פרישע סחורה פון וויקי-ליקס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:48 pm

יוליען אסאנדזש, דער גרינדער פון וויקיליעקס, האט היינט געמאלדן אז ער וועט בקרוב פארלאזן די עקוואדוריען אמבאסאדע אין לאנדאן וואו ער האט געוואוינט די לעצטע צוויי יאר

"I can confirm I am leaving the embassy soon, but not for the reason you might think," Assange said at a news conference Monday.


יעצט קען מען שפעקולירן וואס עס מיינט, ער האט נישט געגעבן קיין שום דעטאלן ווען און וואו ער גייט גיין, אבער ער האט געזאגט אז ער ליידט פון געזונט פראבלעמען
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:36 am

וויקי ליקס האט ארויסגעשטעלט גאר אסאך אינפארמאציע וואס איז געווארן גע'גנב'עט ביי די סאני העקינג, מיט א סורטשעבל דאטאבעיס.
הק' איש ימיני

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג יוני 21, 2015 10:07 am

276,394 דאקומענטן זענען צוגלייגט געווארן צו די ווקיליעס וועבסייט, וואס איז גע'גנב'עט געווארן אין די 'סאני' העקינג.
הק' איש ימיני

חכמהלאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 10:28 am

פריש. היינט איז פראנקריין אין דעם מויל פון וויקיליס

תגובהדורך חכמהלאג » מיטוואך יוני 24, 2015 5:34 am

היינט איז אויפגעדעקט געווארן דורך וויקיליס אז די אמעריקאנער האבן צענדליגער יארן שפיאנירט אויף די פראנצויזישע פרעזידענטן, אריין גערעכנט דעם היינטיג אמטירנדיגער פרעזידענט. עס איז ענטשטאנען א גרויסער שטורעם אינערהאלב די פראנצויזישע רעגירונג, ברויזנדיג אויף די אזוי גערופענע פריינטליכע אמעריקאנער רעגירונג וועלכע האט שפיאנירט אויף זיי. עס איז נישט אנגענומען אז א פריינטליגע מדינה זאל שפיאנירן אויף אן אנדערע פריינטליכע מדינה.
צווישן אונז גערעדט, אונטער די קאליסן טוען אלע שפיאנירן איינער אויפן אנדערן, דער פראלעם איז נאר אז דא איז דאס ארויס גערינען צום ציבור, און מנהסתם איז די עמערדזשסי מיטינג נאר וויאזוי צו רעאגירן צו די מידיא.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 5:06 pm

טראנספארט האט געשריבן:אסאסיעטעד פרעס: עקוואדאר מעלדט אז דזשוליען אסאנדזש די וויקי-ליקס גרינדער זוכט שוץ אין זייער אמבאסאדע אין לאנדאן

http://bigstory.ap.org/article/ecuador- ... ssy-london

נאכן טאקע באקומען אסיילעם אינעם עקוואדוריען אמבעסאדע, האבן די בריטישע פאליציי געהאט א 24 שעה א טאג פאליצייאישע אנוועזענהייט אויף צו ארעסטירן אסאנדזש ווי נאר ער טרעט ארויס פון די אמבעסאדע.

דאס האט שוין געקאסט פאר די פאליציי די סומע פון 19.3 מיליאן דאלאר!! (12.6 מיליאן פונט).

אצינד האבן זיי .............. אויפגעגעבן!! זיי זאגן זיי ווילן אים ווייטער ארעסטירן, אבער גייען מען נישט שטיין דארט די גאנצע צייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 5:31 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דאס האט שוין געקאסט פאר די פאליציי די סומע פון 19.3 מיליאן דאלאר!! (12.6 מיליאן פונט).



ענגלישע בהמות. גאנץ לאנדאן איז ארומגערינגלט מיט צענדליגע טויזענטער סעקיוריטי קעמערעס. וואס האט זיי געדויערט אזוי לאנג איינצוזעהן אז זיי דארפן נישט קיין פיזישער פאליציי קוה זאל שטיין פארנט פון די געביידע?


19.3 מיליאן דאלאר?! איז דאס נישט אן עבירה?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 5:40 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דאס האט שוין געקאסט פאר די פאליציי די סומע פון 19.3 מיליאן דאלאר!! (12.6 מיליאן פונט).



ענגלישע בהמות. גאנץ לאנדאן איז ארומגערינגלט מיט צענדליגע טויזענטער סעקיוריטי קעמערעס. וואס האט זיי געדויערט אזוי לאנג איינצוזעהן אז זיי דארפן נישט קיין פיזישער פאליציי קוה זאל שטיין פארנט פון די געביידע?


19.3 מיליאן דאלאר?! איז דאס נישט אן עבירה?

הערט א וויץ.... זיי זאגן אז די פאליצייאישע אנוועזענהייט פאר די קאסטן איז:
"no longer proportionate"

ווילעך נאר וויסן וואס איז די גמט' פון די נומער מיליאן פונט, אז היצט איז עס געווארן "no longer proportionate"
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:28 pm

אסאנדזש האט א "בובו".... נעבעך. ער וויל גיין צום דאקטער, און ענגלאנד זאגט אז זיי גייען אים ארעסטירן אויב טרעיט ער ארויס פון די אמבעסאדע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 11:07 am

וויקי-ליקס ערפינדער דזשוליען אסאנדזש זאגט אז ער וועט אננעמען זיין ארעסט דורך בריטישע פאליציי אויב די UN וועט פאס'קענען אקעגן אים.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » פרייטאג פאברואר 05, 2016 10:09 am

די UN פענעל זאגט אז אסאנדזש זאל ווערן באפרייט, ער זאל ווערן בארעכטיגט צו קאמפענסאציע.

ער האט גלייך גערופן פאר א פרעסע קאנפערענץ, ווי זיין לויער האט געזאגט אז די פסק פונעם UN איז א גרויסע נצחון פאר די וויקיליקס ערפינדער.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג פאברואר 05, 2016 2:17 pm

איז די רעזעלוציע בינדענד פאר איינעם?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג פאברואר 05, 2016 4:03 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איז די רעזעלוציע בינדענד פאר איינעם?

ניין, דאס איז נישט לעגאל מחייב קיינעם, אין פאקט האט שוועדן שוין געזאגט אז אלס בלייב ווי ביז איצט.
הק' איש ימיני

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מוצ"ש פאברואר 06, 2016 9:07 pm

גראדע װאלט ער געװען א פאסיגען קאנדידאט פארען פרעזיטענסי פונעם יו ען..

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג פאברואר 07, 2016 4:18 am

נייעסלעך האט געשריבן:די UN פענעל זאגט אז אסאנדזש זאל ווערן באפרייט, ער זאל ווערן בארעכטיגט צו קאמפענסאציע.

ער האט גלייך גערופן פאר א פרעסע קאנפערענץ, ווי זיין לויער האט געזאגט אז די פסק פונעם UN איז א גרויסע נצחון פאר די וויקיליקס ערפינדער.

וועלכע לענדער זענען געשטעלט אויף די יו ען פענעל?

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:45 pm

די עקוואדאר גאווערמענט האט מרמז געווען אז זיי האבן מער נישט קיין נערווען צו אסאנדזש, זאגנדיג אז עס האט נישט קיין פשט אז אסאנדזש זאל אזוי אנגיין פאר אייביג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 27, 2018 5:17 pm

דער וויקיליעקס פירער דזשוליען אסאנדזש, וועלכער באהאלט זיך אין די עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן, איז אין געפאר פון ווערן ארעסטירט דורך די בריטישע פאליציי.

דאס קומט נאכדעם וואס די עקוואדאר אמבאסאדע באאמטע זענען שוין מיד פון האלטן אסאנדזש אלס זייער גאסט, פאר כמעט גאנצע זעקס יאר. עקוואדאר האט אויך לעצטנס געשניטן די צאל זיכערהייט וועכטער וואס זיי האבן צוגעשטעלט ביז יעצט פאר אסאנדזש אין די אמבאסאדע, און די ארטיגע איינגעשטעלטע זאגן אז ער פירט זיך אויף זייער אגרעסיוו מיט זיי, און זיי ווילן אז די עקוואדארישע רעגירונג זאל אים ארויסווארפן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מאי 28, 2018 7:39 am

דאס איז נישט אזוי פשוט. איך גלייב אז ער האט אויך אמאל געטראכט פון אזא דערקייקלונג, און האט אוועקגעלייגט גענוג סחורה, זיכער צו מאכן אז די העדליינס וועלן נישט זיין אז מען האט אים ארעסטירט...

מען דארף האבן גאטס אים צו דרוקן צו די וואנט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 31, 2018 1:05 pm

און די יעצטיגע טעג קומט פאר געשפרעכן צווישן עקוואדאר און לאנדאן איבער פלענער ארויסצוזעען דזשאליען אסאנדזש - די גרינדער פון וויקליליעקס פון זייער ארטיגע אבמעסאדאר ווי ער האלט זיך שוין אויף דארט עטליכע יאר. אסאנדזש איז אהין אנטלאפן זיכענדיג שיץ נאכדעם וואס די בריטישע רעגירונג האט ארויפגעשטעלט אן ארעסט ווארן אויף אים, ווי לאנג ווי ער געפונט זיך אונעם אמבעסאדער איז ער באשיצט פון די בריטישע רעגירונג.

אויב אזאנס זאל פאסירן און אסאנדזש ווערט טאקע פארטריבן פונעם עמבעסי איז ערווארטעט די בריטן זאלן אים אויסליפערן קיין אמעריקא ווי ס׳ווארט אים אפ א שיינע ברוך האַבע, ס׳איז אפשר א ווייטע מעגליכקייט, דאך איזעס נישט אזוי רחוק מין המציאות אז זיין ערשטע דעסטענאציע וועט זיין אים אפציפירן צו ראבערט מוללער און אפיס, אזוי וועט ער אים קענען אפפערן אימיאניטי..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 31, 2018 1:20 pm

ראבורט מוללער (זאגט מען) איז שוין אויך נישט ארויס געגאנגען פון זיין אפיס (געפענגעניש) זינט דער אנהויב פון דער פראוב (נישט אויף מארס נאר אויף פלענעט אורס); איז וועלען זיי זיך שפירען זייער באקוועם צוזאם; ביידע ווייסען אלעס און האבען א סאך וואס צו שמועסען.

ביי דע טיים זיי ענדיגען שמועסען וועט אדער מוללער ארויס געבען אלעס וואס ער ווייסט אויף אסאנדז, אדער אסאנדז וועט ארויס געגעבען אלעס וואס ער ווייסט אויף מוללער (ווי ווער זענען אלע זיינע קאנטעקטען וכו').
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 31, 2018 2:12 pm

SPUSMN האט געשריבן:ראבורט מוללער (זאגט מען) איז שוין אויך נישט ארויס געגאנגען פון זיין אפיס (געפענגעניש) זינט דער אנהויב פון דער פראוב (נישט אויף מארס נאר אויף פלענעט אורס); איז וועלען זיי זיך שפירען זייער באקוועם צוזאם; ביידע ווייסען אלעס און האבען א סאך וואס צו שמועסען.

ביי דע טיים זיי ענדיגען שמועסען וועט אדער מוללער ארויס געבען אלעס וואס ער ווייסט אויף אסאנדז, אדער אסאנדז וועט ארויס געגעבען אלעס וואס ער ווייסט אויף מוללער (ווי ווער זענען אלע זיינע קאנטעקטען וכו').

איך האב דאך געזען א בילד פון אים מיטן אמעריקאנער קרוינפרינץ אין די.סי. לופטפעלד....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:57 pm

נעכטן האט מען געהערט באריכטן, אז די עקוואדאר רעגירונג האט אפיציעל שוין אוועקגענומען די באשיצונג פון "וויקיליעקס" פירער דזשוליען אסאנדזש, און ער גייט ארויסגעווארפן ווערן פון די לאנדאן אמבאסאדע.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:נעכטן האט מען געהערט באריכטן, אז די עקוואדאר רעגירונג האט אפיציעל שוין אוועקגענומען די באשיצונג פון "וויקיליעקס" פירער דזשוליען אסאנדזש, און ער גייט ארויסגעווארפן ווערן פון די לאנדאן אמבאסאדע.

טאמער ער האט נאמער קיין פאליטישע שיץ קען מען דאך זיך איינברעכן מיט א וורענט און אים ארעסטירען נישט אזוי ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:07 pm

eller האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:נעכטן האט מען געהערט באריכטן, אז די עקוואדאר רעגירונג האט אפיציעל שוין אוועקגענומען די באשיצונג פון "וויקיליעקס" פירער דזשוליען אסאנדזש, און ער גייט ארויסגעווארפן ווערן פון די לאנדאן אמבאסאדע.

טאמער ער האט נאמער קיין פאליטישע שיץ קען מען דאך זיך איינברעכן מיט א וורענט און אים ארעסטירען נישט אזוי ?

איך ווייס נישט צו מען מעג זיך איינברעכן אין אן אמבאסאדע אבער דעיס מיינט אז מען גייט אים ארויסווארפען און דעמאלסט וועט מען אים ארעסטירען
Never give a man a job that doesn't belong to him

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:35 pm

יעקב פריינד האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:נעכטן האט מען געהערט באריכטן, אז די עקוואדאר רעגירונג האט אפיציעל שוין אוועקגענומען די באשיצונג פון "וויקיליעקס" פירער דזשוליען אסאנדזש, און ער גייט ארויסגעווארפן ווערן פון די לאנדאן אמבאסאדע.

טאמער ער האט נאמער קיין פאליטישע שיץ קען מען דאך זיך איינברעכן מיט א וורענט און אים ארעסטירען נישט אזוי ?

איך ווייס נישט צו מען מעג זיך איינברעכן אין אן אמבאסאדע אבער דעיס מיינט אז מען גייט אים ארויסווארפען און דעמאלסט וועט מען אים ארעסטירען


אין אן אמבאסאדע מעג מען זיך נישט איינברעכן ווייל עס איז א צווייט לאנד. עס איז עקוואדאר נישט ענגלאנד. פיריאד.
ווען א דיפלאמאט טוט אן עוולה ווערט עס טאקע זייער קאמפליצירט און לעצטנס אין פראנקרייך ווען מען האט ארעסטירט אפאר איראנער חברה האט זיך געטון דערוועגן
לויט וויאזוי איך פארשטיי האט עם עקוואדאר עקסטער באטיטלט אלס א דיפלאמאט און זיי האבן דאס אראפגענומען אזו אז ווען מען גייט עם ארויסווארפן וועט מען עם קענען ארעסטירן לכל הדעות של האינטערנעשאנעל טריטיס

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:48 pm

איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס האט עקוואדאר ביז יעצט אים נישט געקענט ארויסנעמען? אויב עקוואדאר וויל אים למשל ארויסנעמען פונעם עמבעסי צי זייער הייםלאנד, האבן זיי נישט קיין מהלך אז ער זאל נישט ווערן ארעסטירט? איך פארשטיי אז נאר אין די עמבעסי איז ממש ווי אין זייער לאנד, אבער די שאלה איז פארוואס האבן זיי נישט די כח ארויסציראטעווען זיערס א בירגער.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט