דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג אפריל 12, 2010 2:15 pm

אפגאניסטאן און די אמעריקאנער-געפירטע אינוואזיע דארטן איז די לעצטע פאר וואכן שטארק אויף די העדליינס, און דער מצב דערווייל ווערט נאר ערגער און שווערער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

מיט עטליכע טעג צוריק האט אפגאניסטאן פרעזידענט האמיד קארזאי זיך אויסגעדריקט גאר נעגאטיוו קעגן אמעריקע, זאגנדיג אז די אמעריקאנער מישן זיך צופיל אריין אין זייערע פריוואטע אנגעלעגנהייטן, און ער האט אפילו געסטראשעט אז אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן, וועט ער זיך אנשליסן מיט די טאליבאן!

עס איז קלאר פארשטענדליך פארוואס ער איז אזוי פרוסטורירט. די וואלן דארטן זענען געווען שטארק געפעלשט דורך זיינע אונטערטאנען, און דורך פארשידענע מיטלען פון קארופציע האבן זיי פרובירט אנצוהאלטן די קאנטראל פון די דארטיגע פארלאמענט. קארזאי'ס ברודער, וועלכער איז א ריזן דראג האנדלער, פארדרייט אויך א קאפ פאר קארזאי'ן און ער פרובירט אים צו באאיינפלוסן פאר זיינע פריוואטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן.

די קאמענטארן פון קארזאי, אז ער וועט זיך אנשליסן מיט די טאליבאן, האט אויפגעשטורעמט וואשינגטאן און די אבאמא אדמיניסטראציע האט געארבעט מיט אלע כוחות צו פארטיידיגן קארזאי, וויסנדיג אז אויב וועט קארזאי ווייטער הערן פון די אמעריקאנער אין די מידיא ווי מען רייסט אים אראפ, וועט ער ווערן מער און מער אויפגערעגט.

אין איין פאל האט אפילו א איינגעשטעלטער אין די סטעיט דעפארטמענט פארלוירן זיין שטעלע פארן זאגן אין א אינטערוויו אז האמיד קארזאי ליידט אויף די נערוון און נעמט טאבלעטן צו בארואיגן זיינע אויסברוכן.

*

היינט מאנטאג מיטאג האבן עטליכע נאטא זעלנער געשאסן אויף א אויטא באס אויף וועלכע עס זענען געפארן ציווילע בירגער, אומברענגענדיג 4 און פארוואונדענדיג 18.

דאס האט געברענגט שטורמישע פראטעסטן אין די גאסן, מיט געשרייען "טויט צו אמעריקע".

אנאליסטן זאגן אז דער מצב אצינד איז זייער שמאל און אמעריקע האלט ביים פארלירן יעדעס ביסל צוטרוי פון די אפגאנער בירגער, וואס דאס איז די הויפט נייע סטראטעגיע פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אריבערצוגעווינען די אפגאנער בירגער.

ביי די נארוואס-פארענדיגטע אפענסיווע אין מארזשא, וואו עס איז געלונגען פאר די מיליטער ארויסצואווארפן די טאליבאן, האט די מיליטער געניצט גרינע דאלארן אונטערצוקויפן די אפגאנער בירגער, אז זיי זאלן ארויסגעבן אינפארמאציע איבער טאליבאנער. די פראגע איז צי נאך די שארפע אנטי-אמעריקאנער אויסדרוקן פון קארזאי און נאך די היינטיגע פאטאליטעטן וואס 4 ציווילע אפגאנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די מיליטער, וועט נאך קעש ווערד זיין פאר די אפגאנער בירגער.

(אגב: פארשידענע באריכטן זאגן יעצט אז טייל פון די טאליבאנער זענען צוריקגעקומען קיין מארזשא און נאכגעגאנגען די נעמען פון די מארזשא איינוואוינער וועלכע האבן באקומען קעש פון די אמעריקאנער מיליטער און זיי האבן זיי צוגענומען דאס געלט און געסטראשעט מיטן לעבן אדער אין געוויסע פעלער צוגעגעבן מער געלט ווי די אמעריקאנער, אז די איינוואוינער זאלן האלטן זייער מויל און גארנישט דערציילן פאר די אמעריקאנער.)
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מאי 12, 2010 8:30 am

היינט מיטוואך וועט אפגאניסטאנער פרעזידענט האמיד קארזאי זיך טרעפן מיט פרעזידענט אבאמא אינעם ווייסן הויז, נאכדעם וואס קארזאי איז נעכטן געזיצן אין אינטענסיווע מיטונגען און געשפרעכן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן, אין א פארזוך צו פאררעכטן די באציאונגען צווישן די צוויי רעגירונגען, און באקומען א פארזיכערונג פון קארזאי אז ער וועט באקעמפן קארופציע אינערהאלב די אפגאנער רעגירונג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג מאי 28, 2010 7:56 am

א פירנדער פיגור אין די טאליבאן איז היינט ווארשיינליך אומגעקומען אין אפגאניסטאן, ווען פייער אויסטוישן האבן אויסגעבראכן צווישן זיינע לייב-וועכטער און אפגאניסטאנער לאקאלע פאליציי. דער טאליבאן פירער איז מולאנא פאזולא.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג מאי 28, 2010 8:44 am

צאל אומגעקומענע אמעריקאנער טרופן אין אפגאניסטאן גרייכט צו 1000! נאכדעם וואס שאסיי-זייט באמבע ברענגט אום 1 זעלנער!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג מאי 30, 2010 6:18 am

קערוויל, טעקסאס - דער טויזענטסטער אמעריקאנער זעלנער געהארגעט צו ווערן אין אפגאניסטאן, האט שוין אמאל געליטן פון א באהאלטענע באמבע. דרייווענדיג זיין האמווי, אריבער א באמבע אין איראק אין 2007, דער אויפרייס האט אריינגעשמעטערט די דעשבאורד-רעדיא אין זיין געזיכט, און צובראכן זיין פוס אויף צוויי ערטער.

מארין קארפארעל דזשעיקאב סי. לייכט האט נישט איבערגעלעבט זיין צווייטע באגעגענישט מיט א באמבע די וואך. די טויט פון די 24 יעריגער טעקסאס געבוירענער-אויף-יולי-4, צייכנט אפ א טונקעלע עררייכונג און די אפגאנער קריג.

לייכט, וואס האט זיך געמוטשעט צוויי יאר זיך צו ערהוילן פון די איראקער באמבע, איז געהארגעט געווארן דאנערשטאג, ווען ער האט ארויפגעטרויטן אויף א לאנד מינע אין העלמאנט פראווינץ, וואס האט אראפגעפליקט זיין רעכטע ארעם, ווערענדיג די טויזענטסטער זעלנער געהארגעט צו ווערן אין אפגאניסטאן.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך יוני 02, 2010 6:15 am

היינט וועט זיך די אפגאנער פרעזידענט האמיד קארזאי אראפזעצן מיט זיין רעגירונגס מיטגלידער און פרובירן אויסצוהאמערן א וועג וויאזוי צו אויסשטרעקן א האנט פאר שלום מיט די רעבעלן וועלכע געבן נישט אויף און טעראריזירן די אפגאנער בירגער מיט פרישע אטאקעס יעדן טאג.

אינדערפרי, איידער די מיטונג האט זיך געדארפט אנהייבן, האבן עטליכע רעבעלן געשאסן ראקעטן נאנט צו די געביידע וואו די געשפרעכן וועלן פארקומען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 15, 2010 1:19 pm

די אקציע אין קאנדאהאר האט זיך שוין אנגעהויבן און די אמעריקאנער ארמיי האט צוטון מיט טאליבאנער קעמפער וועלכע זענען היפש באוואפנט און קעמפן גאר אגרעסיוו.

אט זענען צוויי קליפס פון די פראנטן. אינטערעסאנט און שאקירנד.

http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37696022

http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37673562

http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37662751
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג יוני 21, 2010 6:36 am

4 נאטא זעלנער זענען אומגעקומען היינט מאנטאג אינדערפרי, ווען זייער העליקאפטער האט געקראכט אין אפגאניסטאן.

דריי פון די זעלנער זענען געווען פון די אוסטראליע מיליטער און איינער אן אמעריקאנער זעלנער.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 21, 2010 9:29 am

יישר כח עס עפעס פארן לינק. ס'איז א פחד צו קוקן. ביטע שרייב אז מ'קען זעהן בליט...

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יוני 21, 2011 1:14 pm

מיטוואך וועט פרעזידענט אבאמא האלטן א רעדע צום פאלק איבער אפגאניסטאן אין עס איז ערווארטעט לויט געוויסע באריכטן אז ער וועט מעלדן אן ארויסציאונג פון 10.000 טרופן דעם זומער
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג יוני 21, 2011 2:01 pm

נאכן אוועקגעבן דאס בליט פון כמעט 1500 אמעריקאנער זעלנער, מיט ביליאנען דאללארן און נאכדעם וואס די אפגאניסטאנע משוגעים רופען אונז אן "אוקיאפייערס" גייען מיר ארויס נעמען די נישטיגע 10 טויזענט סאלדאטען. what a joke

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יוני 21, 2011 2:06 pm

נאטורליך האט געשריבן:נאכן אוועקגעבן דאס בליט פון כמעט 1500 אמעריקאנער זעלנער, מיט ביליאנען דאללארן און נאכדעם וואס די אפגאניסטאנע משוגעים רופען אונז אן "אוקיאפייערס" גייען מיר ארויס נעמען די נישטיגע 10 טויזענט סאלדאטען. what a joke

דו ביסט געווען קעגן די איראקער מלחמה אויך?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג יוני 21, 2011 3:30 pm

איך בין נישט אקעגען די מלחמה. איך בין א קעגען זיך לאזן שפייען אין די קאשע פון די פארדרייטע מוזלעמס. זאל מען זיך ארויס ציען פון דארט און זיי וועלן זיך סיי ווי אויסהארגענען צווישן זיך ביז א קורצע צייט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 21, 2011 9:48 pm

דאס איז נאר די אנגפנאג. ביז ענדע 2010 גייט ער ארויסנעמען דרייסיג טויזענט טרופן.

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יוני 28, 2011 4:52 pm

מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 12, 2011 12:51 pm

א האלבער-ברודער פון אפגאניסטאן'ס פרעזידענט כאמיד קארזיי איז קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן אין קאנדאהאר דורך זיין אייגענע לייב-וועכטער

מיט אזעלכע וועכטער ווער דארף נאך שונאים?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג יולי 12, 2011 1:37 pm

מיט אזעלכע וועכטער וואס שיסן, און אזעלכע שונאים וואס היטן ווי אן אויג אין קאפ, און געבן מיראנדא רעכטן מיט אדוואקאטן, און ציווילע געריכטן פאר טעראריסטן, איז שוין געכער שונאים ווי פריינט....

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג יולי 12, 2011 3:45 pm

קרעמער האט געשריבן:א האלבער-ברודער פון אפגאניסטאן'ס פרעזידענט כאמיד קארזיי איז קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן אין קאנדאהאר דורך זיין אייגענע לייב-וועכטער

מיט אזעלכע וועכטער ווער דארף נאך שונאים?


דער האלבער ברודער האט געפירט גאנץ קאנדאהאר ביי די נאז. סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש. ער איז געוועהן אויף די סי-איי-עי'ס פיעראל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:06 pm

די מצב דארט איז זייער נישט גוט. היינט האבן די טאליבאנע אראפגעשאסן אן העליקאפטער און אומגעברענגט 31 זעלנער. צוויי און צוואנציג פון די זעלנער זענען געווען די פון די באקאנטע ספעציעלע קרעפטן גערופן נעווי סיעלס.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:14 pm

זיי זאגן אז ס'איז עפעס פון די זעלבע איינהייט ווי די וואס האבן ערמארדעט אסאמא. אבער לכאורה נישט פון די זעלבע פערסאנעל!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:18 pm

ביזט זיכער אז מען האט עס ארפאגעשאסען? דאכט זיך אז איך האב געליינט אז עס האט סתם אזוי געקראכט,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:28 pm

A senior official of President Barack Obama's administration said the helicopter was apparently shot down, Associated Press news agency reports.

An official with the Nato-led coalition in Afghanistan told the New York Times the helicopter was hit by a rocket-propelled grenade.
אסאסיעטעד פרעס נייעס אגענטור: א הויכער באאמטער אין פרעזידענט באראק אבאמא'ס אדמיניסטראציע, גיט אן: די העליקאפטער איז ווי עס שיינט, אראפגעשאסן געווארן!

א באאמטער אין די נאטא אנגעפירטע קאאליציע, אין אפגאניסטאן האט געזאגט פאר ניו יארק טיימס, די העליקאפטער, האט געקראכט דורך א מאטאר געטריבענע ראקעט (גראנאט)?!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:03 pm

געהערט אז עס זענען דא 37 אומגעקומענע 22 דערפון נעווי סיעלס!! לכאורה די ערגסטע טאג פאר די נעווי סיעלס זינט זייער גרינדונג!
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:17 pm

פאקס ניוס באריכט אויכעט אז ס'איז אראפגעשאסן געווארען דורך די טאליבאנע, ליתר פרטים

אינטערסאנט טאקע פארוואס די העדליינ'ס זענען "קרעש"
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:42 pm

יעצט ליין איך ערגעץ אז דאס איז גאר א געצילטע אטאקע, די טאליבאנער ציהלן דוקא אויף די עליטע קרעפטן וואס זענען אויף מיסיעס אין אפגאניסטאן אויסצוראטן די קעפ פון די טאליבאן.

מיינט דאס אז די טאליבאן באקומט שפיאנאזש און מיליטערישע הילף פון א צווייט לאנד? אפשר איראן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט