די גרינע (ענוויערמענטעל) חברה מאכן חרוב די מענטשהייט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

די גרינע (ענוויערמענטעל) חברה מאכן חרוב די מענטשהייט

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:35 pm

יעדע פאר טאג קומט ארויס נאך עפעס וואס די גרינע חברה טיען אויף, און עס מאכט ממש א חורבן.

מ'קען שרייבן און שרייבן, און נישט ווערען פערטיג, יעצט ממש איז געווען די נייעס פון די פייפ ליין וואס קענעדע וויל בויען אראפ דורך גאנץ אמעריקע ביז פערי (סארי טעקסעס) און דארט ריפיינען די אויל וואס זי נעמט ארויס פון די זאמד, (וואס מען רופט "טאר סענד"), עס קען ברענגען 100,000 דזאבס, און העלפען אמעריקע מיט איר אנגעוויזענקייט אויף אראבישע אויל.

אבער די גרינע חברה ווילען נישט אין די שווארצע חברה (אבאמא) האט זיי געגעבן רעכט.

אבער דאס איז שוין אלטע נייעס, יעצט קומט א באריכט פון די עי עי עי, אז בקרוב וועט איר קענען פארציילען פאר אייערע אייניקלעך וועגן די "ספיער טייער" ווי היסטאריע, ווייל מען לייגט פרעשער אויף די קאר אינדאסטרי, אז זיי זאלען באווייזען מער מייל פון א גאלאן געז, און איינע פון די וועגען איז רעדעצירען וואג.

איז די "ספיער טייער", וואס וועגט היפש אביסעל, נאכדערצי מיט די "דשעק און די גרויסע שרויפען ציער (איר געדענקט נאך ווען אזוי האט געהייסען א "סקרוי דרייווער"?) וועגן היפש אביסעל, ווערן די קאר קאמפאניס פטור דערפון.

אין וואס איז אז איינער באקומט א פלעט?? "הענג דעך", די אבסורד, ווערט ערגער אין ערגער.

http://www.foxnews.com/leisure/2012/01/ ... p=features
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 31, 2012 10:52 pm

נאך א מזל מיינע שוועבעלעך זענען לעצטנס געווארן סערטיפייד אז זיי קןמען פון גרינע וועלדער דערפאר איז דאס קעפל גרין געווארן, מן הסתם זענען די אלטע שוועבעלעך געוועזן פון פלאסטיק..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:30 pm

אין א 'גרינעם' דינסטאג הא?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 01, 2012 6:16 am

רב לכתחילה, דו קומסט מיט די טענה פון די אלטע אמעריקאנער אז די "גרינע" מאכן חרוב אמעריקא...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 01, 2012 12:28 pm

ווען מ'רעדט פון זיי ווער איך אזוי אויפגערעגט, די בלוט ברויזט אין מיר. וויאזוי האבן א חברה פערדן באוויזן איינצונעמען אן ערענסטן טייל פון די וועלט, סיז ממש צום שטוינען, זיי רעדן דאך אזוינע שטותים און אזויפיל פערדעריי, אזש יעדער רעכט דענקענדיגער מאן קען צעפלאצט ווערן. און עולם גולם גייט זיי נאך צום לעזאזל. איין זאך קען זיין אז עס וועט זיין א לימוד זכות אויפ'ן נאכגיין דעם גרויסן אויב דעם יצר הרע. כאף אז דאס יא.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך פאברואר 01, 2012 12:46 pm

די גרינע זענען שיריים פון דור הפלגה, אחת לכך וכך שנים נחרב העולם, בואו ונחזיק את הרקיע
למה זה תשאל לשמי...

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

גערעכט?

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך פאברואר 01, 2012 2:22 pm

לכתחילה איז אזוי נארמאל גערעכט.

אבער נאך א רעכטן קלער, איז אזוי נארמאל גערעכט צו געבן פאר פארשלאפן.

דו גרינע מאכן טאקע חרוב. אבער נאר אמעריקא, ס'מיינט דאס אמעריקאניזום, דו באקוועמליכקייט. אבער נישט דו מענטשהייט.

דו פארסם'טע גאזן (בפרט, און דו טאכנאלאגיע בכלל) מאכן חרוב דו וועלט, און אן קיין וועלט זענען קיינע מענטשהייטן פארהאנען.

(לאמיר אריינווארפן עפעס נעגעטיוו אויכעט.
און דו וואס לייקענען עס, אנטזאגן זיך פון קוקן דעם אמת אין פנים און פראבירן זיך נאר זיך אינטערצוהאלטן מיט ריינע אילוזיעס און פאלטשע געדאנקן פאר זיך גרינגער צו מאכן און דאדורך קורצער מאכן דאס וועלט לעבן. א שטייגער ווי קראנקע מענטשן עסן זיך אן מיט נישט גוטעס וואז פארקורצט זייער לעבן.
אנדערע טענהן אז דאס גרינע געדאנק האלט נישט אויס צוליב וואס דו וועלט וועט ממילא שטיין 6000 יאהר, ממילא אנצונעמען א גרינע געדאנק איז אפיקורסוס.
דאן זאלן זיי זיך אויך נישט דערשרעקן פון דו נארישע אטאם באמבעלעך, זאל עס אריין פאלן אין דו הענט פון עקסטרעמיסטן, זאלן זיי דאס ווארפן, ס'וועט ממילא נישט חרוב מאכן דו וועלט, ווייל דו וועלט וועט ממילא שטיין 6000 יאהר...)


קמ"ל אז פונקט ווי דו קאר בילאנגט נישט מיט א אנגעפילטע עקסטרע גאז באטל, בילאנגט אויך נישט דו קאר מיט א ספער טייער אויב ס'פארקורצט דאס לעבן פון דו מענטשהייט.

ליתר שאת קען מען היינט צוטאג באקומען ביי דו אטאוי פארט סטארס AUTO PARTS STORES פאר עטליכע איינצעלנע געפאלענע דאלארן א ספרעי וואס איז א פלעט פראווער ס'הייסט TIRE SAVER וואס דאס קען פריווענטן א גרויס חלק פון פלעט פראבלעמען.


אבער מיט דו טאאר איז שוין א צווייטע פרשה. דארט האב איך שוין פערזענליכע נגיאות, ממילא מעיג מען שוין דארט אלעס...
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

תגובהדורך חשמל » מיטוואך פאברואר 01, 2012 2:27 pm

אזוי נארמאל האט געשריבן:דאן זאלן זיי זיך אויך נישט דערשרעקן פון דו נארישע אטאם באמבעלעך, זאל עס אריין פאלן אין דו הענט פון עקסטרעמיסטן, זאלן זיי דאס ווארפן, ס'וועט ממילא נישט חרוב מאכן דו וועלט, ווייל דו וועלט וועט ממילא שטיין 6000 יאהר...)


איר האלט אנדערש פון דעם? דאן זענט איר מקטני אמנה.

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך פאברואר 01, 2012 4:00 pm

חשמל, טאקע דאס אויך.

אבער זיי העלפן דארף מען אויך?
דהיינו אויב איז אייך באקוועמער צו געבן פאר זיי באמבעלעך, וואלט איר געוויזן אייער מאמין'שיקייטן און זיי געגעבן צוטריט צו עטליכע?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך פאברואר 01, 2012 8:01 pm

אטאם באמבעס וועלן נישט חרוב מאכן די וועלט, נאר הרג'ענען טויזנטער מענטשן. ס'איז א גרויסע חילוק פון די צוויי

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מיטוואך פאברואר 01, 2012 8:41 pm

ווער בין איך. די זעלבע איז מיט די ענוויראמענטל שטיצער. רוב פון די טענה'ן אז דו קענסט טאקע נישט "חרוב" מאכן די וועלט. אבער קראנקהייטן. און העכערן די וואסער ביי געוויסע לענדער קען עס יא
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:22 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין וואס איז אז איינער באקומט א פלעט??

גוטע פראגע! איך גלויב אז דער עולם זאל זיך איינהאנדלן ווארעמע פעלצן (פאר ווען מ'בלייבט שטעקן אין די קעלט) און יעדער זאל זיך אנשליסן אין AAA...
פאר די צווישן אונז מיט סטאקס, ס'לוינט זיך איינצוהאנדלען סטאקס פון טריפל A, ווייל ס'עט זיכער ארויפגיין נאך אזא געזעץ. (זיי זענען בכלל א פאבליק פירמע?)

אבער צווישן אונז גערעדט, דאס איז נאך פון די קליינע דאגות. פארקלענער'ן די אויטא'ס און העכערן די מיילעדזש איז א לעבנספראגע, און נישט בלויז ווען מ'בלייבט שטעקן אן אן איבריגע ראד אין הארלעם אדער אין א קאלטע נאכט אין די קאנטרי אויף א פארווארפענע גאס. מיר האבן דאס באהאנדלט אין די ברייט אין אונזער ארטיקל "מיילעדזש רעגולאציעס - מאסן מארד אונטער אן ענווייראנמענטאלע שלייער".
פאר מער איבער די ענווייראנמעטאליסטן און זייערע משוגעת'ן און ווי אזוי זיי טעראריזירן דאס מענטשהייט מיט'ן נישט צולאזן דאס גראבן פאר אויל וכדו', זעהט אונזער אנדערע תגובות, דא, דא, דא, און דא ועוד איבער די וועבזייטלעך פון דעם אידישן וועלטל.

יישר כח פאר'ן פותח האשכול. מיר איז שוין אפילו נישט איינגעפאלן דאס ארויפצוברענגען, היות די גרינע למיניהם קומען ארויס יעדן טאג מיט פרישע מעשיות. אפשר ברויך מען טאקע ווידמען א באזונדערע אשכול ספעציעל פאר דעם צוועק...
לעצט פאראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:27 pm

ר' יודל זייער גוט
די גרינע זענען אויסען נישט צוצלאזען קיינעם קיין גרינע$
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:35 pm

יודל, איך ווייס א דו האסט ליב די גרינע
דא האסטע איינס ;l;p-

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 13, 2012 11:57 am

נארמאל; דו האלטסט אז מענטשן שטארבן ווייל די קארס פארן ארום מיט א ספעיר טייער?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 5:56 pm

יעדן טאג קומט ארויס אין די נייעס אז נאך און נאך א קאמפאני וואס פרעדעציערט גרינע ארטיקלען גייט אינטער, אנגעהויבן מיט סאלינדרע, אא"וו, יעצט קומט ארויס אז 5 קוילן קאמפעניס, גייען צושפארען, לכבוד אבאמאס רעגיולעשאנס.

http://www.cbsnews.com/2102-505245_162- ... ontentBody
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 11, 2012 1:32 pm

די גרינע חברה זענען אין א קענאדרעם, פון איין זייט מוז מען שטיצען די ווינד מילן וואס פראדעצירען לעקטער, און פון די אנדערע זייט, הארגענען די מילן 70 אדלער'ס א יאר, נא וואס איז וויכטיגער, די מענטשענ'ס לעבן צו די אדלער'ס לעבן?

*
פאריאר איז די אמעריקאנער רעגירונג ארויס געקומען מיט א 10,000,000 $, גרענט, אויף צו קומען מיט א לייט באלב וואס איז "גרין", און עס קאסט נישט צו טייער.

פיליפס האט באקומען די געלט, און פאריגע וואך איז ענדליך ארויס געקומען די לאנג ערווארטענדע באלב, עס איז טאקע גרין, אבער עס האט איין קליינע פראבלעם עס קאסט א נישטיגע........ 50 ראניש!! יא, שיין דערלעבט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » זונטאג מארטש 11, 2012 3:38 pm

50 רייניש איז דאכצעך מער בערך 5 דאלער (אפשר מיטן געפאלענעם דאלער איז עס 5.62 ....)

עניוועי. איך וויל הערן וואס דער עולם האלט. איז טאקע שקר די גאנצע זאך אז די אלע גאזן שאטן פאר די ענווייראמענט און פארפעסטען וואסערן?(איך האלט אז עס איז יא אמת. אפשר נישט אזוי שטארק ווי די וויסנשאפטלער לייגן עס אראפ. אבער גענוג שטארק)
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 11, 2012 11:54 pm

tell.me.something האט געשריבן:50 רייניש איז דאכצעך מער בערך 5 דאלער (אפשר מיטן געפאלענעם דאלער איז עס 5.62 ....)

עניוועי. איך וויל הערן וואס דער עולם האלט. איז טאקע שקר די גאנצע זאך אז די אלע גאזן שאטן פאר די ענווייראמענט און פארפעסטען וואסערן?(איך האלט אז עס איז יא אמת. אפשר נישט אזוי שטארק ווי די וויסנשאפטלער לייגן עס אראפ. אבער גענוג שטארק)


כ'כאפ נישט צו די מיינסט סארקאסטיש אדער ערענסט, איך האב געמיינט 50 $.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 19, 2012 10:37 am

tell.me.something האט געשריבן:
עניוועי. איך וויל הערן וואס דער עולם האלט. איז טאקע שקר די גאנצע זאך אז די אלע גאזן שאטן פאר די ענווייראמענט און פארפעסטען וואסערן?(איך האלט אז עס איז יא אמת. אפשר נישט אזוי שטארק ווי די וויסנשאפטלער לייגן עס אראפ. אבער גענוג שטארק)

איך האלט זיכער אז ס'איז שטותים און הבלי הבלים, עס איז בערך ווי ווען קליינע קינדער פארן מיט זייער ביגוויל, און מאכן א עכטע קרעש.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:15 pm

ס'איז צרות צרורות ביי די גרינע משגעים, ס'איז חושך ואפלה.

ס'קומט היינט א ריפארט אז די ווינט מילן וואס האבן געזאלט ראטעווען די וועלט, טוט נישט נאר ראטעווען, נאר עס מאכט גאר "גלאבעל ווארמינג"!!!

ווייל די קאלטע לופט, וואס לאזט זיך אראפ בטבע אויף דער ערד, ווערט אויפגעשאקעלט פון די פענס, אין מאכט אז די קאלטע לופט ווערט אויסגעמישט מיט די ווארעמע.

דוי לאכט מען, (אדער וויינט מען).
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יולי 22, 2012 10:26 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פאריאר איז די אמעריקאנער רעגירונג ארויס געקומען מיט א 10,000,000 $, גרענט, אויף צו קומען מיט א לייט באלב וואס איז "גרין", און עס קאסט נישט צו טייער.

פיליפס האט באקומען די געלט, און פאריגע וואך איז ענדליך ארויס געקומען די לאנג ערווארטענדע באלב, עס איז טאקע גרין, אבער עס האט איין קליינע פראבלעם עס קאסט א נישטיגע........ 50 ראניש!! יא, שיין דערלעבט!

היינט איז ארויסגעקומען א "סטאדי", אז די "גרינע לייט באלבס, נישט נאר די נייע וואס מען רעדט דא, נאר בכלל די אלע באלבס, די געדרייטע, וואס יעדער האט, איז שעדליך פאר די הויט, עס געט ארויס שעדליכע שטראלן וואס איז נישט געזינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג יולי 23, 2012 2:58 pm

לכתחילה זיי נישט באזארגט.

ווי נאר קאנגרעס קומט צוריק פון וואקאציע וועט א סוב-סוב-סוב קאמיטע אפהאלטן א הירינג, די הירינג וועט נעמען 20 יאר, ביז דאן וועט די באלב שוין זיין אויסגעברענט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » דינסטאג יולי 24, 2012 2:45 pm

טאקע גרין אבער נישט אזא שלכטע איינפאל
http://www.mahnishmah.com/system/script ... +Pizza+Box

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יולי 24, 2012 3:09 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:לכתחילה זיי נישט באזארגט.

ווי נאר קאנגרעס קומט צוריק פון וואקאציע וועט א סוב-סוב-סוב קאמיטע אפהאלטן א הירינג, די הירינג וועט נעמען 20 יאר, ביז דאן וועט די באלב שוין זיין אויסגעברענט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נישט אזוי ווייט גוט ווי אמת.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 21 געסט