליציאנט, און די פאליציי האבן אים שווער צישלאגן

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:55 am

היימישער ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:58 am

maybeeynot האט געשריבן:היימישער ?

יא יא עפעס א כולל יונגערמאן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

Lee x Keap

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:54 am

מ׳גייט שוין אנהויבן בויען, א גרויסער טראקטאר האט נארוואס אריינגעפארן אונעם לאט!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:31 am

שוין אריין געפארן און ארויס געפארן טראקטארן וכל מיני טראקס אין די לעצטע פאר יאר מער וויפיל צאן איך פארמאג.
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:38 pm

נעכטן און אייער נעכטן האט זיך ארומגעדרייעט א אינספעקטאר פון NYC אין די גראסערי געשעפטען, ער פרעגט די פרייזן און קוקט אויב אלעס איז געפרייזט אא"וו.

אינמיטן האט ער זיך אפשגעשטעלט ביי א אתרוג סוחר, און באקוקט די אתרוגים, און געפרעגט וואספארא טעם ס'האט ווען מ'עסט עס? און פאר וויפעל מ'פארקויפט עס?

דער מוכר האט אים געזאגט אז ס'נישט צום עסען נאר ס'איז א רעליגעיזע ארטיקל און דער האט זיך אפגעטראגן פון דארט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:41 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שוין אריין געפארן און ארויס געפארן טראקטארן וכל מיני טראקס אין די לעצטע פאר יאר מער וויפיל צאן איך פארמאג.

WOW 33 טראקס זענען שוין אריינגעפארן דארט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:48 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שוין אריין געפארן און ארויס געפארן טראקטארן וכל מיני טראקס אין די לעצטע פאר יאר מער וויפיל צאן איך פארמאג.

WOW 33 טראקס זענען שוין אריינגעפארן דארט?

קענסט נישט די פרייליכע וויליאמסבורגע יוד אן א צאן?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:54 pm

די פרעמיטן מיט די אלע צעטלעך וואס מ'דארף הענגען דארט הענגען שוין?

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:54 pm

נא_שכל האט געשריבן:נעכטן און אייער נעכטן האט זיך ארומגעדרייעט א אינספעקטאר פון NYC אין די גראסערי געשעפטען, ער פרעגט די פרייזן און קוקט אויב אלעס איז געפרייזט אא"וו.

אינמיטן האט ער זיך אפשגעשטעלט ביי א אתרוג סוחר, און באקוקט די אתרוגים, און געפרעגט וואספארא טעם ס'האט ווען מ'עסט עס? און פאר וויפעל מ'פארקויפט עס?

דער מוכר האט אים געזאגט אז ס'נישט צום עסען נאר ס'איז א רעליגעיזע ארטיקל און דער האט זיך אפגעטראגן פון דארט.

געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:16 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שוין אריין געפארן און ארויס געפארן טראקטארן וכל מיני טראקס אין די לעצטע פאר יאר מער וויפיל צאן איך פארמאג.

WOW 33 טראקס זענען שוין אריינגעפארן דארט?

קענסט נישט די פרייליכע וויליאמסבורגע יוד אן א צאן?

:lol: :lol:
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:30 pm

יוראפ האט געשריבן:די פרעמיטן מיט די אלע צעטלעך וואס מ'דארף הענגען דארט הענגען שוין?

יא!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:23 pm

זאכליך האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שוין אריין געפארן און ארויס געפארן טראקטארן וכל מיני טראקס אין די לעצטע פאר יאר מער וויפיל צאן איך פארמאג.

WOW 33 טראקס זענען שוין אריינגעפארן דארט?

קענסט נישט די פרייליכע וויליאמסבורגע יוד אן א צאן?

:lol: :lol:
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:49 pm

וואס מאכט אייך טראכטן אז איך האב בכלל נישט קיין צאן?

זעקס טראקס איז נישט קיין סך?!
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:53 pm

און אלע דרייווערס האבן געהאט ציינער?

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:08 am

אין וויפיל ציינער האט ס'גאפל פינעם טראקטאר?
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:36 am

צוריק צום קעפל
די טרייענגלנגאס ביי העיווארד קארנער וואלאבאוט קארנער ווייט קארנער הארוועסט האט געקריגן נאו סטענדינג פון אלע זייטן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:43 am

ס'מוז זיין אז דארט אין יענעם צוויי שטאקיגע בודקע איז דא עפעס א געהיימע מילטערישע פעסטונג..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:10 am

געמיינט דא איז א ציינער אשכול...
----
דאס מיינט אז מ'האט אויף איינמאל עלימינירט א 20 פארקינג ספאטס, לויט ווי מ'פלעגט פארקן ארום דעם טרייענגל.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:24 am

איך פארשטיי נישט די חוצפה פון טוישן רעגולאציעס אן מעלדן בעפאר, אבער זיך דורכרעדן מיט די לאקאלע קומיוניטי באורד.

אלעס האט איין ציל, "ענג מאכן פאר די דרייווערס".
זאל אלע שלעכטע גזירות אויסגיין אויף זייער קעפ!( אויב זיי זענען גוים).
לעצט פאראכטן דורך זאכליך אום פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:05 am

האט מען עס נישט ממש יעצט אראפגענומען?
viewtopic.php?p=1504700#p1504700

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 11:12 am

מסתם געווען א טריי אוט וואס די רעזלטאטן זענען נישט געווען ווי געחלומט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

יונה
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:00 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:האט מען עס נישט ממש יעצט אראפגענומען?
viewtopic.php?p=1504700#p1504700

יענץ איז אפאר גאסן אהינציער. מעגליך אז די סיינס וואָס מען האָט דארט ארונטערגענומען, איז יעצט געשטעלט געווארן אהין. מ'טאר דאך נישט מאכן בל תחשית אויף די סיינס

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:20 pm

זאכליך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די חוצפה פון טוישן רעגולאציעס אן מעלדן בעפאר, אבער זיך דורכרעדן מיט די לאקאלע קומיוניטי באורד.

אלעס האט איין ציל, "ענג מאכן פאר די דרייווערס".
זאל אלע שלעכטע גזירות אויסגיין אויף זייער קעפ!( אויב זיי זענען גוים).

הייבסט אהן דרייווען בייקס.
Like it or not
Most trips our yingeleit do in Willi & BP would be
much more practical with a bike.

I'm NOT anti cars.
We need cars and minivans for our families.
But we need more bikes.

A city needs cars like fish need bikes.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 3:24 pm

ווער עס דרייווט ארום די לעצטע פאר טאג אין וומססג וועט מודה זיין אז די טרעפיק לעצטענס איז ממש אומדערטרעגליך.
איך ווייס נישט צו נאו סטענדינגנאיז די עצה אדער פשוט דילעיד גרין לייטס צו געבן א שאנס פאר מענטשען צו קראסן. איך ווייז באמת נישט, אבער די טרעפיק איז אנריעל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], Google [Bot] און 16 געסט