פרישע פיליבאסטער צעבראכן; ארבעטסלאזע בענעפיטן ביל באשטעטיגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

פרישע פיליבאסטער צעבראכן; ארבעטסלאזע בענעפיטן ביל באשטעטיגט

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:12 am

וואשינגטאן. - נעכטן שפעט דינסטאג נאכמיטאג האט דער סענאט געשטימט צו פארלענגערן פאר א גאנצע מאנאט די ארבעטסלאזע בענעפיטן פאר מיליאנען אמעריקאנער בירגער, נאכדעם וואס דער פראגראם איז געקומען צו אן ענדע פארגאנגענע וואך און די דעמאקראטן אינעם סענאט האבן גערופן פאר א פארלענגערונג פון נאך א גאנצע מאנאט ביז מען וועט אויסארבעטן א לאנג-טערמיניגע ערזאץ צום לעבנס-וויכטיגן בענעפיטן פראגראם.

דער אפשטימונג נעכטן אינעם סענאט איז געקומען נאך א לענגערע פאליטישע געפעכט מיט דעם רעפובליקאנעם סענאטאר פון קענטאקי דזשים באנינג, וועלכער האט אפגעהאלטן אן איין-מאן פיליבאסטער פון פאריגן דאנערשטאג ביז נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט און נישט געלאזט דעם סענאט קומען צו אן אפשטימונג צו פארלענגערן די קריטיש-וויכטיגע בענעפיטן.

באנינג האט געזאגט אז די בענעפיטן פארלענגערונג וועט צולייגן צום בודזשעט -וועלכער איז שוין אזוי אויך אויפגעשוואלן מיט א ריזן דעפיציט- אזויפיל ווי פרישע 10 ביליאן דאלער און ער האט געוואלט אז מען זאל שטימען צוערשט אויף עטליכע אמענדמענטס וואס ער האט געוואלט צולייגן צום פארלענגערונג, וואס דאס וואלט געמאכט אז די פארלענגערונג זאל ווערן פינאנצירט דורך זייטיגע זאכן און נישט צולייגן צום פעדעראלן דעפיציט.

די אמעריקאנער מידיא האט געלעבט מיטן פיליבאסטער און אלע וויילע זענען אויפגעקומען פרישע ווידעאו קליפס וויאזוי באנינג שטויסט זיך אן אין רעפארטערס וועלכע האבן אים געפרעגט פראגעס איבערן פיליבאסטער און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן. אין איין פאל איז ער אריין אין א עלעוועיטאר און געלאזט דעם טיר זיך פארמאכן אויף א רעפארטער וועלכער האט געהאלטן אינמיטן פרעגן א פראגע.

די רעפובליקאנער זענען אין די טעג געווען אין א געפערליכע דילעמא, צוליב וואס אידעאלאגיש האבן זיי צוגעשטימט צו באנינג, אז מען טאר מער נישט צולייגן צום דעפיציט, אבער זיי זענען קלאר געווען קעגן זיינע טאקטיקן וויאזוי ער האט דאס אויסגעפירט. באנינג האט, מיט זיין ענדלאזע פיליבאסטער, באשטעטיגט דאס וואס די דעמאקראטן שרייען, אז די רעפובליקאנער זענען בלויז אין וואשינגטאן צו שרייען "ניין" אויף יעדע זאך וואס די דעמאקראטן און פרעזידענט אבאמא טוען, אפילו אויב דאס איז א לעבנסוויכטיגע זאך און 200 טויזנט מענטשן זענען אויסגעשטאנען צו פארלירן זייערע דזשאבס אין די קומענדיגע טעג.

פאר די דעמאקראטן איז דאס געווען א געווינטשענע זאך. זיי האבן דאס אויסגעניצט צו ווייזן פאר די אמעריקאנער בירגער אז זיי זענען אין וואשינגטאן אויפצוטון און די רעפובליקאנער זענען בלויז דא צו שטערן.

פאר באנינג זעלבסט איז נישט אנגעגאנגען וויאזוי דאס קען אים שאטן פאליטיש, ווייל ער האט שוין עמטליך דערקלערט אז ער רעטייערט פונעם סענאט און ער וועט שוין נישט לויפן נאכאמאל און דעריבער האט ער מער נישט וואס צו פארלירן.

סענאט מאיאריטעט פירער הערי ריעד האט העפטיג געארבעט אינאיינעם מיט סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל צו ברענגען א דיעל פאר סענאטאר באנינג וואס זאל אים צעפרידנשטעלן און אז ער זאל אויפהערן דעם פיליבאסטער.

ענדליך נעכטן שפעט נאכמיטאג איז מען צוגעקומען צו א דיעל און באנינג האט געענדיגט זיין פיליבאסטער.

עס איז באשלאסן געווארן אז אינאיינעם מיטן אפשטימונג צו פארלענגערן די בענעפיטן, וועט מען אויך ברענגען א ספעציעלע אמענדמענט וואס די סענאטארן זאלן שטימען דערויף, וואס דער אמענדמענט איז באשטאנען פון עטליכע פלענער וויאזוי צו צאלן פארן פארלענגערונג אן צוצולייגן צום דעפיציט.

די אמענדמענט האט געזאגט אז מען זאל צאלן פאר די בענעפיטן פארלענגערונג דורכן ענדיגן עטליכע שטייער קרעדיט'ס פאר פאפיר-פאבריקן. למעשה האבן די סענאטארן אנידערגעשטימט דעם אמענדמענט, ווען בלויז 43 סענאטארן האבן געשטימט פארן אמענדמענט, און מען האט זיך גענומען צום אפשטימונג פארן בענעפיטן פארלענגערונג.

אין דער ענדע איז דער פארלענגערונג באשטעטיגט געווארן מיט א מערהייט פון 78 סענאטארן, צו 19 סענאטארן וועלכע האבן געשטימט אקעגן פארלענגערן די בענעפיטן.

עס איז ערווארטעט אז די דעמאקראטן וועלן שטארק אויסניצן דעם באנינג- פיליבאסטער אלס א באווייז אז זיי זענען אין וואשינגטאן אויפצוטון און די רעפובליקאנער זענען דארטן בלויז צו שטערן זייערע פלענער און זאגן ניין אויף יעדע זאך. הערי ריעד'ס אפיס האט שוין פארעפנטליכט א בריוו אין וועלכע זי דעטאלירט וואס עס האט זיך אפגעשפילט און די לעקציעס וואס אמעריקאנער דארפן דערפון ארויסנעמען, ווער גענוי עס פאראליזירט וואשינגטאן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:10 am

עס עפעס, טענקס פארן ברענגען די נייעס.

אבער דו פראבירסט ארויסצונעמען איין חלק פון די מעשה און שלאגן קאפיטל דערמיט, די פאקט אז מעקאנעל האט געארבייט מיט ריעד, און רוב סענעטארן האבן געשטומט פאר דעם בילל, ווייזט אז די ריפאבליקאנער רעכענען זיך מיט די מצב, טראץ דעם וואס דאס איז קעגן אידיעלאגיע, איי האסט געטראפן עפעס א "באננינג"? ער איז איין מענטש, און ער איז געווען קעגן בוש'ס אגענדע אויך.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:39 am

ביזט גערעכט אז עס איז טאקע בלויז איין איינציגער באנינג וועלכער האט אנגעפירט מיטן פיליבאסטער, אבער בעצם מיט זיין מיינונג האבן מיטגעהאלטן אסאך רעפובליקאנער, נאר זיי האבן אין דער ענדע געשטימט פארן פארלענגערונג צוליב וואס זייערע אמענדמענטס זענען דורכגעפאלן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:24 am

וויאזוי קען א יחיד אנפירן א פיליבאסטער? ער מוז דאך עסן און שלאפן אינצווישן?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:34 am

ער האט זיך קעגנגעשטעלט דאס ערשטע מאל וואס מען האט געוואלט דורכפירן א אפשטמונג דערויף, פארגאנגענעם דאנערשטאג. ער האט זיך אפגערעדט אז ער האט פארפאסט א ספארטס געים צוליב דעם אבער ער האט געזאגט אז יעדעס מאל וואס דער אפשטימונג וועט צוריק ארויפגעברענגט ווערן אויפן טיש, וועט ער זיין אינעם זאל דאס צו שטערן, והך קאווע...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:43 am

דאס איז א אנדערע מין פיליבאסטער, דא רעדט מען פון א בילל וואס מ'האט געוואלט באשטעטיגן אן אדורכגיין די פרעסידזשער'ס פון דיבעאטירן, ראלל קאלל און די אלע זאכן, דאס איז הייסט "אנאנמיס", ווען קיינער זאגט נישט ניין.

אויף דעם איז גענוג אז איינער זאגט ניין, דעמאלטס דארף מען דורכגיין די געהעריג פרעסידזשער, און דאס נעמט צייט, און ס'איז דא דיבעיט'ס וכד'.

און דאס האבן די דעמעקראטן געוואלט אויסמיידן.

עס עפעס, איך עגרי אויך צו עם אז ווען מ'באשטומט געלט פאר א צוועק, דארף מען זעהן פון וואו די געלט קומט, און ס'איז ווייט נישט קיין חסרון צו האלטן אזוי.

אבער ווען מ'מוז... ס'נישט דא קיין ברירה, האבן רוב ריפאבליקאנע געשטומט פאר דעם בילל, ווייל זיי קוקן נישט אויף אידיעלאגיע, זיין זענען נישט "ניין זאגער'ס", זיי זענען די וואס קימערן זיך פארן פאלק!!! (עכ"פ מער וואו די ליבעראלן...)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א קאנאדער, נעם אין אכט, פראהביטש, קארפענטער און 37 געסט