ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך מאי 16, 2012 12:22 am

חשובע חבירים טייערע!!

איך בין נישט קיין שרייבער אויכעט בינעך מיר נוהג נישט צו זיין א פותח אשכולות, אבער די נויט האט גובר געווען, סאיז א מצב פון ולא עת לחשות.

ווי באקאנט איז דא א קליקע וואס פירען אן די לעצטע יארן א געפערליכע שמוציגע קאמפיין א קעגן אונזער ערליכען ציבור און מאלן אונז אראפ אין די מידיע וואו מיר זענען פון די נידעריגסטע עלעמענטן און פארברעכער'ס,
ווער עס איז באקאנט אין די גויאשע נייעס ווייסט אז מיר זענען געווען אין די העדליינס די לעצטע טעג אויף די ערשטע בלעטער פון די פראמינענטסטע צייטונגען ווי מען האט אונז ליידער ביטער באשמירט און עס זעהט גאר אויס אז דאס איז נאר דער אנהייב.

לאמיר אייך מסביר זיין במה דברים אמורים:
די קליקע האבן יעצט ליידער גענומען א קרבן ציבור פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי ווילן פשוט און פראסט האבן א פרייער האנט אויף אונזערע קינדער רח"ל,
צו אונזער ווייטאג פארן זיי ארום אין אונזערע גאסן און זיכען קרבנות, זיי האבן די וועלטס צייט צו זיכען און נישטערן ווי זיי קענען פארכאפן א שוואך קינד רח"ל,
אויב די חברה וועלן ח"ו מצליח זיין וועלן זיי זיך הייבן די קעפ און מיר זענען אלע אין א סכנה, אונזערע קינדער, און מיר קענען ערווארטען א פרישען קרבן ציבור רח"ל (ווי זיי זאגן עס אליין).

אויפן ליגאלען פראנט:
די קליקע ארבעט איבערמידלעך ארויפצולייגען אויף אונז א נאסע לאלעך,
ליידער מעשה שטן הצליח אין די לעצטע טעג האט די מעיאר בלומבערג באשולדיגט די דיסטריקט אטורני היינס פארן נישט געניג טוהן צו ברענגען קלאגעס קעגען אונזער ציבור, דאס איז אויך ליידער א דאנק די קליקע,
למעשה האט יעצט די דיסטריקט אטורני שטארקע פרעשור אראפצולייגען א ביטערע קעיס אקעגן אונזער קרבן ציבור ה"י.

רבותי מיר זענען אלע באדראעט
די איינציגסטע וועג צובאזיגען די חברה איז זיך משתתף זיין מיטוואך נאכט אין די זאל פון קאנטינענטעל אין וויליאמסבורג,סיי מען דארף שווערע טויזענטער דאלארן פאר די לויערס נאכמער דארף מען די סופארט און השתתפות פונעם ציבור, וועגן:
1. די חברה פלאנען אראפ צוברענגען די מידיע ביי די קאנטינעטעל זאל און אפשר מאכן אינדרויסען מהומות ממילא מיזען מיר ווייזען פאר די מידיע אונזער שטיצע פארן קרבן ציבור און פאר אונזער באשיידענע לעבן'ס שטייגער,
2. די לויער'ס מוזן איינזעהן אז די ציבור איז פעסט אנטשלאסען צו באשיצען אונזער קרבן ציבור, אזוי וועלן זיי האבן קוראזש און מוט אנצוגיין מיט די שווערע ארבעט צו פארטיידיגען אונזער חשובן עסקן,
3. די משפחה מאכט מוט די לעצטע יאר שרעקליכע ביטערנישען און איז צעבראכן אויף שברי שברים, ממילא מוזען מיר זיי ארויסווייזען אז מיר לאזען ענק נישט פאלן מיר זענען מיט אייך צוזאמען אויפן פראנט.

בדרך אגב:
עס איז שוין ארויסגעקומען א קול קורא פון די רבנים פון אונזערע קרייזען צו שטיין צו הילף פאר אונזער חשוב'ן עסקן, עס איז געווען פארשפרייט און די בתי מדרשים און אין די צייטונגען.

לאמיר צוענדיגען:
די מצב זעהט טאקע אויס שווארץ בפרט און אזעלכע קעיסעס, נאכדערצו מיט די שמיץ קאמפיין, און פרעשאר אויף קטיגור, אבער ב"ה לא אלמן ישראל אונז האבן א בורא עולם וואס בידו לעשות מיר דארפען טוהן אונזעריגע השתדלות'ן,
און די רבש"ע וועט זיך זיכער מרחם זיין, ב"ה די לויער'ס זענען געניטע אדוואקאטען מיט עקספיריענס און דיזע פעלער, זיי וועלן ביים פאנדרעיזינג אויפטרעטן און רעדן אביסעלע סטראטעגיע,
וחפץ ה' בידינו ויצליח ובזכות המצוה נזכה לישיעתן של ישראל בב"א

מחמת סיבות שונות זאל קיינער נישט אריינגיין דא אויפן פארום אין קיין פרטים ווייל ליידער די קליקע זענען מכם ובכם, און יעדער עקסטערע ווארט קען ח"ו נישט ברענגען קיין גוטס,
איך האף אז די הנהלה וועט נישט זיין ברוגז אויף מיין אפיעל דא - און ווער עס האט א בעסערע פעדער צו מחזק זיין דעם מעמד זאל זיך אנגארטלען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 16, 2012 1:29 am

היינט בין איך דורכגעפארן די קאנטינענטאל זאל און געזען צוויי TV ווענס מאכן פריפערעשאנס און סורוועיס ארום די זאל.

השם ישמור.

בע"ה וועל איך זיך משתתף זיין בגוף ובממון בל"נ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך מאי 16, 2012 1:54 am

הידוע האט שוין געמאלדן אז ער ברענגט צום כינוס כלל ישראל דער טיימס מיטן פארווערטס, צו דעקן דער קאנטער פראטעסט אינדרויסן, וואו דארט וועלן רעדן אונזערע ארויסגעפאלענע און מען וועט דאס דעקן.

מען דארף זען וואס צו טון אין דער מצב...

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך מאי 16, 2012 2:06 am

והעיקר שכחתי:
ע"כ לאדען איך איין יעדען איינעם פערזענדליך זיך צובאטייליגען און נעמען א טייל און די געוואלדיגע מצוה פון הצלת נפשות והצלת יהדות נוא יארק,
איך וועל אי"ה זיין דארט און אויפנעמען יעדעם איינעם פערזענדליך,
איר וועט נישט מיזען ארויסגעבען איינער ניק אבער א שמייכעל מעגט איר מיר שענקען,
איך וועל שטיין אי"ה נעבען די אריינגאנג פון אונענווענדיג און אריינרופען דעם ציבור און מכבד זיין,

איך האף אייך צו זעהן
אייער פריינט
- גבריאל

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מאי 16, 2012 2:07 am

לא זכיתי להבין..

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מאי 16, 2012 7:47 am

פארשטיי נישט, קום בלויז צו קאנטינענטל זאל, פארקוק זיך נישט אינדרויסן נאר קום גראד אריין, ברענג מיט א געשוואלענע בערזל, אלע דיינע מעשרות, מיט א קורצע מחשבה אז א ראש המשפחה איז אין סכנה מער נישט צו זעהן די שיין פון די זון.

קום אריין, גיב א שמייכל פאר ר' גבריאל (מן הסתם גיין אזוי שטיין אויפן פין, ריכטיג?...), זאג א הארציגן לשם יחוד, הנני מוכן לקיים מצות פדיון שבוים ולעקור עבודה זרה, גיי צום טישל מיט געלט מלא חפניים, ובזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צום ריכטיגן גרויסן פדיון שבוים.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך מאי 16, 2012 9:15 am

לא יאומן כי יסופר, רשעות לשם רשעות.

ווי קען מען שיקן געלט אויף פאסט? די הונדערטער איז גרייט איך דארף נאר א אדדרעסס.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 16, 2012 9:50 am

קיין פראגע אז דאס איז גאר א וויכטיגע צוועק און יעדער ברויך זיך משתתף זיין בגוף ובממון צו גיבן שטיצע און מיטגעפיל פאר די עסקנים און קרובי משפחה. כ'וועל בל"נ דארט זיין און ארויסהעלפן וואס שייך.

מיך באדערט אבער איין זאך, פארוואס עס איז נישטא קיין אפציעלער ווארט-זאגער פאר די מידיע אביסל אפצוענטפערן די שמיציאנען וואס פראבירן ארויפצולייגן א נאסע לאלעך אויף די חסידישע געמיינדע. די טעלעוויזיע זענען שוין אין וויליאמסבורג געווען נעכטן איבער טאג. ב.ד. האט זיי געגעבן אינטערוויו'ס איבעראל, אבער מ'הערט נישט קיין קאנטער רעאקציע. יעצט זעה איך די טרעקלעך דא פארנט פון קאנטינענטאל און איך גלייב אז עס וועלן קומען מער. איך האף אז די עסקנים וועלן דאס נישט איגנארירן.

--
נארוואס געומען דאס בילד:
צוגעלייגטע
Waberman TV.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך מאי 16, 2012 10:59 am

מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך מאי 16, 2012 11:14 am

אין די פרעסע באריכטן זאגט די פערזענליכע אדוואקאט, ער זאגט אז מענטשען האבן א רעכט צו קומען שטיצן זיין קליענט וועלכע איז ריין פון יעדע שולד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מאי 16, 2012 11:17 am

ביטע לייגען א PAYPAL אקאונט ווי מען קען געבן געלט, ייש"כ

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך מאי 16, 2012 12:07 pm

מען קען אריינשיקען נדבות צו דעם אדרעס:
Cong. KZY
SEND DONATIONS TO: 169 Classon Ave rm 205
Brooklyn NY 11205

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מיטוואך מאי 16, 2012 12:33 pm

עס איז שוין די העכסטע צייט אז די יהדות החרידות זאל האבען א פראפעסינאלער אין אנערקענטער פּי. אר. קאמפּעני אויף פּעי ראלל, עכצש״ת אין בפרט אויף דעם ענין!!!
מיר זענען ליידער היינט בלי גוזמא ביילייפיג ״כאטש״ איין מאל א װאך אויף די נייעס (אין דװקא רעדט מען פין די גרויסע!)
אין א געװיסען זין איז עס נאך װיכטיגער װי געלט פאר אן אדװקאט! , בפרט אויף להבא.
(עס איז נישטא קיין שום ערענסטער ביזנעס, מוסד, אינטערנעמונג וכדו׳, אין אמעריקע װאס האט דאס נישט!
עס איז הויך צייט אז דאס יהדות החרידות זאל זיך אויסלערנען קעמפען נוסח אמעריקא אין נישט נוסח איירפּה פאר 100 יאר צירוק.
א לעקציע פון היסטאריע, װען דר׳ דיהאן ז׳ל הי״ד האט געקעפט מיט די דאן אונגענימנער װעגען (טאקע אסאך פּי אר.), האט ער מצליח געװען אזוי װייט,- אז עס האט די ציונים ארויסגענומען פון די כלים אויף אזא מישונדיגער אויפען- אז זיי האבען פארשטאנען אז זייער איינציגסטער ברירה איז איהם אראפּ צורוימען פון װעג ר״ל היל״ת!
פי אר איז זייער װאפען , אין מיט דעם מוז מען צרוק קעמפען, מען קען נישט געװינען א מלחמה װאס יענער פירט מיט עראפּלאן ארטילערי, מיט װאסער ארטילערי! עס מוז זיין די ספּיעציעלע מין װאפען װאס איז גאייגינט פאר דעם סארט קאמף, הליװאי מען זאל דאס פארשטיין!!

נ.ב.
איך בין גארנישט אזוי זיכער אז דאס מאכען אזא פּאמפּידיגע אקציע איז לטובות דעם איד בפרט, אין דער גאנצער ענין בכלל!
אין א געװיסער זין פיטערט מען דעם פייער מיט אויל, עס העלפט דאך ארויסברענגען ״זייער״ טענה אויף א גרעסער אויפען, בפרט װען מידיא שטייט שוין דארט צו זעהן דעם ספּעקטאל! זיי שטיין דארט נישט צו קענען שרייבען װי געטריי איין איד איז פאראן צװייטען . זיי שטייען דאך דארט נאר ארויסצוברענגען װי װייט עס איז ״װאר״ זייער קאנספּיראציע טעאריאס אז ״מיר ערליכע אידען״ העלפען דװקא די פארברעכער ה״י נא אין אזא צייט מאכט מען אזויליכע פּאבליק אקציעס?? װי איז שכל? רבש״ע!
נישט אזוי לאנג צרוק איז געװען א קורט קעיס אויף א איד מיט קלאגעס פון די סארט. ביי די קעיס איז די קורט הויז געװען פיל מיט אנ״ש שטיצענדיג דעם באשולדיגטען , װי אויך זענען פאר דעם אריינגעשיקט געװארען בריף צום ריכטער ארויסברעגענדיג װי װאיל דער איד איז וכו, נא מיינט עטץ אז עס האט עפּעס געהאלפען??? דער ריכטער האט דװקא ארויסגעגעבען א הארבען פסק, אין דערנאך געגעבען א גאנצער מוסר דרשה פארען עולם אז פון די הינדערטער בריעף װאס ער האט באקימען זענען נאר אפשר 3 געװען לטובת דעם ״װיקטאם״ אלע אנדערע זענען געװען לטובת דעם ״פארברעכער״ אין ער האט ממשיך געװען אז ״דאס װייזט״ דװקא אז עס איז דא אן ערענסטען פראבלעם אין די קאמיוניטי װי מען אנערקענט נישט דעם פראבלעם אין מען קימערט זיך נישט פאר די מיטגעמאכטע, נאר מען זארג זיך נאר צו באשיצען די פארברעכער!!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך מאי 16, 2012 2:09 pm

אריבער שפאצירענדיג א שעה צוריק קאנטינענטעל האב איך נישט געזעען קיין איין איינציג מידיא טרעקל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 16, 2012 2:13 pm

איין טובה וואס קומט ארויס פון די גאנצע מצב, די מידיא וועט ברענגן מענטשן, און מענטשן וועלן ברענגן געלט...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך מאי 16, 2012 2:13 pm

נו אפשר זאל מען אריינכאפן אנפילן די גאנצע גאס מיט קארס זיי זאלן נישט האבן ווי צו פארקן שפעטער?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 16, 2012 2:18 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:נו אפשר זאל מען אריינכאפן אנפילן די גאנצע גאס מיט קארס זיי זאלן נישט האבן ווי צו פארקן שפעטער?

און אנפילן די גאנצע גאס מיט מענטשן אז זיי זאלן נישט האבן ווי צו שטיין?

מיר גייען זיך אי"ה משתתף זיין און געבן א סכום הגון (כ'האב מיר שוין איינמאל משתתף געווען פאר דעם צוועק ביי א קלענערע קאמפיין)
און פאר איך פארגעס.... איך גיי אי"ה שמייכלען צו גבריאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מאי 16, 2012 2:25 pm

verveist האט געשריבן:עס איז הויך צייט אז דאס יהדות החרידות זאל זיך אויסלערנען קעמפען נוסח אמעריקא אין נישט נוסח איירפּה פאר 100 יאר צירוק.

אגב, פאר הונדערט דרייסיג יאר צוריק (תרמ"ב) האבן די חרדי'שע עסקנים פון רוסלאנד אויפגעשטעלט א מעכטיגן פי. אר. (כלשונך), עס האט אויפגעשטורעמט אלע נייעס באריכטן בימים ההם (עי' זכרון יעקב מר' יעקב ליפשיץ ז"ל).
verveist האט געשריבן:איך בין גארנישט אזוי זיכער אז דאס מאכען אזא פּאמפּידיגע אקציע איז לטובות דעם איד בפרט, אין דער גאנצער ענין בכלל!
אין א געװיסער זין פיטערט מען דעם פייער מיט אויל, עס העלפט דאך ארויסברענגען ״זייער״ טענה אויף א גרעסער אויפען, בפרט װען מידיא שטייט שוין דארט צו זעהן דעם ספּעקטאל! זיי שטיין דארט נישט צו קענען שרייבען װי געטריי איין איד איז פאראן צװייטען . זיי שטייען דאך דארט נאר ארויסצוברענגען װי װייט עס איז ״װאר״ זייער קאנספּיראציע טעאריאס אז ״מיר ערליכע אידען״ העלפען דװקא די פארברעכער ה״י נא אין אזא צייט מאכט מען אזויליכע פּאבליק אקציעס?? װי איז שכל? רבש״ע!
נישט אזוי לאנג צרוק איז געװען א קורט קעיס אויף א איד מיט קלאגעס פון די סארט. ביי די קעיס איז די קורט הויז געװען פיל מיט אנ״ש שטיצענדיג דעם באשולדיגטען , װי אויך זענען פאר דעם אריינגעשיקט געװארען בריף צום ריכטער ארויסברעגענדיג װי װאיל דער איד איז וכו, נא מיינט עטץ אז עס האט עפּעס געהאלפען??? דער ריכטער האט דװקא ארויסגעגעבען א הארבען פסק, אין דערנאך געגעבען א גאנצער מוסר דרשה פארען עולם אז פון די הינדערטער בריעף װאס ער האט באקימען זענען נאר אפשר 3 געװען לטובת דעם ״װיקטאם״ אלע אנדערע זענען געװען לטובת דעם ״פארברעכער״ אין ער האט ממשיך געװען אז ״דאס װייזט״ דװקא אז עס איז דא אן ערענסטען פראבלעם אין די קאמיוניטי װי מען אנערקענט נישט דעם פראבלעם אין מען קימערט זיך נישט פאר די מיטגעמאכטע, נאר מען זארג זיך נאר צו באשיצען די פארברעכער!!

איר זאגט א שטארקע פונקט, אבער תחילת די אקציע איז געווען צו ווייזן פאר די אדוואקאטן, נישט פאר די פרעסע. און עס האט נישט קיין זין אפצושטעלן צוליב דעם.

אבער אינ'אמת'ן, עשו שונא ליעקב, מען קען יעדע זאך אפלערנען וויאזוי מען וויל, און אז מען וויל פיינט האבן דעם איד טרעפט מען א וועג. די שונאי ישראל טרעפן דערין די גנות פון אידן בעת אליבא דאמת איז דאס ממש דער היפך.

ווען די מעשה איז מיט צוויי גוים, באקומען זיי עפעס בריוו לטובת די "וויקטאם"? די איידעלע גוים גייט זיי אן וואס ווען וואו? אבער ווען אידן קומען העלפן א צווייטע אומשולדיגע איד האלטן זיי דאס נישט אויס. אידן, וויפיל מחלוקת און שנאת חינם עס איז ליידער דא, זענען זיי נאכאלץ געקניפט און געבינדן איינער צום צווייטן, מען זארגט זיך איינער פארן צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, און דאס האלטן זיי נישט אויס. דאס איז די סיבה צו די אלע גרויליכע פרעדיגערייען אקעגן אונז, זיי פראבירן מיט אלע כוחות אונז מבאיש ריח צו זיין, זיי פראבירן "אויפציווייזן" אז עס איז נישט אזוי איי איי איי ביים היימישן ציבור, אלעס כדי זיך אליינס צו בארואיגן אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ביים איד איז נישט בעסער.

און די נחשלים גייען ליידער מיט מיט זיי, זיי מיינען אז מען קוקט זיי ארויף דארטן, מען האט זיי ליב, עס פאלט זיי נישט ביי אז זיי זענען שנוי ביים גוי מיט קיין טראפקעלע ווייניגער ווי די היימישע ערליכע אידן. ירחם המרחם, ווער ווייסט וואס עס ווארט אונז נאך אפ.

עס איז גאר כדאי אדורכצולעזן דעם זכרון יעקב הנ"ל (ח"ב וג'), מען קען זיך ממש זעהן אין יענע מצב. הלואי זאלן אויפקומען אזעלכע ענערגישע און קלוגע עסקנים וואו דעמאלטס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 16, 2012 2:30 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:אריבער שפאצירענדיג א שעה צוריק קאנטינענטעל האב איך נישט געזעען קיין איין איינציג מידיא טרעקל.

מן הסתם האבן זיי געברויכט צו גיין קאווערן עפעס א שיסעריי אין א שכינות'דיגע געגנט אווי געווענליך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » מיטוואך מאי 16, 2012 2:37 pm

farshlufen האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:אריבער שפאצירענדיג א שעה צוריק קאנטינענטעל האב איך נישט געזעען קיין איין איינציג מידיא טרעקל.

מן הסתם האבן זיי געברויכט צו גיין קאווערן עפעס א שיסעריי אין א שכינות'דיגע געגנט אווי געווענליך.

זיי זענען געווען צופרי ווייל דעמאלט ליפטערן זיי די נייעס אין זיי זענען געקומען עס קאווערן פאר די צופרי נייעס
בערך 4 אדער 5 צייט וועסטו זיי זעהן לכאורה נאכאמאל צו קענען באריכטן פאר די נאכמיטאג נייעס
אין דערנאך ביינאכט ווען די עווענט געשעהט וועלן זיי דארט זיין
(נישט ווייל איך האב זיי גערופן ממילא וועגן דעם ווייס איך, נאר פשוט אזוי ארבעטן זיי מיט די נייעס)
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 16, 2012 2:39 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:עס איז גאר כדאי אדורכצולעזן דעם זכרון יעקב הנ"ל (ח"ב וג')

viewtopic.php?t=14589
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך מאי 16, 2012 2:44 pm

פיין געזאגט הרב פארשלאפן.

---

בעצם האב איך אויך געקלערט ווי מאנסיאנער זאגט, און עס קען גאר זיין זיי האבן בכלל נישט אין פלאן צו קומען שפעטער, נאר זענען בלויז געקומען איין מאל דעקן די נייעס און אהער געברענגט דעם ריפארטער ער זאל קענען זאגן מיטן מייקל אין די הענט "איך שטיי דא נעבן די זאל וכו'", עפעס א סארט משוגעת וואס איך פארשטיי נאך נישט ביז היינט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 16, 2012 3:15 pm

זיי זענען אין די מינוט'ן אנגעקומען צוריק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך מאי 16, 2012 3:47 pm

ווען מען ווייסט ווען מתחילה וואס די רשעים וועלן טוהן מיט די מידיע אפשר וואלט מען עס נישט געמאכט אויף אזא גרויסע פארנעם
אבער אז עס האט זיך שוין אזוי געפירט לאמיר עס אויסניצען אויפן מאקסימום לטובת אונזער צד בעזהי"ת.

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מיטוואך מאי 16, 2012 4:10 pm

טייערע יודישע וויליאמסבורגער ברודער, גייטס ארויס אלע אין די מאסן היינט נאכט לטובת די ענין, עס איז נישט קיין שפיל אויב געוואונען זיי איצטעט, איז מער נישט דא ביי ואנז קיין מחנכים וואס וועלן פריוואט ארבייטן מיט קינדער וואס דארפן האבן הילף אויף סיי וועלכען אופן, ווייל יעדער איינער וועט מורא האבן אנצוהייבן,

און באזינדער דארף ארויסגעברענגט ווערן וויפיל די עסקן האט שוין אויפגעטוהן גדולות ונצורות, און א שיינע פראצענט שלא ע"מ לקבל פרס, ער האט געאפפערט טעג און נעכט צו ראטעווען יודישע נשמות און זיי צוריקברעגען צו זייער ערליכן אפשטאם,

און איצטעט ווייל געציילטע אויסווארפן ווילן און עם נקמה נעמען טאקע נקמה ווייל ער האט פון זייערע פארדארבענע הענט ארויסגעצויגן יודישע מיידלעך, דארפן מיר ווייזן אז הי' לא תהי', מיר וועלן פייטן מיט צין און נעגך און אונזער געטרייער עסקן וועט קעגן ענק ארויסגיין א זיגער, די משפט לאזו מיר פאר גאט און מיר וועלן איינרייסן אז עס זאל זיין הצלחה, אבער סופארט וועלן מיר עם צייגן מיט די גרעסטע כוחות וואס איז שייך, און מיר וועלן שטראמען צו די מעמד, און אויך ביישטייערן דערהויבענע סכומים לטובת הענין

ובשם השם נעשה ונצליח
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: blue moon, elter-zeide, maybeeynot, בך בטחו, וועקסלער, זושא, מיגו, שכל טוב, שתקן און 83 געסט