בלאט 93 פון 93

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 6:15 pm
דורך שרייב
די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 6:25 pm
דורך פעיק ניוז
שרייב האט געשריבן:די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע

אקעי דער האט השגות...

וואס איז די מעשה?

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 6:29 pm
דורך אהבת השם
שרייב האט געשריבן:די טערקישע רעגריאנג
סטארשעט מלחמה צו האלטן מיט רוסלאנד איראן סיריע

העללאוי קום אריין מיט דיטעלס!!! וואס איז יעצט געשען?? וואס איז זייער פלאן??

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 10:16 pm
דורך שרייב
אידליב - ווינטן פון א מעגליכע געפארפולע מלחמה בוזשעוועט אין סיריע, נאך וואס רוסלאנד, סיריע און איראן טוט טאג טעגליך באמבעדירן אן רחמנות, די אידליב פראווינץ ווי עס געפינען זיך איינוואונער און טערקישע געשטיצטע מיליציעס, דעריבער האט דער טערקישער פרעזידענט ראסעפ טייעפ ערדואן נעכטן געסטראשעט די 3 לענדער אין שפיץ פון רוסלאנד אז "מיר וועלן ארויסגיין מיט א מאסיווע אינוואזיע און מיר זענען גרייט פאר מלחמה מיט רוסלאנד, סיריע און איראן. אין אידליב געפינען זיך מער ווי 3 און א האלב מיליאן ציווילע איינוואונער, מיר וועלן נישט זיי לאזן אויסהארגענען אומשולדיגע מענטשן".

*קרעדיט [jcn]

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 10:18 pm
דורך אהבת השם
שרייב האט געשריבן:אידליב - ווינטן פון א מעגליכע געפארפולע מלחמה בוזשעוועט אין סיריע, נאך וואס רוסלאנד, סיריע און איראן טוט טאג טעגליך באמבעדירן אן רחמנות, די אידליב פראווינץ ווי עס געפינען זיך איינוואונער און טערקישע געשטיצטע מיליציעס, דעריבער האט דער טערקישער פרעזידענט ראסעפ טייעפ ערדואן נעכטן געסטראשעט די 3 לענדער אין שפיץ פון רוסלאנד אז "מיר וועלן ארויסגיין מיט א מאסיווע אינוואזיע און מיר זענען גרייט פאר מלחמה מיט רוסלאנד, סיריע און איראן. אין אידליב געפינען זיך מער ווי 3 און א האלב מיליאן ציווילע איינוואונער, מיר וועלן נישט זיי לאזן אויסהארגענען אומשולדיגע מענטשן".

*קרעדיט [jcn]

לאל טערקיי זארגט זיך פאר אומשולדיגע ציווילע

געשריבן: זונטאג פאברואר 02, 2020 10:26 pm
דורך פעיק ניוז
און אמעריקע דארף נאך דארט זיין אויך, וואס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:10 pm
דורך פעיק ניוז
טערקיי טענה'ט אז 8 פון זייערע זעלנער זענען אומגעקומען דורך א סירישע באמבאדירונג אין די אידליב פראווינץ, וואס דאס איז לויט איר, א פאלעצונג צו זייער אפמאך מיט רוסלאנד אז זייער קרעפטן וועלן זיין באשיצט.

אלס נקמה האט טערקיי באמבאדירט די סירישע מיליטער און אומגעברענגט 35 סירישע זעלנער.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:21 pm
דורך זארג נישט
אינטרעסאנט צו וויסן, סיריע איז נאך איבער געבליבן מיט זעלנער?

טויזענטער עצה געבערס פון רוסלאנד און איראן, אבער וואס איז מיט זעלנער?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:09 pm
דורך שרייב
עס האלט שוין ביי 12 טויטע טערקישע סאלדאטן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:24 pm
דורך זארג נישט
וואס טוהען דארט טערקישע סאלדאטן?

האט נישט סיריע געקענט ארבעטן צוזאמען מיט טערקיי?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:29 pm
דורך פעיק ניוז
וואס טוט אמעריקע אין איראק?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:40 pm
דורך זארג נישט
העלפט דעפיעטן אייסיס.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:10 pm
דורך שאינו יודע
טערקיי און איראן. דאס איז שוין ממש ווי מען זעט אין די ספרים איבער מלחמת גוג ומגוג וכדומה

Re: רעוואלוציע אין סיריע

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 5:59 pm
דורך שרייב
סיריע - נעכטן האט די מדינת ישראל עיר-פארס דורכגעפירט א מאסיווע לופט אטאקע אין אן איראנער באזע אין די 'דיר-א-זור' געגנט, ווי עס געפינט אן אונטער-ערדישע איראנער מיסיל פאבריק. לויט אינערליכע באריכטן זענען פופצן איראנער זעלנער אומגעקומען.
קרעדיט JCN

Re: רעוואלוציע אין סיריע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2020 8:19 pm
דורך שאשא
אן איי- אי-די האט אויפגעריסן אין אידליב-סיריע און פארוואונדעט דריי רוסישע טרופן
o2tbLy_wide_m.jpeg
o2tbLy_wide_m.jpeg (40.3 KiB) געזעהן 250 מאל

Re: רעוואלוציע אין סיריע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2020 8:43 pm
דורך פאלעסיידס
שאשא האט געשריבן:אן איי- אי-די האט אויפגעריסן אין אידליב-סיריע און פארוואונדעט דריי רוסישע טרופן
o2tbLy_wide_m.jpeg

אין אויך טערקישע סאלדאטען

Re: רעוואלוציע אין סיריע

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2020 4:17 pm
דורך שאשא
סיריע - די קורדישע מיליציעס, וועלכע געפינען אין זיך אין די עפרען פראווינץ וואס איז איינגענומען געווארן דורך די טערקישע מיליטער, האבן געמאלדן אז זיי האבן אריינגעדרינגען אין א טערקישע מיליטערישע פעסטונג אין די געגנט, ווי עס איז זיי געלונגען צו פארכאפן דריי טערקישע גענעראלן, דאס אז די קורדן ברענגען אום טערקישע קרעפטן טעגליך איז נישט קיין חידוש, אבער דאס אז עס איז זיי געלונגען צו פארכאפן דריי גענעראלן 'לעבעדיגערהייט' דאס איז שוין א געווינס.


JCN Daily