האט בארא פארק א סקאט בראון ???

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

האט בארא פארק א סקאט בראון ???

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 16, 2010 7:50 pm

דינסטאג פרשת תרומה תש"ע לפ"ק

היינט אינדערפרי, בין איך געגאנגען דאווענען שחרית אין איינע פון די גרויסע לאקאלע בתי מדרשים אין בארא פארק, און ביים אריינגאנג, האב איך געזען א סצענע, וואס איז נישט קיין נאווינע די טעג אין בארא פארק, ווען אירע איינוואוינער גרייטן זיך צו א ספעציעלע וואל פארמעסט, איבערצונעמען די פיר און פערציגסטע סיטי קאנסול זיץ, וואס איז ליידיג געווארן, צוליב דעם וואס איר פריערדיגע באזיצער, שמחה פעלדער, האט רעזיגנירט, אננעמענדיג א העכערע פאסטן אין די סיטי רעגירונג.

עס איז געשטאנען א מאדערן בחור'ל, מיט א קליפ באורד, מיט א פעדער אין די האנט, פרעגענדיג יעדע פארבייגייער, זענט איר רעגיסטרירט צו שטימען ? ווילט איר אונטערשרייבן א פעטיציע ארויפצולייגן פלוני אלמוני אויפן וואל צעטל ?

אבער דאס מאל האט מיר עס אויסגעזען אנדערש, די שמייכל וואס די בחור'ל האט געהאט, די לעבהאפט מיט וואס ער האט געקליבן חתימה נאך חתימה, האט געזאגט, אז דא האנדלען מיר מיט עפעס אנדערש.

איך בין געקומען נענטער, און דער בחור'ל שטרעקט אויס א האנט צו מיר, "העלא, גוט מארגן, זענט איר רעגיסטרירט צו שטימען? איך הייס סאלאמאן טישלער, איך נעם צוזאם חתימות כדי איך זאל קענען לויפן פאר סיטי קאנסול...."

נישט זייענדיג זיכער אז איך האב גוט געהערט, פרעג איך איבער, פארוועמען נעמט איר צוזאם חתימות ?

"פאר זיך".... "איך וויל לויפן פאר סיטי קאנסול"....
"ווי אלט ביסטו"?
"ניינצן יאר".....
"וויפיל חתימות פעלט אויס ארויפצוקומען אויפן שטים צעטל" ?
"בערך אכט הונדערט, איך האלט שוין ביי איבער צוועלעף הונדערט, אבער היות די אנדערע קאנדידאטן וואס לויפן, האבן מיר קלאר געמאכט אז זיי גייען קאנטעסטן מיינע פעטיציעס, וויל איך צוזאמקלויבן איבער גענוג"...
"דו האלטסט אז דו האסט א שאנס צו ווערן ערוועלט אלס סיטי קאנסול אין אונזער דיסטריקט"
"זיכער".... (מיט א אויסטערליש ברייטע שמייכל.....)

ער איז אריין אין א לענגערע שמועס, אז ער איז בכלל נישט קיין פאליטישאן, ער קען זיי נישט, זיין ציהל איז פשוט אלס איינער פון די קאמיוניטי צו גיין פארטרעטן די קאמיוניטי, אנווייזענדיג אז ער איז די איינציגסטע פון די פארבליבענע קאנדידאטן, וואס וואוינען אין די דיסטריקט.

איך האב אביסל באטראכט, זיין באנעמונג און צוגאנג ביים צוזאמנעמען חתימות, זיין שמייכל און כאריזמע, האט יעדעם באצויבערט, קיינער האט נישט אפגעזאגט אונטערצושרייבן זיין פעטיציע, (מאנכע מיט א בליק צו די ארומיגע, הא לכבוד חודש אדר......)


צו ער האט אן ערנסטע שאנס גלייב איך שווער, אבער אויב ער זאל מצליח זיין ארומצוגיין קאמפיינען איבער די דיסטריקט, אזוי ווי ער האט היינט ביים צוזאמנעמען די חתימות, האט ער שאנסן מצליח צו זיין, ער באצויבערט מורא'דיג זיינע צוהערער, ער האט גאנץ פיינע פלענער פארגעשלאגן היינט פאר די קופקע, וואס האט זיך גרופירט ארום אים, יעדער האט אים אויסגעהערט.
א חוש צו רעדן האט ער, און א כאריזמע האט ער אויך, א אינגע ענערגישע מענטש פול מיט אמביציעס...
זיין גאנצע וועזן שרייט פון זיך, יא מיר קענען....

גייט בארא פארק האבן זייער באראק אבאמא ? ? ?
גייט זיין ברוינע קליפ באורד זיין די בארא פארקער פיקאפ טראק פון סקאט בראון ? ? ?
גייט ער דא נאכאמאל באווייזן, אז מיטן פערזענליך רעדן מיטן וויילער קומט מען אן ? ? ?

ימים ידברו.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:20 am

לויט ווי אברהם טישלער האט מיר געזאגט פארגאנגענעם זונטאג, פרובירט ער נאך (צוזאמען מיט זיין טאטן) צו אפעלירן דעם באשלוס אים ארויסצואווארפן פון דער שטום בודקע. זינט זונטאג ווייס איך נישט וואס איז ווייטער געווארן.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 1:58 pm

ער האט שוין אויפגעגעבן, און ער האט אינדארסט לאזאר...
צוגעלייגטע
tish6.gif
tish6.gif (65.75 KiB) געזעהן 436 מאל
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גברא רבא און 43 געסט