טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 10:04 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:שוין, האט ער מזל אז איך בין נישט געווען ריכטער אויף די קעיס, איך האלט אז ער איז אויסדריקליך גערעכט מיט דעם אז די עלעפאנטען האבן גאר ענליכע שטריכן צו אים, און וואלט געפסקנט אז ער איז אויך נישט קיין יומען.


נו, איז דאך שוין א "קאנפליקט אף אינטערעסט", ווען ער פסק'נט לטובת די עלעפאנטן וואלט מען אים פארשריגן אלס נוגע בדבר, ער נעמט זיך אן פאר זיין פאמיליע.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 10:16 pm

גראדע אין מלאכת שלמה שטייט אז ביים דור הפלגה זענען טייל מענטשן (מסתמא די פעשערע...) געווארן עלעפאנטן.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:26 am

אויב זיי זענען די נאנ יומען רייט גרופע, מיינט אז זיי נעמען זיך אן פאר יעדעם חוץ מענטשן, אויב האלטן זיי אז די עלעפאנטן זענען מענטשן, וויאזוי קענען זיי זיך אנעמען פאר די עלעפאנטן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:29 am

זאכליך האט געשריבן:אויב זיי זענען די נאנ יומען רייט גרופע, מיינט אז זיי נעמען זיך אן פאר יעדעם חוץ מענטשן, אויב האלטן זיי אז די עלעפאנטן זענען מענטשן, וויאזוי קענען זיי זיך אנעמען פאר די עלעפאנטן?


דאס הייסט געפרעגט זאכליך ;l;p-
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:46 am

אין מדרש (משלי) שטייט א ענליכע מעשה, ביי א רוימישע קיסר האבן זיך צוויי חכמים געקריגט, איינער האט געטענה'ט אז רעדן איז די בעסטע זאך, און דער צווייטער האט געטענה'ט אז שווייגן איז דאס בעסטע זאך. דער קיסר האט געבעטן ביידע צו ערקלערן זייער מיינונג, דער ערשטער האט אנגעהויבן מיט א לענגערע ערקלערונג אז אן רעדן קען גארנישט פאסירן אויף די וועלט וכו' וכו', ווען דער צווייטער האט געוואלט אנהייבן רעדן און מסביר זיין פארוואס שווייגן איז בעסער, האט דער קיסר אים געגעבן א קלאפ אויפן מויל, און געזאגט, וויאזוי קענסטו מסביר זיין מיט רעדן די מעלה פון שווייגן???

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:38 pm

קליינטשיגער האט געשריבן::roll: :roll:

א 92 יעריגער איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז ער האט געהארגעט זיין 60 יעריגס מיט א האמער ווען ער איז אהיים געקומען טויט שיכור.

לקיים מה שנאמר "טויט שיכור"
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

רוצה לדעת
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm

תגובהדורך רוצה לדעת » זונטאג ינואר 07, 2018 6:01 pm

א צעטל וואס איך האב היינט באקומען אין אימעיל

ווייס איך נאכנישט צו דאס איז א עכטע מעשה, אדער א געמכאטע, קודם לייג איך דאס דא ארויף
צוגעלייגטע
גילוי דעת תורה עם אונגארי ואנגלי.jpg
גילוי דעת תורה עם אונגארי ואנגלי.jpg (179.09 KiB) געזעהן 2454 מאל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג ינואר 07, 2018 6:18 pm

גארנישט אזוי טשיקאוו, די נעעלאגן זענען בעל הבית אין אונגארן.

רוצה לדעת
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm

תגובהדורך רוצה לדעת » זונטאג ינואר 07, 2018 6:22 pm

ס'גייט נאך אן, נעעלאגן און ארטאדאקסן?
זענען נישט ביידע גלייכע מחללי שבתות?

און ווער פארטרעט די ביידע זייטן?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:25 pm

איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, לייג איך עס דא...

לעצטע פאטאליטעטן פון עקסטרעמע וועטערס: טויזנטער פלעדערמויזן

אין אויסטראליע זענען אין די לעצטע טעג באריכטעט געווארן רעקארד-ברעכנדע היצן, ספעציעל אין די מדבר׳ישע געגנטער נעבן סידני. די אומדערטרעגליכע היצן האבן געברענגט אסאך פראבלעמען פאר מענטשן, אבער אויך בעלי חיים זענען נישט אפגעשוינט געווארן, און די שווערע היצן האבן באטראפן אפילו אזעלכע באשעפענישן וועלכע זענען געווענליך צוגעפאסט צום ווארימן קלימאט.

אין די לעצטע טעג טוען זיך די אויטאריטעטן אפגעבן מיט א מאסן מגיפה פון טויזנטער פלעדערמויזן, וועלכע פאלן טויט פליענדיג אין די לופטן פון די שווערע היצן.

די ארטיגע 'צער בעלי חיים' גרופעס האבן פארעפנטליכט הארצרייסנדע בילדער, אין וועלכע מען זעט הויפנס פון טויטע פלעדערמויזן וועלכע זענען אויסגעגאנגען פון די היצן.

פיינע נייעס.

דאס ווארט ״הארצרייסנד״ האט באקומען א נייע באדייט.

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:09 am

ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ מיט שארקס גיבן איבער, אז עס פליסן אריין גרויסע דאנעישאנס לעצטענס, נאך וואס אין א לעצטערע אינטערוויא האט א פרוי וואס האט זיך געטראפן (...) מיטן פרעזידענט איטליכע יאר צוריק, האט איבערגעגעבן אז די פרעזידענט האט איר געזאגט אז ער האט זייער פיינט שארקס, און האפט אז אלע שארקס שטארבן אויס.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 4:03 am

רוצה לדעת האט געשריבן:ס'גייט נאך אן, נעעלאגן און ארטאדאקסן?
זענען נישט ביידע גלייכע מחללי שבתות?

און ווער פארטרעט די ביידע זייטן?


ווען די קאמוניסטן האבן איבערגענומען אונגארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי מבטל געווען דעם טיילונג און נאר אנערקענט די נעעלאגן, ממילא האבן די נעעלאגן אלעס איבערגענומען, לעצטענס איך מיין 2015 , האט די אונגארישע רעגירונג צוריק געמאכט די טיילונג, און זיי אנערקענען דריי קהילות, ארטאדאקסן, חב"ד, און להבדיל נעעלאגן.

איבער פארטרעטער און שבת ווייסעך נישט, איך ווייס אבער יא אז עס וואוינען אבער נאך געהעריג דארט נעלאגישע אידן ליידער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג ינואר 26, 2018 4:06 pm

"די נאמען פון דעי מעשה איז: יותר ממה שהעגל רוצה לינוק הפרה רוצה להניק"
"די מעשה ווערט אראפגעברענגט אין טשיקאגאו טריביון, דף 34 עמוד א'"...


‏'פרוי סטעפפ', פרעזידענט טראמפ נאמעני צו אנפירן די ענווייראמענטעל פראטעקשאן עידשענסי'ס אפיס אין טשיקאגא שטעלט זיך ארויס צו זיין א געריבענע "פעיק נאז" חברה'מאנטע.. 

די 23 יעריגע טאכטער 'חנה' פון פרוי סטעפ דערציילט פארן 'טשיקאגאו טריביון'  אז ‏ווען זי - די טאכטער - האט געברויכט איבערנעמען די ראוד טעסט - נאכן דורכפאלן די ערשטע טעסט - האט די מאמע באשלאסן ארויסציהעלפן די טאכטער און זיך שפארן בושות. האט זי זיך דערטראכט א געדאנק צו פארשטעלען און אריבערגעפארן צום מאטאר וויקעהל אפיס, און געווארט צו נאכגעפארן איינער וועלכע גייט דאן גענומען די ראוד טעסט, כדי אזוי ארום ארויסהאבן די וועג וועלכע די חברה ניצן, און דערנאך קענען פראקטעצירן מיטן טאכטער...

אומר ועושה....
די מוטער האט זיך אנגעטוען א פאלטשע נאניע אויפן פרצוף און זון ברילען,‏ און אריבערגעפארן צום DMV אפיס, נאכגעפארן איינעם וועלכע האט בשעת מעשה גענימען די ראוד טעסט. שפעטער האבן מאמע און טאכטער זיך איינגעחזר'ט די וועג. און טאקע! מה עשה הקב"ה? די צווייטע מאל האט די טאכטער טאקע אדורכגעמאכט די טעסט אן קיין שטרויכלונגען....

די "וויסקאנסין דעפארטמענט אוף מאטער וויקעהל" האט געזאגט אז די טאכטער ברויך נישט איבערנעמען די טעסט. ס'איז נישטא קיין שום לעגאלע פראבלעם צי נאכפארן און זיך אויסלערנען די וועג פאר א טעסט.

פיראראמפאם.. טאראאאאא... פאם באאאאאאאאאם. פיפ.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג ינואר 26, 2018 4:53 pm

:lol: :lol: :lol: שמאטע!!! ביזט אזא שמאטע דו! א שמאטע פונקט ווי שמאטע...! :lol:

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

איז דאס ריכטיג?

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:24 pm

IMG-20180207-WA0002.jpg
IMG-20180207-WA0002.jpg (48.56 KiB) געזעהן 1345 מאל
IMG-20180207-WA0003.jpg
IMG-20180207-WA0003.jpg (94.55 KiB) געזעהן 1345 מאל
IMG-20180207-WA0004.jpg
IMG-20180207-WA0004.jpg (92.7 KiB) געזעהן 1345 מאל
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:25 pm

IMG-20180207-WA0005.jpg
IMG-20180207-WA0005.jpg (63.88 KiB) געזעהן 1344 מאל
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:27 pm

א אלטע ליגנט
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:30 pm

שמאטע שמאטע!, שמאטע שמאטע!, מיר האבן זיך שוין (נישט) גענוג דורכגעלאכט...........

:lol: :lol: :lol: :lol:
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:36 pm

די זאך קען נישט זיין אמת וויבאלד דוד המלך האט דאך אראפגעשניטן גלית'נס קאפ, משא"כ דא איז עס געהעריג מחובר.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג פאברואר 06, 2018 8:44 pm

אפשר איזעס פון די אנדערע נפילים

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:58 am

די באקאנטע קאמפאני GERBER האט געמאלדן אז לאקעס ווארען איז די געווינער!!!

די קאמפעני מאכט יעדעס יאר א פארמעסט וועלכע בעיבי וועט האבן די זכיה צו שמייכלען צו אונזערע קינדער, און האבן זיין פיקטשער אויף די בעיבי פוד עדס. פון ציווישן הונדערט און פערציג טויזענט בילדער!!! וואס זיי האבן אנהאלטן, האבן זיי אויסגעוועלט די שמייכל פון לאקעס ווארען צו זיין זייערע "ספאוקס פערסען" פון דעם יאר.

לאקעס איז א ר"ל דאון סינדראם קינד ער גייט ארויס פון די געשעפט מיט פופציג אלפים.
בילד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:54 pm

טריסקער האט געשריבן:די זאך קען נישט זיין אמת וויבאלד דוד המלך האט דאך אראפגעשניטן גלית'נס קאפ, משא"כ דא איז עס געהעריג מחובר.

און גלית איז געווען בלויז זעקס אמות הויך, נישט זעקס שטאק.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

איך בין נישט א חלק פון די שפיל, איך בין דא געשטראנדעט...

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:11 pm

א טשיקאווע אינצידענט האט פאסירט אין א רעסטוראנט אין פלארידא, ווען א קליינער אינגעלע האט געגליסט צו ארויסבאקומען א בערעלע אדער אנדערע שפילצייג פון אזא סארט גלאזערנע מאשין וואס איז א בחינה פון אן עי-טי-עם מאשין מיט "דעפאזיטס אנלי" און פאר די מתנות קען מען ווארטן ביז איבערמארגן ווען די גליטשיגע שוואכע אייזערנע צינגלען וועלן קיינמאל נישט ארויסברענגען אייער אויסדערווארטעטע געשאנק...

דער אינגעלע האט זעט אויס גוט דערהערט וואס זיין רבי האט געזאגט איבער "והעקשן יצליח," און האט באשלאסן צו אליינס נעמען די זאך אין די האנט אריין, און ארויסבאקומען א שפילצייג פון די מאשין, דורך אריינקריכן דערין, דאס ארויסברענגען, עס אהיימטראגן, און שוין...

ער איז אריינגעקראכן און זיך דורכגעשטופט די קליינע לעכל ווי די געשאנקען פאלן ארויס, אויסגעוועלט די בערעלע וואס איז אים דאס מערסטע געפאלן, און געוואלט ארויסקריכן צוריק...

פראבלעם איז אבער אז אריין איז גרינגער ווי ארויס, און ווי ביי די באקאנטע מעשה מיט די פוקס וואס האט זיך אנגעגעסן און נישט געקענט דורכגיין די טיר, איז דער אינגל געבליבן געשטראנדעט, אנהויבנדיג האקן אויף די גלאז צו ערשטוינטע פארבייגייער.

די געשעפט באאמטע זענען געקומען צו לויפן, און גערופן די פייערלעשער וועלכע האבן אים ארויסגעראטעוועט פון דארט נאך ארבעטן אויפן טיר פאר 5 מינוט.

דער אינגל איז דערווייל געזיצן באקוועם אויף די סחורה'נע בערעלעך, און געוויינט...

פון אידישער ווינקל.
צוגעלייגטע
photo_2018-02-11_12-08-43.jpg
photo_2018-02-11_12-08-43.jpg (172.21 KiB) געזעהן 853 מאל
photo_2018-02-11_12-08-34.jpg
photo_2018-02-11_12-08-34.jpg (149.75 KiB) געזעהן 853 מאל
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 11, 2018 5:59 pm

צחקתי..

קיינער האט נישט פראבירט ארויס צו נעמען דאס קינד מיטן גליטשיגין גאפל?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 11, 2018 6:01 pm

פון ווי קומט מען אן אינעווייניג ???? אפשר די זעלבע וועג ווי די דאליס און בערעלעך האבן זיך אריינגעווישט....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, אזוי וויל איך, איך בין א יואלי, בענקעל, וויכטיג מאכער, כאפצעם, מה שמו, קארפענטער און 44 געסט