טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג פאברואר 12, 2018 4:53 pm

יאצמעך האט געשריבן:צחקתי..

קיינער האט נישט פראבירט ארויס צו נעמען דאס קינד מיטן גליטשיגין גאפל?

נאכן ליינען דיין תגובה צחקתי.. ( שוין כמעט געווען אויפן קול)
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:09 pm

א פארמער אין סקאטלאנד וועט שוין נישט רופן די פאליציי אזוי אפט, נאכדעם וואס ער האט אלארמירט די פאליציי און אנדערע עמורדזשענסי אגענטורן אז ער זעט אין זיין גארטן א ריזיגן טיגער, און ער ציטערט אז דער טיגער איז דא מיט זיין פאמיליע, און זיי גייען זיך אט ארויסלאזן אין אן אטאקע אויף זיין הויז, אדער פארם, וואו ער פארמאגט קוען און אנדערע באשעפענישן. די געלערנטע פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען און טאקע באשטעטיגט אז א טיגער זיצט און אטעמט אזוי געמיטלעך, הארט נעבן דער הייזקע ווי די קוען האבן זיך אויפגעהאלטן. נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן , גייענדיג גאר נאענט צום טיגער, האט איין אפיציר באמערקט אז דער טיגער האט צו זיך צוגעקלעבט א פרייז צעטל... ארויסגעשטעלט האט זיך אז עס איז געווען נישט מער ווי א גרויסער שפילצייג טיגער, אין סייז פון א געהעריגן גרויסן טיגער
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

פון ניו יארק קיין קאליפארניע, וויאזוי?

תגובהדורך דונש » מאנטאג פאברואר 19, 2018 12:37 pm

מער טראגי-קאמיש ווי טשיקאווע....
ניו יארק – פּאליציי אין ניו יארק פּרובירן צוזאמצושטעלן די מיסטעריע, וויאזוי א קאנאדישער בירגער, וועלכער האט זיך געפונען אויף וואקאציע אין ניו יארק, איז אנגעקומען פּלוצלינג קיין קאליפארניע, און יענער האט נישט די מינדעסטע אנונג אדער זכרון וויאזוי דאס האט פּאסירט. דער מערקווירדיגער אינצידענט האט פּאסירט ווען דער טאראנטאער איינוואוינער דעני פיליפידיס איז געקומען קיין ווילמינגטאן, ניו יארק, וואו ער פארברענגט יעדן ווינטער פאר עטליכע טעג אויף די פארשנייטע “סקי” בערג, און ווען ער איז נישט צוריקגעקומען צום באשטימטן צייט פאר נאכטמאל מיט זיינע פריינט, האבן זיי אלארמירט די פּאליציי, וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע. למעשה זעקס טעג שפּעטער האט פיליפידיס טעלעפאנירט קיין ניו יארק, אז ער האט זיך געטראפן אין סאקראמענטא, קאליפארניע, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס האט פּאסירט.

קרעדיט: JCN
זוכט איר דוי?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:09 pm

דונש = דעני

זיי דיך מודה, וואו ביסטו געווען די גאנצע צייט?

די גאנצע 'דוי' זוכעריי איז א קאוועראפ.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:24 pm

קום אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן איך קען נישט דא אזוי אין פובליק....
זוכט איר דוי?

אלע מעלות
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

תגובהדורך אלע מעלות » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:45 am

קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ’ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט’ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע לאנד
קרדיעט jcn
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג מאי 11, 2018 12:15 pm

פון די אנטווערפענע אויסגאבע ״למען תדע״
(קומט אריין אין אימעיל יעדן פרייטאג, אינטערסאנטער אריינבליק אין די אלטגעזעסענע אנטווערפענע געמיינדע...)

"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....

לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום פרייטאג מאי 11, 2018 12:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 11, 2018 12:18 pm

shalsheles האט געשריבן:"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....


פאר די אלע וואס ווייסן נישט א "ליפט" מיינט א "עליוועטער"
שרייב צו דער 'זאך.....'

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 11, 2018 8:27 pm

דאמינא'ס (נישט כשר'ע פיצא טשעין) פילט אן פאטהאולס

פריידעך נישט. נישט אין נ"י

בילד
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג יוני 11, 2018 8:36 pm

פיינע איידיע דאס!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

משה ישר
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יוני 11, 2018 8:46 pm

wow! איז דאס אן איינפאל! געגאנגען. לאמיר זען ווער גייט דאס די ערשטע נאכמאכען און די היימישע געגענטער.
איך האלט ס'קען ברענגען אסאך רווחים פאר די ריכטיגע געשעפט
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 11, 2018 8:58 pm

פאנג דיך נאר נישט אן מיט די סיטי
כ'ווייס נישט אלעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], טשאדעלע באדעלע, מיט דיר און 10 געסט