בלאט 63 פון 72

געשריבן: דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:06 pm
דורך ברוינע באנאנע
קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא עפעס אינטערסאנטע פלעצער זומער ווי צו גיין און קאנאדא? - די געגענט פון טאהש וכדו'?

אויב ווייסט איינער ביטע דא ארויף לייגן

יישר כח למפרע

https://www.google.com/maps/place/SRA+K ... 73.6062809

parc sefari right after the border

געשריבן: דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:12 pm
דורך ברוינע באנאנע
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא עפעס אינטערסאנטע פלעצער זומער ווי צו גיין און קאנאדא? - די געגענט פון טאהש וכדו'?

אויב ווייסט איינער ביטע דא ארויף לייגן

יישר כח למפרע



https://www.google.com/maps?q=parc+safa ... wQ_AUICigB

מיידל סקול

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2018 5:56 pm
דורך שה אחד
ווייסט איינער וועלכע מיידל סקולס עס איז געווען אין מאנטריאל אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג. בית יעקב און וועלכע נאך? וועלכע יאר זיך גערינדעט? וועלכע שטייען נאך עד היום?

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2018 6:20 pm
דורך התבונני
שה אחד האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע מיידל סקולס עס איז געווען אין מאנטריאל אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג. בית יעקב און וועלכע נאך? וועלכע יאר זיך גערינדעט? וועלכע שטייען נאך עד היום?

בעלז
בית אסתר סאטמאר = סקול יאר תשי"ח/תשי"ט

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2018 7:49 pm
דורך elter-zeide
התבונני האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע מיידל סקולס עס איז געווען אין מאנטריאל אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג. בית יעקב און וועלכע נאך? וועלכע יאר זיך גערינדעט? וועלכע שטייען נאך עד היום?

בעלז
בית אסתר סאטמאר = סקול יאר תשי"ח/תשי"ט

געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2018 10:50 am
דורך שה אחד
בעלז האט געהייסן (אדער הייסט נאך היינט) בנות ירושלים?

געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2018 10:58 am
דורך התבונני
שה אחד האט געשריבן:בעלז האט געהייסן (אדער הייסט נאך היינט) בנות ירושלים?

יא

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:24 pm
דורך זיבען און אייכציג
איינער מיט מער אינפא איבער א הויז פייער דורכאויס יו''ט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:45 pm
דורך א קאנאדער
אויף Durocher איז געווען א פייער אויף א דריטע שטאק די ערשטע נאכט יום טוב די משפחה איז נישט אין שטאט אויף יום טוב

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:15 pm
דורך זיבען און אייכציג
הודו לשם אז די משפחה איז נישט געווען דארט.

ייש''כ.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:30 pm
דורך משה צימערינג
3 משפחות עפעקטעד
די פייער קומט פון עלעקטעריק ציווישן די צווייטע אין דריטע שטאק ביידע האבן אלעס מער ווייניגער פארלוירן.
די ערשטע שטאק (לענדלארד) וואוינט א עלטערע פארפאלק אויך געהאט וואסער און סמאוק דעמעדזש.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:21 am
דורך צימישט
א געזינטען ווינטער , איינער קען אריין קימען , עפעס וועגען די נייע קוויבעק פארטיי CAQ, וואס געווינער די עלעקשנאנס מיט א שטארקע זיג , זענען גיט פאר די אידען ? אין בפרט פאר די מוסדות התורה ?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:08 am
דורך משהלע
זייער נישט גוט. פרעמיער לעגאל האט געזאגט אז ער וועט אריבערפירען א געזעץ אז א פאבליק ארבייטער, אפילו א לערער טאר נישט גיין מיט א קאפל. גייט אפעקטירען אלע פלעיגרופס אויכעט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:55 am
דורך א קאנאדער
לויט ווי איך הער איז עס נישט זייער גוט פאר אונז היימישע,
ער האט געזאגט אז ער גייט מבטל זיין די homeschooling פראגראם וואס כמעט אלע היימישע מוסדות זענען יעצט אונטער דעם, און נאך גזירות וואס אינז ווייסן נאך נישט,

אבער ער גייט געבען
דענטל ביז 18
גלעזער ביז 18
און נאך אפאר אזאלעכע זאכן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:15 pm
דורך צימישט
משהלע האט געשריבן:זייער נישט גוט. פרעמיער לעגאל האט געזאגט אז ער וועט אריבערפירען א געזעץ אז א פאבליק ארבייטער, אפילו א לערער טאר נישט גיין מיט א קאפל. גייט אפעקטירען אלע פלעיגרופס אויכעט.

אי דען דא אזא זאך היינט? איז דאס ליגעל בכלל ? עס איז דא רעכטען ,מיט א סופרים קוארט , איך גלייב נישט דאס גייט געשען .

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 3:05 pm
דורך משהלע
צימישט האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:זייער נישט גוט. פרעמיער לעגאל האט געזאגט אז ער וועט אריבערפירען א געזעץ אז א פאבליק ארבייטער, אפילו א לערער טאר נישט גיין מיט א קאפל. גייט אפעקטירען אלע פלעיגרופס אויכעט.

אי דען דא אזא זאך היינט? איז דאס ליגעל בכלל ? עס איז דא רעכטען ,מיט א סופרים קוארט , איך גלייב נישט דאס גייט געשען .


ער האט געזאגט אז ער וועט נוצען די notwithstanding clause. ער קען יא און די געריכטען קענען גארנישט טוהן.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2018 3:29 pm
דורך בר חכים
צימישט האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:זייער נישט גוט. פרעמיער לעגאל האט געזאגט אז ער וועט אריבערפירען א געזעץ אז א פאבליק ארבייטער, אפילו א לערער טאר נישט גיין מיט א קאפל. גייט אפעקטירען אלע פלעיגרופס אויכעט.

אי דען דא אזא זאך היינט? איז דאס ליגעל בכלל ? עס איז דא רעכטען ,מיט א סופרים קוארט , איך גלייב נישט דאס גייט געשען .


א

פליען אויף מאנטריאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 8:14 pm
דורך קדוש ונורא
איינער האט מיר לעצטנ'ס געזאגט אז מען קען פליען אויף מאנטריאל
פון א קליינע עירפארט א 25 מינוט פון מאנסי

איינער ווייסט דערפון


וואס איז די נענסטע עירפארט צו קענען פליען אויף מאנטריאל פון מאנסי?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 8:17 pm
דורך צו געזונט
וועסטטשעסטער קאונטי

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:47 am
דורך יואל שרייבער
צימישט האט געשריבן:א געזינטען ווינטער , איינער קען אריין קימען , עפעס וועגען די נייע קוויבעק פארטיי CAQ, וואס געווינער די עלעקשנאנס מיט א שטארקע זיג , זענען גיט פאר די אידען ? אין בפרט פאר די מוסדות התורה ?

אינטערעסאנט, איך האב אייביג געמיינט אז די קאנאדער זענען מער לינק געשטימט, יעצט זעה איך אז די נייע פארטיי האט אזעלכע אנטי אימיגראנטן שיטות וואָס טראמפ איז א שפילכל קעגן זיי, און זיי הייסן נאך נאר צענטער רעכט.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:16 pm
דורך עניות דעתי
יואל שרייבער האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך האב אייביג געמיינט אז די קאנאדער זענען מער לינק געשטימט, יעצט זעה איך אז די נייע פארטיי האט אזעלכע אנטי אימיגראנטן שיטות וואָס טראמפ איז א שפילכל קעגן זיי, און זיי הייסן נאך נאר צענטער רעכט.

אין אמעריקע ווי ס'זענען נאר דא צוויי גרויסע פארטייען זענען אלע וואס זענען זיך מתנגד צו דאס וואס מ'רופט "לינקע-ליבעראליזם" קעגן די דעמאקראטישע פארטיי און דערפאר שטיצן זיי די רעפובליקאנער, אבער באמת קען מען זיין לינק אויף עקאנאמישע און סאציאלע אישוס און נאך אלץ האבן שלעכטע מידות (און דערפאר זיין נאציאנאליסטיש).

אין קאנאדא איז מען מער לינק ווי אין אמעריקע (אזויווי אין רוב לענדער), און אין קוויבעק איז בכלל נישטא קיין ערנסטע קאנסערוואטיווע פארטיי, אבער פון די אנדערע זייט זענען קוויבעקער פראנצויזן אלעמאל געווען שטארק נאציאנאליסטיש, און אזויווי בערך 80% פון קוויבעקער זענען פראנצויזן זענען דריי פון די פיר גרויסע פארטייען אפיציעיל נאציאנאליסטיש און אפילו די ליבעראלע פארטיי וואס איז די איינציגסטע פארטיי וואס איז נישט אפיציעיל נאציאנאליסטיש חנפ'ט זיך היבש און שטעלט זיך אפילו צו למחצה לשליש ולרביע צו די פראנצויזן.

ווען ס'קומט צו עקאנאמישע און סאציאלע אישוס זענען אלע פארטייען אזוי לינק אדער לינקער ווי די דעמאקראטישע פארטיי אין אמעריקע, אויסער די CAQ (וואס האט געוואנען גאר שטארק - 74 פון די 125 זיצן, אנציענדיג איבער 37% פון די פאפולער וואוטס) וואס הייסט יא מער קאנסערוואטיוו אבער אויך נאר ביי קוויבעקער סטאנדארטן, למעשה זענען זיי נאך אלץ אסאך לינקער ווי די רעפובליקאנער פארטיי אין אמעריקע און "כמעט" אזוי לינק ווי די דעמאקראטן.

ברעקינג!

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:23 pm
דורך קדוש ונורא
ד' לך לך הבעל''ט ווערט דראג'ס ליגאל און קאנאדא!!

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:33 pm
דורך צל עובר
האבעך הנאה פון די אויסדרוק "און נאך אלץ האבן שלעכטע מידות".

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:54 pm
דורך אדיר איום
שאקירנד! א העסליכע אנטיסעמיטישער בילד איז געווארן צוגעלייגט צו די גוגל בלאט פון חברה הצלה דקרית טאהש.
דער פארשוין וואס האט צוגעלייגט דעם אנטיסעמיטישן בילד צו די הצלה זייטל, און צו נאך עטליכע געשעפטן אין קרית טאהש.

באריכט דאס צו גוגל. אט איז די לינק פון דער פארשוין

https://goo.gl/maps/sCiUuwCWBCF2

געשריבן: זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:51 pm
דורך Goodmorning
אדיר איום האט געשריבן:שאקירנד! א העסליכע אנטיסעמיטישער בילד איז געווארן צוגעלייגט צו די גוגל בלאט פון חברה הצלה דקרית טאהש.
דער פארשוין וואס האט צוגעלייגט דעם אנטיסעמיטישן בילד צו די הצלה זייטל, און צו נאך עטליכע געשעפטן אין קרית טאהש.

באריכט דאס צו גוגל. אט איז די לינק פון דער פארשוין

https://goo.gl/maps/sCiUuwCWBCF2

איך זע עס נאך דארט פארוואס נעמט מען עס נישט אראפ?