ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:42 am

זענדיג דעם אשכול האב איך געהאפט אז עס איז דא עפעס גוטע נייעס, ליידער בין איך געווארן אנטוישט,
אוי באשעפער! המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה.. השתא בעגלא ובזמן קרוב אמן!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

אידן הינגערן

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 2:22 pm

משה סויבל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:העלפט ארויס יודען וואס זיצען ל"ע אין תפיסה אין איינוועגס קענט איר זיין די גליקליכע געווינער פון $36000 רופט 929.259.7070 אדער קליקט http://bit.ly/Raffle36k
קאמפיין ווערט געפירט דורך איינער פון ר נחמי קינדער זאל דאס זייין פאר א זכות


אנטייל גענימען

זאל עס זיין לזכותו
ולכל אחינו בני ישראל היושבים בצרה ומצוקה נוראה המקום ירחם עליהם ועל ב"ב ומשפחתם שיוושעו במהרה

קען מען זיך מצייר זיין וואס עס מיינט א ראש המשפחה האלט שוין ביי ערב ימי הנוראים החמישי אין פינסטערע קעלערן צווישן רוצחים?

רבוש"ע הביטה וראה בעניינו.

דרוקט דא



רעד איך צו א וואלונטיר אין סטעיט פריזענס, זאגט ער בנוסף צו די געוואלדיגע פעולות החסד פינעם מלכות של חסד, טוען די אידישע פריזנערס נישט ערהאלטן קיין נארמאלע כשר'ע מאכלים, און מען דארף ממש זיי באזארגן יום יומי מיט נארמאלע כשר'ע מאכלים וואס צו נעמען אין מויל.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 2:34 pm

עס איז גראדע דא אן ארגאניזאציע פון יונגעלייט וואס שיקן געהעריגע עסן פאר די פעדעראלע (אטיסוויל וכדומה) וואס קאסט א געוואלד מיט געלט ווייל דער סיסטעם וויאזוי עס איז געווארן אויסגעארבעט מיט די רעגירונג איז אביסל אן אינטערסאנטער וועג ווייל עס דארף דורכגיין דעם בידיג סיסטעם וכדומה.
ביי די סטעיט פריזאנס איז עס ליידער היבש מער קאמפליצירט.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 2:46 pm

פארוואס איז עס נאכנישט געלונגען צו דורכברעכן פאר אחינו בשרינו אין די סטעיט פריזענס צו קענען געהעריג געבן נארמאלע כשר'ס אין מויל צו נעמען
לעבן מיר אין מיטל אלטער ?

נאך א קלאסישע ביישפיל פון די פילע פעולות חסד פינעם מלכות של חסד
דע זעלבע ריכטערין וואס האט געגעבען פאר ראבאשקין 25 יאהר האט פאר א טעראריסט צוגעטיילט 5 יאהר
מלכות של חסד!

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:47 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:זענדיג דעם אשכול האב איך געהאפט אז עס איז דא עפעס גוטע נייעס, ליידער בין איך געווארן אנטוישט,
אוי באשעפער! המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה.. השתא בעגלא ובזמן קרוב אמן!

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:31 pm

געווינער ?
______________________
ווי האלט די קעיס מיט רבי נחמי' צבי בן דינה ?

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:11 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווי קען מען שיקען בריווען צו ר' נחמי' איך וויל שיקן אי''ה
וואס איז דער אדרעס...

ולמצוה גדולה יחשב

Weberman, Nechemya
DIN number 13A0438
Shawangunk Correctional Facility
200 Quick Rd.
P. O. Box 700
Walkill NY 12589

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:43 pm

ggg האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי קען מען שיקען בריווען צו ר' נחמי' איך וויל שיקן אי''ה
וואס איז דער אדרעס...

ולמצוה גדולה יחשב

Weberman, Nechemya
DIN number 13A0438
Shawangunk Correctional Facility
200 Quick Rd.
P. O. Box 700
Walkill NY 12589



גיימיר זיך אנשליסן מיט מומחה יוחס און @ggg מיטן מצוה רבה,
כאפטס אריין א מצוה ערב די ימי אלול ותשרי.
לפי הוראת ת"ח שליט"א איז יעדע זאך וואס מאכט לייכטער פאר א איד וואס שמאכטעט אין תפיסה קעלערן בגדר פדיון שבויים וואס די רמב"ם פסקנט אין מתנות עניים פ"ח ה"י
"פדיון שבויים מצווה רבה היא"- "אין לך מצוה גדולה כפדיון שבויים, שהשבוי הרי הוא בכלל הרעבים והצמאים והערומים ועומד בסכנת נפשות, והמעלים עיניו מפדיונו הרי זה עובר על: 'לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך', ועל 'לא תעמוד על דם רעך', ועל 'לא ירדנו בפרך לעיניך', ובטל מצות 'פתח תפתח את ידך לו', ומצות 'וחי אחיך עמך', 'ואהבת לרעך כמוך', 'והצל לקוחים למות' והרבה דברים כאלו. ואין לך מצוה רבה כפדיון שבויים

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:12 pm

עס איז אג'וואאיז א געוואלדיגע גרויסע מצוה, גמילת חסדים בגופו. עס לעבט אויף צובראכנע יידן. להחיות רוח נכאים. ווי אויך איז גאר גאר חשוב צו גיין באזוכן די יידן אין תפיסה.
אבער מיט פדיון שבויים האט עס נישט. חוץ אויב אז דאס שרייבן איז גורם אז די תפיסה באאמטע באציהן זיך אנדערש צו אים צוליב זיין באקומען בריף.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:38 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז אג'וואאיז א געוואלדיגע גרויסע מצוה, גמילת חסדים בגופו. עס לעבט אויף צובראכנע יידן. להחיות רוח נכאים. ווי אויך איז גאר גאר חשוב צו גיין באזוכן די יידן אין תפיסה.
אבער מיט פדיון שבויים האט עס נישט. חוץ אויב אז דאס שרייבן איז גורם אז די תפיסה באאמטע באציהן זיך אנדערש צו אים צוליב זיין באקומען בריף.


דאס באזיכן, און ווייזן אנערקענונג פאר א ארעסטאנט, ברענגט אסאך טובות און הילף צום פריזנער.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:42 pm

אויב אזוי איז עפעס אנדערש.
מיינט דאס באזוכן אדער אויך באקומען בריוו?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:59 am

בריוו פונקט ווי באזוכען העלפען לינדערעןנדי מצב. און איז א חלק פון מצות פדיון שבויים

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:52 pm

איך וואלט אויך געקענט שרייבען, אבער כווייס נישט וואס,
אפשר קען מען לייגן איידיעס וואס מען זאל שרייבען פאר די ארעסטאנטען
(זיי דארפען נישט מיין חיזוק גלייבעך)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:48 pm

אורייתא האט געשריבן:בריוו פונקט ווי באזוכען העלפען לינדערעןנדי מצב. און איז א חלק פון מצות פדיון שבויים

לינדערן א מצב איז גמילת חסדים נישט פדיון.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:59 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
(זיי דארפען נישט מיין חיזוק גלייבעך)


שאץ דיר נישט אינטער
א גוט ווארט פון דניאל איז אומשאצבאר

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:02 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך וואלט אויך געקענט שרייבען, אבער כווייס נישט וואס,
אפשר קען מען לייגן איידיעס וואס מען זאל שרייבען פאר די ארעסטאנטען
(זיי דארפען נישט מיין חיזוק גלייבעך)

איך שרייב צו ארעסטאנטן. עס איז נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען די חיזוק וואס דאס גיבט זיי.

שרייב אים:
1) עפעס וועגן דיין לעבן.
2) עפעס נייעס, פאליטיק וכדו'
3) א שאלה וועגן אים.
4) מיטגעפיל מיט אים.
5) א גוט ווערטל.
6) פרעג אים אויב ער דארף א טובה פון דיר.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 3:53 pm

ווייסט איינער די אדרעס צו שיקן פאסט פאר דעם אינגעמאן לעבאוויטש וואס איז און תפיסה? אדער ווי מקען עס האבן?

(ביטע נישט אריין גיין און פרטים פון די קעיס)

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:02 pm

רצון טוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז אג'וואאיז א געוואלדיגע גרויסע מצוה, גמילת חסדים בגופו. עס לעבט אויף צובראכנע יידן. להחיות רוח נכאים. ווי אויך איז גאר גאר חשוב צו גיין באזוכן די יידן אין תפיסה.
אבער מיט פדיון שבויים האט עס נישט. חוץ אויב אז דאס שרייבן איז גורם אז די תפיסה באאמטע באציהן זיך אנדערש צו אים צוליב זיין באקומען בריף.


דאס באזיכן, און ווייזן אנערקענונג פאר א ארעסטאנט, ברענגט אסאך טובות און הילף צום פריזנער.


געהערט אז בשעת מ'באזוכט דעם ארעסטאנט פארברענגט ער אין וויזיטינג רום מיט עיר קאנדישאן, אין די אנדערע זמנים איז ער ל"ע אין די היצן יעצט זוממער. ס'איז ממש פדיון שבוים אויף די פאר שעה וואס מ'האלט אים אינדרויסן מיט אביסל לופט.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:31 pm

ריכטיג!
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:53 pm

רחש לבי האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז אג'וואאיז א געוואלדיגע גרויסע מצוה, גמילת חסדים בגופו. עס לעבט אויף צובראכנע יידן. להחיות רוח נכאים. ווי אויך איז גאר גאר חשוב צו גיין באזוכן די יידן אין תפיסה.
אבער מיט פדיון שבויים האט עס נישט. חוץ אויב אז דאס שרייבן איז גורם אז די תפיסה באאמטע באציהן זיך אנדערש צו אים צוליב זיין באקומען בריף.


דאס באזיכן, און ווייזן אנערקענונג פאר א ארעסטאנט, ברענגט אסאך טובות און הילף צום פריזנער.


געהערט אז בשעת מ'באזוכט דעם ארעסטאנט פארברענגט ער אין וויזיטינג רום מיט עיר קאנדישאן, אין די אנדערע זמנים איז ער ל"ע אין די היצן יעצט זוממער. ס'איז ממש פדיון שבוים אויף די פאר שעה וואס מ'האלט אים אינדרויסן מיט אביסל לופט.


ריכטיג, אויך א ווארימע טעלער עסן קען מען זיי דארט געבן
אינעם תפיסה קאמערל האבן זיי דאס נישט
עס איז ריכטיג פדיון שבויים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:04 pm

ריכטיג פדיון שבויים איז "אויסלייזן" "געפאנגענע".
וואו איז דָוִי?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:33 am

מיסטעריעז האט געשריבן:ריכטיג פדיון שבויים איז "אויסלייזן" "געפאנגענע".

א חשובער מורה הוראה האט מיר געפסקנט אז נישט נאר צו מאכן דעם שבוי גענצליך פריי
נאר אפילו לשעה אים מאכן בעסער צושטעלן עיר קאנדישאן א ווארעמע טעלער עסן וכד' פאר עטליכע שעה, איז פדיון שבויים.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:44 am

רצון טוב האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ריכטיג פדיון שבויים איז "אויסלייזן" "געפאנגענע".

א חשובער מורה הוראה האט מיר געפסקנט אז נישט נאר צו מאכן דעם שבוי גענצליך פריי
נאר אפילו לשעה אים מאכן בעסער צושטעלן עיר קאנדישאן א ווארעמע טעלער עסן וכד' פאר עטליכע שעה, איז פדיון שבויים.

איז גמילת חסדים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:37 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז גמילת חסדים.


די גרויסקייט פון פדיון שבויים ווערט מוגדר מכח
כי העכו"ם יכול לעשות בשבוי כחפצו, אם למוות אם לחרב ואם לרעב. וכל רגע שמאחֵר לפדות שבויים כשאפשר להקדים לפדותם, נחשב כאילו שופך דמים
סשווער אנצונעמען אז די היינטיגע מציאות איז ממש אזוי, עכ"ז איז די מצות פדיון שבויים געבליבן במקומו
ווען איינער העלפט א שבוי מיט עיר קאנדישען עסן וכו' איז אין דעם דא אסאך חלקי המצוה פון העלפן א איד און דאס איז די גרויסקייט פון איר מצוה
שהשבוי הרי הוא בכלל הרעבים והצמאים והערומים, ועומד בסכנת נפשות.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:46 am

רצון טוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז גמילת חסדים.


די גרויסקייט פון פדיון שבויים ווערט מוגדר מכח
כי העכו"ם יכול לעשות בשבוי כחפצו, אם למוות אם לחרב ואם לרעב. וכל רגע שמאחֵר לפדות שבויים כשאפשר להקדים לפדותם, נחשב כאילו שופך דמים
סשווער אנצונעמען אז די היינטיגע מציאות איז ממש אזוי, עכ"ז איז די מצות פדיון שבויים געבליבן במקומו
ווען איינער העלפט א שבוי מיט עיר קאנדישען עסן וכו' איז אין דעם דא אסאך חלקי המצוה פון העלפן א איד און דאס איז די גרויסקייט פון איר מצוה
שהשבוי הרי הוא בכלל הרעבים והצמאים והערומים, ועומד בסכנת נפשות.

אנטשולדיגט מיר אבער דא שטייט נישט אז גיבן צו עסן מיט לופט פאר א שבוי איז פדיון שבויים.

עס שטייט טעמים פארוואס פדיון שבויים איז א גרויסע חיוב און א מצוה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט