קליינער ערעפלאן פליעט אריין אין פעדעראלע געביידע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

קליינער ערעפלאן פליעט אריין אין פעדעראלע געביידע

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:06 am

Small plane crashes into Texas office building

http://www.msnbc.msn.com/id/35460268/ns ... e/?from=ET
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:53 am

לייוו קאווערידזש פונעם עראפלאן קראך

http://www.msnbc.msn.com/id/21134540/vp ... 4#35460474
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 11:05 am

דער ערעפלאן איז דירעקט אריינגעפירט געווארן דורכן פיילאט אונעם אפיס קאמפלעקס בילדונג. מיט א גע'גנב'טער פליגער, נאכדעם וואס ער האט אינטערגעצינדן זיין אייגענער היים.

2 F16 פייטער ערעפלאנען זענען ארויפגעשיקט געווארן צום ארט, כאטש עס איז נישט אנגעגעבן געווארן אלץ קרימינאלע אדער טעראריסטישער אטאקע.

אונעם אפיס קאמפלעקס בילדונג געפינען זיך אויך די לאקאלע אפיסעס פון די פדעראלע אינוועסטיגעשאן דעפארטמענט (FBI). און אויך ארבייטן דארט בערך 200 IRS פעדעראלע ארבייטער.

דערווייל זענען באריכטעט איבער 2 פארוואונדעטע.

מער נייעס וועט נאפאלגן.

צייטליך פאר ק.נ.א.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:35 pm

פרישע אפדעיט:

דער פילאט'ס נאמען איז דזשאסעף ענדאו סטעק. דער פליגער איז געווען זיין אייגענטום, נישט ווי פריער געמאלדן אז ער האט דאס גע'גנב'ט.

אין א זעלבסמארד נאטיץ אויף זיין וועב זייטל ברענגט סטעק ארויס זיין האס קעגן די רעגירונג און בעיקר קעגן די IRS וואס יז געווען סטאנצירט אין דעם אפיס געביידע.

און ווי געמאלדן פריער האט ער אינדערפרי אונטערגעצינדן זיין אייגן הויז איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף דעם זעלבסט-מארד מיסיע.

צייטליך פאר די ק.נ.א.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:38 pm

א מזל ער האט נישט געהאט א האס קעגן ק.נ.א.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:39 pm

דער באגאבונד. דזשאו סטעק.
צוגעלייגטע
stak5.jpg
stak5.jpg (4.97 KiB) געזעהן 1401 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:40 pm

לכאורה האט געשריבן:א מזל ער האט נישט געהאט א האס קעגן ק.נ.א.


מיינסט צו זאגן. א מזל ק.נ.א. האט נישט קיין אפיס..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:42 pm

Note from the pilot:
--
If you’re reading this, you’re no doubt asking yourself, “Why did this have to happen?” The simple truth is that it is complicated and has been coming for a long time. The writing process, started many months ago, was intended to be therapy in the face of the looming realization that there isn’t enough therapy in the world that can fix what is really broken. Needless to say, this rant could fill volumes with example after example if I would let it. I find the process of writing it frustrating, tedious, and probably pointless… especially given my gross inability to gracefully articulate my thoughts in light of the storm raging in my head. Exactly what is therapeutic about that I’m not sure, but desperate times call for desperate measures.
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 12:55 pm

ער ברויך [האב געברויכט] ערענסט א דאקטאר דער משוגענער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:03 pm

בילדער פונעם ברענעדיגען געביידע.
צוגעלייגטע
irs1.jpg
irs2.jpg
irs2.jpg (17.33 KiB) געזעהן 1327 מאל
irs3.jpg
irs3.jpg (49 KiB) געזעהן 1327 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:08 pm

דער האקט ספעציפיש אין זיין בריוו קעגן דעם העלט קעיר סיסטעם אין אמעריקע און קעגן די בעילאוטס וועלכע האבן געגעבן ריזיגע געלטער פאר קארפארעישאנס און געלאזט דעם מיטלגארטיגן בירגער אויפן וואסער. ער שרייבט אז ער האט געהאט א קאמף מיט די איי אר עס און עס האט אים אפגעקאסט 40 טויזנט דאלער.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:33 pm

אויב איז ער געווען א מיטלגארטיגן פערזאן, דאן וויאזוי האט ער זיך ערלויבט פריוואטע עראפלאנען?

א חוצפה פון א משוגענעם איינצושטעלן לעבנ'ס פון אומשולדיגע מענטשן פשוט ווייל ער איז ברוגז, און ער האלט זיך נאך פאר א פארשטייער...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:35 pm

אט קענט איר ליינען זיין גאנצע זעלבסטמארד בריוו. עס איז געפערליך לאנג און כהאב עס דעריבער געלייגט אין פי די עף פארמאט
צוגעלייגטע
If you.pdf
(18.22 KiB) דאונלאודעד 87 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 1:52 pm

חחחח, ער האט אפגעטאן די אר"ס אויף טערקיש מיטן זיך נעמען דאס לעבן, פארברענען זיין הויז און זיין פליגער, איך הער אז די אר"ס וויל אים הרג'נען........

ער דערמאנט מיר פון יענעם וואס האט געקריגען א פאון-ראול פון די אר"ס אז ער איז שולדיג געבליבען עטליכע טויזענט דאללער אין שטייערען, רעגט ער זיך אויף אויפן רופערף "שעמסט דיך נישט?! אמעריקא איז שולדיג ביליאנען דאללארען חובות, און איר רופט מיך פאר נישטיגע פאר טויזענט דאללער?!, א חוצפה!"

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 3:29 pm

מיללער, ס'א גוט ווארט!
אפשר האט ער פארברענט זיינע פארמעגנס כדי ער זאל מער נישט דארפן צאלן שטייערן...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 3:46 pm

די געביידע נאכדעם וואס דער פייער איז שוין פארלאשן יעצט נאכמיטאג
צוגעלייגטע
r-AUSTIN-PLANCE-CRASH-huge.jpg
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 4:29 pm

ווער סהאט נאכנישט באקומען קיין ריפאנד קען יעצט ווארטן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 6:01 pm

;l;p- ראמני גוט גוט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 8:05 pm

א גוי-א רוצח...
א מין קראנקער פארשוין, וואס בארעכטיגט זיינע טאהט וכלשונו "אז צומאל מוז מען נוצן פארשידענע מעטאדן-אויסערארנדליך, לויט די אומשטענדן...
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 9:43 pm

א דעטאלירטע באריכט

קליינער פליגער קראכט אריין אין איי. אר. עס. געביידע אין טעקסאס; פאראורזאכט מאסיווע פייער און מעגליכע פאטאליטעטן

אוסטין, טעקסאס. – א פילאט האט דאנערשטאג אינדערפרי אריינגעקראכט מיט זיין קליינעם פליגער אין א געביידע פון זיבן שטאק הויעך. אין די געביידע געפינען זיך סטאנציאנירט די אפיסעס פון די "איי. אר. עס." אומברענגענדיג זיך און ווארשיינליך א ארבעטער אין די געביידע.

דער קראך האט פאראורזאכט א מאסיווע פייער, וואס צושויער האבן דערציילט אז דער פייער האט אויפגעקראכט ווי א באמבע אויפרייס, און ריזיגע קנוילן שווארצע רויעך האבן זיך צעשפרייט אין די גאנצע ארומיגע געגנט. "די געביידע האט זיך געשאקלט, עס האט אויסגעזען ווי א ריזן טרעלאר איז אריינגעפארן אין די געביידע" האט א צושויער פונדערנאנט געזאגט.

די כאאס אין די געביידע איז געווען אומבאשרייבליך, די הונדערטער פארכאפטע ארבעטער האבן געזוכט א וועג ארויס, פון די נידריגערע שטאקן איז מען געשפרינגען פון די פענצטער און אויף די העכערע שטאקן האט געהערשט א ציטער אז זיי וועלן נישט מאכן דעם וועג ארויס.

די רעטונגס ארבעטער און פייער לעשער זענען אנגעקומען און אויסגעשפרייט לייטערס פאר די פון די העכערע שטאקן זאלן קענען אראפקריכן און אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען פארנומען מיטן לעשן דעם פייער.

די אויטאריטעטן האבן דערווייל באשטעטיגט אז דער קראך איז נישט געווען א טעות, נאר דער פילאט האט דאס דירעקט געטון, וועלנדיג אויסגעבן זיין כעס און רעגעניש אויף די פעדעראלע רעגירונג און די "איי אר עס", מיט וועמען ער האט געהאט א יארן-לאנגע קאמף איבער זיינע נישט-געצאלטע שטייערן.

דער 53 יעריגער פילאט, ענדרו דזשאוסעף סטעק, האט אויך אונטערגעצינדן זיין הויז עטליכע מינוטן איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד אריינצוקראכן מיט זיין קליינעם עראפלאן אינעם איי אר עס געביידע.

אויטאריטעטן האלטן נאך אינמיטן א מאסיווע אויספארשונג איבער דער קעיס און די גענויע מאטיוון וואס האט געפירט דזשאוסעף סטעק דורכצופירן די זעלבסטמארד אטאקע. אויף זיין וועבזייטל האט מען געטראפן א "זעלבסטמארד נאטיץ" וואו ער געבט אויס זיין כעס אויף די פעדעראלע רעגירונג און ספעציפיש אויף די איי אר עס, מיט וועמען ער האט זיך געשלאגן און די קאמפן האבן אים אפגעקאסט 40 טויזנט דאלער.

אין זיין בריוו האקט ער אויך אויף די העלט קעיר סיסטעם אין אמעריקע און אויך רעדט ער איבער די אומ'יושר'דיגע האנדלונג פון די רעגירונג אז פאר די גרויסע בענק האט מען געגעבן גרויסע בעילאוט געלטער, אינדערצייט וואס די דורכשניטליכע בירגער זענען געבלייבן ליידן אין א שווערע עקאנאמיע.

"בלוט פארגיסונג איז די איינציגסטע ענטפער" האט ער געשריבן אין זיין זעלבסטמארד נאטיץ. ער האט אויך דעטאלירט זיינע אלע שוועריגקייטן אין זיין לעבן און זיינע ערפארונגען, ביזן טאג וואס ער האט באשלאסן אז ער "האט שוין געליטן גענוג". אין ענדע פונעם בריוו, שרייבט ער אונטער זיין נאמען און די יארן 1956 און 2010, דער יאר וואס ער איז געבוירן און דער יאר וואס ער האט זיך געגרייט צום שטארבן און איז טאקע געשטארבן אינעם קראך.

די פאליציי האט שוין געטראפן צוויי קערפער, אבער די קערפער זענען נאכנישט אידענטיפיצירט געווארן. 13 ארבעטער אין די געביידע זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט צוויי איי אר עס ארבעטער וועלכע זענען האספיטאליזירט געווארן פאר שווערע וואונדן און ביים שרייבן די שורות זענען זיי נאכנישט ארויסגעלאזט געווארן פון שפיטאל. איבער 100 איי אר עס ארבעטער ארבעטן אין אט די געביידע אין וועלכע דער עראפלאן האט אריינגעקראכט.

אויטאריטעטן האבן דאס באצייכנט ווי א קרימינאלע אקט און נישט קיין טעראר, אבער דאך האט די אמעריקאנער מיליטער ארויסגעשיקט צוויי "עף 16" מיליטערישע פליגער צו באוואכן די לופטן נאכן קראך.

דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז פרעזידענט אבאמא ווערט כסדר אפדעיטעד מיט די פרישע נייעס, אבער זיי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן אן אפיציעלן סטעיטמענט איבער דער אינצידענט.

*

דער קראך האט פאסירט ארום א שטונדע נאכדעם וואס א אויפרייס האט אונטערגעצינדן דעם צוויי-שטאקיגן געביידע וואו סטעק האט געוואוינט, בלויז געציילטע מייל אוועק פונעם עראפלאן קראך. דער הויז איז שנעל געווארן גענצליך ארומגענומען מיט פלאמען און גענצליך פארניכטעט פונעם מאסיוון פייער.

די פאמיליע פון סטעק האט צוריקגעוויזן צו קאמענטירן אויף די גאנצע פאסירונג. לויט רעגירונג'ס רעקארדס האט סטעק געקויפט דעם הויז אין אוסטין, טעקסאס אין יאר 2007, און ער האט זיך דעמאלט געצויגן פון לאס אנדזשעלעס צו וואוינען אין טעקסאס.

אין זיין זעלבסטמארד בריוו, וועלכע באשטייט פון זעקס בלעטער און 3,200 ווערטער האט סטעק געשריבן זיין גאנצע היסטאריע, אז ער איז א קאמפיוטער אינדזשעניר און נישט טרעפנדיג קיין געהעריג ארבעט אין לאס אנדזשעלעס, האט ער זיך געצויגן קיין טעקסאס וואו ער האט געהאפט יא צו טרעפן עפעס א געהעריגן סטאבילן דזשאב.

ווי שוין פריער געשריבן האט ער אין זיין זעלבסטמארד בריוו זיך אפגערעדט און געשאלטן די איי אר עס פארן אים רואינירן זיין לעבן און אוועקנעמען זיין גאנצע אפגעשפארטע געלטע וואס ער האט געהאט אוועקגעלייגט אויף צום לעבן נאכן רעטייערן. ער ענדיגט צו זיין בריוו "מיסטער גרויסער ברודער, איי אר עס פארשוין, לאמיר פרובירן עפעס אנדערש, נעמטס מיינע פאר פונטן פלייש און שלאפטס רואיג".

שרייבנדיג די שורות זענען נאך פארבליבן אסאך טיילן פון די פאסירונג אומפארענטפערט. עס איז נאך דערווייל נישט קלאר וויפיל פאטאליטעטן עס האט פאראורזאכט און צי דער דזשאוסעף סקאט האט געהאנדלט אויף די אייגענע האנט אדער איז ער געווען פארבינדן מיט א געוויסע גרופע, וואס אויב די ענטפער איז אז יא, דעמאלט וועלן די אויטאריטעטן ווארשיינליך דורכפירן ארעסטן און זען אפצושטעלן די גרופע.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:28 pm

סא פרעזידענט אבאמא האט נאכנישט קאמענטירט זאגסטו?
האו קאם! ???

אגב, אויף מארטין גראסמאן האט ער אויך נישט קאמענטירט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 11:05 pm

ראמני 08 האט געשריבן:ווער סהאט נאכנישט באקומען קיין ריפאנד קען יעצט ווארטן

אוי זאגסטו גוט. איך בין פריער געווען אין א גמ"ח און באמערקט אז אויף די טעקס ריטוירן טשעקלעך שטייט אויפגעשריבן אז דאס קומט פון אוסטין טעקסעס (איינער זאל זיך נעמען די מיה און זאגען פאר מר. קול מבשר אז יוסטין און אוסטין זענען צוויי אנדערע שטעט אין טעקסעס).. דאס מיינט אז מיין טשעקל איז רח"ל פארניכטעט געווארן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט