טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:08 am

די אלטוועלטליכע כישוף-מאכער געמיינדע גרייט זיך ארויפצולייגן א כישוף אויפן פרעזידענט פון אמעריקע היינט נאכט ביי חצות איסטערן סטענדערד טיים.

:roll:

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:13 am

וואס גייט געשעהן צו אים?
ער גייט אפשר ווערן בגדר אנושי?

כ'גלייב שווער, מ'העט אים ארונטער הייבן 3 טפחים, און ס'העט נישט ארבייטן.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:16 am

לכאורה גארנישט, ווייל כישוף ארבעט נישט פון די ווייטנס, א כישוף מאכער מוז זעהן די זאך אויף וואס ער מאכט די כישוף.

סייווי איז די היינטיגע "כישוף" בכלל נישט קיין כישוף.

(כישוף עקזיסטירט היינט, אבער נישט בגלוי)

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:35 am

ער וועט מוזן אויפסיינען ביי כולל חצות, און אפשר אויך ביי עיני ישועה.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:45 am

מומחה עצום האט געשריבן:(כישוף עקזיסטירט היינט, אבער נישט בגלוי)
איזי

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג פאברואר 24, 2017 11:57 am

טראבל מעיקער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:(כישוף עקזיסטירט היינט, אבער נישט בגלוי)

הסבר ? מקור?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:19 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די אלטוועלטליכע כישוף-מאכער געמיינדע גרייט זיך ארויפצולייגן א כישוף אויפן פרעזידענט פון אמעריקע היינט נאכט ביי חצות איסטערן סטענדערד טיים.

:roll:

עס איז נישט יושר... פרומע אידן וועלן מוזן ווארטן מיט שפאנונג א גאנץ שבת צו זעהן דעם אויסגאנג דערפון...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » מוצ"ש פאברואר 25, 2017 9:34 pm

וואס איז געווארן?
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

Flash light
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » מוצ"ש פאברואר 25, 2017 9:45 pm

סהאט צוריק געbounced צו די כושף מאכערס

Rigged#

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש פאברואר 25, 2017 10:00 pm

חכם ממה נשתנה האט געשריבן:וואס איז געווארן?

כחצות הלילה האבן זיך צוזאמגענומען ארום 15-20 אזויגערופענע witches (כישוף מאכערס) פארנט פונעם טראמפ טאווער (פארוואס דארטן ווייסעך נישט, טראמפ וואונט דאך as of now אדער אין ווייסן הויז, אדער אין מאר-א-לאגא) טייל פון זיי זענען אפי' נישט קיין אפציעלע מכשפים, אנדערע האבן גאר נאך קיינמאל קיין כישוף נישט געמאכט,

זיי האבן מיט זייערע לעכט געזאגט עפעס א לחש אויף טראמפ, איהם צו בינדן די הענט ער זאל נישט קענען טוהן וואס ער וויל...

פון די אנדערע זייט זענען געווען קריסטליכע מכשפים וואס זענען געשטאנען מיט שפיגלעך אז די כישוף זאל ריפלעקטן און צוריק גיין אויף די מכשפים, און זאגענדיג קאונטער כישוף....

#משנכנס אדר... o-h?e
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » זונטאג פאברואר 26, 2017 10:06 am

פיינע נייעס... :grin:

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 26, 2017 1:19 pm

פאריז – אין אמעריקע האט ער אפגעדינט די מאקסימום וואס עמיצער קען זיין פרעזידענט, 8 יאר, אבער דאס שטעלט נישט אפ א גרופע פרא-אבאמא אקטיוויסטן אין פראנקרייך צו פרובירן צו ברענגען באראק אבאמא נאכאמאל צו לויפן פאר פרעזידענט – דאסמאל צו לויפן פאר'ן פרעזידענט אמט אין פראנקרייך. די אקטיוויסטן האבן אין די לעצטע פאר טעג אנגעהויבן ארויסשטעלן פרא-אבאמא פאמפלעטן לענגאויס פאריז, און זיי האבן געלאזט אין גאנג א פעטיציע מיט דער האפענונג צו באקומען 1 מיליאן אונטערשריפטן צו לייגן דרוק אויף אבאמא צו פארן קיין פראנקרייך און לויפן פאר פרעזידענט אין די וואלן וועלכע וועלן פארקומען אין אפריל. זיי האבן שוין געזאמלט 30 טויזנט אונטערשריפטן און לעגאל מעג אן אמעריקאנער בירגער לויפן פאר פרעזידענט אין פראנקרייך, אבער די ארגאניזירער אליינס זאגן אז זיי פארשטייען אז די גאנצע זאך וועט זיך אויסלאזן אלס וויץ. זייער ציל איז בלויז צו צייגן אז פראנצויזישע בירגער זענען מיד פון זייערע פאליטישאנס.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג פאברואר 26, 2017 2:30 pm

מיד פון פאליטישאנס??? די ענפער איז: באראק אבאמא...

כיכיכי
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 26, 2017 2:34 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:מיד פון פאליטישאנס??? די ענפער איז: באראק אבאמא...

כיכיכי

ס'איז דאך אדר אויף די וועלט....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג פאברואר 26, 2017 3:51 pm

מומחה עצום האט געשריבן:לכאורה גארנישט, ווייל כישוף ארבעט נישט פון די ווייטנס, א כישוף מאכער מוז זעהן די זאך אויף וואס ער מאכט די כישוף.

סייווי איז די היינטיגע "כישוף" בכלל נישט קיין כישוף.

(כישוף עקזיסטירט היינט, אבער נישט בגלוי)


אפפס, אפשר ביסטו זיך אביסל מער מסביר/מאריך.

(מעגליך א ארטיקל איבער כישוף..)

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג פאברואר 26, 2017 3:59 pm

:lol: ס'נאך נישטא קיין כולל וואס שפרעכט אפ כישוף?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג פאברואר 26, 2017 4:08 pm

סיז מסודר האט געשריבן: :lol: ס'נאך נישטא קיין כולל וואס שפרעכט אפ כישוף?

וואס מיינסטו? א כולל קעגן די כוללים?!?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 15, 2017 5:09 pm

טערקיי האט יעצט עפעס א געפעכט מיט די אייראפע, אלס רעזולטאט האבן זיי ארויסגעווארפן ארום פערציג קיען פון טערקיי, צוריק קיין האלאנד.

אפגעטאן אויף טערקיש...

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » פרייטאג מארטש 17, 2017 2:20 am

באלאנגט לכאורה דא.
3 מיליאן דאלערדיגע מיסיל צו אראפשיסן א 200 דאלערדיגע דראון…
גענעראל דעיוויד פערקינס האט אויפגעדעקט אז אן אמעריקאנער מיסיל שוץ פראגראם האט אנדעקט א פיינטליכע דראון און האט ארויסגעשיקט א מיסיל איר צו אראפברענגען, די פראבלעם איז אבער אז איין אזא מיסיל קאסט ארום 3 מיליאן דאלער, אין די צייט וואס די דראונס זענען גאר ביליג און קאסטן ארום 200 דאלער, דער גענעראל האט נישט געזאגט אין וועלכע לאנד דאס האט פאסירט, ער האט דערמיט גערופן פאר א בעסערע מיסיל שוץ פראגראם וועלכע זאל קענען זיך ספראווען מיט דראונס אויף א מער צוגענליכע וועג. קרעדיט JPפיינע נייעס

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

וואס מען וועט נישט פאר פרנסה...

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:28 am

די מעשה האט אזוי פאסירט

די באורדער פאטראל אגענט שרייט אויס "נעקסט פליז"

א 16 יעריגע יונגענטליכער טרעט צו צום טישל מיט צוויי גרויס פלעשער אין זיין פאזעציע. איינס, אףף נאך איינס, אויפן טיש

פון דא און ווייטער איז די מעשה געלאפן גאר שנעל...

"וואס ליגט אין די באטלעך" פרעגט דער אגענט "עפל דשוס" ענטפערט דער יוגענטליכער, און צייגט אויף די דורכזיכטיגע פלעשלעך מיט איר זעהבארא געלע אינהאלט אלץ באווייז

"עפל דשוס?!" "לאמיר זעהן, טרינק דערפון!"

דער יונגענטליכער האט זיך נישט געפוילט, עפענט אויף דעם באטל געבט א גרויסן זיפ אריין, איין שלינג, נאך א שלינג, נאך א שלינג און נאך איינס

לעלא! לעלא! לעלא!

צוויי שעה שפעטער הערט מען די לוויה קאר אויסרופן "די לוויה פון Cruz Marcelino Velázquez Acevedo וועט ארויסגיין פין די מעדיקעל עקזעמענערס אפיס.."

שטעלט זיך ארויס אז דער האט זיך פארלאשן זיין דארשט - אין א פריוו צו איבערצייגן זיין אומשולד - מיט גאר שטארק קאנצעטרירטע ליקוויד קריסטל 'מעטה'

דריי יאר שפעטער, עטליכע טאג צוריק, איז די משפחה געווארן צוגעטיילט א מיליאן דאלער אין א קארט סעטעלמענט, צו קאנפענסירן אויף דעם נארישער אגענט וואס האט אים געזאגט צו טרונקן, בשעת ווען דער אגענט האט געהאט צו די האנט א מאשינקע וואס וואלט אין א רגע געקענט טעסטן די אינהאלט

ער וואלט אין ערגסטן פאל באקומען אביסל טיים אין א קינדער תפיסה אבער דא האט ער פאר זיין סטופידעטי און פאר די סטעפידעטי פונעם אגענט באצאלט מיטן לעבן

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:40 am

און דער אגענט איז נאך שולדיג פאר דעם נערישען אינגס גאר נערישע שריט?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:56 am

זעהט אויס אז דאס איז די טשיקאווקייט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:59 am

איינע פון די טשיקאוועקייטן פון די מעשה
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:52 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:און דער אגענט איז נאך שולדיג פאר דעם נערישען אינגס גאר נערישע שריט?

יא אזוי ארבעט עס אינעם אמעריקאנעם סיסטעם, ער איז א שוטה און די משפחה באקומט אבער א מעלאנע ווייל יענער האט עם געהייסן עס טרינקען
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 23, 2017 6:53 pm

פארפאלען, דער האט געהאט מזל. א היימלאזער פארשוין איז ארעסטירט געווארן 2 מאל אין איין טאג און איז געבליבען אויף דער פריי!

א 23 יעריגער היימלאזער האט צעבראכען מעבל אין א האומלעס שעלטער, ווען די DHS פאליציי האבן אים ארעסטירט האבן זיי נישט אינאכט גענומען אז זיי האבן אים נישט גוט משכנע געווען און האט זיך באוויזן אויסצירייסען, אדורכשטיפן עטליכע פאליציי אפיצירן, און ווערן אנטרינען.

אנטלויפענדיג איז'ר געגאנגען צו די באן און געוואלט פארן דערמיט, אבער אז דער טוירנסטייל האט אים נישט אדורכגעלאזט מיט שיינעם איז'ר'ס אריבערגעשפרינגען, געווענליך ארבייט עס א_חוץ אויב א פאליסמאן זעט.. וואס דאס האט טאקע פאסירט.. זיי האבן אים ארעסטירט, געטראגען צו א ריכטער וואס האט אים געגיבן א טיקעט אדער_וואס, און געלאזט פריי אנע בעיל.

דאן איז'ר ווייטער אנטרינען..

ארום 11'ע ביינאכט האבן די DHS פאליציי אריינגערופן די געהעריגע פאליציי אז זיי זוכן ארום איינעם וואס פעלט.. און אויך אז זיי האבן אים עכט ארעסטירט אבער ער'ז פשוט אנטלאפן...

די פאליציי זוכט אויף די אינפארמאציע און עס שטעלט זיך ארויס אז דער העכטל איז שוין דעווען צום צווייטען מאל אונטער גראטעס און האבן אים מסדר געווען און פריי געלאזט אויך...

די DHS אפיצירן זענען געשטעלט געווארן אויף "נישט-פאטראל" ארבייט.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, מה ידידות, ממה נפשך, נייע אייטעמס און 48 געסט