אומ-אויפהערליכע שפעקולאציעס ארום די מארד פון א טעראריסט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אומ-אויפהערליכע שפעקולאציעס ארום די מארד פון א טעראריסט

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג פאברואר 21, 2010 7:25 am

אומ-אויפהערליכע שפעקולאציעס ארום די מארד פון א טעראריסט



מאחמוד על-מאבחוח, א הויך-ראנגיקער חאמאס באאמטער און הויפט וואפן סוחר וועלכער האט אקטיוו אנטייל גענומען אין די פארכאפונג פון צוויי איזראעילי זעלנער, איז דערמארדערט געווארן אין א האטעל אין דובאי יאנואר 20.

ביז אהער האט שוין יעדער געהערט.

די אלטע נייעס וויל אבער נישט אראפגיין פון סדר היום. פארקערט גאר. ווי א טאג עס גייט פאריבער, מערן זיך נאכאנאנד שפעקולאציעס און טעאריע'ס דערוועגן. נאך איידער דער הויפט פאליציאנט פון דובאי 'דאהי חאלפאן טאמים' האט געזאגט די וואך אז ער איז 99% זיכער אז די איזראעילי מוסד שטייט אונטער די מארד, כאטש ער האט נישט פאַרעפענטליכט קיין באווייזן, איז שוין יעדער זיכער געווען אז טאקע נאר מדינת ישראל האט עס אויסגעפירט.

פונקט ווי ביי יעדע אטענטאט – קענעדי און ראבין יוכיחו – לויפן ווילד צענדליגע שפעקולאציעס קאנספיראציע טעאריע'ס, איינע פונקט פארקערט פונעם צווייטן. דאס מאל אבער, איז די גרעסערע טייל פון די פרעסע היבש זיכער אז יד ישראל באמצע.

עס וועט זיין אינטערסאנט אנצומערקן אז בנוהג שבעולם, ביי יעדע פארברעכן וואו די געריכט האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין אורטייל אויף דעם שולדיגן, רופט מען אים אן א "פארדעכטיגטער." אפילו אין פאל פון חאליד שעיך מוחאמעד, וואו ער האט שוין מודה געווען אין זיין טייל אין אויספלאנירן די גרויזאמע סעפ. 11 אטאקעס און זאגאר פארלאנגט דעם טויט אורטייל, באטיטל'ט אים די פרעסע אלס דער וואס האט "אנגעבליך" אויספלאנירט די 9/11 אטאקעס. קיינער שרייבט נישט ארויס אפן: "דער בארבארישער מערדער וואס איז שולדיג אין די מארד פון כמעט 3000 אמעריקאנער בירגער." מה שאין כן דא, וואו קיין קראנטע באווייזן זענען נאכנישט פאַרעפענטליכט געווארן און מען האט נאכנישט געטראפן קיין ממשות'דיגן מענטש אויף וועמען אנצוטייטלען כי הוא זה, קווענקלט נישט די פרעסע צו באטראכטן די אטענטאט אלס "די מוסד מארד".

אבער דאס קימערט אונז גאנץ ווייניג, און מיר וועלן נישט פארלירן קיין שלאף דערוועגן. עס איז בלויז נאך א געלעגענהייט זיך צו באקענען מיט די היפאקריזם אין די אלגעמיינע מידיע.

פאקטיש איז אלעס דערווייל נישט מער פון שפעקולאציעס, און מיר וועלן באלד אויסרעכענען די סאמע אנגענומענסטע. אבער קודם לאמיר באטראכטן עטליכע העדליינס וועלכע וועלן אונטערשטרייכן די פונקט וואס מיר האבן איצט דערמאנט.

מיר וועלן נישט צוריקגיין צו ווייט - נאר ביז מיטוואך (פר' תרומה) - צו זעהן ווי די אייראפע'אישע פרעסע איז געגאנגען א טריט ווייטער ווי די אראבישע פרעסע, און אפן באשולדיגט מדינת ישראל אין מאבחוח'ס טויט.

פון די העדליינ'ס:
• די 'מוסד טויט איינהייט' האט געגאנבעט פאספארט איינצעלהייטן פון ענגלישע בירגער (די ענגלישע טיימס)
• טעראר פון אומשולדיגע ענגלענדער באטיטל'ט אלס מערדער: פארוואס פונקט אונז? פרעגן ענגלענדער וועמענ'ס אידענטיטעט'ן זענען געגאנבעט געווארן דורך די 'מוסד אטאקע איינהייט'. (דעילי מעיל)
• אן אנדער ארטיקל אינעם זעלבן דעילי מעיל אונטער'ן העדליין "אריינגעשלעפט אין א מוסד מערדעריי אינטריגע" און אונטער די בילדער ווערן די מענטשן באצייכנט אלס "מוסד אגענטן" און "מוסד מערדער".
• דאנערשטאג שרייבט די 'גארדיען' אן ארטיקל: "איזראעילי מארדן: פאספארטן צו מארדן" (א ווערטער שפיל פון 'לייסענס טו קיל')
• א בי.בי.סי. ראדיא נאכמיטאג שאו האט געזאגט די פאלגענדע: 1 מיליאן אידן גרייט צו שטיצן לאקאלע מוסד הינריכטונגען.

אנדערע צייטונגען, היגע און אינטערנאציאנאלע, מישן אויס פאקטן מיט הוילע שטותים וועגן די פארדעכטיגטע היסטאריע פון הינריכטונגען אויסגעפירט דורך מדינת ישראל אגענטן איבערן גארער וועלט.

אויף סי.ען.ען. אינטערנעשאנעל האבן די ערשטע פיר נייעסן מיטוואך גערעדט פון על-מאבחוח'ס מארד, כאטש עס האט שוין פאסירט פיר וואכן צוריק. ערשט נאכדעם האט סי.ען.ען. אזוי דרך אגב'דיג באריכטעט אז מען האט געכאפט דעם העכסט ראנגיקער טאליבאנער זינט 2001, א נייעס וואס איז לכאורה פיל מער וויכטיג, סיי בנוגע אינטערנאציאנאלע פאליטיק, און אוודאי דא אין די פאראייניגטע שטאַטן.
און דאנערשטאג אינדערפרי? ווידעראמאל האט סי.ען.ען. אנגעהויבן די נייעס מיט א סעריע באריכטן וועגן די דובאי נושא במשך 7 מינוט, די בי.בי.סי. 8 מינוט, און שפעטער האבן די צוויי גרויסע נייעס אגענטורן אויך גערעדט עטליכע סעקונדעס וועגן די מאסיווע שלאכטפעלד אין אפגאניסטאן אין וועלכע אמעריקאנע און ענגלישע זעלנער שפילן די הויפט ראלע, אויף יוצא צו זיין.

דערפאר איז אינטערסאנט צו הערן איינעם זינגען א פארקערטע ניגון. דער געוועזענער רעדאקטאר פון די ענגלישע "די זון" צייטונג\טאבלויד זאגט: "איך וואלט געווען גאר פרייליך טאמער איינער זאל נוצן מיין פאספארט צו הארגענען אזא באראבארישער חאמאס טעראריסט."...

די כראנאלאגיע פון די אטענטאט איז שוין וואויל באקאנט. מיר וועלן דעריבער זיך פארנעמען בלויז מיט די שפעקולאציעס און באמערקונגען וואס זענען אויפגעברענגט געווארן אין די פרעסע, און איבערלאזן פאר אייך צו באשליסן וועלכע לייגט זיך מער אויפ'ן שכל, וועלכע איר ווילט אדאפטירן. עס וועט אייך לכאורה העלפן אין באטראכט צו נעמען וואס מיר זאגן געווענליך ביי אזעלכע פעלער: "די אפיציעלע ווערסיע איז זיכער נישט וואר."

קורץ און שארף:
וויבאלד עס איז גאנץ קלאר געווען פון אנפאנג אז די פאספארט שטעגל וועט פירן קיין מדינת ישראל, זענען אויטאמאטיש פארהאן דריי הויפט טעאריעס.
1. אז א צווייטע שפיאנאזש אגענטור אדער קרימינאלע גרופע האט אויסגעפירט די אטאקע און פרובירט ארויפצולייגן די שולד אויפ'ן מוסד.
2. אז די מוסד האט זיך פארפלאנטערט און דורכגעפאלן, און נישט געקענט אפווישן זייערע פיסטריט.
3. אז די מוסד האט געוואלט ווייזן זייער מאכט למען ישמעו ויראו, אז אנדערע חאמאס'ניקעס און טעראר גרופעס זאלן כאפן דאס קדחת, אבער גלייכצייטיג זאל די מוסד קענען שרייען "נישט איך".

אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, זענען פארהאן פיל מער טעאריעס, און פון די דריי שפראצן אויך א גאנצע טוץ פרישע טעאריעס טעגליך. וועלן מיר צונעמען די דריי, און דרך אגב אויך אנרירן נאך עטליכע.

אויפ'ן ערשטן טעאריע פרעגט זיך באלד די פראגע: טאמער נישט די מוסד, ווער דען? די ערשטע פראגע וואלט באמת געדארפט זיין אט דאס: וועמען שטייט אויס צו פארדינען פון אזא מארד? און די פראגע האט פיל ענטפערס:

מאחמוד על-מאבחוח האט געהאט אן א שיעור שונאים, פערזענליך און קעגן זיין טעראר גרופע. די איזראעיליס יאגן זיך שוין יארן נאך אים אלס מערדער פון צוויי איזראעלי זעלנער. אבער אלע שפיאנאזש אגענטורן האבן אים געקענט אלס וואפן סוחר וואס האנדלט מיט איראן. דאס מיינט אז ער איז אויפ'ן ליסטע פון די סי.איי.עי. און כמעט אלע מדינות אין די מיטל מזרח. מען קען צושטעלן צו די ליסטע אלע טעראר ארגאניזאציעס אין די אראבישע וועלט, און אויך דאן איז די ליסטע ווייט נישט פארטיג. די 'על-בוסטאן ראטאנא' האטעל וואו מען האט אים געהארגעט פארמאגט טאקע א רעפוטאציע אלס באגעגעניש פונקט פאר וואפן האנדלער, שפיאנאזש אפיצירן, און מאפיאנערן.

פון די הויפט מעגליכע פארדינער פון די אטענטאט: פי.על.או. די היינטיגע פאטאח. אלס חאמאס מיטגליד ווערט על-מאבחוח באטראכט אלס שונא נומער איינס פון פאטאח. די צוויי פאלעסטינער וועלכע ירדן האט ארעסטירט אונטערן פארדאכט פון אנטייל נעמען אין די מארד און געליפערט קיין דובאי, געהערן ווירקליך צו אבאס'נס פאטאח. איינער איז אחמאד חאסנין, אן אגענט פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט שפיאנאזש, און דער צווייטער, אנוואר שעחייבער, אן איינגעשטעלטער ביים פּאַלעסטינער אויטאריטעט אין ראמאללא. לויט אנדערע באריכטען זענען ביידע נאר געוועזענע מיטגלידער פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט זיכערהייט קרעפטן. די צוויי זענען אנטלאפן פון עזה ווען חאמאס איז געקומען צום מאכט. פארשטייט זיך אז פאטאח לייקנט עס שטיין און ביין, אבער אין חאמאס באטראכט מען פאטאח אלס הויפט פארדעכטיגטער.

און דאס זעהט מען אויך פון די נייעס באריכט, ווי פאלגענד: די צוויי פאלעסטינער וואס געפינען זיך אונטער דובאי פאליציי ארעסט, האבן קאלאבארירט מיט די מארד איינהייט וואס האט געהארגעט על-מאבחוח. זיי האבן געארבעט פאר א ריעל-איסטעיט אגענטור וואס געהער פאר מוחאמאד דאחלאן.

ווער איז דער דאחלאן? א געוועזענער זיכערהייט שעף פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט אין עזה. דאחלאן לייקנט די באשולדיגונג און זאגט: "איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיינע פון די צוויי און בין נישט באקאנט מיט זיי. איך האב נישט קיין שייכות מיט די על-מאבחוח אטענטאט." ער זאגט אז אלע באווייזן פון די דובאי פאליציי טייטלען אין די ריכטונג פון מדינת ישראל, און אז "ליידער טוט חאמאס נישט לייגן דעם געוויכט אויפ'ן ריכטיגן קרימינאל (מדינת ישראל) נאר לויפט נאך אויגן-פארבלענדענישן געשאפן דורך מדינת ישראל."

פון דא דרינגען מיר, אז חאמאס האלט בשיטה אז דאס איז א פּאַלעסטינער אויטאריטעט דזשאב. ווידער די פאלעסטינער לייקענען, און געוויסע צווישן זיי זאגן אז עס איז גאר אן אינערליכע חאמאס דזשאב.

ביי אונז איז נישט אפגעפרעגט די מעגליכקייט אז די אקציע איז א רעזולטאט פון א צוזאמארבעט פונעם מוסד און פאטאח, אזוי ווי זיי קאלאבארירן טאג-טעגליך ארעסטירנדיג חאמאס'ניקעס אין די מערב ברעג. עס קען אויך זיין אז די פאלעסטינער האבן גארנישט געוואוסט אז זיי ארבעטן דא מיט מוסד אגענטן.

אבער עס איז גאנץ מעגליך אז חאמאס אליין האט אים אפגעווישט. פארוואס? גיי ווייס. אפשר איז ער שוין געווארן צו גרויס און מעכטיג אין די טעראר ארגאניזאציע און באדראעט די איצטיגע חאמאס פירער? דערצו אז זיי קענען אים נוצן צו פארשווארצן דעם פנים פאר מדינת ישראל? נישט לאנג איז באריכטעט געווארן פון חאמאס קוועלער אין די על-מאבחוח פאמיליע אז קוים עטליכע מאנאט צוריק האט חאמאס פראדוצירט א פילם אויף וועלכע על-מאבחוח דערציילט וועגן זיין ראלע אין די קידנעפינג פון די מדינת ישראל זעלנער. לויט זיין פאמיליע האט ער נישט געוואלט מען זאל אפכאפן אזא ווידיאו וואו ער דערציילט סודות פון חדר, אבער קיין סאך ברירות נישט געהאט.

מען האט אים געצוואונגען דערצו, און צוגעזאגט אז מען וועט פארטושן זיין פנים אין די ווידיאו נישט צום דערקענען, א זאך וואס מען ענדע נישט געטוהן און ער האט זיך טאקע שטארק געבייזערט דערויף. ס'פשט פון די פילם? כדי יעדער זאל פארשטיין פארוואס די מוסד האט אים ערלעדיגט? דערצו פרעגן אלע: פארוואס ביי די רייזע איז ער געפארן אן זיינע לייב-וועכטער, ווען ער איז קיינמאל פארדעם נישט געפארן אין ערגעץ אן זיי? די תירוץ אז זיינע וועכטער האבן פערצופאל נישט געהאט קיין פלאץ אויף די פליגער און האבן געדארפט אנקומען א טאג דערויף, לייגט זיך עפעס נישט אויפ'ן שכל.

מען דארף אויך אין אכט נעמען אז על-מאבחוח איז געפארן קיין דובאי אויף א פאלשע פאספארט. דעריבער וואלט זייער שווער געווען פאר'ן מוסד אים נאכצושפורן און אויסשטעלן א מארד פרואוו לויט זיין אומבאקאנטע רייזע פלאן. אבער חאמאס האט געקענט זיינע פלענער און געוואוסט פונקטליך וואו ער פארט. זיינע פלענער זענען אויך באקאנט געווען פאר די איראנער און פאר סיריע. און טאמער האבן זיי עס נישט אליין דורכגעפירט, האבן זיי מעגליך ארויסגערינען די אינפארמאציע פאר'ן מוסד?

און זעה נאר זעה: גאלף-ניוז.קאם דערציילט, אז "נאך א פארדעכטיגטער אין סיריע איז ווייזט אויס א הויפט חאמאס קעמפער, לויט אגענטורן."

פארהאן א טעאריע אז וויבאלד על-מאבחוח איז געווען א בירגער פון סיריע און זיי האבן מער-ווייניגער געוואוסט וואו ער דרייט זיך, איז דאס געווען א "גוטע-ווילן" געשאנק פאר מדינת ישראל צו ברעכן די אייז איידער די בעפארשטייענדע 'פרידן-פארהאנדלונגען' וואו די גולן-הויכן וועלן זיין אויפ'ן שנייד-ברעט. דאס שטימט אבער נישט, ווייל ביז דערווייל האט נאר מדינת ישראל דערלאנגט געשאַנקען פון "גוטן ווילן" פאר די פּאַלעסטינער אויטאריטעט און אלע שכנים, נישט פארקערט.

די רעגירונגען פון ירדן און עגיפטען (וואו מאבחוח האט פארברענגט אין טורמע אין יאר 2003) זוכן שוין מאבחוח א שטיק צייט. אין די אראבישע פרעסע האבן טייל באריכטעט אז די אפעראציע קעגן מאבחוח איז די ארבעט פון אן אראבישע רעגירונג אדער די פּאַלעסטינער אויטאריטעט, און די פאטאגראפירטע אינדעווידואלן האבן נישט קיין שייכות דערמיט.

טאמער וואלט על-מאבחוח געהאט ערפאלג אין זיין שווארצע וואפן געשעפט וועלכע האט געזאלט שמוגלען קיין עזה ווייט-שטרעקיגע מיסילס וואס קענען לייכט דערגרייכן תל-אביב און די איבריגע פון לאנד, און חאמאס וואלטן חלילה גענוצט די מיסילס, וואלט די גאנצע ראיאן אויפגעפלאקערט אין א קריג ה"י. די לאקאלע טעראר ארגאניזאציעס, חיזבאללא-&-קא., האבן שוין נישט איינמאל אפן געזאגט אז די קומענדיגע קריג וועט האבן ווייט-גרייכענדע קאנסעקווענצן אין גאנצן ראיאן און אז דאס מאל וועט חאמאס נישט שטיין אליין. מדינת ישראל וואלט אוודאי נישט שולדיג געבליבן, און געשאסן אויף אלע פראנטן. ווער וואלט דירעקט געליטן דערפון אויב נישט די אראבישע רעגירונגען אין די שכינות? אומדירעקט וואלטן אויך א גאנצע רייע מערב-וועלט לענדער געליטן פון אזא קריג. אצינד פרעגט זיך די פראגע: וואס וואלטן דען די אלע לענדער נישט געטוהן כדי צו פארמיידן אזא סיטואציע?

מען דארף אויך אין אכט נעמען די מיסטעריע פון די "פארשוואונדענע איראנער", ד.ה. איראנער וועלכע ווערן פארשוואונדן נאכאנאנד, און קיינער ווייסט נישט וואו זיי זענען אהינגעקומען אדער ווער איז פאראנטווארטליך דערויף. אין די לעצטע יארן זענען עטליכע הויך-ראנגיקער איראנער פארבינדן מיט זייער שפיאנאזש אגענטור און\אדער נוקלאערע פראגראם פארשוואונדען געווארן שטילערהייט. דער לעצטער פון וועלכע מען ווייסט, אויפ'ן וועג קיין מעקא. אנדערע זאגן אז די סאוידיער מישן דא אין די איראנער טאפ, און זיי האבן איצט ווידעראמאל אריינגעשטעקט זייער קאך-לעפל.

אביסעלע באקאנט מיט חאמאס זענען זיי דאך זיכער, זייענדיג פון די גרעסטע שטיצער
פון חאמאס.

די ליסטע פון מעגליכע פאראנטווארטליכע אין די מארד איז לאנג, אבער ווי אזוי קען א צווייטער חוץ פונעם מוסד פארשאפן די נעמען פון מדינת ישראל איינוואוינער מיט ענגלישע פאספארטן? (צוויי וועלכע וואוינען אין בית שמש, איינער א כולל אינגערמאן אין בני ברק...) שוין, דאס איז דאך א קלייניגקייט. פלי-געזעלשאפטן היינטיגע טעג האלטן דעטאלירטע פאסאזשיר רעקארדס און סיי ווער האט געקענט ארויסבאקומען איינצעלהייטן פון ענגלישע און אנדערע פאספארט אייגענטימער וועלכע זענען אין די פארגאנגענהייט געפלויגן קיין מדינת ישראל, און דאן נוצן די נעמען אין א פרואוו צו טייטלען אויף מדינת ישראל.

די דובאי אויטאריטעט'ן האבן נישט צוגעשטעלט קיין קראנטע באווייז קעגן די מוסד, בלויז א סעריע בילדער און ווידיאוס פון איינצעלנע האטעל געסט וועלכע האבן זיך מעגליך געקענט, אדער נישט. אה, זיי זענען אלע אנגעקומען און אוועקגעפלויגן פון דובאי אין בערך די זעלבע צייט איידער און נאך די מארד פון-און-צו אנדערע לענדער! אהא, דאס איז דאך א בפירושע ראי'! ריכטיג, מען זעהט נישט קיינעם אויפ'ן ווידאו דורכפירן א פארברעכן. אבער גענוג אז זעקס איזראעיליס זענען אויפ'ן ליסטע, און אלע זאלן קומען צו די געוואונטשענע מסקנא. סיי וועלכע אגענטור וואס זאל וועלן ארויפווארפן די שולד אויפ'ן מוסד וואלט געטראכט פון אזא אינטריגע.

ווידער די אייגענטימער פון די פיר (יא, עס האלט שוין ביי 4) געפעלטשטע פאספארטן פון אירלאנד, זענען קיינמאל נישט געפלויגן צום מיטל מזרח, לויט די 'אייריש טיימס'. טא ווי אזוי קומען זיי דא אריין אין בילד?

צווישן אונז גערעדט, עס איז אנגענומען איבער'ן וועלט אז די דובאי'ער פאליציי טויגן נישט צו טרעפן אפילו א טראפעלע בלוט אין א שלאכט-הויז. דערפאר איז גאנץ מעגליך אז זיי האבן באשלאסן צו פארשלייערן זייער שאנדע מיט א פי.אר. קאמפיין מיט א לעכערליכע זאמלונג פון בילדער, ווידיאוס, און נעמען. בערך ווי דער לא-יוצלח'דיגער פישערמאן וואס דערציילט וועגן דעם ריזן וואל-פיש וועלכע ער האט "כמעט געכאפט".

די צווייטע הויפט-טעאריע אז די מוסד האט זיך פארפלאנטערט און דורכגעפאלן, און נישט באוויזן צוצודעקן זייער טריט, איז פארט מעגליך. מיר האבן דאס געזעהן אין '97 ביים דורכגעפאלענעם אטענטאט אויף חאלעד מעשאל אין ירדן. אבער לאמיר אייך פרעגן: טאמער דער נארישער שווארצער גנב וועלכער לקח'נט פון די שאפעס אין א געז-סטאנציע געשעפט ווייסט קודם אויפצוזוכן די סעקיוריטי קעמערעס און זעהט אז זיי זאלן אים נישט כאפן בשעת מעשה, ווייסן דאס נישט די ערפארענע מוסד אגענטן וועלכע שמ'ן אלס די בעסטע אין זייער פעלד? אויף איינע פון די בילדער זעהט מען גאר ווי איינע פון זיי שמייכלט אין ריכטונג פון די קעמערע. כ'מיין, קיין טיפשים זענען זיי דאך נישט.

פון 11 ביז 18 מענטשן האבן אנטייל גענומען אין די אקציע. קען דען נישט איין איינצעלנער מוסד אגענט זיך צושארן צו על-מאבחוח אין די האטעל לאבי און אריינווארפן א פּיל אין זיין גלעזל קאווע וואס וועט אים פאראורזאכן א לעגיטימע הארץ אטאקע ביז פינף מינוט? דאן קענען זיי רואיג אריינגיין אין זיין צימער און זאמלען פון דארט אלע זיינע חפצים. איך דארף זיי געבן עצות? אוודאי קען מען נישט אויסשליסן די מעגליכקייט אז זיי האבן אים אויסגעפארשט איידער'ן ערלעדיגן, אבער פאר דעם וועט די מוסד נאכנישט ריזיקירן מיט 11 אגענטן פאר איין טעראריסט.

סיבות פארוואס מדינת ישראל זאל עס טוהן פעלט נישט. גענוג צו דערמאנען די איין-זייטיגע גאלדסטאון באריכט וועלכע האט פאקטיש גע'אסר'ט פאר מדינת ישראל זיך צו פארטיידיגן אין די צוקונפט פון מיסילס פון עזה, מיסילס וואס שטעלן דעם גאנצן לענדל אין געפאר. ממילא דארף נישט זיין קיין חידוש אז מדינת ישראל האט באשלאסן צו גיין א טריט פאראויס און פרובירן פארמיידן די מיסילס פון אנקומען קיין עזה. דערצו אז מען הערט פון געוויסע קוועלער אז דאס מאל האט ער געפלאנט איינצוהאנדלען פון די ריכטיגע סחורה.

די גארדיען באריכטעט אז ענגלאנד האט אריבערגערופן דעם איזראעילי אמבאסאדאר "מיטצוטיילן אינפארמאציע" וועגן די באנוץ פון די געגאנבעטעט אידענטיטעט'ן פון זעקס בריטישע בירגער וואס וואוינען אין מדינת ישראל. די גארדיען באשרייבט עס אין שווארצע פארבן: "ענגלאנד האט געשאסן די ערשטע שאס נעכטן נאכט אין א מעגליכע אויפרייסענדע דיפלאמאטישע קריזיס מיט מדינת ישראל." די גארדיען קען אבער נישט ציטירן פון קיין באאמטער מער אינפארמאציע וועגן דעם מיטינג, נאר אז אן אנאנימער באאמטער האט זיי דערציילט אז "באציאונגען זענען איצט 'טיף פארפרוירן'," אלס רעזולטאט פון די סומאטאכע.

כאטש די פירער אין ענגלאנד און אויסערן סעקרעטאר מיליבאנד האבן עפענטליך אויסגעדריקט "אויפברויז" אויף די באנוץ פון געפעלטשטע פאספארטן, לייענען מיר פון דאָנקען גארדהאם, דער זיכערהייט קאראספאנדענט פון די ענגלישע דעילי טעלעגראף, אז די באציאונגען צווישן די ענגלישע MI6 און די מוסד זענען געווארן גאר נאענט אין די לעצטע יארן צוליב די "הויפט באשעפטיגונג אויף ביידע זייטן מיט די נוקלאערע פראגראם אין איראן."

דאס קען אפשר ערקלערן די עדיטאריעל פון דעם עקסטרעם-לינקן אינדעפענדענט קאלומניסט ראבערט פיסק וועלכער זאגט אז "די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן פארדעכטיגן אז אייראפע'ס צוזאמענארבעט מיט מדינת ישראל האט אריבערגעטרעטן די ליניע צו אומלעגאליטעט, ווען ענגלישע פאספארטן און פון אנדערע אייראפע'אישע לענדער קענען אצינד גענוצט ווערן צו שיקן איזראעילי אגענטן אריין אינעם גאלף צו הארגענען מדינת ישראל'ס שונאים."

פיסק ציטירט פון א "העכסט-פארלעסליכע" קוואל אין די אראבישע עמיראט וועלכער זאגט אז "די ענגלישע פאספארטן זענען געווען אויטענטישע. זיי זענען האלאגראם בילדער מיט די ביא-מעטרישע זיגל, נישט געפעלטשעוועט אדער נאכגעמאכט." דאס זעלבע איז אויך באריכטעט געווארן אין עטליכע לאקאלע צייטונגען אין דובאי.

ער וואונדערט זיך אויך הויעך: פארוואס האבן ענגלאנד און אירלאנד נישט אויפמערקזאם געמאכט פאר די אינטערפאל וועגן די באנוץ פון די פאספארטן?
אנדערע ציטירן פון א ענגלישע שפיאנאזש אגענט אז מדינת ישראל האט מודיע געווען פאר ענגלאנד איידער'ן אטענטאט.

פון די אויבענדערמאנטע איז נאכנישט משמע אז מדינת ישראל שטייט אונטער די מארד, דירעקט אדער אומדירעקט. נאר אז זיי האבן מעגליך געוואוסט און אפשר גאר אנטיילגענומען דערין. אבער טאמער עס איז טאקע יא געווען די מוסד, האבן זיי זיך פארפלאנטערט און מיאוס דורכגעפאלן, אדער געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר חאמאס און אנדערע טעראר גרופעס?

מארוואן בושארא א שרייבער אויף אן 'על-דזשאזירא' בלאג גלויבט אז דאס איז נישט געווען קיין דורכפאל. ער גלויבט נישט "אז די מוסד איז אזוי שלאמפיג." און כאטש "מדינת ישראל'ס אראגאנץ האט געפירט צו א צאל זיכערהייט דורכפעלער במשך די יארן, און דאס קען זיין נאך אזא פאל, זעהט די אפעראציע אויס מער ווי א דוקא'דיגע אקט פון אראגאנץ." לויט אים האט "די מוסד געדארפט ארבעטן גאר שווער זיך אויפצופירן אזוי אומ-פראפעסיאנאל," ווייל זיי טויגן שוין איינמאל. דאן פרעגט ער אלע פראגעס וואס יעדער וואונדערט זיך און מיר האבן שוין פריער געפרעגט, און לייגט נאך צו די וואונדער איבער די מוסד'ס באנוץ פון איזראעילי איינוואוינער'ס פאספארטן אנשטאט אויסגעטראכטע נעמען און פאלשע איי.די'ס און נאך.

דערפאר קומט ער צו די מסקנא, אז די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטורן "ווילן ענדערש מען זאל פון זיי ציטערן, ווי איידער מען זאל זיי רעספעקטירן."

אין א פרישערע ארטיקל שפעקולירט ער, אז דערפאר איז די אמעריקאנע רעגירונג אזוי שטיל וועגן דעם אינצידענט, ווייל זיי זענען ברוגז אויף דובאי פאר'ן אונטערשטעלן א פיסל אין די סאנקציעס קעגן איראן. ווילאנג דובאי הערט נישט אויף האנדלען מיט איראן קענען די סאנקציעס נישט זיין ווירקזאם, ציטירט ער פון בלומבערג ניוז.

בושארא זאגט אז דאס קען ערקלערן פארוואס אמעריקע איז אזוי שטיל איבער מדינת ישראל'ס חוצפה. ער ברענגט א מיינונג אז דערפאר זענען די (מוסד) מערדער געגאנגען אנגעקליידענט מיט 'טעניס' אנטועכץ, אלס א דערמאנונג פאר דובאי וועלכע האט נישט געוואלט שענקען אן איינטריט וויזע פאר א מדינת ישראל 'טעניס' ספארטלער פאראיאר.

אצינד קומט אבער גוטע נייעס. נאך אביסל וועלן מיר שוין קענען אויפהערן שפעקולירן. דער דובאי פאליציי שעף 'דאהי חאלפאן טאמים' זאגט, אז די פאליציי ווארט איצט אויף די ענטגילטיגע 'פארענסיק' באריכט, וועלכע וועט "אנטפלעקן נאך איבערראשונגען."

ער זאגט אויך אז "די נייע עלעמענטן און ווייטערדיגע אויספארשונג וועט אוועקנעמען אלע איבערגעבליבענע ספיקות וועגן די מסוכנ'דיגע פארדעכטיגטע פארשוינען פארמישט אין די פארברעכן."

אבער וויבאלד ער האט שוין געלאזט הערן זיין מיינונג אז "אלע באווייזן צייגן גאר שטארק אז די מוסד איז פארמישט", און אז "דאס איז 99%, אויב נישט 100% די ארבעט פון די מוסד", קענען מיר זיך שוין פארשטעלן אומגעפער וואספארא סארט נייע "איבערראשונגען" די ענטגילטיגע באריכט וועט אנטדעקן.

ערשט דאן וועלן ווילדע שפעקולאציעס און קאנספיראציע טעאריעס אנהויבן שפראצן פונדאסניי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג פאברואר 21, 2010 8:00 am

אומ-אויפהערליכע דאנקען פון אייער שטענדיגער ליינער, אן אויפריכטיגער אפהאנדלונג ארומנעמענדיג אלע אספעקטן אווי תמיד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג פאברואר 21, 2010 9:21 am

מורא'דיג אינטערעסאנט און ארומנעמענד.
טענקס
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג פאברואר 21, 2010 9:43 am

הנאה געהאט צו לייענען, יישר כח, דאנקע, תודה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג פאברואר 21, 2010 10:33 am

גאר גאר אינטערסאנט, א דאנק א שיינעם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » זונטאג פאברואר 21, 2010 10:51 am

די ארבעט פון געהיימע אגענטן, איז גאר אן אינטערעסאנטע מלאכה. ביכער אן קיין צאל זענען פארעפנטלעך געווארן אין דעם געביט. דער מענטשלעכער דמיון טראגט זיך אפט מאל א סך ווייטער פונעם ווירקלעכקייט.

אין ישראל על כל פנים, נעמט מען זיך נישט איבער פון די אנטפלעקונגען וועלכע די דובאינער האבן פובליקירט. די היגע פרעסע זעט אין דעם, נישט מער ווי "א שטורעם אין א גלאז וואסער". מיניסטארין, כנסת דעפוטאטן, מיליטערישע לייט וואס ווערן אינטעוויוירט, זענען בדעה אז דער עניין וועט גאנץ שנעל ארופגיין פונעם סדר היום.

די אונטערשטע שורה איז, אין דאס איז דאס וויכטיקסטע, אז דער פארשוין ליגט שוין אין ד'רערד, און קען מער נישט מזיק זיין. כן יאבדו כל אויבך ישראל.

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 10:57 am

תגובהדורך mz1268 » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:00 am

א גאנץ יאר פרייליך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:21 am

שכויח יודל, זייער שיינער ליקוט איבער די סוגיא פון על מבחוח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:44 am

נאך פאר איך לייען עס:

איך בין יעצט זינטאג מיטאג אריינגעקומען אין אפיס בכדאי צו מאכן א לענגערען אפהאנדלונג איבערן טויט פון דעם טערארירסט און אלע אירע קאנספיראציע'ס ארום איר און די מעגליכע קאנסטקאווענצן פאר 'מוסד' אא"וו, אבער פונקט טרעף איך אז אונזער אלעמער באקאנטער ר' יודל האט דאס שוין געטוען און פארשטייט זיך אויף אסאך א שענערן וועג ווי עס איז געווען מיין פלאן און איך וואלט געקענט.

נו, גיימער ליינען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:55 am

ר' יודל געוואלדיגע ארבעט א פלעזשער צו ליינען

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג פאברואר 21, 2010 12:36 pm

א הארצליכע דאנק פאר אלע מגיבים הי"ו.

צייטליך האט געשריבן:איך בין יעצט זינטאג מיטאג אריינגעקומען אין אפיס בכדאי צו מאכן א לענגערען אפהאנדלונג איבערן טויט פון דעם טערארירסט און אלע אירע קאנספיראציע'ס ארום איר און די מעגליכע קאנסטקאווענצן פאר 'מוסד' אא"וו, אבער פונקט טרעף איך אז אונזער אלעמער באקאנטער ר' יודל האט דאס שוין געטוען און פארשטייט זיך אויף אסאך א שענערן וועג ווי עס איז געווען מיין פלאן און איך וואלט געקענט.


איך האב קוים ארויסגעברענגט עטליכע פונקטן. עס איז נאך פארהאן אסאך וואס איך האב נישט געדעקט, מסתם מער פון וואס יא. אדרבה, זייט משלים את החסר.

טאמער האט איר באמערקט, איז די גאנצע ארטיקל מיט אלע שפעקולאציעס גאר פורים'דיג געשטימט. דער "עד דלא ידע" פארנעמט דא די חשוב'סטע פלאץ ביים אויבן-אן!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 21, 2010 12:58 pm

ר' יודל. גאר רייך און אינהאלטרייך. פונקט ווי אנדערע פראביר איך אויך מיטצוהאלטן די נייעס טאג-טעגליך מיט אלע אירע פרישע איבעראשונגען און אנטווקלונגען. אבער איך בין געבליבן ביי די מסקנה (ווער בין איך?) אז מוסד האט דאס געטוען.

צום אלעם ערשט. וואס איז פשט אז מ'האט נאכנישט געהערט אין די לעצטע פיר וואכן זינט עס האט פאסירט קיין שום אנטווארט פון מוסד? זיי האבן דאס אפציעל ניטאמאל איינמאל געלייקענט! א זאך וואס איז יעדן טאג אין די אינטערנאצינאלע נייעס. עס קען טאקע זיין אז אפילו זיי האבן דאס נישט געטוען זענען זיי מסכים כאטש אנציווארפן א שרעק אויף די טעראריסטן אז זיי זענען דאס אומשטאנד צוטוען. אבער נישט ווען עס ווערט שוין אזוי היציג און עס האלט שוין אז דער פיר און זעכציג יעריגער 'מוסד' בעה"ב האט דרוק צו רעזיגנירן.

אגב. היינט איז ארויסגעקומען א באריכט אין די "סאנדעי טיימס" אין לאנדאן וועלעכער ציטירט פון אינווייניגסטע קעוועלער אינערהאלב 'מוסד' די דאזיגער באריכט:

"אין אנפאנג יונאור זענען צוויי שווארצע A6 אודי לעמעזינען אריינגעפארן צו די הויפט אריינגאנג צו א בנין אויף א קליינער בארג אין צפון תל-אביב, די הויפקווארטיר פון 'מוסד', די שפיאנאדזש זיכערהייט איינהייט פון מדינת ישראל."
"בנימין נתניהו, דער פרעימיער מיניסטער טרעט ארויס פון זיין אויטא און ווערט באגריסט דורך מאיר דאגאן, דער 64 יעריגער הויפט פון 'מוסד'."
"דאגאן וועלכער גייט מיט די הילף פון א שטעקן זינט ער איז פארוואונדעט געווארן אין זיינע אינגע יארן ביי איינע פון זיינע מיסיע'ס האט געפירט נתניהו און נאך א גענעראל צו א געוויסער קאנפרענץ צימער."
"לויט קוועלער וועלעכע ווייסן וואס עס טוט זיך אין 'מוסד' זענען דערביי געווען עטליכע פארשוינען פון א 'היט גרופע' (וואס פירן דורך די דאזיגע ארבייט) נתניהו וועלעכער האט דאס לעצטע ווארט האט געקריגן עטליכע באריכטן איבער על-מאבחוח און די פלענער אויף פאראויס."
"נתניהו האט געגעבן דעם אקעי און אינטערגעשריבן דעם טויט אורטייל צו גיין ווייטער."


דער באריכט מיז נישט זיין אמת און קען זיין צווייפלהאפטיג ווי אלע אנדערע. אבער עס איז איינע פון די באריכטן וואס גייען שוין אזוי ווייט און דערציילן אז נתניהו האט פערזענליך מיטגעהאלטן דעם גאנצן זאך און דאס אינטערגעשריבן.

יעצט צו טראכטן אז די אראבער צווישן זיך פון פארשידענע גרופעס האבן דאס דורכגעפירט קען אייביג זיין, אבער פון ערפארונג ווייסן מיר אז די אראבער פירן נישט דורך קיין אטענטאט אויף אזא פארנעם. אויב זאל פאטאח וועלן הרג'נען א כאמאס מיטגליד וועט ער אום קאלט שיסן אויף די גאס. אדער פארכאפן אין א אויטא און אום אפשינדן די הויט פארנט פון א ווידיאו קעמערע. זאלן די אנדערע וויסן. און זיי האבן דאס געקענט טוען זינט ער איז נישט באגלייט געווארן פון קיינע לייב וועכטער.

אין פאקט איז דאס געווען גוט אויספלאנירט אז ביז 9 טאג דעראויף האט מען געמיינט אז ער איז נאטורליך געשטארבן. די וואס האבן אום ערלעדיגט האבן נישט פארגעסן אראפצולייגן אויפן טישל נעבן זיין בעט א באטעל מיט מעדעצין פאר הויכע בלוט דרוק, וואס דאס האט פאדרייט די דאקטוירים און פאליציי די ערשטע פאר טאג אז ער האט ווארשיינליך געליטן אויף הויכע בלוט דרוק.

אויך דאס איבער-פראגרעמירן זיין עלעקטאראנישער שליסל מיט וואס די חברה האבן זיך אריינבאקומען אין זיין צימער ווייזט אויף גאר א פראפעסינאלער ארבייט.

און אפילו זיי זאלן יא וועלן פארדעקן זייערע מעשים פאליטיש, וואלט מען אויף די ווידיאו בילדער געזעהן מוסלומענער. נישט קיין ווייס הויטיגע און בעסער געקליידעטע פרויען און מענער. צו ספארטלער.

קיין טענה איבער דאס אז זיי האבן נישט געוויסט איבער די ווידאו קעמער'ס איז אויך נישט קיין טענה. אזא פראפעסינאלער גרופע האט דאס זיכער געוויסט און עס האט זיי בכלל נישט געקימערט. ווייל נאכן האבן זייערע בילדער ווייסטו ווידער נישט ווער זיי זענען.

זיי זענען געווען פארשטעלטע מענטשן. ווי די ווידיאו בילדער צייגן קלאר עטליכע מאל אז די מענטשן גייען צומאל אריין אין ביה"כ מיט א בלויזן קאפ אנע האר און קומט ארויס באוואקסן. צו די פרוי גייט אריין און קומט ארויס אנדערש געקליידעט. פונקט אזוי זענען זייערע פנים'ער געווען אנדערש ווי נארמאל. און זייערע קלארע נעמען וואס מ'האט ארויסגעשטעלט זעהט מען דאך אויך אז עס איז פאלש און טראגט דיך נישט אין ערגעץ. אויך די פלעצער ווי זיי זענען געפארן טראגט נישט אין ערגעץ ווייל פון דארט זענען זיי ווארשיינליך אפגעפלויגן צוריק צו זייערע היים ערטער מיט זייער עכטן פאספארט. (אדער א דריטע..)

אלזא. זייי האבן נישט מורא געהאט פון קיין ווידיאו קעמרע'ס. זיי זענען געווען פארשטעלט. זיי האבן געהאט פאלשע פאספארטן. מ'קאן זיי ניקס טרעפן שוין מיט די פונקטליכע בילדער.

און דאס אז זיי האבן געניצט אזויפיל ווי 17 פערזאנען פאר דעם איינעם טעראריסט איז ווייל זיי האבן נישט געוואלט נעמען קיין טשאנס. יעדעס מאל ער איז ארויסגעגאנגען אדער אריין אין האטעל איז ער נאכגעפאלגט געווארן דורך א נייער גרופע אזוי אז ער האט נישט גע'חלום'ט אז ער ווערט נאכגעפאלט. ער האט נישט געזעהן צוויי מאל דעם זעלבן מענטש.

אוודאי האט 'מוסד' נישט געפלאנט אז מ'זאל זיי כאפן אזוי שנעל. און עס איז געווען אין פלאן אז ער זאל פארבלייבן געשטארבן פון נאטורליכע אורזאכן, אבער אלץ באווארענונג'ס מיטל האבן זיי דאס אלעס געטוען.

למעשה איז עס יעצט גרויסע בזיונות פאר די 'מוסד' אגענטור וועלעכע זענען שוין באוויסט מיט די דאזיגע ארבייט.

און אויב איינער לייקענט דאס איז די שטערקסטע שאלה. פארוואס טוט דאס 'מוסד' זעלבסט נישט פארלייקענען? זיי זענען די וואס ווערן באשולדיגט אונעם מארד שוין עטליכע וואכן, אבער מ'הערט פון זיי נישט קיין אנטווארט. די איזריעלישער רעגירונג האט נישט ארויסגעגעבן קיין שום אפציעלע מעלדונג איבער דעם. נו, פארוואס זאל איך נאך בכלל טראכטן אז עס איז נישט זיי ווען זיי אליין פארלייקענען דאס נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 21, 2010 1:01 pm

א הארציגן דאנק.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג פאברואר 21, 2010 2:13 pm

יודעלע און צייטי, הערליך שיין!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » מיטוואך מארטש 03, 2010 5:51 am

די ישראלדיקע ראדיא-סטאנציע גל"צ, האט היינט אנטפלעקט, אז דער ברידער פון דעם טעראריסט מאכמוד מאבכוך, איז פארהייראט מיט א יידישער פרוי וואס איר נאמען איז געווען אסתר. און זיי וווינען אין עזה.

גל"צ האט די דאזיקע אסתר אויך אינטערוויוירט. מיט א גוטן פליסיקן העברעאיש האט זי געזאגט אז זי ווייסט נישט מיט וואס איר שוואגער האט זיך באשעפטיקט, און דערציילט, אז אירע באציונגען מיט איר מאנס משפחה זענען אויפן בעסטן און שענטסטן אופן. אויף די פראגע: ווו האט זי זיך באקענט מיט איר מאן? האט זי געענטפערט, אז זי האט געארבערט מיט אים צוזאמען אין א פאבריק אין אשדוד.

איך בין געשטאנען פארבליפט הערנדיק דעם אויסטערלישן אינטערוויו.
לעצט פאראכטן דורך אריאל אום מיטוואך מארטש 03, 2010 2:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:05 am

מער אינטערסאנטער איז דער פאקט אז צו דער זעלבער צייט וואס די דוביי רעגירונג איז פארנומען מיטן באשולדיגען טאג-טעגליך די מדינת ישראל 'מוסד' פארן הריגה, טוט אבער כאמאס זעלבסט שוין גארנישט באשולדיגן מדינת ישראל.

ווי זיי טענה'ן איז דאס א אינערליכער רציחה צווישן די אראבער זעלבסט צווישן פארשידענע פראקציעס אינערהאלב די כאמאס. ר' יודל האט דעקונג פאר זיין זייט...

ווי זאגט מען. אבי נישט צווישן אידן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, א מוח, גאפל, חלה לכבוד שבת, טשיינע רב, להודיע און 55 געסט