פרישע סחורה פון וויקי-ליקס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

פרישע סחורה פון וויקי-ליקס

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 28, 2010 1:40 pm

היינט זונטאג פר' מקץ, האט וויקי-ליקס ארויסגעשטעלט די ערשטע פון א סעריע פון טויזנטער קעבל באריכטן פון די אמעריקאנער אמבאסאדעס ארום דער וועלט.
די דאקומענטן ווערן פארעפנטליכט אין 9 טעג, יעדן טאג איבער אן אנדער נושא. די היינטיגע דאקומענטן באציען זיך בעיקר איבער איראנ'ס נוקלעארע אמביציעס און די רעאקציעס פון רעגירונגס פירער ארום דער וועלט.
די דאקומענטן זענען איבערגעגעבן געווארן פון וויקי-ליקס פאר די ניו יארק טיימס און נאך עטליכע אייראפעאישע נייעס ארגאניזאציעס, מיט'ן באדינג נישט צו פארעפנטליכן פאר היינט זונטאג. איטליכער נייעס אגענטור קען אליינס באשליסן וואס ארויסצושטעלן, און וויאזוי דאס אפצוטייטשן.
---
יעצט מעלדט וויקי-ליקס, אז זייער וועבסייט איז אונטער אטאקע...
רבותי! עס קומען היציגע טעג!
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג נובעמבער 28, 2010 1:52 pm

א פרישע ווירטואלע מלחמה?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 28, 2010 2:11 pm

__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » זונטאג נובעמבער 28, 2010 2:14 pm

שכח יואלי פאר די נייעס
וואס ווילן די וויקי-חברה אויסער אנטענשאן?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג נובעמבער 28, 2010 2:17 pm

די אמעריקאנער רעגירונג האט שוין פאריגע וואך געווארנט אירע אליאירטע לענדער, אריינגערעכנט מדינת ישראל, טערקיי, פאקיסטאן, דייטשלאנד, ענגלאנד און נאך, אז ווען עס וועלן ארויסקומען די וויקי ליעקס דאקומענטן, וועלן ארויסקומען שטארקע בושות פאר יעדן פון זיי.

עקספערטן זאגן אבער אז די שאדענעס וועט נישט זיין אזוי געפערליך, ווייל יעדע לאנד האט זיך זיינע סודות און געהיימעניסן איבער דיפלאמאטיע וכדומה (וואס די ארויסגערינענע דאקומענטן רעדט זיך פון די נושאים) און דא איז עס נאר ארויסגערינען צום פובליק.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » זונטאג נובעמבער 28, 2010 4:37 pm

פאר א גוט יאר קען מיר איינער מסביר וויאזוי אזאלכע האקעלע סודות רינען ארויס? איך מיין, וואספארא מין הפקרות איז דאס?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 28, 2010 4:52 pm

דער חשד איז אויף אן אמעריקאנער סאלדאט א געוויסער 'מענינג' אן איבערזעצער אין באגדאד.
זינט 9-11, האט די רעגירונג פרובירט צו פארבעסערן די קאמיוניקאציע צווישן די פארשידנארטיגע אגענטורן, און האט איינגעשטעלט א סיסטעם אז מען זאל זיך טיילן מיט פארשידענע אינפארמאציע אויף דעם מיליטערישן נעטווארק גערופן סיפרנעט. דער מענינג האט געהאט צוטריט צו דעם נעטווארק 14 שעה א טאג 6 טאג א וואך פאר איבער 8 חדשים. ער האט אראפגעלאדנט דעם גאנצן אינהאלט אויף א קליינטשיגן יו-עס-בי דרייוו, און דאס געגעבן פאר וויקי-ליקס. ער האט זיך געגרויסט אין אן אימעיל פאר א העקער, אז איין טאג וועט ה. קלינטאן, און נאך טויזנטער דיפלאמאטן ארום דער וועלט, אויפשטיין, און וועלן כאפן א הארץ אטאקע ביים זען די גאנצע אינהאלט אפן פאר'ן פובליק.
וויקי-ליקס פארעפנטליכט די אינפארמאציע צוביסלעך, עס זאל האבן דעם מאקסימום פאליטישע אפעקט לויט אים.
מענינג איז שוין פארהאלטן ארום 7 חדשים און עס ווערט צוגעגרייט א פראצעס קעגן אים, אבער דער שאדן איז שוין געשען.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג נובעמבער 28, 2010 7:53 pm

קען די רעגירונג טאקע גארנישט טוהן עס אפצוהאלטן פון ארויסקומען?

און אויב ס'איז אזוי, מיינט דאס ווארשיינליך אז די דאקומענטן זענען נישט קיין זיכערהייטס געפאר.

עם איי קארעקט?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 8:46 am

א גרויסן יישר כח יואל'יש פאר די נייעס.

יעצט ליין איך וואסערע חורבן דער האט אנגעמאכט, שרעקליך.

זאל ער דאס טוען צו איראן אדער אפילו צו רוסלאנד וואלט ער געווען מיט א קאפ קערצער!

ער דעקט אויף וואו די ירדן'ער פירער פארלאנגט פון אמעריקא אפציווישן איראן פון די מאפע.

ער דעקט אויף אז תימן האט געהאט אן אפמאך מיט אמעריקא אז זיי גייען פארקוקן אויף די פליגערס וואס קומען דארט אריין ווארפן באמבעלעך אויף על-קאידא.

זיי דעקן אויף אז אמעריקא האט געהאט שפיאנירט אויף די יו ען.

און מ'האלט דערווייל ביי נול. ווער ווייסט וואס דא גייט נאך קומען..

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 8:55 am

לוח הציבור, מאנטאג פרשת מקץ.

וויקי-ליעקס דאקומענטן שאקלט אויף דיפלאמאטישע וועלט

די גרעסטע דיפלאמאטישע געהיימעניסן פון די אמעריקאנער רעגירונג אין די לעצטע פאר יארן, זענען נעכטן ארויסגעלייגט געווארן פארן ברייטן אלוועלטליכן פובליק, דורך די ארגאניזאציע וועלכע איז בארימט מיטן לייגן א האנט אויף די סארט האקעלע אינפארמאציע און דאקומענטן, וויקי-ליעקס.

די אמעריקאנער רעגירונג האט זיך שוין געגרייט אין די לעצטע פאר טעג אז וויקי ליעקס גייט ארויסגעבן די דאקומענטן, און זי האט געווארנט פון פאראויס אלע אירע אליאירטע לענדער אז אין די דאקומענטן וועלן ווארשיינליך שטיין זאכן וואס וועט ברענגען בושה און מעגליך אויך כעס, איבער די פארשידענע דיפלאמאטישע טאקטיקן וואס אמעריקע ניצט.

למעשה, נאכן אנאליזירן די דאקומענטן, זאגן עקספערטן אז טראץ וואס עס געפינען זיך נישט קיין באמבאסטישע אויפדעקונגען אין די ארויסגערינענע דאקומענטן, קען דאס אבער שטעלן אין געפאר די פארשידענע פערזענליכקייטן און דיפלאמאטן וועלכע ווערן דערמאנט אין די דאקומענטן, און די אמעריקאנער רעגירונג, אינאיינעם מיט דייטשלאנד, פראנקרייך, טערקיי, מדינת ישראל און נאך, האבן שארף פארדאמט וויקי ליעקס פארן פארעפנטליכן די דאקומענטן.

די אמעריקאנער רעגירונג אין וואשינגטאן געפינט זיך אצינד אין א שווערע דיפלאמאטישע קריזיס מיט אירע אליאירטע לענדער און אנדערע לענדער פארשטייען אויך דעם געפאר וואס די דאקומענטן קענען ברענגען פאר אלוועלטליכע שלום. דער איטאליענער אויסערן מיניסטער האט דאס אנגערופן "די סעפטעמבער עלעווען פאר דיפלאמאטיע"!

אט זענען עטליכע פון די אינטערעסאנטע אויפדעקונגען פון צווישן די 250 טויזנט דאקומענטן:

-די סאודי אראביע רעגירונג האט אינעם פארגאנגענהייט שוין עטליכע מאל געשטופט אז אמעריקע זאל אטאקירן איראן. דער סאודי אמבאסאדאר אין וואשינגטאן האט אין אפריל 2008 געזאגט פאר גענעראל פעטרעאוס אז אמעריקע דארף "אפשניידן דאס קאפ פונעם שלאנג". די יונייטעד אראב עמירעיטס און עגיפטן האבן שוין אויך עטליכע מאל געשטופט אמעריקע צו אטאקירן איראן.

-די אראבישע שעכן אין סאודי אראביע זענען די הויפט פינאנצירער פון די טעראר גרופע על קאידא, און דאס לענדל קאטאר טוט דאס ווייניגסטע פון אלע וועלטס-לענדער צו באקעמפן טעראריזם, צוליב וואס זי האט מורא פאר נקמה פון על קאידא.

-די אמעריקאנער רעגירונג האט באפוילן אירע פארשטייער אין דער יו ען, אז זיי זאלן זאמלען פערזענליכע אינפארמאציע, ווי קרעדיט קארד נומערן, קאמפיוטער פעסווארדס, טירן שלעסער נומערן און אנדערע פריוואטע אינפארמאציע, פון אלע העכסטע יו ען דיפלאמאטן, אריינגערעכנט דער יו ען סעקרעטערי גענעראל. דאס צייגט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט קיין שום צוטרוי אין די יו ען אזוי ווייט אז זי האט געהייסן אירע דיפלאמאטן שפיאנירן אויף די העסטע יו ען איינגעשטעלטע.

-אמעריקע האט פאר א לאנגע צייט געקעמפט מיט פאקיסטאן מיט ציין און נעגל, איבער געוויסע נוקלעארע ברענשטאף וואס פאקיסטאן האט געהאלטן אין איינס פון אירע רעאקטארס און די אמעריקאנער רעגירונג האט געוואלט אז פאקיסטאן זאל דאס אוועקנעמען, אויס מורא אז עס קען אריינפאלן אין טעראריסטישע הענט. למעשה האט פאקיסטאן אריינגעפיפן אין אמעריקע און זי האלט ווייטער די נוקלעארע ברענשטאף אין יענע רעאקטאר.

-די אמעריקאנער רעגירונג ניצט עמטליך באליידיגנדע נעמען פאר אנדערע וועלטס פירער. דער פראנצויזישער פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי ווערט אנגערופן דורך די סטעיט דעפארטמענט "אן אור-אלטער קעניג אנע קליידער". איראנ'ס אכמעדינעזשאד ווערט אנגערופן "דער צווייטער היטלער". רוסישער פרעזידענט דמיטרי מעדוועדעוו ווערט באטיטולט אלס "א בלאסער צוריקגעצויגענער נאר". אפגאניסטאנ'ס קארזאי ווערט אנגערופן א "שוואכער מענטש, וועלכער ווערט מאטיווירט דורך פאראנויע".

וויקי ליעקס האט געצייגט די דאקומענטן פאר די גרעסטע צייטונגען אין אמעריקע, פראנקרייך, דייטשלאנד, שפאניע און ענגלאנד, און די אלע צייטונגען האבן באריכטעט איבער די דאקומענטן נעכטן זונטאג אינדערפרי, געציילטע שטונדן איידער וויקי ליעקס האט ארויפגעלאדנט די אלע טויזנטער דאקומענטן אויפן אינטערנעט.

עטליכע שטונדן איידער וויקי ליעקס האט ארויפגעלייגט די דאקןמענטן אויפן אינטערנעט, האט זי געזאגט אז אירע קאמפיוטערס איז געקומען אונטער א מאסיווע וויירוס אטאקע. עס איז נישט קלאר פון וואנעט דער וויירוס קומט, אבער אנאליסטן שפעקולירן אז דאס קען גאר זיין די ארבעט פון די אמעריקאנער סי איי עי.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 8:57 am

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פיטער קינג האט יעצט מאנטאג אינדערפרי געזאגט אז אמעריקע דארף ארויפלייגן וויקי-ליעקס אויף די ליסטע פון "פיינטליכע אויסלענדישע טעראר ארגאניזאציעס", און נאכיאגן דעם דזשוליען אסאנדזש גענוי ווי אנדערע טעראריסטן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 9:12 am

מיט יעדע פארבייגייענדע שעה הערט מען נאך זאכן וואס וויקי-ליעקס דעקט אויף.

יעצט ליינט מען ווי וויקי-ליעקס שרייבט אז אמעריקא האט געהאט קראנטע אינפארמאציע אז איראן האט געשווערצט וואפן צו די חיזאבאלע דורך אמביולאנסן.
ווייטער ליינט מען.
רוסלאנד רעגירונג ווערט געפירט ווי א מאפיענערישע גרופע..

דער וויקי-ליעקס לאזט נישט ארויס קיינעם. ער גייט פון איראן ביז כינא, פון נאורט קאיריא ביז פאקיסטאן.


אכמאדינדזשאד איז שוין ארויסגעקומען און געלאזט פאלן ווערטער אז ער גלייבט נישט אין די דאקומענטען.

די באריכט באשטייט פון צוויי הונדערט פיפציג טויזנט דאקומענטען. ווער ווייסט וואס דא קומט נאך..

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 10:11 am

איך פארשטיי נישט מיט אזא טריליאן מיליטערישע בודזשעט קען נישט וויקי ליעקס זיין מיט א קאפ קורצער?
עפעס ליגט דא באגראבן וואס אונז פארשטיי מיר נישט, וויקי ליעקס האט נישט קיין נוקלעארע וואפן זיך צו פארטיידיגן.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 10:24 am

דאס איז א ווייטאגליכער ביישפיל פון די קראנקהאפטע ליבעראלע אידעאלאגיע אז אלעס דארף זיין פובליק.
(עס עפעס, איך האב נישט געזאגט דעמאקראטישע...)
די היינטיגע אמעריקאנער רעגירונג ליידט אויך אביסל פון די קרענק, און האט ארויסגעגעבן סודות פון גואנטאנאמא בעי, איראק און נאך.
פון איין זייט שרייען די ליבעראלן אז מען טאר נישט פירן קריג, מען דארף פארהאנדלען. פון די צווייטע זייט פארלאנגען זיי - און טוען למעשה - צו ארויסשטעלן אלע רעגירונג געהיימעניסן פאר'ן פובליק, וואס דאס איז אין דירעקטן קאנטראסט מיט פארהאנדלונגען, וואס קען נאר צושטאנד קומען מיט'ן היטן דעם כבוד און עהרע פון די באטרעפנדע צדדים און נישט אויספויקן אלע אינערליכע דריידלעך און מאנעוורעס.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:15 am

מיינע צוויי סענט איבער וויקיליס

די אמעריקאנער רעגירונג שטייט אינטער די ארויסגערינענע דאקומענטן

מיר לעבן היינט אינטער א וועלט פון קאנספיראציעס, בוש האט אינטער געשטעלט 9/11 גרויזי האט גע'הרגט רעגין, מוסד האט גע'הרגט יצחק ראבין, וויכי ארבייט פאר די FBI
וכדומה וכדומה, דערפאר וויל איך פארשטעלן מיין קאנסיפראציע, - וואס איז אגב אמת - אז די סטעיט דעפארטמענט שטייט אינטער די גאנצע אויפדעקונג, מיט א פשוט'ע חשבון

יעדער ווייסט די סכנה וואס עס הערשט איבער די וועלט בנוגע על קאדיא, שווערע מיליאנענן ווערט אויסגעגעבן צו באקעמפן טעראר, און מ'זעט נישט קיין עק,
גאנצטע לענדער/קאמפאניס גייען כאראדאם, טריאליאנען ווערט אוועק געוואשן, אלעס צוליב טעראר געפאר, {נ.ב. געלט וואס אבאמא קען ווען ניצען צו העלפן זיינע יונאין'ס...}
דערפאר איז אבאמא אויפגעקימען די געניאלע עצה, מען וועט אויפדעקן בדרך לא דרך ווער עס שטיצט טעראר, די וועלט וועט אנהייבן צו וויסען די אינסייד אינפערמאציע וואס דא גייט פאר,
עס וועלן געוואר ווערן נייע פאקטן, און אזוי אפשר אזוי, וועט מען קענענן אנהייבן א פיינעל מלחמה קעגן די אלטוועלטליכע טעראריסטן, און פטור ווערן פון זיי איינמאל פאר אלעמאל

די זעלבע איז בנוגע איראן, יעדער ווייסט אז עפעס מוז געטיען ווערן אפצישטעלן דעם נייעם היטלער, עס פעלט אבאר די קוראזש און די וועלט עס צו טיען,
דערפאר ווייזט די סטעיט דעפארטמענט בדרך לא דרך, אז אפילו די אראבישע וועלט וויל א אטאקע קעגן איראן, עס וועט ווערן די נייע סטענדערט אז יעדער וויל אז
מען זאל אטעקירען איראן, און פון דא ביז עס טיען בפועל ממש, איז שוין ממש א קאצען שפריניג, אזוי העלפן זיי זיך מיט א מעכטיגע PR

פארשטייט זיך, אז זיי מיזען מיט שיקען עפעס אנדערע אינפערמאציע אויך, אז אז עס זאל קיינעם נישט בייפאלן אז אמעריקע שטייט גאר אינטער די אלע ארויסגעגעבענע דאקומענטן
און זיי וועלן מיזען שימפן און שעלטן פאר א וויילע, אנצושטעלן דעם פנים כאילו ער באדערט זיי, אבער מיר קען מען נישט פאפן, מיט מיין געניט אויג, און שנעלע מחשבה, האב איך אלעס אויפגעפאסט


און איך נעם נישט קיין אחרוית אויב די אידישע וועלט וועט יעצט קימען אינטער אטאקע, פארן אויפדעקן די געהיימע אינפערמאציע, גענוי ווי זיי האבן געטיען מיט וויקיליקס
איינס, ווייל מיט ארענדאר קען זיך קיינער נישט פארמעסטן, ער מאכט שוין יעדן טאג א בעק-אפ ממילא אלעס איז סעיף, צוויי, וויכי מיט זיינע קאנעקשענס וועט עס אפשטעלן,
דריי, מאשקע וועט זיי אנטריקען דא. ממילא וועלן זיי פארגעסן וואס זיי האבן בכלל צי טיען, פיר, גרויזאמער וועט שטיין ביים טויער און היטען, סאו זיי וועלן זיך נישט דערוואגן עס צי טיען

teaparty
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 14, 2010 8:02 pm

תגובהדורך teaparty » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:38 am

אט גוט א קוק דא וואס עס שרייבט די וועב זייטל דעבקע

זה הכול? אם כך אין חדש תחת השמש
תיקדבקה יום ראשון, כא כסלו תשע"א, 20:54, 28 בנובמבר 2010
אם זה כל החומר הסודי האמריקני שהאתר 'וויקיליקס' Wikileaks, פרסם ביום א' 28.11, הרי לא רק שאין חדש תחת השמש, אלא שמפרסום לפרסום, האפקט של הפרסומים הולך ונעלם. איזה השפעה היה לפרסומי המסמכים על עיראק ועל אפגניסטן? שום השפעה. המלחמה שם נמשכת, וארצות הברית לא שינתה את מדיניותה.
זה שהצמרת האמריקנית בוושינגטון מכנה את נשיא איראן אחמדינז'אד 'היטלר', אין בכך כל חדש. אין ספק כי אחמדינז'אד הרוויח תואר זה ביושר רב, בהצהרותיו לחיסולה של מדינת ישראל. תואר כזה מעלה כמובן מיד את האפשרות, כי כמו שארצות הברית החליטה בשנות ה-40 לחסל את היטלר, הנאציזם, ובעלי בריתם כמו מוסליני, כך היא תהייה נחושה בהשמדתו של היטלר המודרני. פרסום זה הוא אולי היחיד, ממה שידוע עד עכשיו, היכול להביא לתוצאות מדיניות מיידיות. טהרן יכולה לנצל את הפרסום הזה ולהודיע כי איננה מוכנה לשבת עם ארצות הברית ליד שולחן אחד ב-5 לדצמבר, כאשר תפתחנה השיחות ב-5 לדצמבר בינה ובין המעצמות הגדולות.
למעשה, איראן היא הנבל העיקרי המצטייר בפרסומים אלה ולא ארצות הברית. הפרסומים של 'וויקיליקס' Wikileaks מעמידים את איראן, ואת בעלת בריתה החדשה במזרח התיכון טורקיה, באור ובמעמד האמיתי שלהם. בעוד שטהרן ואנקרה מציגות את עצמן כמנהיגות העולם הערבי, מלבד סוריה, וחיזבאללה, העולם הערבי על מנהיגיו, מתנגד להן בחריפות, ומחפש דרכים, כמו ישראל, כיצד להפיל את המשטר בטהרן.
הגילוי כי עבדאללה מלך ערב הסעודית דורש מהאמריקנים להפציץ את מתקני הגרעין האיראנים, גם בכך אין חדש, לאור הפרסומים הקודמים כי המלך עבדאללה היה מוכן להעמיד שדות תעופה לרשות חיל האוויר הישראלי שיבצע זאת. טוב לדעת שישראל היא לא היחידה שדורשת זו, והיא לא המדינה היחידה שארצות הברית דוחה.
גם בחילופי ההערכות על איראן בין האמריקנים ושר הביטחון אהוד ברק, וראשי מערכת המודיעין הישראלית, ביניהם ראש המוסד מאיר דגן, בעיקר בנושא הגרעין האיראני, אין הרבה חדש. 'חלון ההזדמנויות' עליו ברק מדבר, אשר הסתיים החודש, נובמבר 2010 אינו חדש. העובדה שאיראן מקבלת טילים מתקדמים מצפון קוריאה, המסוגלים לפגוע באירופה, היא עובדה שתיקדבקה חוזר עליה כבר חודשים רבים.
ההערה הישראלית היותר מעניינת הייתה של ראש אמ''ן היוצא האלוף עמוס ידלין, אשר אמר בחודש מאי 2009 לחבר קונגרס אמריקני: 'ישראל איננה בעמדה בה היא יכולה להתעלם מאיראן, ולהיות מופתעת כפי שארצות הברית הייתה מופתעת מהתקפת 9/11'.
יתר ההגדרות אינן יותר מעניינות, אפילו הן פיקנטיות. ראש ממשלת רוסיה ולדמיר פוטין, בוודאי איינו מתנגד שיכנו אותו בוושינגטון 'זכר שולט'. אולי הוא היה מעדיף שיוסיפו לתואר זה 'זכר שולט באירופה', אבל זו באמת שאלה של טעם אישי.
נשיא צרפת, לפי ההדלפה בדר' שפיגל' הגרמני, נתפס בוושינגטון כ'קיסר ללא בגדים'. לא נעים, אבל לא נורא.
אותם הדברים אפשר לומר גם לגבי ההערכה האמריקנית לגבי קנצלארית גרמניה אנג'לה מרקל. היא מוגדרת כמי שנמנעת מסיכונים, ורק לעיתים רחוקות מפגינה יצירתיות. בעולם זה של כרישים, אולי מוטב ככה. בכל אופן מה שלא תהייה ההגדרה שלה בינתיים היא מצליחה לנהל את הכלכלה הגרמנית מבלי לגלוש למשבר הכללי העולמי. לכן השאלה היא מי יותר יצירתי, אפילו לעיתים רחוקות? היא, או הנשיא אובמה?
לגבי ראש ממשלת בריטניה דיוויד קמרון שהאמריקנים מגדירים אותו 'כקל משקל', אפשר וצריך להאמין כי ההגדרות האמיתיות לגביו בוושינגטון, הן הרבה יותר חמורות.
לגבי נשיא אפגניסטן חמיד קרזאי ההגדרה שהוא איש המונע על ידי פרנויה, היא כנראה הדדית. בשיחות סגורות קרזאי סבור כי פרנויה היא הגורם העיקרי של המדיניות הצבאית האמריקנית בארצו.
תגלית נוספת 'מרעישה' היא שהנשיא אובמה סבור כי ארצות הברית ואסיה, הן הכוח המוביל בעולם, וכי לאירופה אין חשיבות. זו הייתה גם השקפתם של שני הנשיאים האמריקנים שקדמו לאובמה, הנשיא ביל קלינטון, והנשיא ג'ורג בוש.
על סמך ההערכה זו ארצות הברית כבר מחסלת ב-10 השנים האחרונות את בסיסיה במערב אירופה ומעבירה אותם מזרחה.
איש גם לא ייפול מהכיסא כאשר יקרא כי שרת החוץ האמריקנית הילארי קלינטון הורתה לדיפלומטים אמריקניים לרגל באו''ם אחר דיפלומטים ממדינות אחרות. אחר הכול כולם יודעים כי זה מה שמתרחש באמת בבניין האו''ם בניו יורק, כולם מרגלים על כולם.
מקורות עיתונאים במזרח התיכון ששוחחו ביום א' עם אנשי אתר 'וויקיליקס', אומרים שיש כנראה בחומר פרטים שיכולים לעניין שירותי מודיעין מזרח תיכוניים וחוקרים אקדמאיים, אבל לא יותר מזה. לדוגמא: כי סוכנים ירדניים חיסלו גורמים פוליטיים אנטי מערביים במזרח טימור. עם כל הכבוד למודיעין הירדני ולמזרח טימור, קשה להניח כי גילויים אלה יזעזעו את אמות הסיפים.
מאחר ומדובר בכמה גלים של פרסומים, צריך עדיין לחכות. הדבר היחיד הבטוח בינתיים הוא כי השמש תמשיך לזרוח, ולא בטוח, כי היא תתמקד בהארת הפרסום באתר 'וויקיליקס'.

http://www.debka.co.il/article/20403/

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:56 am

הרב מחותן! איך בין מיט דיר אז די ליעק איז בכונה פון אמעריקע. אבער פונקטליך פארוואס, אפשר ברויך איך ווארטן פאר די נעקסטע ליעק... און דאן פאר די נעקסטע שבנעקסטע..
אונז ווער מיר סיי ווי ארום געפירט צו ספרעדן די PR פון די אינסייד אנגעלגעגענהייטן סיסטעם סאו פארוואס זאל איך ארבעטן פאר די באהערדע 24 און קייען זייער לאקשן און עס פארשפרייטן? גיי מיר ארבעטן
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 2:32 pm

מחותן האט געשריבן:, דערפאר וויל איך פארשטעלן מיין קאנסיפראציע, - וואס איז אגב אמת -

__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 2:44 pm

יעצט געמאלדן אז US גייט נישט ברענגען קרימינאלע קלאגעס אקעגן 'וויקי ליעקס'. נאר די ווייט האוז קוקט איבער (פון דער נאנט...) וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן, און אז מגייט נעמען סטעפס צו פארבעסערן די סיסטעם.
************
עס פארשטייט יעדער אז די ווערטער איז געזאגט געווארן פאר מיר און דיר צו איינרעדן אז זאכן פארן אויף טרעק 1: קלאסיפיצירטע דאקומענטן ווערן ארויסגעליעקט, גרויסע שאק אינערהאלב פענטעגאן, אבאמע ראגירט מיט גרויס אומצופרידענהייט אז עס וועט אנהאנקענען דיפלאמאטישע קריזיסן, וויקי ליעק לאכט זיך אויס אין US און פובליצירט די דאקומענטן.

באמת איז דא טרעק 2: פענטעגאן אפעראציע מיטן קאוד _______ פארן ציל וואס איך ווייס נישט. אגענטן אינוואלווד, דער וואס גייט ווערן אין די פרעסע דער באשולדיגטער, דער פירער פון די אינוועסטיגעטיוו טיעם מאכן זיכער אז מקומט אן אין וואנט, איבערקוקן-טיעם פארן ליעקן די דאקומענטס, מאכן די אומשולדיגע דיפלאמאטישע סטעיטמעט פאר אבאמע, טיעם וואס באגלייט הונטער די קוליסן די אקציע אז עס זאל האבן די ווירקונג וואס מען וויל.
**********************************
טאמער איינער האלט אז זאכן הויבן זיך אן ביי טרעק 1 האט ער נאך נישט אנגערירט די וועלט, נאר זיין פאום קאפ. אמעריקע, כדי אנצוהאלטן א דאמינענץ אויף דער וועלט, מיז אנדרייען שטיקעס נאך שטיקעס: עקאנאמיע, וואלוטע, דיפלאמאטיע, מאכט, אנזייען ביי יענעם פראבלעמען למען ישמעו א.ד.ג.
אלזא ליינט נייעס מיט ענקער שכל נישט מיט יענעמס
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:41 pm

פאקטיש האט געשריבן: באמת איז דא טרעק 2: פענטעגאן אפעראציע מיטן קאוד _______ פארן ציל וואס איך ווייס נישט.


viewtopic.php?p=381757#p381757

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:07 pm

מחותן האט געשריבן:
פאקטיש האט געשריבן: באמת איז דא טרעק 2: פענטעגאן אפעראציע מיטן קאוד _______ פארן ציל וואס איך ווייס נישט.


viewtopic.php?p=381757#p381757

יא כשוין מגיב געווען דערויף. פארשטייט זיך אז סאיז איינס פון די השערות וואס מקען טראכטן. זיכערע זאכן ווייסן די יודעי חן!
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:39 pm

טרעק 1 פארשטיי איך נאך בערך,
אבער טרעק 2 הייב איך נישט אן צו פארשטיין.

(און ביטע נישט רעדן וועגן טרעק 5)
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 6:25 pm

משיח האט געשריבן:טרעק 1 פארשטיי איך נאך בערך,
אבער טרעק 2 הייב איך נישט אן צו פארשטיין.

(און ביטע נישט רעדן וועגן טרעק 5)

כהאב הערינג וואס מאכט פארשטיין זזאכן.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 7:01 pm

דער ווידעא ווי אמעריקאנער סאלדאטן דערשיסן עטליכע ציווילע בירגער און זשורנאליסטן, איז אויך ארויסגערינען דורך דעם א.ד. מענינג.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:20 am

דער גרינדער פון וויקיליעקס איז ארעסטירט געווארן (איך מיין אין לאנדאן).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט