טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 7:09 am

יוד דעילי האט געשריבן:מאנטרעאל – א מאדנע געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן פארלאמענט אינעם קוויבעקער פראווינץ אין קאנאדע, אז פון היינט און ווייטער וועלן געשעפטן מער נישט טארן באגריסן די קונדן מיט די ענגלישע ווארט "היי" (באדייט: העלא), נאר וועלן מוזן נוצן נאר די פראנצויזישע באגריסונג "באנזשור". אין קוויבעק, א פראווינץ וואו עס וואוינען געמישט א גרויסע צאל פראנצויזיש-רעדנדע בירגער און ענגליש-רעדנדע בירגער, ליידט מען זיך שוין לאנג צוזאם פון די אזוי-גערופענע "שפראך פאליציי", די ספעציעלע רעגירונג אויטאריטעטן וועלכע מאכן זיכער נישט צו באליידיגן די פראנצויזישע אינעם פראווינץ, און די פרישע אפשטימונג איז בלויז נאך אן עקזעמפלאר דערפון. ביז היינט האבן די אויטאריטעטן ערלויבט צו באגריסן קונדן מיט'ן צוזאמשטעל פון "באנזשור היי", א קאמפראמיס פון ענגליש און פראנצויזיש, אבער פון יעצט און ווייטער וועט מען נאר מעגן באגריסן מיט "באנזשור". האט נישט מורא, ס'איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו אינפארסירן דאס נייע געזעץ און ס'איז נישטא קיין שטראף פאר פארלעצער...
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 6:09 am

:lol: :lol: :lol:

וואשינגטאן – "רויטערס" האט נעכטן באריכטעט אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט אן די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט געשיקט א סובפינע פאר דער אייראפעאישער "דויטשע באנק", וועלנדיג באקומען פון זיי פארשידענע דאקומענטן, אין פארבינדונג מיט דער אויספארשונג. עקספערטן זאגן אז דאס צייגט אז מוללער קוקט אויך אריין אין טראמפ'ס פינאנצן און ביזנעס דיעלס וואס ער האט געמאכט אין אויסלאנד אין לויף פון די יארן, אריינגערעכנט דעם פאקט אז "דויטשע באנק" האט אים געבארגט מיליאנען דאלארן אין דער צייט וואס אנדערע בענק האבן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט אים. די אנטוויקלונג האט פארשטערקערט די שפעקולאציעס אז מוללער האט שוין באוויזן צו לייגן א האנט אויף טראמפ'ס טעקס רעטוירן דאקומענטן, און באזונדער האט מען באהאנדלט צי טראמפ וועט נעמען שריט אפצושטעלן מוללער'ס אויספארשונג, וויבאלד ער האט אין פארגאנגענהייט געזאגט אז אויב מוללער וועט אויספארשן זיינע פינאנצן, וועט דאס זיין א "רויטע ליניע".

דעילי איד.

(כידוע האט די אמעריקאנער גאווערמענט נישט קיין שום וועג צו שאפן איינעמ'ס טעקס ריטוירן...)
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:46 am

איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן, לייג איך עס דא.

די ניו יארק טיימס און פאלטיקאו באריכטעט אז אין 2007 האט די פענטעגאן - אויף די דירעקטע פארלאנג פון דאן-סענאט מאיאריטעט פירער הערי ריעד - אנגעהויבן א מולטי מיליאן דאלער פראגראם צו פארשן.... יו עף אוס.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:24 am

עס מאכט סענס, ווייל זיי פארשן פליענדיגע חפצים, כדי צו וויסן אויב עס איז דא חפצים פון אנדערע לענדער וכדו'. עס איז נישט קיין אנדייטונג אז זיי האלטן אז עס קומט פון אוטער ספעיס.
סך הכל מיינט ufo unidentified flying object

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:48 pm

הייסט אז עס איז נישט פון זיי..אדער...אוי שפעקילאציעס

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:23 pm

נישט נאר אין וויליאמסבורג...

Capture.JPG
Capture.JPG (24.45 KiB) געזעהן 2667 מאל

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:36 pm

נישט נאר און וויליאמסבורג אדער מאנהעטן, נאר אין גאנץ אמעריקע איז דאס א שטארק שטייגענדע מארקעט. דער עולם איז מיד פון לויפן און אמערדשענסי רום יעדעס מאל מדארף א דאקטאר עפטער ביזנעס שעות. ווארטען דארט ווער וייסט ווי לאנג און באצאלן א מעדיקל ביל פון עוורידש 1500 דולר. ווען דו קענסט עס האבן אין א האלבע שעה און באצאלן די 170 דולר וואס סקאסט א עוורידש וויזיט אין אן ערדשינט קעיר צענטער.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:52 am

סייענטיסטן זאגן אז זיי האבן געטראפן א טיק וואס האט אין זיך בליט פון א דיינעסאור, זיי ניצן דאס כדי צו ווייזן אז זייערע חלומות איבער א באשעפעניש וואס האט אמאל עקזיסטירט איז אמת..

אה... כהאב פארגעסן די עיקר, די טיק איז אלט 99 מיליאן יאר, דאס מיינט אז נעקסטע יאר גייט עס זיין 99 מיליאן מיט איין יאר אלט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2476
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 9:19 am

פון וואו ווייסען זיי וועלכע בליט די דיינעסאור האט געהאט?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 11:22 am

אין משיבין על הדרש...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:29 am

נעבראסקע – 2 פאליציי אפיצירן האבן פארנדיג אויף די אינטערסטעיט 80 שאסיי, אין יארק קאונטי, נעברעסקע, באמערקט ווי א טאיאטע דעקאטע קאר מאכט אן אומלעגאלע מאנעוורע און רוקט זיך אריבער צו אן אנדערער ליניע אן מאכן די סיגנאלן פאר די דרייווערס ארום, האבן די אפיצירן זאפארט אנגעצינדן די לעמפלעך און ארויסגעפלויגן נאך יענעם קאר, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ווערן געפירט דורך אן אכציג יעריגן פארשוין, מיט'ן נאמען פעטריק דזשעראן, וואס איז געזעסן מיט זיין ווייב, וועלכע איז אין די טיפע 70'ער יארן. ווען די אפיצירן האבן געבעטן די לייסנס און רעגיסטראציע, און געשטעלט פראגעס פון די קאר אייגנטימער, האבן זיי פלוצלינג אנגעהויבן שפירן א שטארקן גערוך פון מאריכואנא. קודם האבן זיי געטראכט אז דער דרייווער איז א דראג-צוגעבונדענער, אבער ביים אונטערזוכן די אויטא, האבן זיי געפונען העכער 60 פונט דראגס! ארויסגעשטעלט האט זיך אז דאס עלטערע פארפאלק האט נעבעך געוואלט פארטיילן דעם סם פאר די אייניקלעך אלס חאגע געשאנק...

קרעדיט: דער איד טעגליך.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:44 am

אדער יא אדער ניין.
צוגעלייגטע
6E633838-FDC4-4931-8C9D-D166BD8A98BD.jpeg
6E633838-FDC4-4931-8C9D-D166BD8A98BD.jpeg (152.35 KiB) געזעהן 1969 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:18 am

קליינטשיגער האט געשריבן:סייענטיסטן זאגן אז זיי האבן געטראפן א טיק וואס האט אין זיך בליט פון א דיינעסאור, זיי ניצן דאס כדי צו ווייזן אז זייערע חלומות איבער א באשעפעניש וואס האט אמאל עקזיסטירט איז אמת..

אה... כהאב פארגעסן די עיקר, די טיק איז אלט 99 מיליאן יאר, דאס מיינט אז נעקסטע יאר גייט עס זיין 99 מיליאן מיט איין יאר אלט.


דער חשבון גייט אנדערש ווען מ'רעכענט מיליאנען, פאר א יאר איז עס אלט געווען 88 מיליאן יאר, היי יאר 99 מיליאן יאר אין איבער א יאר וועט עס אלט זיין 110 מיליאן יא

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:33 am

:lol:

דערמאנט מיר פון יענעם איינגעשטעלטן אין סייענס מוזעאום וואס האט געזאגט אז דער און דער געביין איז 350 מיליאן מיט 22 יאר. אויף די פראגע וויאזוי ער ווייסט אזוי פונקטליך האט ער מסביר געוועו אז ווען ער האט אנגעהויבן ארבעטן דארט 22 יאר צוריק האט מען אים געזאגט אז עס איז 350 מיליאן יאר אלט...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:45 am

שטייגען האט געשריבן:אדער יא אדער ניין.

פארשטייט זיך א דזשאוק
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 1:36 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן::lol:

דערמאנט מיר פון יענעם איינגעשטעלטן אין סייענס מוזעאום וואס האט געזאגט אז דער און דער געביין איז 350 מיליאן מיט 22 יאר. אויף די פראגע וויאזוי ער ווייסט אזוי פונקטליך האט ער מסביר געוועו אז ווען ער האט אנגעהויבן ארבעטן דארט 22 יאר צוריק האט מען אים געזאגט אז עס איז 350 מיליאן יאר אלט...

:wink:
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:31 pm

ויתן לך האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:אדער יא אדער ניין.

פארשטייט זיך א דזשאוק

די טוויטס לעבן נאך
...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 2:47 pm

עין טובה האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:אדער יא אדער ניין.

פארשטייט זיך א דזשאוק

די טוויטס לעבן נאך

https://mobile.twitter.com/TheMossadIL/ ... 4194641920
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:47 pm

סיז א ליצנות קאנטע
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 8:26 pm

:roll: :roll:

א 92 יעריגער איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס אז ער האט געהארגעט זיין 60 יעריגס מיט א האמער ווען ער איז אהיים געקומען טויט שיכור.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:24 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:דערמאנט מיר פון יענעם איינגעשטעלטן אין סייענס מוזעאום וואס האט געזאגט אז דער און דער געביין איז 350 מיליאן מיט 22 יאר. אויף די פראגע וויאזוי ער ווייסט אזוי פונקטליך האט ער מסביר געוועו אז ווען ער האט אנגעהויבן ארבעטן דארט 22 יאר צוריק האט מען אים געזאגט אז עס איז 350 מיליאן יאר אלט...


;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 9:43 pm

א ריכטער אין קאנעטיקוט האט ארויסגעגעבן א מאדנעם אורטייל, ווען ער האט געזאגט אז ער אנטזאגט זיך צו דערקלערן עלעפאנטן אלס מענטשן. די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ווען די "נאניומען רייטס פראדזשעקט" גרופע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די "קאמערפארד טירגארטן" אין גאושען, קאנעטיקוט, זאגנדיג אז זיי ווילן זיך אננעמען פאר די רעכטן פון דריי עלעפאנטן וועלכע וואוינען אינעם טירגארטן און ווערן געהאלטן אויף זייער א שוואכן צושטאנד.
די צעדרייטע באשעפעניש-אקטיוויסטן האבן אויך אנגעצייגט אז פון אבזערווירן די עלעפאנטן האבן זיי געזען, אז די עלעפאנטן האבן ממש ענליכע חושים און אן ענליכן פארשטאנד צו געהעריגע מענטשן, און דעריבער ווילן זיי אז דער ריכטער זאל דערקלערן די 3 עלעפאנטן אלס לעגאלע "מענטשן". דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די ביטע.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 10:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 9:46 pm

טאקע א מאדנע אורטייל. פארוואס אין די וועלט האט ער אזוי געאורטיילט? :roll:
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 9:51 pm

די "נאנ-יומען רייטס פראדזשעקט" גרופע באשטייט פון פארשוינען וואס די "נאנ-ענימעל רייטס פראדזשעקט" גרופע אינערהאלב די בהמות באפעלקערונג האט זיי אנערקענט אלס "בהמות" נאכן אויפמערקן אז זיי האבן האבן ממש ענליכע חושים און אן ענליכן פארשטאנד צו געהעריגע בהמות...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 9:57 pm

שוין, האט ער מזל אז איך בין נישט געווען ריכטער אויף די קעיס, איך האלט אז ער איז אויסדריקליך גערעכט מיט דעם אז די עלעפאנטען האבן גאר ענליכע שטריכן צו אים, און וואלט געפסקנט אז ער איז אויך נישט קיין יומען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Isreal123, טשיינע רב, שטיל און 33 געסט