הויפט טאליבאן קאמאנדיר פארכאפט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 23, 2010 2:51 pm

גם אני מצטרף.

לכאורה האט געשריבן:דאס איז עפעס נישט נארמאל פון א דזשורנאליסטישע - און שפיאנאזישע - שטאנדפונקט. אויב מעגליך, ביטע שטעלן די לינקס צום פולן סעריע ווען זיי וועלן זיין אוועילעבל צום פובליק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך פאברואר 24, 2010 7:45 am

ס'איז שוין יעצט דא די גאנצע דאקומענטאציע פונעם אפגאנער דזשורנאליסט וועלכע האט פארברענגט מיט טאליבאנער קעמפער אין אפגאניסטאן.

ס'איז עפעס משוגע צו ווערן אינטערעסאנט!

זעהט דא:
http://www.pbs.org/wgbh/pages/frontline ... ines/view/

סאיז צעטיילט אין 4 חלקים, ווען איין חלק ענדיגט זיך, הייבט זיך אויטאמאטיש אן די נעקסטע.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 24, 2010 9:56 am

יעצט געענדיגט קוקן, נישט פלעין.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:02 am

זייער אינטערעסאנט!

דאס מערסטע איז מיר געפאלן ווי דער שמאנציגער טאליבאנער זאגט אים "אונזער טעקנאלאזשי איז אזוי מעכטיג אז אפילו די אמעריקאנער קענען דאס נישט אויסטרעפן". אבער צום סוף האט דער 'מעכטיגער' רעמאט נישט פונקציאנירט.

אגב, חוץ די גרינע קליידער איז דא חילוק צווישן די קעמפער און די אפגאנער פאליציי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג מארטש 07, 2010 8:33 am

א פרישער טאליבאנער-קאמאנדיר אומגעבראכט!

ISLAMABAD — A top Pakistani Taliban commander close to al-Qaida is believed to have been killed in an army airstrike, officials said Saturday, in the latest apparent blow to insurgents who have attacked Pakistan and threatened U.S. forces in neighboring Afghanistan.

Maulvi Faqir Mohammed was believed to be among a number of insurgents killed Friday at a sprawling compound in the northwest Mohmand tribal region, Interior Minister Rehman Malik said.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:25 am

די אויטאריטעטן זאגן יעצט אז דער פארכאפטער טאליבאן פירער, מולא באראדאר, זינגט ווי א פייגל און געבט ארויס קריטישע אינפארמאציע איבער די טאליבאן און אנדערע טעראר גרופעס.

http://www.foxnews.com/story/0,2933,588807,00.html
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 1:51 pm

די שאלה איז נאר וויזוי ער זינגט, צו דאס איז נאכן אנגיסן מיט וואסער, צו נישט...

שנית, צו דאס איז אמת, צו נישט...

(עס עפעס, וואטש אוט, כאב א העד עיק היינט)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:06 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די שאלה איז נאר וויזוי ער זינגט, צו דאס איז נאכן אנגיסן מיט וואסער, צו נישט...

שנית, צו דאס איז אמת, צו נישט...

(עס עפעס, וואטש אוט, כאב א העד עיק היינט)



עס ווענדט זיך אויב מ'גלייבט פאקס נויז..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:34 pm

צייטליך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די שאלה איז נאר וויזוי ער זינגט, צו דאס איז נאכן אנגיסן מיט וואסער, צו נישט...

שנית, צו דאס איז אמת, צו נישט...

(עס עפעס, וואטש אוט, כאב א העד עיק היינט)



עס ווענדט זיך אויב מ'גלייבט ק.נ.א.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:37 pm

צייטליך, איך האב געמיינט צו פרעגן אויב זיין אינפאו איז אמת.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:46 pm

די אינפארמאציע האט פאקס ניוז באריכטעט.

ווארשיינליך רעדט ער, נישט נאכן אים דערטרינקען אין וואסער, ווייל ער איז אונטער פאקיסטאנער הענט, און אמעריקע העלפט נאר מיט די אויספארשונגען.

וויכי, לאז דורכגיין העלט קעיר, וועסטו קענען היילן דיין קאפוויי גרינגער...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:49 pm

אהההה, אין פאקיסטאן ווייסן זיי וויזוי צו מאכן רעדן... זיי האבן נישט קיין ליבעראלן וואס לאזן נישט פייניגן.

און נאכאמאל, איך רעד פון די קראנטקייט פון זיין אינפערמאציע "וואס" ער רעדט, נישט אויב ס'איז אמת "אז" ער רעדט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 2:51 pm

אההההה, גאטש יע, יעצט פארשטיי איך.

מען קען נישט וויסן צי די אינפארמאציע וואס ער זאגט איז אמת, דאס ווערט שפעטער געשטעלט פאר מיליטערישע אנאליסטן וועלכע קוקן איבער צי ער האט סתם פרובירט צו פארדרייען א קאפ, אדער האט ער אויסגעזאגט ריכטיגע אינפארמאציע.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 3:27 pm

ווי איך פארשטיי פון די לעצטיגע געשעענישן, גיבט מען נישט ארויס צו די פרעסע אז מען האט אים געכאפט אזוי לאנג ווי מען האט מורא אז זיין ארעסט וועט גורם זיין אז די אנדערע קעפ זאלן זיך בעסער באהאלטן.

דאס איז אמאל זיכער אז אין פאקיסטאן האט מען שטייפע מיטלען צו מאכן איינעם רעדן, אזעלכע וואס אמעריקע טאר נישט נוצן, און זיי נוצן עס.

אינטערעסאנט אנצומערקן אז לעצטע וואך איז געווען א סתירה וועם מ'האט געכאפט אין פאקיסטאן, קודם האט די פאקיסטאנע נייעס דערציילט אז מען האט איינעם פארכאפט, נאכדעם ווען אמעריקא האט עס געלייקנט האבן זיי שוין אויך צוריקגעצויגן, דאס איז אלעס געווען א שפיל - ווי איך פארשטיי - ווייל מען האט געבראכן די נייעס צו פרי.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 3:38 pm

bailout האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקן אז לעצטע וואך איז געווען א סתירה וועם מ'האט געכאפט אין פאקיסטאן, קודם האט די פאקיסטאנע נייעס דערציילט אז מען האט איינעם פארכאפט, נאכדעם ווען אמעריקא האט עס געלייקנט האבן זיי שוין אויך צוריקגעצויגן, דאס איז אלעס געווען א שפיל - ווי איך פארשטיי - ווייל מען האט געבראכן די נייעס צו פרי.


די צעמישעניש איז געווען מיט א געוויסער ווארטזאגער פאר די טאליבאן. די יעצטיגע נייעס איבער דער וואס געבט ארויס וויכטיגע אינפארמאציע איז דער פארשוין באראדאר, וועלכער איז דער-צווייט ראנגיקער טאליבאן פירער, וואס דערמיט האט זיך דער אשכול אנגעהויבן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מארטש 15, 2010 1:50 pm

שאקירנד!!!

עס איז יעצט אפירגעקומען א באריכט אז דער פארכאפטער נומער צוויי פון די טאליבאן, מולא אבדול באראדאר, איז געווען אין געהיימעניספולע געשפרעכן מיט די אפגאנער רעגירונג, אין שפיץ פון פרעמיער האמיד קארזאי, צו ברענגען א שלום צווישן די אפגאניסטאנער אפיציעלע רעגירונג און די טאליבאן.

די נייעס פון פארגאנגענעם מאנאט, אז די פאקיסטאנער אויטאריטעטן האבן פארכאפט דעם באראדאר, האט אויפגערעגט קארזאי, ווייל דאס האט געשטערט די שלום געשפרעכן.

צי האט פאקיסטאן בכוונה געוואלט שטערן די שלום געשפרעכן צווישן די טאליבאן און די אפגאנער רעגירונג??? שאק!!!

אויב איז דאס אמת, האלט מען ביי אלף מיט פאקיסטאן און זיי לאכן ווייטער פון אמעריקע און טוען ווייטער וואס זייער הארץ באגערט.

http://news.yahoo.com/s/ap/20100315/ap_ ... to_taliban
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט