קינד דירעקטירט טראפיק אין JFK...

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

קינד דירעקטירט טראפיק אין JFK...

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 03, 2010 2:17 pm

א לופט טראפיק קאנטראלער איז אויפגעזאגט געווארן פון אמט צוליב ערלויבן זיין אינגעל צו קאמיוניקירן מיט פילאטן און געבן דירעקציעס.

איין פילאט האט אויסגעדרוקט קענטיגע הנאה אז דער אינגעל האט אים געשאפן עטוואס פארלייכטערונג אינמיטן די אנגעצויגענע ארבעט, "הלואי קען איך אויך מיטברענגען מיין אינגל מיר צו העלפן" זאגט ער..

אבער די FAA איז די מעשה אינגאנצן נישט געפאלן ווען די לופטן פון די פארנומענסטע שטאט אויף דער וועלט איז קאנטראלירט געווארן דורך א קינד מיט אומערפארנהייט אין דעם פאך וואס איז א קלארע פארלעצונג פון די פאליסיס. דער טאטע איז אלס רעזולטאט סוספענדירט געווארן פון זיין אמט.

אינעם קליפ וואס איז ערשינען א טאג נאך דעם געשעעניש, פעב. 16, הערט מען דעם קינד זאגט "JetBlue 171 cleared for takeoff," נאכפאלגענדיג מיט דעטאלירטע אינסטרוקציעס פונעם טאטן.
דער פילאט האט צוריקגעענפערט "Over to departure JetBlue 171, awesome job!"
אזוי איז געווען עטליכע מאל מיט אנדערע פליגערס ווען פילאטן האבן זיך געוויצלט מיטן קינדס טרענסמישאן.

פארזיצער פון פארשידענע ראנגען אינערהאלב די FAA האבן אויסגעדרוקט אויפברויז אויף דעם עפיזאד, ערקלערנדיג אז דאס שפיגלט נישט אפ נייע סטאנדארטן אין טרעפיק סעיפטי.

אבער אנדערע פיגורן האבן געגעבן פארקערטע סטעיטמענטס, אז דער קינד האט בלויז נאכגעזאגט וואס דער טאטע האט אים באפוילן, ער האט בכלל נישט געגעבן ערענסטע דירעקציעס נאר בלויזע הארד-סטעטמענטס, און גערופן אז דער טאטע זאל נישט אויפגעזאגט ווערן צוליב דעם.
צוגעלייגטע
tdy_costello_plane_100303_300w.jpg
tdy_costello_plane_100303_300w.jpg (6.35 KiB) געזעהן 941 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 03, 2010 2:36 pm

א אינטערעסאנטע מעשה.

אבער געב איבער פאר די "אנדערע פיגורן" אין מיין נאמען אז איך וואלט נישט געוואלט זיין אויף דעם פליגער...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » מיטוואך מארטש 03, 2010 2:38 pm

גיב נאר א קוק אויף דיין אוועטער, ווער פירט 'דיין' פליגער?!

(קען זיין אז דער פענגווין איז שוין ערוואקסען...)
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 03, 2010 3:44 pm

פארדעם איז שמערי טאקע נישט אויף יענעם פליגער, ער איז דא אין קרעטש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך מארטש 03, 2010 3:47 pm

פארשטייסטו? נאר פיילאט'ן מעגן לאנדן און פלאטשקענען אין וואסער ווי קליינע קינדער.. ס'איז געהעריג דיסקומיראצע קעגן די קידער, ווען איך וואלט געווען א קינד וואלט איך גערופן פאר פארטעסטן!! שעם אן יו אמעריקא..

דאס איז געוויצלט, אין אמת'ן גערעדט, דער קאנטראלער דארף פליען, נישט אלעס איז א דזשאוק אפי' אום חודש אדר..

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 03, 2010 3:52 pm

טאקע אינטערסאנט, אינטערסאנט אז די פיילעט'ס זענען נישט געווארען פארלוירן ווען זיי האבען געהערט אז א קינד זאגט זיי וואס צו טיען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך מארטש 03, 2010 4:02 pm

פארוואס זאל א פילאט ווערן פארלוירן ווען ער הערט א קינד אויפן סיסטעם? ער ווייסט וואס ער האט צו טון, ער דארף נאר דירעקציעס וואו עס צו טון און דאס האט דער קינד געהערט פונעם טאטן...
אוודאי איז עס נישט קיין דשאוק און מיר איז א וואונדער אז קיין איינער האט נישט אלארמירט די העכערע פענסטער אז דא קומט פאר 'קוואליטי טיים' צווישן טאטן און קינד, נאר זיך צוריקגעוויצלט.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 03, 2010 4:09 pm

http://www.liveatc.net/

אט דאס איז דער וועבזייטל פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן דער גאנצער שטורעם. אויפן וועבזייטל קען מען מיטהאלטן לייוו וויאזוי די לופט טראפיק קאנטראלירער פון לופטפעלדער איבער די גאנצע וועלט רעדן מיט פילאטן אויף עראפלאנען.

און די פראגע וואס מאנאגראמס האט אויפגעברענגט פארוואס קיינער האט נישט אלארמירט די אינסטאנצן איז פשוט: די פילאטן האבן אויסגעזען צו זיין זייער אויפגעלייגט און זיך געוויצלט איבערן פאקט אז א קינד האט זיי געגעבן דירעקציעס, "I wish I could bring my kid to work," האט איינער פון די פילאטן געזאגט אויפן ראדיא פארן טאטן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:03 pm

איז דען נישט מעגליך צו העקן דעם סיסטעם און אריינשרייען מיט טו-וועי רעדיא'ס "טאפ טו טרי או?"

אויב יא, איז צרות עניוועי
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:07 pm

לכאורה האט געשריבן:איז דען נישט מעגליך צו העקן דעם סיסטעם און אריינשרייען מיט טו-וועי רעדיא'ס "טאפ טו טרי או?"

אויב יא, איז צרות עניוועי

זעט אויס אז נישט.
(איך מיין אז "טאפ טו טרי או" איז אידיש. ניין?)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, איש האשכולות, בילדער, והוא פלאי, ס'זאל רינען און 44 געסט