רעוואלוציע אין סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג יוני 19, 2017 2:50 pm

Chairman of the Joint Chiefs of Staff Gen. Joe Dunford on Monday said the United States will try “in the next few hours” to reestablish deconfliction arrangements between Russia and the United States following the U.S. downing of a Syrian military jet over the weekend.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יוני 19, 2017 3:14 pm

פשוט צו פארשטיין א ביסעל בעסער די מצב; איז דא אמעריקאנער בוטס און דע גראונד? דאס הייסט, געפינט זיך אמעריקאנער עדווייזערס מיט די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן?

אין אנדערע ווערטער; האט דער סירישער עראפלאן אראפ געלאזט באמבעס אויף אמעריקאנער סאלדאטען/עדווייזערס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 20, 2017 10:17 am

א אמעריקאנע עף. 15 האט אראפגעשאסן א איראן פראדוצירטע דראון אין סיריע וועלכע איז געוועהן באוואפענט און האט באלאנגט צו די סירישע רעזשים. די מיליטער זאגט אז די דראון איז געוועהן אין סטרייקינג דיסטענס פון אמעריקאנע פערסאנעל

אין אנדערע נייעס איז א באוואפנטע רוסישע פייטער דשעט ווילדערהייט געקומען אזוי נאנט ווי 5 פיס צו א אמעריקאנע מיליטערישע פליגער העכער די באלטישע ים

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 07, 2017 1:26 pm

פאברואר 11 2016:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אלע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א פולקאמע פייער-שטילשטאנד.
AFP@


מאי 4 2016:
נייעסלעך האט געשריבן:דער סורישער מיליטער האט באשטעטיגט אן 48 שעה'יגער סיס פייער אין אלעפא נאך אן אמעריקאנער-רוסישער אגרימענט.

רוסלאנד זאגט אז זיי זענען גרייט צו נאוצן כח אקעגן די וואס ברעכן די סורישער פייער אפשטעל


יולי 7 2017:
שמאטע האט געשריבן:HAMBURG, Germany (AP) — The United States and Russia have reached agreement on a cease-fire .
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:35 pm

רוסלאנד האט דורכגעפירט א באמבאדירונג אויף אמעריקאנע געשטיצטע טרופן אין סיריע, אמעריקאנע קרעפטן זענען געווען אנוועזנד און דערווייל איז אומקלאר צו אמעריקאנער זענען אויך געשעדיגט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 8:55 am

די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן אין סיריע האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדעג אז די שלאכט איבער ראקא - די דע פאקטא אייסעס הויפשטאט - האלט אין אירע לעצטע שטאפלן. לויט די באריכט האבן שוין די רעבעלן קאנטראל אויף 80٪ פון די שטאט

גלייכצייטיג האט די אבסערוועטערי פאר היומען רייטס אין סיריע ארויסגעלייגט א אייגענע באריכט היינט מיטוואך, ווי זיי שרייבן אז די רעבעלן האלטן שוין קאנטראל אויף אזויפיל ווי 90٪ פון ראקא

"די פארבליבענע אייסעס מיליטאנטן זענען שוין כמעט אויסגעלאפן פון עסן און געווער" שרייבט די אבסערוועטערי, און די לעצט פארבליבענע שוועריקייט איז איבער איין פארבליבענע שטיק לאנד וועלכע איז אנגעזייט מיט מינעס

אין די באריכט איבער די סטאטוס פון אייסעס אין ראקא שרייבן זיי, אז לויט זייער שאצונג זענען פארבליבן בלויז 300-400 אייסעס קעמפער אינעם שטאט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 10:47 am

דאס איז גוטע נייעס! מאסול האבן זיי אויך לעצטנס פארלוירן.
וועלכע שטעט האבן זיי נאך?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 11:40 am

זיי האבן נאך טערעטאריע דא דארט

די מערסט באקאנטע ארט יעצט איר דיר-על-זאר, א פלאץ וואס אייסעס האט געהאלטן פאר דריי יאר און איז לעצטענס געווארן צוריק גענומען דורך די סיריע ארמיי

א גאר דראמטישע אנטוויקלונג קומט יעצט פאר אויפן ארט ווען די סירישע כוחות האבן אריבערגעשפרייזט די טייך וואס האט זיי אפגעטיילט פון די טערעטאריע געהאלטן דורך אמעריקאנער געשטיצטע רעבעלן און די סירישע ארמיי קומט יעצט נענטער צו זיי

ביידע זייטן צילן די זעלבע אייסעס רעשטן וואס זענען נאך פארבליבן אינדערמיט און א קאנפליקט קען אויסברעכן צווישן זיי צו יעדע צייט

די מאפע איז הארט פאר זיי זענען אריבער דעם טייך
DJ_LUgRWsAEQpMH.jpg
DJ_LUgRWsAEQpMH.jpg (62.6 KiB) געזעהן 2324 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:03 am

ראקא באפרייט!


קורדישע פענער פלאטערן אין צענטער פון שטאט און זייערע פייטערס פייערן אין די גאסן נאכן פארמאל דערקלערן זיג אין די דע פאקטא הויפשטאט פון אייסעס: ראקא

Screenshot_2017-10-18-11-08-28-1.png
Screenshot_2017-10-18-11-08-28-1.png (240.1 KiB) געזעהן 2021 מאל


נאך פינף חדשים פון שלאכטן האבן די אמעריקאנער געשטיצטע כוחות מצליח געווען איבערצונעמען דעם שטאט וועלכע איז געווען אונטער אייסעס קאנטראל פאר דריי לאנגע יאר, א זיג וועלכע איז גאר א שטארקע קלאפ פאר אייסעס, סיי פיזיש און בעיקר מאראליש

אין די זעלבע צייט האבן די סירישע כוחות די לעצטע צוויי טאג געשניטן שטיקער פון אייסעס אין זייערע צווייטע סטראנגהאלוד דיר-על-זאר און איינגענומען די שטאט'ס קאפיטאל

די איינציגסטע פארבליבענע אייסעס מעידשער סטראנגהאלוד איז אצינד די שטאט באקאמאל וועלע געפינט זיך ביי די גרעניץ פון סיריע און איראק און א אפענסיווע אויפן ארט איז יעצט די נעקסטע אין די רייע אויסצוראטן אייסעס פון איר טעריטאריעשע עקזיסטענץ

Screenshot_2017-10-18-11-18-18-1.png
Screenshot_2017-10-18-11-18-18-1.png (221.53 KiB) געזעהן 2021 מאל


כן יאבדו!
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:06 am

שכח ברירה פארן קלארן באריכט. שוין כמעט פארגעסן פון אייסיס מיט סיריע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:08 pm

טענקס יש!!

שיינע רעפארטאזש
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:26 pm

יישר כוח פארן באריכט.
פראבלעם מיט אייסיס אז די ראדיקאלן בלייבן ראדיקאל און גייען נישט אין ערגעץ. מ׳פארטרייבט זיי פון איין פלאץ צום צווייטן אבער ערגעץ גייט עס קראכן

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:30 pm

יש ברירה האט געשריבן:
ראקא באפרייט!


קורדישע פענער פלאטערן אין צענטער פון שטאט און זייערע פייטערס פייערן אין די גאסן נאכן פארמאל דערקלערן זיג אין די דע פאקטא הויפשטאט פון אייסעס: ראקא

Screenshot_2017-10-18-11-08-28-1.png


נאך פינף חדשים פון שלאכטן האבן די אמעריקאנער געשטיצטע כוחות מצליח געווען איבערצונעמען דעם שטאט וועלכע איז געווען אונטער אייסעס קאנטראל פאר דריי לאנגע יאר, א זיג וועלכע איז גאר א שטארקע קלאפ פאר אייסעס, סיי פיזיש און בעיקר מאראליש

אין די זעלבע צייט האבן די סירישע כוחות די לעצטע צוויי טאג געשניטן שטיקער פון אייסעס אין זייערע צווייטע סטראנגהאלוד דיר-על-זאר און איינגענומען די שטאט'ס קאפיטאל

די איינציגסטע פארבליבענע אייסעס מעידשער סטראנגהאלוד איז אצינד די שטאט באקאמאל וועלע געפינט זיך ביי די גרעניץ פון סיריע און איראק און א אפענסיווע אויפן ארט איז יעצט די נעקסטע אין די רייע אויסצוראטן אייסעס פון איר טעריטאריעשע עקזיסטענץ

Screenshot_2017-10-18-11-18-18-1.png


כן יאבדו!



איז דעיס טראמפ קרעדיט ?

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:39 pm

וואס פאלטער ביי?
נאר די מיליטער'ס דורכפאלן זענען טראמפס קרעדיט. די נצחונות זענען אלע אדאנק אבאמא (א שטייגער ווי דאס הרג'ענען בין לאדין איז געווען אויסשליסליך אבאמא'ס קרעדיט, בעת וואס די עקסטרעם שוואכע ערהוילונג און נידריגע וועידזשעס זענען געגאנגען אויף בוש נאך אזוי שפעט ווי אין 2015.)
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:23 pm

מען הייבט אן צו זען די ליכטיגקייט ביים ענד פון טאנעל.
קרעדיט וואלט איך געגעבן פאר 2 מענטשען.

כאווער פוטין וואס האט אהערגעשטעלט צוזאמען מיט טערקיי און איראן א שטילשטאנד צווישן סיריע און די רעבעלן, די שטילשטאנד איז געקומען מיט ציין און האלט שוין אן דאכטזעך א 3/4 יאר.(נאכדעם וואס אונזער באראק האט געטרייעט עטליכע מאל א סיעספייער און עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג). אין די זעלבע צייט האט פוטין געשניטן שטיקער פון אייסיס אן רחמנות

טראמפ פארן ארויפריקן די מלחמה מיט אייסיס מיט אפאר נאטן, און טוען וואס עס פעלט זיך נאר אויס זיי צו פארניכטען. מער באמבאדירונגען, מער ספעשעל פארסעס אן די גראונד וכולי. (און דאס זעלבע טועט ער יעצט אין אפגאניסטאן).

דאס ווייזט אז ווען מען ליעד פראם די פראנט נישט פראם ביהיינד קען מעןגאנץ שנעל זען רעזאלטאטן.

מיט דעם אלעס זעט אויס אז אונז וועל מיר זיך נאך אסך אנליידן פון דעם קרעץ הנקרא אייסיס, און מען ווערט נישט אזוי שנעל פטור.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:44 am

ווען מ׳האט איינגענומען מאסול אין איראק איז מן הסתם אויך טראמפ׳ס קרעדיט, די חברה זענען געווארן זייער דערשראקן אז טראמפ האט געווינען די וואלן אז זיי זענען פשוט אנטלאפן!!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:53 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ווען מ׳האט איינגענומען מאסול אין איראק איז מן הסתם אויך טראמפ׳ס קרעדיט, די חברה זענען געווארן זייער דערשראקן אז טראמפ האט געווינען די וואלן אז זיי זענען פשוט אנטלאפן!!

בארדער קראסינג איז אראפ און רוב מענטשען קרעדיטירען טראמפס קאמפיין רעטאריק, פארוואס קען נישט זיין אז זיין רעטאריק וואס ער האט געהאקט קעגן אייסיס האט עפעס געהאט צו טוהן דערצי?

צווייטענס, אבאמא האט נאך צוויי יאר פון די אייסיס כאליפאט אנגעפאנגען א ערענסטע אטאקעס קעגן זיי, ווי איז ער געוועהן די ערשטע צוויי יאר?

דריטענס, א אלטע אבער גערעכטע טענה, פארוואס ביזטו ארויס פון איראק ווען כמעט יעדע מיליטערישע פארשטייען האט געהאלטען עס איז א טעות?

פערטענס, אויב אבאמא האט אינטער זיין זייגער צוריק גענומען איין שטאט פון אייסיס, האט מען אינטער טראמפ צוריק גענומען צען שטעט.

פיפטענס, אויב מען וויל נישט קרעדיטירען טראמפ כאטש קרעדיט דעם בייזען הינט, דער דעפענס סעקרעטאר וואס ער זעהט אויס א גוטער מבין אין די נושא.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:57 am

געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט.
פראבלעם מיט אייסיס אז די ראדיקאלן בלייבן ראדיקאל און גייען נישט אין ערגעץ. מ׳פארטרייבט זיי פון איין פלאץ צום צווייטן אבער ערגעץ גייט עס קראכן

יעדער וויל זיין אויף די ווינונג טיעם, אז אייסיס האט קאנטראל אויף שטעיט זענען אלע טעראריסטן מחותנים, און אז זיי כאפן מכות ווערן זיי פארשווינדן, איי זיי זענען ווייטער ראדיקאלן, גערעכט, אבער אז עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי העצן און אינקארידזשן וועפט אויס היפש פון זייער גרייטגייט צו טון שריט.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:26 am

יש ברירה האט געשריבן:
ראקא באפרייט!


קורדישע פענער פלאטערן אין צענטער פון שטאט און זייערע פייטערס פייערן אין די גאסן נאכן פארמאל דערקלערן זיג אין די דע פאקטא הויפשטאט פון אייסעס: ראקא

Screenshot_2017-10-18-11-08-28-1.png


נאך פינף חדשים פון שלאכטן האבן די אמעריקאנער געשטיצטע כוחות מצליח געווען איבערצונעמען דעם שטאט וועלכע איז געווען אונטער אייסעס קאנטראל פאר דריי לאנגע יאר, א זיג וועלכע איז גאר א שטארקע קלאפ פאר אייסעס, סיי פיזיש און בעיקר מאראליש

אין די זעלבע צייט האבן די סירישע כוחות די לעצטע צוויי טאג געשניטן שטיקער פון אייסעס אין זייערע צווייטע סטראנגהאלוד דיר-על-זאר און איינגענומען די שטאט'ס קאפיטאל

די איינציגסטע פארבליבענע אייסעס מעידשער סטראנגהאלוד איז אצינד די שטאט באקאמאל וועלע געפינט זיך ביי די גרעניץ פון סיריע און איראק און א אפענסיווע אויפן ארט איז יעצט די נעקסטע אין די רייע אויסצוראטן אייסעס פון איר טעריטאריעשע עקזיסטענץ

Screenshot_2017-10-18-11-18-18-1.png


כן יאבדו!



פארוואס געבסטו נישט קרעדיט פאר טראמפ ?

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:30 am

יישר כח הרב ברירה פאר די רייכע קלארע באריכט
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 8:26 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:יישר כח הרב ברירה פאר די רייכע קלארע באריכט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 8:35 am

הצדיק האט געשריבן:
פארוואס געבסטו נישט קרעדיט פאר טראמפ ?

האב איך געזעהן אפאר וואכען צירוק א ארטיקעל וואס איינער האט געשריבען אויף WP האט די שרייבער דארט אויסגעשמועסט צוויי חלקים פון ווי אזוי אמעריקע באהאנדעלד נאורט קאריעא איין חלק איז געווען די שטארקע טראמפ סטראשערייען און איין חלק איז געווען ווי אזוי אמעריקע האט צוגעשטיפט טשיינע זאל שוין אפאר מאל מוזען מיטארבייטען מיט אמעריקע

יעצט בייי די ערשטע חלק האט די שרייבער גערעדט נאר פון טראמפ און מיט רעכט אבער ביי די צווייטע חלק איז נישט געווען צו טרעפען טראמפ ווען עס איז קלאר אז דאס האט ער געארבייט אויף פון די ערשטע סקונדע וואס ער איז אריין אין אפיס

יעצט ביי אבאמא איז פונקט פארקערט מען געט אים אלעמאל קרעדיט פאר כאפען בין לאדען וואס ס"ה ער האט געגעבען זיין הסכמה (נישט אז איך מאך עס אוועק ער האט גענומען אחריות אבער עס איז נישט אזוי ווי ער האט עפעס געטוהון געלונגען און ווען א צווייטע וואלט געווען פרעזידענט וואלט ער עס מן הסתם אויך געטוהון)
מה שאין כן אייסיס וואס ער איז דיירעקט שילדוג און ער איז געגאנגען מיט און קאפ אין וואנט פאר זיין אגענדע קעגען די גענעראלען און איטעלענזשענס באשילדוגט מען אים נישט און אוואדי נישט אויף אזא פארנעם (ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט עס נאך שטערקער געדארפט זיין) ווי די קרעדיט פון בין לאדען

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 9:49 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ווען מ׳האט איינגענומען מאסול אין איראק איז מן הסתם אויך טראמפ׳ס קרעדיט, די חברה זענען געווארן זייער דערשראקן אז טראמפ האט געווינען די וואלן אז זיי זענען פשוט אנטלאפן!!

טראמפ האט געגעבן מער מיליטערישע שטיצע פאר איראק ווי אבאמא האט געגעבן, די איראקער אליינס זאגן דאס. סיי מער לופט אטאקעס, סיי איטעליזשענס, און צום לעצט (מער) בוטס אן די גראונדס (וואס אבאמא האט זיך געהאלטן אין איין גרויסן אז ער וועט בשום אופן נישט טוען).

ווי עס שיינט מאכט עס א דיפערענץ.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 2:43 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:[ (מער) בוטס אן די גראונדס (וואס אבאמא האט זיך געהאלטן אין איין גרויסן אז ער וועט בשום אופן נישט טוען).

בשעת ער האט דארט געהאט עטליכע טויזנט 'מיליטערי עדווייזערס'. (זעט אויס אז אלס עדווייזערס גייען זיי נישט קיין שטיוול.)

און די זעלבע חברה וואס רעספעקטירן דעם בארוהיגט אייך רבי איד זענען ביזי ווען טראמפ זאגט א ווארט איבער א נארישע נושא, צו ס'איז יא 100% וואר צו נישט.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:13 am

דמשק – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן וועטאאירט אן אמעריקאנער-געפירטע רעזאלוציע אינעם יו-ען, וועלכע וואלט פארלענגערט די מיסיע פון ספעציעלע כעמישע וואפן אינספעקטארס אין סיריע. די אינספעקטארס זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן יו-ען מיט א צייט צוריק, מיט'ן ציל צו דערגיין ווער עס איז פאראנטווארטליך פאר א סעריע טויטליכע כעמישע וואפן אטאקעס אין סיריע, אריינגערעכנט די אפריל 4 אטאקע אין שטאט קוהאן שעיקון, פון וועלכער העכער ניינציג זענען אומגעקומען. רוסלאנד איז אן אפטער קריטיקירער פון די סיריע אינספעקטארס, און האט עס שוין אפאר מאל בלאקירט פון טאן פארשידענע זאכן. יעצט האט רוסלאנד געזאגט אז זי וויל אפשטופן די רעזאלוציע צו פארלענגערן די אינספעקטארס' מיסיע, ווייל זי וויל ווארטן ביז נאך אקטאבער 26, ווען די אינספעקטארס וועלן ארויסגעבן זייער באריכט איבער דער קוהאן שעיקון אטאקע, אבער אונטער אמעריקע'ס דרוק, האט דער יו-ען נישט אפגעשטופט די רעזאלוציע, וואס האט געברענגט אז רוסלאנד זאל שטימען קעגן פארלענגערן די מיסיע. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז דאס איז די 9'טע מאל וואס רוסלאנד באשיצט דעם אסאד רעזשים אין די יו-ען.

(דער איד דעילי)

ווי זאגט נאר כאפצעם? טענקס אבאמא.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אבן יקרה, אמביציע, בלי לחץ, מה ידידות, מנחם הלוי, נעכטיגן טאג, פינחס, פראצעדור, קארפענטער און 55 געסט