נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:19 am

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:ארויסזעצן אידן עסן אויף די גאס אין מאנטריאל זומער איז ממש א איסור דאורייתא!
דאס מיינט גאטס?!
אפשר ווייל דאס איז קעגן גאט?


ער צווינגט דען צו עסן דווקא אינדרויסען? (אזוי ווי זיין עסען איז געוואלדיג און די גוים קומען אויך האט מען געטראפען א קלוגע וועג צו אפטיילען אז די גוים זאלען זיצען עקסטער).
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:11 am

זיבען און אייכציג האט געשריבן:ער צווינגט דען צו עסן דווקא אינדרויסען? (אזוי ווי זיין עסען איז געוואלדיג און די גוים קומען אויך האט מען געטראפען א קלוגע וועג צו אפטיילען אז די גוים זאלען זיצען עקסטער).

עס איז דא נאך א טיר אריינגיין אין געשעפט אז מען זאל נישט נכשל ווערען :?:

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:12 pm

קיקיון האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:ער צווינגט דען צו עסן דווקא אינדרויסען? (אזוי ווי זיין עסען איז געוואלדיג און די גוים קומען אויך האט מען געטראפען א קלוגע וועג צו אפטיילען אז די גוים זאלען זיצען עקסטער).

עס איז דא נאך א טיר אריינגיין אין געשעפט אז מען זאל נישט נכשל ווערען :?:


וועלקאם טו מאנטריא-ל! דא וואוינען אידען אינאיינעם מיט גוים און די אידישע געשעפטען האבען אויך גוי'שע קאסטומערס. דאס האט גארנישט מיט יא אדער נישט צושטעלן זיצען אינדרויסען. איז בעסער אז זיי זאלען זיצען אינעווייניג אינאיינעם מיט די אידען? (צוליב די גוים פארען טאקע פילע משפחות ארויס אין די קאנטרי.)
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:02 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
וועלקאם טו מאנטריא-ל! דא וואוינען אידען אינאיינעם מיט גוים און די אידישע געשעפטען האבען אויך גוי'שע קאסטומערס. דאס האט גארנישט מיט יא אדער נישט צושטעלן זיצען אינדרויסען. איז בעסער אז זיי זאלען זיצען אינעווייניג אינאיינעם מיט די אידען? (צוליב די גוים פארען טאקע פילע משפחות ארויס אין די קאנטרי.)

איך האף אז די פארשטייסט די ריזיגע חילוק פון איינקויפן אין איין געשעפט מיט גוים וואס איז אגב אויך נישט די בעסטע זאך.( מיינע קינדער זען אין די אידישע סופערמארקעט אין ווילי זאכן וואס איך האב אלץ קינד נישט געזען אופן גאס אינעם זעלבען שטאט.) ווי צו עסן איין טיש נעבען דעם צווייטן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

יעקב זרח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:15 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:ארויסזעצן אידן עסן אויף די גאס אין מאנטריאל זומער איז ממש א איסור דאורייתא!
דאס מיינט גאטס?!
אפשר ווייל דאס איז קעגן גאט?


ער צווינגט דען צו עסן דווקא אינדרויסען? (אזוי ווי זיין עסען איז געוואלדיג גייט און די גוים קומען אויך האט מען געטראפען א וועג צו אפטיילען אז די גוים זאלען זיצען עקסטער).


איר האט שוין אמאל געהערט אזוינ'ס ?
נאך איידערן עפענען דעם רעסטעראנט האבן שוין די גוים געוויסט אז דאס עסן איז מוראדיג גוט, ע"כ האט ער שוין פון פאראויס באשטעלט טישען און בענק פאר די גוים, נער'ט אייך נישט זיין כוונה איז ריין "ככל הגוים בית ישראל"
וכן לא יעשו......

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:24 pm

ןןעלכער גוי וועט צאלען מער פאר חלב ישרא' קעז?
וואס פאר א טעם האט פיצא אן ווארשט?
עס פעלען פרעסערייען אויף פארק עוו קינעזעש גריכיש וכ' וכ' :?:

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:30 pm

maybeeynot האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
וועלקאם טו מאנטריא-ל! דא וואוינען אידען אינאיינעם מיט גוים און די אידישע געשעפטען האבען אויך גוי'שע קאסטומערס. דאס האט גארנישט מיט יא אדער נישט צושטעלן זיצען אינדרויסען. איז בעסער אז זיי זאלען זיצען אינעווייניג אינאיינעם מיט די אידען? (צוליב די גוים פארען טאקע פילע משפחות ארויס אין די קאנטרי.)

איך האף אז די פארשטייסט די ריזיגע חילוק פון איינקויפן אין איין געשעפט מיט גוים וואס איז אגב אויך נישט די בעסטע זאך.( מיינע קינדער זען אין די אידישע סופערמארקעט אין ווילי זאכן וואס איך האב אלץ קינד נישט געזען אופן גאס אינעם זעלבען שטאט.) ווי צו עסן איין טיש נעבען דעם צווייטן


איר זאגט אז אין מאנטריא-ל טאר א איד נישט עפענען א רעסטוראנט. אהא. איך הער.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:32 pm

געשיקטער האט געשריבן:ןןעלכער גוי וועט צאלען מער פאר חלב ישרא' קעז?
וואס פאר א טעם האט פיצא אן ווארשט?
עס פעלען פרעסערייען אויף פארק עוו קינעזעש גריכיש וכ' וכ' :?:


דאס דארפט איר פרעגן די גוים וואס קויפען און עסן דארט.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:35 pm

דאס דארפט איר פרעגן די גוים וואס קויפען און עסן דארט.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
אמצעי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

תגובהדורך אמצעי » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:53 pm

פאר ווער עס ווייסט נישט:
דע פלאץ איז געווען א גויאישע רעסטעראנט און ער האט עס סך הכל געכשרט און איבער געפרישט, דע בענקלעך וואס איר זענט אלע אזוי צי היצט איז דארט געווען פארדעם, דע בעל הבית איז א נארמאלע מענטש און אויב עס שטערט "באמת" איינעם בין איך זיכער אז מען קען רעדן מיט איהם.
איעדער שפרינגט צי דע מתקנא איידער מען ווייסט דע מציאות הדברים.
בכלל אין מאנטריאל זענען רוב רעסטעראנטען מיט טישן און בענק אינדערויסן, מען צווינגט קיינעם נישט, עס איז א סערוויס, איך גלייב שווער א חסיד גייט זיך דארט ארויס זעצען מיט זיין ווייב (שטעל דיך פאר מארסי עוו.).
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:55 pm

ווער איז די בעה"ב פון די רעסטוראנט?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:09 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
וועלקאם טו מאנטריא-ל! דא וואוינען אידען אינאיינעם מיט גוים און די אידישע געשעפטען האבען אויך גוי'שע קאסטומערס. דאס האט גארנישט מיט יא אדער נישט צושטעלן זיצען אינדרויסען. איז בעסער אז זיי זאלען זיצען אינעווייניג אינאיינעם מיט די אידען? (צוליב די גוים פארען טאקע פילע משפחות ארויס אין די קאנטרי.)

איך האף אז די פארשטייסט די ריזיגע חילוק פון איינקויפן אין איין געשעפט מיט גוים וואס איז אגב אויך נישט די בעסטע זאך.( מיינע קינדער זען אין די אידישע סופערמארקעט אין ווילי זאכן וואס איך האב אלץ קינד נישט געזען אופן גאס אינעם זעלבען שטאט.) ווי צו עסן איין טיש נעבען דעם צווייטן


איר זאגט אז אין מאנטריא-ל טאר א איד נישט עפענען א רעסטוראנט. אהא. איך הער.


א איד טאר נישט טאן קעגן די תורה סיי אין וועלכע פלאץ. אויב איז אמת אז עפענען א רעסטאראנט אין מאנטריאל איז מען עובר אויף ולפני עוור און מען איז מכשיל את הרבים טאר מען נישט עפענען.

יעקב זרח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:04 pm

אמצעי האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט:
דע פלאץ איז געווען א גויאישע רעסטעראנט און ער האט עס סך הכל געכשרט און איבער געפרישט, דע בענקלעך וואס איר זענט אלע אזוי צי היצט איז דארט געווען פארדעם, דע בעל הבית איז א נארמאלע מענטש און אויב עס שטערט "באמת" איינעם בין איך זיכער אז מען קען רעדן מיט איהם.
איעדער שפרינגט צי דע מתקנא איידער מען ווייסט דע מציאות הדברים.
בכלל אין מאנטריאל זענען רוב רעסטעראנטען מיט טישן און בענק אינדערויסן, מען צווינגט קיינעם נישט, עס איז א סערוויס, איך גלייב שווער א חסיד גייט זיך דארט ארויס זעצען מיט זיין ווייב (שטעל דיך פאר מארסי עוו.).


צום פונקט
מען האט גארנישט געכשרט דארט עס איז אלעס איבערגעבויעט הערליך פונדאסניי.
אלע בענקלעך איז פריש און שיין דעגנעזירט פארן הערליכן צוועק.
איך ווייס נישט וויאזוי מען קען זאגן אויף אזא בעל הבית אז ער איז א נארמאלע מענטש. ווען ער ברעכט דורך א פירצה וואס איז נישט געווען ביז היינט.

בכלל אין מאנטריאל זענען רוב גויאישע רעסטעראנטען מיט טישן און בענק אינדערויסן,

עס איז שוין געווען ביז היינט 2 אידישע רעסטעראנטען און עס איז זיי נישט בייגעפאלן דאס צו טוהן.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:25 am

גליטשעדיג האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:

איך האף אז די פארשטייסט די ריזיגע חילוק פון איינקויפן אין איין געשעפט מיט גוים וואס איז אגב אויך נישט די בעסטע זאך.( מיינע קינדער זען אין די אידישע סופערמארקעט אין ווילי זאכן וואס איך האב אלץ קינד נישט געזען אופן גאס אינעם זעלבען שטאט.) ווי צו עסן איין טיש נעבען דעם צווייטן


איר זאגט אז אין מאנטריא-ל טאר א איד נישט עפענען א רעסטוראנט. אהא. איך הער.


א איד טאר נישט טאן קעגן די תורה סיי אין וועלכע פלאץ. אויב איז אמת אז עפענען א רעסטאראנט אין מאנטריאל איז מען עובר אויף ולפני עוור און מען איז מכשיל את הרבים טאר מען נישט עפענען.


ריכטיג. איר פארשטייט אוודאי אז איר שרייבט נישט קיין חידושים און אז קיינער דינגט זיך נישט אויף וואס איר שרייבט דא. נאר די צאמשטעל אז מיט עפענען א רעסטוראנט אין מאנטריא-ל איז מען עובר אויף עבירות חמורות און קיין שום עסען געשעפט טאר זיך נישט עפענען דאס זאגט איר אליין.

אגב, לשיטתך פארשטיי איך נישט פארוואס אנדערע לאקאלע געשעפטסלייט זענען נישט עובר אויף אלע זעלבע עבירות חמורות. ביטע זייט אבער נישט מסביר ווייל איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין אייער מיינונג אין דעם ענין. די רעסטוראנט האט א הכשר פין אן אמת'ע חשוב און ערליכער רב וואס האט זיך גראדע אויסגענומען געוויסע תנאים וואס האט נישט מיט כשרות ביי אנדערע עסן פלעצער און אז ער וועט האלטען אז דאס איז א פראבלעם וועט ער עס מתקן זיין.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:25 am

יעקב זרח האט געשריבן:
אמצעי האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט:
דע פלאץ איז געווען א גויאישע רעסטעראנט און ער האט עס סך הכל געכשרט און איבער געפרישט, דע בענקלעך וואס איר זענט אלע אזוי צי היצט איז דארט געווען פארדעם, דע בעל הבית איז א נארמאלע מענטש און אויב עס שטערט "באמת" איינעם בין איך זיכער אז מען קען רעדן מיט איהם.
איעדער שפרינגט צי דע מתקנא איידער מען ווייסט דע מציאות הדברים.
בכלל אין מאנטריאל זענען רוב רעסטעראנטען מיט טישן און בענק אינדערויסן, מען צווינגט קיינעם נישט, עס איז א סערוויס, איך גלייב שווער א חסיד גייט זיך דארט ארויס זעצען מיט זיין ווייב (שטעל דיך פאר מארסי עוו.).


צום פונקט
מען האט גארנישט געכשרט דארט עס איז אלעס איבערגעבויעט הערליך פונדאסניי.
אלע בענקלעך איז פריש און שיין דעגנעזירט פארן הערליכן צוועק.
איך ווייס נישט וויאזוי מען קען זאגן אויף אזא בעל הבית אז ער איז א נארמאלע מענטש. ווען ער ברעכט דורך א פירצה וואס איז נישט געווען ביז היינט.

בכלל אין מאנטריאל זענען רוב גויאישע רעסטעראנטען מיט טישן און בענק אינדערויסן,

עס איז שוין געווען ביז היינט 2 אידישע רעסטעראנטען און עס איז זיי נישט בייגעפאלן דאס צו טוהן.


איך זעה אז ס'טוט אייך זייער וויי און איר ווילט אז די געשעפט זאל מתקן זיין די צוויי קלייניקייטען וואס איר דערמאנט . האט איר שוין פראבירט צו רעדן מיט'ן בעל מכשיר וועגן דעם ענין? איך קלער אז דאס וואלט אייך מעגליך געברענגט נענטער צו איינער ציל.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:27 am

מיר ווינדערט אביסל וואס קלערט איינער , אז דער עולם וועט זיך ארויסזעצן עסן אויף די גאס?
עס קוקט דאך אויס משוגע
אלא מאי וואס טראכט דער אייגענטומער?
איך ווייס נישט , איך פרעג אמת'דיג , וואס איז די שכל (נאך פאר תורה'דיק) איז טאקע דער פלאן צו האבן גוים אין פראנט פון סטאר? עס וועט נישט פארטרייבן קיין קאסטומער?
ווען מען רעדט יעצט תורה'דיק ווינדערט אוודאי וואס איז די חשבון ? הגה"צ מ. מ. טירנויער ועוד וועלן דאך לכאורה מוחה זיין אזויווי מען וואלט מוחה געווען אויף יעדן יידישע געגנט (למשל אויף מארסי ווי איינער זאגט דא אויבן) ווען איינער עפענט אזא געשעפט (איך האלט נישט אז עס מאכט אויס אז די גוים האבן עס [עניית דעתי]) וועט דאך עס ווייטער שאדן די ביזנעס?
ממילא דארף עס לכאורה א שטארקער הסבר , עפעס פעלט נאך

נ. ב. דרך אגב וואס איז די פונקטליכע אדרעסס?

מעלות
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

עפעס אינטרעסאנט אויפן וועג

תגובהדורך מעלות » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:25 am

איך פלאן צו פארן אי"ה שבת יארצייט קיין טאהש מיט די בין הזמנים בחורים אפשר ווייסט איינער וואס איז דא אויפן וועג צוריק פון טאהש קיין נ"י? איינער שרייבט וועגן לעיק דזשארדזש.. ווער קען געבן עפעס מער אינפארמעישאן וואס ס'איז דא צו טוען דארט.
אויך אויב ס'איז דא א zoo אויפן וועג פאר די קליינווארג.
ייש"כ

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:11 am

עס איז דא א געוואלט פלעצער אויפן וועג די בעסטעאיז צו ביי האנטער / ראונט טאפ יענע געגנט איז פונקט אינמיטן וועג [עקזעט 20/21 אויפן טראוועי אויב געדענק איך גוט
און עס אי דא אלעס צו באקומען וועלדער צו שפאצירן מיט ריזיגע וויאוס, וואסער פאלן, טשער ליפטס, און נאך,
אדער גענסטע פארן פשוט וויזעטן פליישמאנס וואס איז אויך אינימטן וועג
סאדאם בן באראק חוסעין

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:38 am

Ausable Chasm

זייער א רואיגע אין שיינע שפאציר ארום וואסער פאלען. מ'קען זעהן די מעין וואסער פאל אן צאלען און גיין אויף א טרעיל.

ווען איך בין נאר דארט געווען איז אייביג געווען זייער ווייניג מענטשען.
לעצט פאראכטן דורך זיבען און אייכציג אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:12 pm

הערה צו די אלע גומלי חסד וואס ווילען מציע זיין ווי מען גיין שפאצירען אויפען וועג צוריק פון א מקום קדוש
עס איז יעצט זוממער!
זייט מציע נור אזעלכע מקומות ווי עס דרייען זיך נישט דארט אזעלכע וואס זענען ניט געהעריג אנגעטוען

גאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:14 pm

ס'איז דא א safari zoo גלייך לעבן די border.
איך נעם נישט קיין אחריות וועגען שמורת עיניים..

מעלות
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

תגובהדורך מעלות » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:11 pm

קיקיון האט געשריבן:הערה צו די אלע גומלי חסד וואס ווילען מציע זיין ווי מען גיין שפאצירען אויפען וועג צוריק פון א מקום קדוש
עס איז יעצט זוממער!
זייט מציע נור אזעלכע מקומות ווי עס דרייען זיך נישט דארט אזעלכע וואס זענען ניט געהעריג אנגעטוען

גרוסע יישר כח הרב קיקיון פארן מורר זיין און טאקע וועגן דעם וויל איך נישט גיין דא local און די city אדער און די Catskill area האב איך אויסדערוועלט א רוחניותדי'גע נסיעה צו פארן דאנעשטאג ביינאכט כ"ו אב צום ציון און מאנדרא און דערנאך אויף שבת און טאהש, און איך זוך פלעצער אויפן וועג צעריק ווי מען קען אביסל פארברענגען מיט דו בחורים שפילן אין לערנען.
א גרויסע יישר כח סאדאם פארן ווילן ארויסהעלפן.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:20 pm

ביטע אויך נישט מיטטיילען קיין פלעצער ווי עס דרייען זיך פרויען נישט אפגעזונדערט פין מענער, צוליב די הארבע איסורים וואס עס קען מעגליך ארויסקומען.

סיריעסלי גערעדט, איבעראל! קען מען צוקימען צו ראיות אסורות.

עס ליגט א פערזענליכע פליכט אויף א יעדע מענטש מברר צו זיין פאר'ן ארויסגיין, אויב די פלאץ איז געאייגענט פאר אים. מאכט נישט קיין כלל אז מ'טאר נישט ארויסגיין, און מ'זאל ח''ו נישט מכשיל זיין אנדערע מיט מיטטיילען ווי מ'קען גיין.

ביטע נישט נעמען לייכט אפצופסל'ן אלע אידען וואס פארען ארויס אויף אפרוה, וואס גייען שאפינג אין דיפארטמענט סטארס, וואס וואוינען אין אייראפע אדער מאנטריא-ל צוזאמען מיט די גוים, וכו' וכו'.

מקטרג זיין אויף אנדערע דארף זיין כאטש אזוי שווער ווי ס'קומט אן צו זאגען גוטס.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:46 pm

Bookkeeper האט געשריבן:מיר ווינדערט אביסל וואס קלערט איינער , אז דער עולם וועט זיך ארויסזעצן עסן אויף די גאס?
עס קוקט דאך אויס משוגע
אלא מאי וואס טראכט דער אייגענטומער?
איך ווייס נישט , איך פרעג אמת'דיג , וואס איז די שכל (נאך פאר תורה'דיק) איז טאקע דער פלאן צו האבן גוים אין פראנט פון סטאר? עס וועט נישט פארטרייבן קיין קאסטומער?
ווען מען רעדט יעצט תורה'דיק ווינדערט אוודאי וואס איז די חשבון ? הגה"צ מ. מ. טירנויער ועוד וועלן דאך לכאורה מוחה זיין אזויווי מען וואלט מוחה געווען אויף יעדן יידישע געגנט (למשל אויף מארסי ווי איינער זאגט דא אויבן) ווען איינער עפענט אזא געשעפט (איך האלט נישט אז עס מאכט אויס אז די גוים האבן עס [עניית דעתי]) וועט דאך עס ווייטער שאדן די ביזנעס?
ממילא דארף עס לכאורה א שטארקער הסבר , עפעס פעלט נאך

נ. ב. דרך אגב וואס איז די פונקטליכע אדרעסס?


היינט איז שוין נישט געווען קיין טישען אינדרויסען. איך ווייס נישט אויב דאס איז פערמענאנט.

די אדרעס איז 1239 Avenue Lajoie, Outremont, QC H2V 1P2
https://goo.gl/maps/psWV5YheqQU2
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:51 pm

יישר כח פאר די אדרעסס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 15 געסט